☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ברעכעדיגע נייעס: קאווע קאנטרי!

ברעכעדיגע נייעס: קאווע קאנטרי!

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9143

Milk shake » מאנטאג יוני 22, 2015 12:08 pm

· #284251
ברעכעדיגע נייעס: קאווע קאנטרי!
איבערראשנד: קאווע שטיבל ריזארט "קאווע קאנטרי"!

נאך לאנגע חדשים פון שפעקולאציע און מיה, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער עולם איז נאך נישט גרייט פולקאם ארויסצומופן קיין "קרית קאווע שטיבל", דער אינציאטאר איז דערווייל געבליבן מיט די צוזאמגעלייגטע פלענער אין לעמבערגער רב'ס שופלאד אינאיינעם מיט @סטעטען איילענד און קרית @BLOOMINGBURG NY און קאווע שטעטל עקזיסטירט דערווייל בלויז אין סייבער ספעיס סמוך ונראה צו @גבעת זאב החדשה.

זענען די געניטע עסקנים @אנאנים און @שרייבער פון קהילת קאווע שטיבל אויפגעקומען מיט א פלאן פון א ווירטואלן קאנטרי "קאווע שטיבל רעזארט", ווי עס איז דא גענוג פלאץ פאר רוב אנהענגער און @קאמענטירער פון קאווע שטיבל מיט א היימליכע @שבת אחים, נעמליך א עכטע "קאווע קאנטרי", די באנגעלויס און הייזער זענען זייער פארשידנארטיג און יעדע איינס האט זיך זיין אייגנארטיגקייט אזוי אז יעדער זאל קענען איבערגעבן דא אין א ברייטע באשרייבונג זיין פערזענליכע עקספיריענס, און נאכ'ן זומער מאכן דערפון א ספעציעלע עקסטערע אויסגאבע "קאווע קאנטרי איבערלעבענישן".

כדי ס'זאל נישט קומען צו קיין רייבערייען און כאפערייען אויף די הייזער / באנגעלויס, דעריבער וועלן מיר פרובירן איינצוטיילן די חלקות שוין דא, אזוי אז ווען מ'קומט ארויס מיט'ן גרויסן @ספרינטער מיט די פעקלעך אין איין האנט, און די שלאפעדיגע קינדער אין די אנדערע האנט, זאל יעדער וויסן תיכף וואו ער שטייט איין, און גענוי וואו איז זיין וואוין ארט. די חברים בראש פון דעם @ווייס פרעזידענט קוקן גאר שטארק ארויס צו קענען מיט לעבן אין "עכט לעבן" (ריעל לייף בלע"ז) א קאווע שטיבל שמועס אדער געפעכט לעבעדיג פנים אל פנים, @יידל וועט מסביר זיין בטוטו"ד פארוואס יעצט איז טאג, און @יאיר מיט'ן לעכטיגן פנים וועט אנצייגן אין הימל אויף די שיינענדע @כוכב, און @דענקער וועט עס אונטערבעטן מיט ראיות ברורות, בשעת דער גרויסער @ידען וועט מיט איין @אנאנים שטעלן דעם טאן, @לעיקוואוד וועט דרייען מיט די לומד'שע פינגער בשעת דער @ליטוואק פון בודאפעסט וועט פאכן מיט די הענט צו ווייזן אז ער איז גאר @אנאנים דער ליטאי, צוזאמען וועלן זיי פארדאמען דעם חסידישן @יצמחפרקני ביז @דובר משרים וועט עס פארגלייכן און בארואיגן די געמיטער . @דוק ותשכח.
די געפילן און הרגשים וואקסן ווען מ'קלערט נאר אריין ווי עס וועט זיין ווען דער @אנאנים וועט מיט @שמעקעדיג סחורה אנרייצן די באי בית המדרש מיט @Starbucks
@פרישע קאווע און @Espresso, די @קאווע טרינקער וועלן זיך צוכאפן דערצו ווי צו @נופת צופים, אויך @Java וועט זיין לרחצה, פארשטענדליך אז @קאצקע ציקער וועט נישט פעלן, דער גבאי נאמן @אנאנים איז הויפט @סדרן און טרייבט דעם @עולם, @פליקער וועט קנאקן די פליגן מיט'ן @פליגן כאפער ,@אנאנים טוט געטריי זיין תפקיד, און וועט אראפרייסן די אומגעוואונטשענע עלעמענטן, ווען @ברסלבער וועט פארגיין א דעבקע אויף דעם ניגון @לא לדאוג צו פארטרייבן די מרה פון די שחורה , דער @ראש הישיבה נעמט אויף דעם עולם מיט א געמאכטן @שמייכל ווי א @ירח בן יומו , און @אוהב ספרים זיצט אין קארנער איינגעקנייטשט איבער א הויפן ספרים..

