☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עמ'לייקים

עמ'לייקים

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9155

Kool man » דינסטאג יוני 23, 2015 11:55 am

· #284573
עמ'לייקים
אמאל'לייקים אדער סטעדי לייק'ים?

ס'יז שוין געווארען אפאר מאהל ארומגערעט וועגען די טיפע סוגיא פון לייקס, כ'מיין ס'יז צייט איינמאהל עס צונעמען אביסעל מער אויף קליינגעלט,

כמה מידות בלייקערס, [נישט פארטוישען מיט lakers]:,

דער געוועהנליכער דורעכשניטליכער עמך יוד, ווען ער זעהט א שיין ארטיקעל, אדער א גוט ווארט, גיבט ער א קליק דארט אויבען, דו האסט געארבעט, כ'אב הנאה געהאט, כ'על דיר געבען די 5 סעקונדעס און באלייקען אלץ אנערקענונג און הכרת הטוב, אמאהל אפילו אויב ס'נישט אזוי געלונגען, אבער ס'קענטיג אז ס'ליגט דא ארבעט, האסט אריינגעלייגט כוח? יאללא, א לייק. זו מידת חסיד.

ווייטער איז דא אנ'אנדערער קלאס מענטש וועלכער גייט שוין מיט חשבונות, לאמיך זעהן וויפיהל יענער האט מיך געלייקט ביי מיין עבודה, וועל איך מקיים זיין מידה כנגד מידה, און לויט דעהם דן זיין ווען כ'קען מיך ערלויבען איהם צו לייקען, די זענען די מידה בינונית.

דערנאך זענען דא אזוינע וואס גייען לויט'ן ניק, אויב איז עס א קיהלער ניק, עט'ער שיסען דעהם לייק נאר בעפאר'ן ליינען וואס ס'שטייט, אפילו אויב ס'יז מלא שטותים והבלים פאר פייער און וואסער, [ספעציעל אויב ס'יז א שרייבער פון מין במינו טייפ, אן אויפגעקלערטער פאר זיינץ גלייכען, אזער א פרומער פאר זיין מין,] מאידך קען זיין א גאר געלונגענע ארטיקעל נאר שער שרייבער איז נישט פון מיין טייפ, עט'מען עס איגנארירען און נישט גיבען דעהם ערליך פארדינטען לייק, זו מידת עם הארץ.

דערנאך זענען דא אזוינע וואס ווייסען ניטאמאהל וויאזוי מ'קליקט דעהם לייק קנעפעל, ער'יז אזוי סעלף סענטערד אין זיך אליין, אז ער ווארט יעדער זאל איהם באשיטען מיט ליבע, און ער נעמט נישט די דעמם עפפארט צו טוהן אזוי פאר א צווייטען, פאר זיך וועט ער צומאהל אפילו זיין א תובע בפה, אבער פאר יענעם? הענג דיך. זו מידת סדום.

איך קוק צומאהל אויף ניקס צו זעהן וואסערע סארט מענטשליכקייט זיי פארמאגען, קוק איך וויפיהל לייקס זיי האבען שוין געגעבען פאר אנדערע, פיהל מאהל וועט מען זעהן די גוט הארציגע האבען פארטיילט פיל מער לייקס ווי זיי האבען באקומען, זיי פארגינען יענעם, מאידך זענען דא וואס האבען קוים אנגערירט דעהם לייק בשעת זיי באלעקען זיך מיט הויפענעס לייקס.. דוק ותשכח כי קצרתי.

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 23, 2015 12:03 pm

· #284575
האסט אויסגעלאזט איין פאל ווען א לייק קען ווערן צוריקגעהאלטן, ווען איינער שרייבט אן ארטיקל וואס איז לייקעבעל אבער נישט ספאנטאן. אויב יענער איז א שוואכע לייק געבער מיט אסאך באקומענע לייקס, קען דאס ברענגען א שלעכטע רעאקציע און וועט נישט באקומען זיין אפשר פארדינטן לייק. פארוואס? אפשר ווייל מ'האט נישט ליב קמצנים? אדער אפשר ווייזט עס אז ער אליינס אפרישיעט נישט זיין באקומענע לייקס ווייל אויב יא וואלט ער פארשטאנען צו מהנה זיין אנדערע אויך און מילא וויי באדער מיטן אים לייקן פאר פלעין?

