☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אפטע אפעלירט: לאזט מיר ניצן מיינע פינקציעס!

אפטע אפעלירט: לאזט מיר ניצן מיינע פינקציעס!

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9150

אפטעמיסט » מאנטאג יוני 22, 2015 9:37 pm

· #284420
אפטע אפעלירט: לאזט מיר ניצן מיינע פינקציעס!
אפילו מיין ווייב, א בורבערי שפיצל-לעידי, אזא סארט קרית יואל'ע שפיצל-רייסערטע וואס קויפט רעזעלס ביי וועלערא און מאכט חוזק פון די סיסטעם, טאקע א ריפער אבער פארט איידל וואס כאפט א מיני הארץ-אטאקע ווען זי זעט א מאנספערזאן איר אנקעגן קומען אויפ'ן גאס, אזא מין יאכנע וואס ברענגט אויף פראגעס ביים מאן און גיבט אים א הארד-טיים ביים אויספילן מר. באכנערס פראגע-בויגן איבער ראמאנס און הייראט ביי חסיד'ישע פארפעלקער, אפילו זי שעצט מיין פאסטן אלס גבאי חודש.
היינט נאכט ביי נאכטמאל, בשעת'ן פרובירן באהאלטן די גרימאסן ביים זיך שטיפן צו שלינגען די צוויי-וואכן אלטע טשולענט האט זי מיר געדרייט די פאה מיט ווארעמקייט און אויסגעדריקט איר גאווה אז איר מאן האט א פירערשאפט פאזיציע אינערהאלב אזא מאכטפולע זייטל ווי ק"ש. איבערגענומען און צעשמאלצן פון ליבשאפט און רעספעקט, האט זי מיר א דריי געגעבן די אנדערע פאה און מנשק געווען דאס בערדל. "אפטע, ביסט עכט געלונגען" האט זי נישט באהאלטן איר פארגאפקייט.

אבער ביי מיר איז ממש תשעה באב, אדער גאר ה' אייר. יא, כ'בין טאקע א גבאי אבער דער עולם איז, צו מיין אנטוישונג, צו וואויל. כ'דריי מיר אין צימעס פרובירנדיג כאפן א טראלל, אפשר א מיאוס ווארט, א קללה — אבער גארנישט. קיינער גיבט מיר נישט די הנאה צו ניצן מיין מעקער. מיין ווייב זיצט דא לעבן מיר, מיין פאות איז שוין פארקניפט פון דרייען, מ'ווארט אויף א באריכט, כאטש אן אישי, אבער אן ערפאלג. דער עולם פירט זיך צו גוט אויף.

דערפאר האב איך מחליט געווען צו עפענען א ספעציעלער אשכול וואו דער עולם זאל זיך מתחצף זיין, שרייבן רבי'ס נעמען אן קיין טיטול'ך אזוי אז כ'זאל קענען טון את אשר אהבה נפשי. אין עונשין אלה אם כן מזהירין. איך ווארן אן אז יעדער וואס שרייבט דא, שרייבט על תנאי אז כ'וועל רעדאגירן און טון מיט זיין הודעה ככל העולה על רוחי. כ'גיי גראדע ווערן פארנומען און אפאר מינוט, אבער העכסטענס וועל איך מסדר זיין די נושא שפעטער ביינאכט.

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 22, 2015 9:46 pm

· #284423
אפטעמיסט
וואו דער עולם זאל זיך מתחצף זיין, שרייבן רבי'ס נעמען אן קיין טיטול'ך

הרב יואלי לעבאוויטש!

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 22, 2015 9:52 pm

· #284425
לאל 😂

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 22, 2015 10:42 pm

· #284434
אפטע, פון די אלע סימנים וואס די גיבסט אויף דיין ווייב, ווייס איך שוין ווער די ביסט און כ'על מגלה זיין פאר יעדעם אז די הייסט י. וו. און דאווענסט און א שול קעגן איבער וויזניץ.

טאמער האסטי א פראבלעם מיט גילוי, קענסטי מעקן, אבער וויסן זאלסטי אז כ'ווייס נאך אסאך איבער דיר און טאמער מעקסטי, לייג איך ארויף וואספארא אדעסי די דרייווסט.

petergrifin » מאנטאג יוני 22, 2015 10:52 pm

· #284436
Bel**button

ירא שמים » מאנטאג יוני 22, 2015 10:52 pm

· #284437
Re: אפטע אפעלירט: לאזט מיר ניצן מיינע פינקציעס!
ווען איך בין ווען גבאי חדש רעדאגיר איך אייער תגובה ,
און צוגעשריבען סיבה דברים שבינו לבינה גרעניצט זיך מיט נבול פה[emoji18][emoji3][emoji39][emoji19][emoji17][emoji53]

ירא שמים » מאנטאג יוני 22, 2015 11:00 pm

· #284440
Re: אפטע אפעלירט: לאזט מיר ניצן מיינע פינקציעס!
בעל חי

פליקער » מאנטאג יוני 22, 2015 11:04 pm

· #284441
וחמת אנטעמיסט שככה חחח

ירא שמים » דינסטאג יוני 23, 2015 11:05 am

· #284565
@אנאנים כמיין כווייס שוין ווער דיין מחותן איז… (גוט גוט)

קאצקע ציקער » דינסטאג יוני 23, 2015 11:48 am

· #284571
.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 23, 2015 2:57 pm

· #284613
די סיבה איז פשוט, די בחורים זענען זייער פארנומען יעצט זיך גרייטן אויף קעמפ. ווארט אפאר טעג ביז די ווייפיי פונעם קעמפ משגיח הייבט אן שיקן אירע סיגנאלן און וועסט האבן וואס צו מעקן.