@ונבנתה העיר וועט אפיר ברענגען זיין קאלעקציע פון אור אלטע בילדער און @היסטאריקער וועט @פרייוויליג מסביר זיין יעדן פרט אין דעם @אנאנים, ס'איז @מוראדיג זיך פארצושטעלן וויאזוי עס וועט אויסזען די עם @מפוזרי בשעת דער @חקרן וועט פארשן צי @עדיאל און @אנאנים זענען גאר צווילינג' @אנאנים וועט אויפמישן א מפורש'ע @אנאנים, ווי ס'ווערט ערקלערט אז יעדער @אוהב דעת טראכט ווי @א איד, נישט חלילה ווי א @משכיל, און @יעקב מענטש וועט ערקלערן אז דו ביסט גאר @פוחת ועומד , @בן תמליון וועט אינטערווענירן און @איש אשכולות גיט עס צו פארשטיין אין @פלעין יודיש אז יעדעס ווארט איז @גאלד..

דער עולם זיצט רואיג זופענדיג פון די @פיינע קאווע נישט רעכענענדיג זיך מיט'ן @זייגער געניסנדיג פון א געשמאקן @רוח קדים דא אין קאווע קאנטרי שפירט יעדער מעשה @בעל הבית..

סוף כל סוף איז ער אויך אנגעקומען, @נולד מאוחר איז דא, ער קוקט אויס גוט @אויסגערוט, @מאטי כאפט זיך גלייך צו צום אלטן שכן @בן בג בג, @בארא פארקער שפרינגט אריבער מיט א @קפנדריא גראד צו @chaims קענטין, @פאר א [tag]דעינעש, דער (פינטעל) איד[/tag] שטופט זיך אויך אריין בין המסובין,

@Big Boy גרייט צו דאס ביהמ"ד @לכבוד שבת קודש א הערליכער פרוכת געשפינט פון @אנאנים ווען דער אויבן אן איז באשיינט דורך @חזקיהו המלך הארט נעבן @אנאנים , און ביים סאמע שפיץ זיצט דער @איש צדיק תמים, במקום שבעלי תשובה עומדים - גאר פראמינענט זעצט מען דעם @BAL TSHIVA , גאר נאנט צו @מורינו הרב די שיינע @יעלה ויבא טעוועלע הענגט אויף @לבי במזרח וואנט מיט פראכט, פון איבער'ן ארון קודש הענגט ארויס א @צוקלאפטע הושענא ,@ירא שמיםגיט אכטונג קיינער זאל נישט רעדן ביים דאווענען..

די עליות וועלן גיין מיט העכסטע ארדענונג און פיל @רואיגער, כהן וועט עולה זיין @ישמעאל הכהן @שמואל הלוי וועט באקומען לוי, און ישראל גייט פארשטייט זיך פאר @ישראל קאפקע, רביעי באקומט דער @אורח @סאבסיטוט, חמישי פאר @גרונם @מארקוס ששי קומט געוויס פאר'ן בעל @shem-tov
@אנאנים בכורי פארדינט אויך אן עליה אלס דער עלטסטער, דער בעל קורא איז נישט קיין אנדערער ווי @ר' שלמה אבן גבירול ,@אנאנים ווערט מכובד מיט מפטיר, @משולם שטיינפעלד מיס די מוסקלען וועט גיין הגבה, @קיטשי גייט גלילה..
איכה איז אוועקגעלייגט פאר @קינות גירושין, און אונזער פריינט @גרוש וועט אונטעברומען די קינות..

