☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די פאראייניגטע שטאטן פון גראביאנען

די פאראייניגטע שטאטן פון גראביאנען

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9148

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 22, 2015 6:39 pm

· #284359
די פאראייניגטע שטאטן פון גראביאנען
היינט איז ערשינען א פעטן באריכט שטודיע וואס זאגט אז 75% מענער און 67% פרויען אין אמעריקע העכער די פינף און צוואנציג יאר זענען אדער גאר גאר פעט, obese, אדער איבערוואגיק.

די פיגורין צייגן אויך אז צום ערשטן מאל זענען דא מער אוביס אמעריקאנער ווי בלויז איבערוואגיק. די פינף יעריגע שטודיע האט אריינגענומען 15000 מענער און פרויען.

אין פארגלייך איז צוואנציג יאר צוריק געווען בלויז 63% מענער און 55% פרויען פעט אדער אווערוועיט.

''די שטודיעס זענען נאריש און מיינונגסלאז, יעדעס מאל טוישן זיך די נומערס און שטודיע געפינסן'' האט זיך מיכל ט. געלאזט הערן ליינענדיג דעם באריכט בשעתן שלינגען אויף א פאסטראמי סענדוויטש אין גאטליב'ס רעסטאראנט. ''עס איז שטותים!''.

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 22, 2015 7:06 pm

· #284371
און מיין לייק איז אך ורק הכרת הטוב פאר דיין לייק

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 22, 2015 10:21 pm

· #284429
און מיין לייק איז בעיקר אויף די ווערטער פון מיכל ט.