ראש הישיבה » דינסטאג יוני 23, 2015 1:31 pm

· #284593
קינדערלעך וואקסט אויף. עס איז שוין צייט אז מען זאל נישט זיצן און ווארטן אויף א קניפ אין בעקל. טוה וואס דו האסט צו טוהן און די לייק וועסטו באקומען פון דער באשעפער אדער פון דיין ב"ב.

איך מיין איים סארי איך בין מסכים אז עס איז ריכטיג צו געבן א לייק ווען מען האט ליב אן ארטיקל. אבער רעדן דערפון און שרייבן דערפון? קאם אן וואקסטס אויף.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 23, 2015 3:15 pm

· #284625
קאאל מען: ייש"כ. אבער איך רעד מיר נישט איין אז דו האסט מיך געמיינט... 😂

וויל קענען » דינסטאג יוני 23, 2015 3:25 pm

· #284628
Re: עמ'לייקים
כ’מיין אז די זאך איז פינקט פארקערט אז מ’האט נאך נישט געשריבן גענוג וועגן לייקס א לייק איז זייער א וויכטיגע זאך אזוי ווי א פיט בעג אויף א קאמפעני
ווען איינער שרייבט א לאנגע מערכה און האט אריין געלייגט אסאך צייט און כח פון ווי זאל ער וויסן צו די עולם האט הנאה געהאט און ס’האט זיך אויסגעצאלט און ס’לוינט זיך נאכאמאל צו שרייבן א דומה לו אויב נישט דורך א לייק און די זעלבע זאך ווען א נושא האט צוויי צדדים איז א לייק אויף איין צד פונקט ווי א לאנגע מערכה דערויף ועוד יש להעריך איך לאז עס פאר די שרייבער’ס

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 23, 2015 11:48 pm

· #284788
ראש הישיבה
קינדערלעך וואקסט אויף. עס איז שוין צייט אז מען זאל נישט זיצן און ווארטן אויף א קניפ אין בעקל. טוה וואס דו האסט צו טוהן און די לייק וועסטו באקומען פון דער באשעפער אדער פון דיין ב"ב.

איך מיין איים סארי איך בין מסכים אז עס איז ריכטיג צו געבן א לייק ווען מען האט ליב אן ארטיקל. אבער רעדן דערפון און שרייבן דערפון? קאם אן וואקסטס אויף.

ראש הישיבה... דו?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/265380">viewtopic.php?f=24&p=265380</a><!-- l -->

געוואלדיג » מיטוואך יוני 24, 2015 9:25 am

· #284838
ער רעדט דא צו די מקבלים, נישט צו די נותנים.

יחיאל יעקבזון » מיטוואך יוני 24, 2015 1:31 pm

· #284883
כ׳על נישט רעדן פאר אנדערע, אבער אזוי פיהר איך זיך:
אז כ׳האב געשריבן אן ארטיקל וכדו׳ וואס כ׳גלייב ׳עט זיין לשביעת רצונם פון די ליינערס וועל איך עס פאוסטן. כ׳שרייב נישט פאר קיין לייקס און קימער זיך נישט דערמיט. ס׳עט אימער זיין אפאהר וואס געפעלן מיין סטיל און טעמע און אזעלכע וואס נישט. כ׳ארבעט שווער צו פארדינען ערליכע ברויט און עקספעקט נישט פון מיינע ארבעטסגעבער קיין קאמפלימענט. איך ארבעט אן ארבעט וואס כ׳האב ליעב הן מצד די ארבעט גופא ווי אויך די געזעלשאפט און בעיקר פאר דעם טשעקל וואס איך באקום אלס באלוין פאר מיין הארעוואניע. איך ערווארט נישט קיין פידבעק פון קיינעם ווייל כ׳טוה מיין דזשאב בנאמנות און וואס באשערט איזט באשערט. איך ווייס אויך אז פידבעק האט ווייניג צו טוהן מיט דזשאב פערפארמענס און מער מיט ווער ס׳לעקט בעסער אדער האט מער נושא חן געוועהן וכו׳
שרייבן איז ביי מיר בלויז א האבי אין מיין פרייע צייט. ווילאנג מ׳פארשיקט מיר נישט שרייב איך פאר מיין ענדזשוימענט און פאר די פאהר וואס אפרישיעיטן מיין מענטאליטעט. צו דאס זענען צוויי אדער צוויי טויזנט גייט מיר קיין סאך אהן. די לייקס איז ביי מיר נישט מעלה און נישט מוריד. ווידער בנוגע אנדערע, זיי מוזן ערליך פארדינען א לייק. פון מאהל צו מאהל כאפט מיר אן ארטיקל אויף דעם בלאג און כ׳על ליינען און לייקען אך ורק אויב דער תוכן געפעלט מיר. געבן מיר לייקס איז א שאהד די צייט אויב מ׳ערווארט לייקס צוריק דזשאסט ביקאוז... (אגב כ׳בין נעשט קיין צדקה קעיס)
מענין לענין, אין סאושל מעדיא ווצבש״פ לינקד-אין באקום איך ענדארסמענטס אויף זאכן וואס כ׳האב אין זיי קיינמאהל עוסק געוועהן. די ענדארסערס זענען גלאטע שקרנים און זיי זענען ביי מיר פון די כת חונפים. זיי זענען מצפים לתשלום גמול אז אויך איך זאל זיי ענדארסן אויף זאכן שלא מצאו ידם ורגלם. מיט זייערע פינסטערע שטיק באזיגן זיי דעם צוועק און פארפאסן די ציהל ווייל מ׳ווייסט ווידער נישט צו וואס מ׳טויגט און מ׳האט טאקע ערפאהרונג. שמור לי ואשמור לך איז אין מיינע אויגן א פארברעכערישע אקט און גלאטע שקר וגניבת דעת הבריות (ס׳דאך דא שוטה׳לעך וואס גלייבן וואס זיי ליינען...)
אויך נעם אין אכט: אז כ׳האב רעאגירט איז טייטש אז דו האסט געשריבן עפעס וואס איז ווערד געוועהן מיין אטענשאן וגם זה לייק בזעיר אנפין.