@diff וועט קומען צולויפען ווי א גאנצער @בן אדם , און פרעגן @פארוואס? @דעת תורה וואלט געפאדערט איך זאל באקומען כאטשיג שלישי ווי @מור וקציעה, בין איך דען נישט קיין @chusid ? זיי נישט אזא @אנאנים ביסט גענוג @חכם, @ודי למבין,

@יענער פויגעל קומט צו פליען טשוויטשענדיג: @I'm back, נאכ'ן דאווענען ברענגט @סארווירער אריין א קנאק @אנאנים מיט @געפילטע פיש צוגעשטעלט ביינעזאם מיט @קרעקער צוצובייסן, @דולה ומשקה וועט אנטרונקן דעם עולם מיט @שנאפס און גאלאנען @יין שרף צו מאכן א @לחייםאון זיך האלטן @פרייליך, @חאצקעל שניידער זאגט @גיב א שמייכל, און דער @קליין שטעטלדיגער @[tag]דוד[/tag] קומט צו שפאנען מיט א פושקעלע @פישלע העררינג דערנאך וועלן זיך מכבד זיין @איש את רעהו מיט @סאשי פיש , @הדד בן בדד פארציט א ציגאר אזוי ארום באקריגט ער @רויטע וואנצעס , @מ גפני גייט גאר פאר אלטן וויין, @הרבישראל פאדערט א קאלט גלעזל @עפל סיידער און @בוךווארעם זיצט גאר אין דער זייט פארטיפט אין א ספר איבער א גלעזל @HotCoffee ..

א קופקע אין פאליש אנגעפירט דורך דעם היציגן @קאך_לעפל מיט @אנאנים צו זיין זייט, איבער א @געשמאקער זעקל @פאפיטעס ווי דער @פרישער @ראש המדברים רעדט @האמת לאמיתו און טענה'ט אז @אכשר דרא, @בן-זומא קומט אן מיט זיין קען קאלטע @קוקה קולה..., און בן עזאי קומט צוגיין מיט זיין אייז קריעם קאון פון @kool man אלטן אייז קריעם טראק, @ל.רוזן וועט שרייען @איך אויך ברענג אהער א שערבעט, אייסעס @וכדומה.., אינצווישן האט זיך די @קפה נמס אינגאנצן צולאזט אין די הענט פון @מנחם , @שמערל וואונדערט זיך פארוואס מ'ווארט נישט אויף זיין מיינונג, @שעפטל רוקט זיך אריין מיט'ן @שטאפענע קאפעליטש מיט א רויטן @לאליפאפ, און

אין א עקסטערע ווינקל ווערט סערווירט א א גרויסן שיסל צימעס דורך @טוב און @יוחנן פיש , און ווערט באלד צוכאפט דורך גאנץ @ניקלשבורג, דענאך דעוועלאפט זיך א העפטיגע געפעכט בראש פון @גאנצל , ווי ער ווערט אטאקירט דורך @פריק מיט זיין @פערל פיסקל וועלכער פאדערט @דעמאקראטיע אבער ווערט אונטערגעהאלטן דורך'ן באקאנטן @signout ביז @גאלד קומט און ווארפט אריין זיין נייטראלע מיינונג, סוף סוף קומט @אפטעמיסט און בארואיגט די געמיטער, און @אויבערלענדער חכם שמייכלט זיך אונטער ווי א @התם ומתמם עם תמימים.. ,

אנאנים איז אונטער'ן פאדלאגע, ער זוכט דארט די ראשי תיבות, ווען @שאולדיספריםפאקער שפרייזט ארום מיט א וואגאן ספרים, @עזרא גיבט גערן פאר @חוני המעגל א שמעק @טאביק