האמת לאמיתו » דינסטאג יוני 23, 2015 2:59 pm

· #284615
אז איך וועל שרייבן וועסטו דאך דאס אויס מעקן עט דאך קיינער ניטאמאל וויסען ס'ארא גרויסע מחוצף איך בין איז א שאד די ארבעט

האמת לאמיתו » דינסטאג יוני 23, 2015 3:00 pm

· #284616
רעדאגירט דורך אפטעמיסט

מאטי » דינסטאג יוני 23, 2015 3:23 pm

· #284627
.

לית דין בר נש » דינסטאג יוני 23, 2015 5:24 pm

· #284658
די מעקן דא איז OUT OF CONTROL עס איז נישט נארמאל אז מען גיבט די כוחות צו מעקן אזוי סאך עס שפירט זיך ווי אין אסף המזכיר'ס צייטן.
איך פארלאנג אז @אפטעמיסט זאל נאך היינט רעזאגנירן פון זיין אמט און די געטרייע גבאים זאלן אויף נעמען א נייע גבאי חודש אפי' עס איז נאכנישט קיין חצי חודש!

יעקב מענטש » דינסטאג יוני 23, 2015 5:50 pm

· #284668
א מין בעל גאוה דאס, מיין בלוט אין שווייס מעקסטו מיט א הנאה ? ביסט דאך נישט בעסער ווי דער ר*ע

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/hqwdum20nh1go05/%D7%9B%D7%A4%D7%A8%D7%AA_%D7%A2%D7%95%D7%95%D7%A0%D7%95%D7%AA_%D7%91%D7%97%D7%95%D7%93%D7%A9_%D7%94%D7%A8%D7%90%D7%9E%D7%90%D7%93%D7%9F.mp4?dl=0">https://www.dropbox.com/s/hqwdum20nh1go ... F.mp4?dl=0</a>

בעל מדות » דינסטאג יוני 23, 2015 9:59 pm

· #284744
מאדנע תאוה, דער אפטע איז א גלגול פון היטלער'ס נשמה מיט א רייץ צו געוועלטיגן און דירעקטירן די שאף סטאדע מיט זיינע שיקאנירונגען.
ביזט נישט אויסגעוואקסן די קינדער שיכלעך? איך מיין איך הייב אהן כאפן ווער די ביזט... אלע יארן שוין אין חדר האסטו געמוזט אלעמאל ארויסשטארן...
שלעכטע מדות זאמלען זיך אהן דא מען מעקט און שענדעט אהן פרעגן די ריכטיגע בעלי בתים.
אפטע האלט פאר די אויגן די סצענע פון יענע טאג וואס סאדאם איז געווארן ארויסגעשלעפט פון לאך! נעם אפיר די היסטאריע ביכער וואס פאראייביגן די שוידערליכע ענדע פון מואמאר קאדאפי וואס איז געווארן געקוילעט דורך זיין אייגענע באפעלקערונג, קוק אביסל די דאקומענטאציעס וואס דערציילן איבערן סוף פון כאסני מובאראק, די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער.
נעם אריין אין קאפ אז נישט אלעמאל גייט עס אזוי גוט פאר די בארבארישע דיקטאטורן ...

זייט וויסן: עזות כלפי א גבאי וועט אין קיין שום פאל נישט טאלערירט ווערן. עס קומט איצט פאר העפטיגע מיטינגס מיט די רעשט פון דער הנהלה צו פארזיגלן דעם גורל פון בעל מדות. השמר והזהר.

ירא שמים » מיטוואך יוני 24, 2015 12:56 am

· #284805
@בעל מדות בארוהיג דיך גראדע זעע איך דא די גוטע מדות פון דעם געערטען און באליבטע @אפטעמיסט אז ער קען ביי זיך נישט פועלן צו מעקן יענעמס א תגובה , אבל דא עקא אז ער האט נישט מיט וואס צו זיין גבאי אז ער קען נישט מעקן שוין האט ער דא געמאכט זיין קאמישע אשכול מיט לפחות קאמישע מעקערייען אזוי שפירט ער זיך שוין גבאי.

וכדומה.. » מיטוואך יוני 24, 2015 1:02 am

· #284806
אפטעמיסט, סארא ארבעט דו מאכסט דא..

איך האלט מזאל אינסאטלירן א לייק קנעפל אויפן 'רעדאגירט' חלק...

בעל מדות » מיטוואך יוני 24, 2015 1:58 am

· #284811
ירא שמים
@בעל מדות בארוהיג דיך גראדע זעע איך דא די גוטע מדות פון דעם געערטען און באליבטע @אפטעמיסט אז ער קען ביי זיך נישט פועלן צו מעקן יענעמס א תגובה , אבל דא עקא אז ער האט נישט מיט וואס צו זיין גבאי אז ער קען נישט מעקן שוין האט ער דא געמאכט זיין קאמישע אשכול מיט לפחות קאמישע מעקערייען אזוי שפירט ער זיך שוין גבאי.

אגעס די כאפסט נישט אז איך בין קאמיש דא.

ירא שמים » פרייטאג יולי 17, 2015 1:06 am

· #289819
אפטע אפעלירט: לאזט מיר ניצן מיינע פינקציעס!
@אפטעמיסט בוסט נאך גבאי ?
כאפ אריין אפטע איידער סוועט שוין זיין צו שפעט !!!!!

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 17, 2015 1:22 am

· #289825
ער איז פארשלאפן די מזל.