Kool man » מאנטאג יולי 13, 2015 11:38 pm

· #289193
יעקבזון, איך באווינדער דיינע מידות, אבער סארי טו טעל יא, די זענען שטארקע סימפטאמען פון א לאונער,
loner בלע"ז

ווייל אזוי » דינסטאג יוני 14, 2016 5:44 pm

· #337739
דיסלייק
איך האב א ערנסט'ע שאלה וואס איך האב נישט געטראפן קיין אנדערע אשכול ווי עס צופרעגן נאר דא :

ווען מ'געט א לייק פארשטיי איך אז ס'דא עטליכע סיבות פארוואס מ'געט די לייק [אזוי ווי די פותח האשכול האט מאריך געווען], אבער כולם שוה אז מ'איז צופרידן פון יענעם צו ווייל יענער האט גוט געשריבן, אדער גוט פארדרייט די שמועס אדער אלץ מדה כנגד מדה וכו'

וואס איז אבער ווען מ'באקומט נישט קיין לייק'ס מיינט עס אז דיין קאממענד איז ווערטלאז אזא בחינה ווי א דיסלייק אז דיין זיך שפילן אויפ'ן קיבארד איז געווען אויסגעווארפענע צייט ?

אזוי קוקט עס אויס

קל וחומר » דינסטאג יוני 14, 2016 6:39 pm

· #337741
Re: עמ'לייקים
לאו דווקא,
איך זעה אסאך מאהל ניקים וואס שרייבן זייער גוט און באקומען נישט קיין לייקס, (און אסאך מאל שעם איך זיך צו לייקן טאמער קיינער לייקט נישט...).
אנדערע שרייבן שטותים און באקומען, צו ווייל זייער ניק כשר'ט אלעס וואס זיי שרייבן, צו ווייל זיי דינען א געוויסע אגענדע וכדהאריך הפותח. (ובדידי הוה עובדא...).

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 14, 2016 6:41 pm

· #337743
Re: עמ'לייקים
בין הכותב ע"מ ללקות ובין הלוקק כדי שיביאו לקקות עליו הכתוב אומר אוי להם שמלקקין אמתחותיהם של אחרים בלשון ערומי'ם ויורדין ועומקין לתהום רובצת תחת תחת אשר עבדו אלהים אחרים ורוח מפזרתן לתחת מרגלי הצדיקים. ההד"כ וקוק הסוק לכל שמוק לא ילקק.
(כדאיתא בפרק אלו הן הלוקין)

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג יוני 14, 2016 6:58 pm

· #337746
Re: עמ'לייקים
יעצט לייג עס ביי די 'גאונות פון א סענטענס' אשכול...