@אחראי גיט א שריי, @העלא, א @טאמבל סאס וועט זיין ערלויבט נאר אין סווימינג פול, @אנאנים וועט מאכן א העד סטענד למען ידעו, @יואליש וועט רופן דעם עולם מיט א @דעת צלולה צו בעסקעט באלל אין גרויסן @איחוד פעלד, דער @וועטערבאריכט האט דאך געזאגט אז ס'קומט א שיינע טאג, @געוואלדיג ! שרייט אויס @אנאנים, איך קוק שוין ארויס אויף דעם צו שפילן מיט ידידינו @מיימון , דערווייל גייט @זוכער ארום טרעפן סאלאמענדערס,

צייט צו גיין שווימען, @אסף המזכיר וועט זיין @משגיח, @סדרן איז לייף גארד, @Samkoton פרובירט אויך ווייזן זיינע פעאיגקייטן, @אחד העם דייווט אריין מיט'ן @פיטום אראפ, און @גנדי אפלאדירט אים הויך,.

@מנשה לוסטיג וועט נעמן א באשיידן הייזקעלע ווי א רעכטער @גלות יוד, דער עיקר ס'זאל האבן א פאליצע פאר דעם לייכטן שטריימל צענטער, און א גאראזש פאר די שפעט פסח געמאכטער קאר. מר. @lazar זוכט אויס א שטיל ווינקל, נעבן דעם באליבטן @שמעון וואלף , [tag וועט באקומען א שיינס, נאר בתנאי אז ער באשלוסט אז ער ווערט א @מענטש, @אנאנים איז אייביג @ביליג, וועט ער קריגן איינס און א קליינס ביים עק, אוט אף @town1 ער נעמט עס אן באהבה ווי א @בעל מדות, די וואס האבן זיבן נעמען ווי @יתרו באקומען נאר איין הייזקע, @קאסטנער פארדינט ערליך א באנגעלוי צווישן די חסידי אוה"ע, @פלאוויוס פארלאנגט א גרויסן גארטן, @אשכולות אויפוועקער באקומט א פראמינענט ארט, צו קענען וועקען די איינוואוינער ווען ס'פעלט זיך אויס, @גאליציאנער באקומט א באנגעלוי נעבן לייט פאול, אזוי נישט צו דארפן נוצן אייגענע לעקטער, @די קעניג פין אמעריקע באקומט אן ארט נאנט צום @רופא מפורסם וועלכער פארשטייט צו די דמיונות..
@הבא ללמדמיט @דער שכן @טיטאניק באקומען א דאבל יוניט, און @סמבטיון גייט פריוואט, נישט צו מאכן קיין רעש, @רואה ואינו נראה באקומט א דורכזיכטיגע באנגעלוי אין וואלד, כשמו כן תהילתו, @שטילע אינגערמאן קען וואוינען גאר נעבן שוהל, נאר זיך האלטן שטיל, גרויסע מענטשעלע באקומט די הויכע קאטידערל סילינג, ווי פארשטענדליך, @נאר,,פרייליך באקומט א ברייטן צימער, צו קענען אויסציען זיינע צוויי איינגעבויגענע פיסלעך.. @מאיר הערש וויל דוקא וואוינען נעבן @הוגה , כקען אים פארשטיין, @הק זעמל דארף גיין אויפ'ן צווייטן שטאק אז די מייזלעך זאלן אים נישט צובייסן, @משה פראגער קען קלויבן צווישן די געבליבענע אפציעס,

דעם @צדיק נסתר לייגט מען טיף אין וואלד, קיינער זאל זיך טאקע נישט דערוואוסן זיין באהאלטענע עבודה, @ארבעס און @טשולענט @[tag]בונדל[/tag] באקומען אן ארט נאנט צום בית כסא, כדי נישט צו פארגאזן דעם עולם, נעם עס אן @אנאנים .. ס'איז גאנץ @smart צו לייגן @לית דין בר נש נעבן @אויס מענטש, @הציץ ונפגע דארף גיין אונטער א שאטן ס'זאל אים נישט נאכאמאל פארשאטן..

א באזונדערע בית החיים שטייט דארט מאחורי הפרגוד פאר די פארשטארבענע ניקס, ווי נישט קומט זיי אויך עפעס הנאה אין לעבן, קענען א בליק טון פון די אנדערע זייט און מיטהאלטן די לעבעדיגע אקטיוויטעטן פון קאווע קאנטרי.. @זר זהב וועט ליגן אויבן אן, אין די נייע בית החיים @קלאר וועט מען לייגן אין די אלטע, אז נישט וועלן די וואס האבן זיך ביים לעבן ארום געריסן זיך ווייטער צואמפערן און זיי וועלן אויפוועקן אלע נפטרים.. ביים גדר וועט ליגן די ענגלישע מצבה פון @zurich, ס'ציפט ביים הארץ צו זען דארט דעם אומפארגעסליכן @היימישער ליטוואק נישט ווייט זעט מען דארט @אביגדור, אויך גאר הארצרייסנד צו ליינען די מצבה פון @קליגער אינגערמאן מיט די @כתר מלכות דערויף, @משה רוקח מאכט זיך שוין אויך באקוועם צווישן די חברה דארט טראץ וואס ער האט נאכנישט קיין מצבה, קאמיש ווען אין ווינקל ליגט דארט @מאראנצןזאפט,הארט נעבן @לעמאן דזשוס , הנאהבים והנעימים בחייהם.. @אנאנים באשיינט די פאדערשטע רייע, נעבן @אליצפן , אינדרויסן ליגט דער @טעפל צו וואשן די הענט..

די @moshav zekeinim וועט זיין נעבן בית החיים על כל צרה שלא תבא, @אנאנים זיצט פראמינענט צווישן די אלטע לייט, אפילו @berlbalaguleh רוקט זיך דא אריין מיט זיין געלען באס.. א באשיידן שטריקל אין הויף @פארבינדן צו אויסטרוקענען די @נאסע ליילעך ,@דור האחרון וועט אויך באשיינען דעם בנין מיט זיינע זכרונות פון פארעגן גענעראציעס, אויפ'ן דאך איז דא א ספעציעלער @sunbar , אויך אונזער רעדעוודיגער @outspoken דרייט זיך שוין דא מיט א פארמאכט מויל..
@Ben-Shishim געהערט שוין אויך דא לכל הדיעות.. גאר שיין איז צו זען ווי די אור אייניקלעך קומען באזוכן דעם @elter-zeide .

וזאת למודעי! מיר האבן זיך אנגעשטרענגט לאנגע טעג און וואכן צו מסדר זיין יעדן לפי כבודו ועל מכונו ולמהותו ולפי מעשיו, און זיך משתדל געווען צו ארייננעמען אלע לעבעדיגע ניקים מיט די פולסטע רעספעקט, אויב שפירט זיך איינער באקריוודעט אז ער האט בכלל נישט באקומען קיין הויז, טעג, כיבוד, אדער פאזיציע, אדער האט מען אים געלייגט נישט לפי כבוד עשרו ורוב בניו, זאל זיך ביטע מעלדן צו די עסקנים אין מיין אישית און מיר וועלן פרובירן אים "טעגן" און לייגן אויפ'ן ריכטיגן ארט, ומבקש אני סליחה, ומחילתו על מקומו יבוא בשלום!

ביליג » מאנטאג יוני 22, 2015 12:27 pm

· #284256
יישר כח פאר די ארבייט וואס דו האסט אריינגעלייגט און אנגעשטרענגט צו מסדר זיין יעדעם אויף זיין פלאץ. איך וויל דיר ווארענען אז "עולם" גייט האבן טענות... איך בין נאר אביסל צופרידן צו זיין מיט 3 מענטשן אין איין באנגעלא

Milk shake » מאנטאג יוני 22, 2015 12:29 pm

· #284257
ביליג
יישר כח פאר די ארבייט וואס דו האסט אריינגעלייגט און אנגעשטרענגט צו מסדר זיין יעדעם אויף זיין פלאץ. איך וויל דיר ווארענען אז "עולם" גייט האבן טענות... איך בין נאר אביסל צופרידן צו זיין מיט 3 מענטשן אין איין באנגעלא

איך מיין דו ביסט אפגעקומען גאנץ "ביליג"..