נאסע ליילעך » דאנערשטאג יוני 16, 2016 3:29 pm

· #337997
ווייל אזוי
איך האב א ערנסט'ע שאלה וואס איך האב נישט געטראפן קיין אנדערע אשכול ווי עס צופרעגן נאר דא :

ווען מ'געט א לייק פארשטיי איך אז ס'דא עטליכע סיבות פארוואס מ'געט די לייק [אזוי ווי די פותח האשכול האט מאריך געווען], אבער כולם שוה אז מ'איז צופרידן פון יענעם צו ווייל יענער האט גוט געשריבן, אדער גוט פארדרייט די שמועס אדער אלץ מדה כנגד מדה וכו'

וואס איז אבער ווען מ'באקומט נישט קיין לייק'ס מיינט עס אז דיין קאממענד איז ווערטלאז אזא בחינה ווי א דיסלייק אז דיין זיך שפילן אויפ'ן קיבארד איז געווען אויסגעווארפענע צייט ?

אזוי קוקט עס אויס

קל וחומר זאגט גוט, אסאך מאל שעהמט מען זיך פשוט (נישט איך, כמובן) צו לייקן אויב קיינער אנדערש האט נישט געלייקט.. דער אמת איז, דאס איז א מדה פאר זיך.
מדה רביעית ב'לייק'ים הוא: די 'פאסט'עכער. אויב דער ניק איז א נייער, איז ער דאך נאטורליך דער שיעור א' בחור און איך דער גרויסער ישיבה גדולים.

די פאסטעכלעך פארלאנגען בשיטה אז די עמעטשור שרייבערלעך זאלן זיך נישט דרייען צווישן די פיס. אסאך זענען בלויז פארנומען קלאגענדיג ווי "די אמאליגע" שרייבער זענען, ווי כאילו די יעניגע שרייבן שוין דא זינט די פריהע 90's. האלו אז דער 2012'ער ניק האט געקענט דעוועלאפן א גוטן שריפט און שפראך קען דאס דער 2016'ער ניק פונקט אזוי. אז קיינער פון די אלטע לייקן נישט און זענען נישט מגיב,( ווער רעדט נאך פון פראומאוטן דעם נייעם שרייבער) דאן בלייבט די סחורה פונעם נייעם ניק פארוואגלט און אומבאחיינט און קיינער קימערט זיך נישט דערמיט, בעת דער אלטער ניק וואס איז יושב בטל באקומט די פילע סעטעספאקציע פון א נפיח'ישן תגובה'לע. פארשטייט זיך אז ער פארלירט דעם חשק אנצוגיין מיט די ארבעט.

דאס פארפירט דאך בערני וועגן די טאפ 1 פראצענט. לעבן אויפן ציבור'ס לייקס אבער קארגן דאס ביסל טעקס וואס דער צווייטער ברויך אויף זיך בויען. יא יא "די רייכע ווערן נאר רייכער און די ארימע בלייבן ארים". טאקע דאס האבן "די 99%" וואל סטריט אקיופירער געשריגן. אזוי קוקט דא אויס, צונעמענדיג מעקראו עקענאמיקס. אזוי לויפט די וועלט, דיין שטאט, דיין שטיבל און דיין קאווע שטיבל... אין מה לעשות (אולי יש).

"קאווע שטיבל" פארקויפט זיך אלס א קאפאטעליסט קרעמל ווי "יעדער" האט די פרייהייט פון זיך לופטערן די געדאנקען, אבער למעשה איז די פלאץ נישט אזוי עקסעפטינג פאר נייע ניקים. ואם ישאל השואל בתמיה עשיוה "וואס אינטערעסירט דיר די לייקס?" יענה המתלונן: פרעג אנאנים וואספארא סעטעספאקציע דאס געט, ער באהאלט נישט די שמחה ביים צוריקהערן פאזעטיווע פיטבעק. צא ובדוק אלע הילכיגע מזל טוב'ס אין שטיבל העסטו זעהן וואספארא ראלע דאס שפילט. לאו דווקא לייקס, תגובות איז אויך פיין, אבער רעדן צו א וואנט דאס קען נאר (און אזאנע ווי) יחיאל יעקובזון...

איך קען הייסן א נוגע אבער איך בין פשוט מעורר דעם עלטער'ן "פראפעסינאלע" ציבור, זיך וואוסענדיג צו מאכן פון די נייע ניקים, לעודדם ולחשקם. ולכל הקוראים, תודה.

געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:00 pm

· #337999
סתם להזכירך, @אנאנים איז רעלאטיוו ניי, נישט עלטער ווי א יאר מיט עפעס
















יא, און נאך עפעס, @געוואלדיג איז אויך גאנץ ניי.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 5:53 pm

· #338009
נאסע ליילעך
די פאסטעכלעך פארלאנגען בשיטה אז די עמעטשור שרייבערלעך זאלן זיך נישט דרייען צווישן די פיס.

ממש אזוי?

איך גראדע קארג נישט קיין גוטע ווערטער און לייקס, פאר נייע פונקט ווי פאר אלטע - איך קוק נישט מבטן מי יצאו הדברים, אויב איז גוט איז עס גוט!
אבל מה נעשה, אז רובא דרובא נייע שרייבערלעך בלייבן סטאק אינעם שלום עליכם אשכול. מען קען זיי נישט לייקן.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 5:57 pm

· #338010
Re: עמ'לייקים
איך קען מעיד זיין, א גרויס חלק פון די ביצים מיינע דא אין שטיבל איז צו פארדאנקען רבינו שמעקעדיג יר"ה!

#נתגדלו_הביצים

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 6:33 pm

· #338019
Re: עמ'לייקים
מ'קען ממליץ זיין...

ומנותר ק"נק"נים נעשה נ"ס מש"ושנים. ודו"ק הרבה עד שתמצא.

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 6:42 pm

· #338021
Re: עמ'לייקים
לאמיר זעהן ווער ס'קען עס די ערשטע מפנח זיין. (לאמיתו של טוירע שטייצעך)

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:09 pm

· #338026
Re: עמ'לייקים
חשש גילו

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 8:00 pm

· #338039
Re: עמ'לייקים
לא מיניה ולא מקצתיה

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 8:33 pm

· #338044
Re: עמ'לייקים
קל וחומר
מ'קען ממליץ זיין...

ומנותר ק"נק"נים נעשה נ"ס מש"ושנים. ודו"ק הרבה עד שתמצא.

פענוח:
לייק = קנ
נ"ס ר"ת נאך סחורה
מש"ושנים = ר"ת שמעקעדיג ושש

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 8:40 pm

· #338046
Re: עמ'לייקים
מיינסט פיהר מאל

קל וחומר » דאנערשטאג יוני 16, 2016 8:50 pm

· #338049
בקיצור, דו האסט נאר געטראכט פון דיין ווייבס מאן...

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 17, 2016 11:33 am

· #338127
Re: עמ'לייקים
קל וחומר
מ'קען ממליץ זיין...

ומנותר ק"נק"נים נעשה נ"ס מש"ושנים. ודו"ק הרבה עד שתמצא.

און פון די פארבליבענע כלים (ריזן) ווערן די יונגע שושנים דערהויבן (נתעלה;אנטוויקלט)

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 17, 2016 11:41 am

· #338129
Re: עמ'לייקים
או יאמר, און פון די פוינטס פון די ק'ש נעימס (היינו ניקס) ק'אל מען און נ'אסע ליילעך, אין קאמבינעישאן, איז געקומען א nice תגובה פון שש. (ןעוד שנים - שמעקעדיג און געוואלדיג)
שוין, דער פשט האב איך געזען אין הימל און די פמליה של מעלה האט מודה געווען צו מיר..שפעטער ביניך געוואוויר געווארן ס'איז געווען די סטרא אחרא.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

קל וחומר » פרייטאג יוני 17, 2016 12:06 pm

· #338133
Re: עמ'לייקים
טאמבל סאס
קל וחומר
מ'קען ממליץ זיין...

ומנותר ק"נק"נים נעשה נ"ס מש"ושנים. ודו"ק הרבה עד שתמצא.

און פון די פארבליבענע כלים (ריזן) ווערן די יונגע שושנים דערהויבן (נתעלה;אנטוויקלט)

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

דאס איז דער פשט ע"פ פשט, אבער בהכרח מוז מען דא לערנען רמז, ווייל ס'שטייט משושנים, ולדבריך דארף ווען צו שטיין לשושנים אזוי ווי ס'שטייט טאקע, אלא מאי, בע"כ וועט מען מוזן איינזעצן אז די פסוק איז געשריבן געווארן ברמיזה - און ווי די שטרעכלעך צייגן.