פליקער » מאנטאג יוני 22, 2015 12:55 pm

· #284262
איך זאג זיך שוין אפ פון זיין דער פיציעלער פליגען פליקער

800

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 22, 2015 1:58 pm

· #284281
פארוואס שטייט נישט ווער ס'וועט טרינקן א @milk shake?

א איד » מאנטאג יוני 22, 2015 2:13 pm

· #284284
אזוי גייט עס ביי אלע עסקנים העוסקים לשם שמים, פון זיך אליינס פארגעסט מען.
יישר כח פאר דיזען שיינעם ארטיקל

געוואלדיג » מאנטאג יוני 22, 2015 2:15 pm

· #284285
עס איז פשוט
@געוואלדיג

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג יוני 22, 2015 2:17 pm

· #284286
ווייל אין אדם משים עצמו רשע....... 😂

Milk shake » מאנטאג יוני 22, 2015 5:15 pm

· #284336
[ציטאט אראפגענומען]


ביי דער געלעגענהייט וועלן מיר מודיע זיין אז ס'דא נאך א גאנצע רייע באנגעלויס וואס זענען נאכנישט פארטיילט, די חשוב'ע חברים וואס זענען געשטאנען גאנץ סוף שורה, געהאלטן טינמיטן קלאוזן א מולטי מיליאן דאללער דיעל, אדער ער געווען פארנומען צו שטיין ביי די שורה פאר סעקשאן 8 , און זענען דעריבער נישט ערשינען אין די ערשטע רשימה וועלן נישט פונדרויסן בלייבן! , אחרון איז אוועקגעלייגט פאר @יואב אויך איז נאך דא די עליות ביי מנחה וואס זענען נישט פארטיילט געווארן, שלישי ביי מנחה איז ר' @יהושע חיים , @משבק ברענגט אריין די @ציבעלע-קיגל צו פארטיילן פאר די וואס וואשן זיך צו של"ס, @כלבאשבוע ,שטעלט צו טונא מיט לאקס כיד המלח.. @ברעט מענינג שרייט באלד אויס @בשבילי! @yatzmachp איז נישט סתם א יצמח, לפיכך הוסיפו לו "פ" בסופו.. שאלעשידעס תורה וועט מען מכבד זיין @אנאנים,
ווי האט מען געקענט אויסלאזן און נישט דערמאנען דעם חשוב'ן מענעדזשער @petergrifin מיט די ברייטע @הויזן טראגער ? אונטער אים איז דער הענדימאן @הדד בן בדד וועלכער איז פארלוירן געווארן אין מואב,
@אנאנים פון אויבן איז בודק די ציצית ווי א @אינטער_חכם , @גדעון דרייט זיך ווי א @דריידל, דער געערטער @צלפחד וועט מכובד ווערן צום אנצינדן דעם בארביקיו גרילל מיט א לאנגן @שטאנג,
דא דארף איך אביסל הילף: @שצם_חנכל יאך ווייס נישט וואס דאס איז, עצם כשעורה? טיפת דם כחרדל? איז דאס א מענטש, צו א באשעפעניש, אדער א דומם, דערווייל ע'מיר אים אוועקלייגן אלס שבת בלעך..

מוצש"ק וועט מען דדערקוויקן אויף ווארעמע @פיצא און קאלטע @milk shake ...

גרוש » מאנטאג יוני 22, 2015 8:27 pm

· #284401
קינות,
נאו וועי, דאס ארגסטע,

Milk shake » דינסטאג יוני 23, 2015 11:00 am

· #284563
גרוש
קינות,
נאו וועי, דאס ארגסטע,


אוקיי, @גרוש וועט זינגען ברוך קל עליון, [ביטע נישט משה גאלדמאן'ס, ס'קריכט שוין..]

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 23, 2015 11:48 am

· #284572
דער אשכול איז א שילוב פון קונסט, הומאר און קאלירפולע פאנטאזיע. שוין איבערגעליינט אפאר מאל. הפלא ופלא.

ירא שמים » דינסטאג יוני 23, 2015 6:20 pm

· #284677
Re: ברעכעדיגע נייעס: קאווע קאנטרי!
צו וואס טויגען די אלע מעלות טובות( קונסט הומאר פאנטאזיע) ווען די תוכן איז פוסט און לער?
ווען די אלע זאכן ברענגען ארויס עפעס א טיפקייט איז עס עפעס ווערט.
כנלע״ד.

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 23, 2015 8:16 pm

· #284713
רויטע וואנצעס
דער אשכול איז א שילוב פון קונסט, הומאר און קאלירפולע פאנטאזיע. שוין איבערגעליינט אפאר מאל. הפלא ופלא.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יוני 24, 2015 2:23 am

· #284812
עטץ כאפסט סארא ארבייט ליגט דא? הפלא

יהושע חיים » מיטוואך יוני 24, 2015 7:07 pm

· #284942
ירא שמים
צו וואס טויגען די אלע מעלות טובות( קונסט הומאר פאנטאזיע) ווען די תוכן איז פוסט און לער?
ווען די אלע זאכן ברענגען ארויס עפעס א טיפקייט איז עס עפעס ווערט.
כנלע״ד.

יעדער ארטיקל פון הומאר איז עפעס אזוי תוכן'דיג ???
נאר ווען עס ברענגט ארויס א שמייכל אויפן פארמאטירטע גלות איד טויג שוין איינמאל די אלע מעלות טובות
כנלע"ד העני

Kool man » מיטוואך יוני 24, 2015 9:27 pm

· #284972
כיהושע חיים ועוד
ירא שמים, דו ביסט לעולם גערעכט, אזוי ווי אלע אשכולות אין קאווע שטיבל אן אויסנאהם זענען טאקע מלא עמקות, תוכן, פוהל מיט פשט רמז דרוש און סוד בנגלה ובנסתר, בחכמת התורה ובחכמת העולם, ... דעריבער וואלט דער ארטיקעל אויך געדארפט אזוי זיין (LOL), און אזוי ווי מילק שעיק ווייזט אויס איז בטבע פון די נעלבים ואינם עולבים און פארענפערט זיך נישט, וויל איך אביסעל אריינרעדען דא און זיך אננעמען פאר די נרדפים,

ווי דו פארשטייסט איז מילק שעיק מן הסתם, ווי רוב ק"ש שרייבער א ביזי מענטש, און רייסט זיך אראפ אפאר מינוט א טאג צו געבען פאר ק"ש, דעריבער האט דער ארטיקעל גענומען אסאך צייט און כוח, אין צוגאב צו גאר אסאך טאלאנט וואס שרייט ארויס פון די מייסטערהאפטע ארטיקעל פון אלע זייטען, איך ווייס נישט צו דו קענסט משער זיין די עבודה פון צוזאמצוקארצן די אלע ניקים, לעבעדיקע און להבחל"ח די נישט לעבעדיקע, אזוי ארום ווייזט אויס איז זיין דרוש און פלפול ארויסגעפאלן, מיר האפען ער וועט משלים זיין און אונז מהנה זיין מיט א שיינעם פלפול על דרך חכמי ק"ש להפיס דעתך. 😕

נ.ב. קריטיק גייט געווענדליך אין אישי, נישט ברבים.

וכדומה.. » מיטוואך יוני 24, 2015 10:14 pm

· #284977
@ירא שמים איך ווייס נישט, סאיז ארויף אויף די לייקס-ראנגען ליסטע, זעט אויס אז דאס איז יא לפי רוחו וטעמו פון קאווע שטיבל..

ירא שמים » מיטוואך יוני 24, 2015 10:41 pm

· #284982
ברעכעדיגע נייעס: קאווע קאנטרי!
קודם וויל איך דא מחילה בעטן פון יעדעם וואס כהאב אפשר פוגע געווען @milk shake כהאף בוסט מיר מוחל איך בין בכלל נישט געקומען אראפרייסען הרב מילך שאקל פארן פארברענגען צייט קודם כל ווייל קשוט עצמך כו׳ און נאכדעם כל ער מאכט דאך עס פארא ציל צו מהנה זיין דעם עולם און אויך נישט קריטיקירן און נישט געזאגט אז סאיז אנדערש פונ׳ם גייסט פון ק״ש כהאב עס אויך געקוקט אביסל און הנאה געהאט ( הגם כבין אביסל באליידיגט ווייל כהאלט ס׳קומט זיך מיר עפעס א חעשובערע פאסטן) , וואס כהאב יא געזאגט איז אויף די תגובה פון @רויטע וואנצעס וואס האט דערמאנט די מעלות טובות וואס ליגט דערין , אז די זאכן האבן נישט קיין חשיבות סיידן סברענגט עפעס ארויס , סאיז אזוי וואו מזאגט אויף א ספר די לשון איז אזוי מדוייק און שיין ווען די תוכן פון די ספר איז פוסט , אזוי קוקט מיר אויס און אפשר בין איך נישט גערעכט און אויב @Kool man וויל וועל איך רעדאגירן.

Kool man » מיטוואך יוני 24, 2015 11:20 pm

· #284988
מיר קוקט אויס אז דו האסט באקומען גאהר א חשובע פאסטען, בשעת ער'ט מיך אריינגעזעצט אין א אלטען אייס קרים טראק האט ער דיך געשטעלט אויף א געהויבענע רוחניות'דיקע פאזיציע, אויב האסטו עס נישט ליעב, אפשר בייטסטו מיט פליקער,ער האט דערקלערט אז ער איז אויך אומצופרידען 😎

ירא שמים » מיטוואך יוני 24, 2015 11:29 pm

· #284991
Re: ברעכעדיגע נייעס: קאווע קאנטרי!
וואסערע פאסטן קען שוין א קאל מען באקומען אבער פאר א ירא שמים קומט זיך עפעס מער[emoji39][emoji2][emoji23]

א איד » זונטאג יוני 28, 2015 4:59 pm

· #285740
ווי דער בחור האט געזאגט פאר זיין ראש ישיבה, ביז יעצט ווען איך בין נאכנישט געווען אן עניו האב איך פארשטאנען אז דער שידוך פאסט נישט פאר מיר, כ"ש יעצט ווען איך האב שוין נאך א מעלה אז איך בין א עניו אויך, איז זיכער אז איך קאן דעם שידוך נישט טוהן.

zurich » דינסטאג יוני 30, 2015 12:06 am

· #286140
העי ווער האט מיך דא אויפגעוועקט פון שלאף הא

Kool man » מאנטאג יולי 13, 2015 11:43 pm

· #289195
האט איימיצער א גרוס וויאזוי ס'ארבעט זיך אויס די קאווע קאנטרי? גייען נישט דארטן קולות צויישען די אלע פארשידענע קאווע מעמבערס? איך האף אפשר צו גיין צווייטע האלב זומער, איינער וואס איז שוין דארט זאל ביטע ברענגען גרוסען 😛

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 14, 2015 12:36 am

· #289215
כ'בין שרעקליך באליידיגט, איך פאר אהיים פאר די צווייטע האלב. כוכב מיט אפטעמיסט שפילן וואלי באלל אין פאלל און לאזן קיינעם נישט מיטשפילן.

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 14, 2015 12:50 am

· #289219
ניטאמאל האסטו דורכגעמאכט די דיעפ וואטער טעסט. הער אויף קריכן אויף די נערווען.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 14, 2015 1:07 am

· #289222
ער גאנבעט מיין נאז קליפ, מיינע גאגעלס, אפילו מיין בעדינג סוט מיט די רויטע שטריכן זעה איך אים טראגן איין טאג. דער לאזט זיינע זאכן אויף הפקר, נאכדעם בראבעוועט ער די שווער ארביינטע מיטל קלאס.