מלקות היינטיגע צייטען
74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9134
מלקות היינטיגע צייטען
דער מאמענט האט די וואך געהאט אן אינטערעסאנטער ארטיקעל איבער די נושא פון מלקות היינטיגע צייטען ווי זיי שרייבען צווישען אנדערע אז אפילו אין געוויסע דעמאקראטישע לענדער א שטייגער ווי סינגאפור איז איינגעפירט צו באשטראפען פארברעכער מיט שמיץ. (אפגערעדט פון די אראבישע לענדער ווי עס איז נארמאל) אין אז דאס איז זייער א גוטע אלטערנאטיוו צו טורמע וואס טוט נישט גארנישט אויף אין רוב מאל קומט מען נאך ארויס פון טורמע א גרעסערע פארברעכער ווי ווען מען איז אריין אין עס קאסט סתם אפ שווערע געלטער פאר די שטייער צאלער
יעצט מיין שאלה איז צו האלט איר אז עס וואלט געווען א גוטע עצה איינציפירען דא ביי אונז אין אמעריקע אויך ווי עס איז באוויסט אז די טורמע סיסטעם איז דוירעכגעפוילט אין קארופטירט אין קאסט סתם שווערע געלטער אויפצוהאלטען
יעצט שטעלט אייך פאר דזשאני האט באשווינדעלט די רעגירונג מיט אפאר אלפים סאיז די ערשטע מאל וואס ער באגייט א פארברעכען. אונטער די יעצטיגע גיידליינס וואלט ער דורך די גאנצע סיסטעם אין געריכט וואס על פי רוב פארשלעפט זיך עס פאר לאנגע חדשים אויב נישט יארען. ענדליך ווען עס איז פארטיג פאראורטיילט אים די ריכטער צו צען יאר טורמע
משליידערט אים אריין אין טורמע מיט די ערגסטע פארברעכער אין ער ספענדט דארט די שענסטע יארען פון זיין לעבן. אין יעדע שטיק צייט שפארט מען אים איין אינעם לאך סתם צו דערמאנען ווער עס איז בעל הבית דא. ענדליך ווען ער קומט ארויס נאך צען יאר איז ער אינגאנצען אנגעווייטאגט. קיין נארמאלע דזשאב קען ער נישט טרעפן ווייל ער האט א קרימינאלע רעקארד. שטימען קען ער מער נישט אין אזוי וויייטער ער דערזעהט זיך מיט א שווערער לעבן מאכט ער די פשוטע חשבון איך בין דאך שוין סייווי א קרימינאל נו לאמיר פראבירען נאכאמאל אפשר יעצט וועט עס יא געלונגען
יעצט שטעלט אייך פאר וויאזוי עס וואלט געארבייט אונטער די נייע סיסטעם
דזשאני ווערט געברענגט פאר א ריכטער ווי אלע עדות ווערט פארגעשטעלט. די פראסעקיוטער שטעלט פאר זיין זייט אין זיי לויער שטעלט פאר זיין זייט
די ריכטער נעמט א ברעיק פאר א האלבע שעה אין שמועסט אדוירך די קעיס מיט זיינע אדווייזערס. ער קומט צוריק נאך א האלבע שעה אין גיט ארויס זיין פסק אז דזשאני איז געפונען געווארען שולדיג
ער מאכט נאך א קורצע הפסקה צו באשליסען די שטראף
ער קומט אריין אין פאראורטיילט דזשאני צו פינעף אין צוואנציג שמוץ (בנוסף צו וואס ער דארף צוריק באצאלען די סכום וואס ער האט געגנבט פלאס א קנס)תיכף קומען צו צוויי וועכטער אין כאפען אן דזשאני וואס איז אנגעטון אין די אראנדזשע צו די געשטרייפטע טורמע קליידער (סיי ווייל די בושה איז גרעסער אזוי אין סיי ווייל געווענליך זענען דעס זייער דינע קליידער אין די שמיץ טוען מער וויי) אין פירען אים צו אינמיטען פונעם געריכט זאל ווי עס איז אנגעגרייט די ספעציעלע טישל. זיי לייגען אים איבער. זיי בינדען צו זיין הענט צו די צוויי זייטען פונעם טיש אין איינע פון די וועכטער ציעט אראפ זיין פאסיק אין הייבט אן אריינצופראקען אז עס גייט א רויעך
יעצט די גאנצע שפיל האט גענומען סך הכל אפאר שעה. דזשאני וועט שוין טראכטען פיר מאל פאר ער באגייט נאכאמאל א פארברעך (עס ליגט אים נאך אין די ביינער ווי ער ליגט אזוי אומבאהאלפען אין משמייסט אריין אין אים)
אין מער ווי אלעס ער גייט אהיים אין הייבט אן א לעבן פון דאסניי אין עס שפארט פאר די רעגירונג שווערע שווערע געלטער
לאמיר איבערלאזען טורמע פאר מערדער אדער רעפיסטס וואס איז פשוט א סכנה זיי זאלען זיך דרייען אויפען גאס אדער פאר פארברעכער וואס זענען שוין באגאנגען דעם פארברעך מער ווי איינמאל
פארשטייט זיך אז די צאל שמיץ וועט זיך ווענדען לויט ווי גרויס די פארברעך איז געווען
יאפ, איך בין א שטארקע שטיצער דערפאר. איך האלט אז עס איז פיל מער נוצבאר ווי די טורמע סיסטעם.
מבעט די עולם זאל זיך לאזען הערן דערפאר אדער אקעגן
אויב זענט איר אקעגן ביטע זייט אייך מסביר פארוואס איר האלט אז עס איז נישט קיין ווירקזאמע סיסטעם אין וואס איז אייער אלטערנאטיוו
מיט דאנק פון פראנאויס
Re: מלקות היינטיגע צייטען
הלואי
ע”פ דיני תורה איז נישט דא אזא זאך ווי תפיסה נאר מלקות אדער תשלימי כפל וכדומה ערי מקלט איז קיין תפיסה נישט געווען מ’האט אים געדארפט געבן דארט כל טוב וטוב כידוע ליודעים ווייל תפיסה איז קיין קארעקשן נישט נאר א מקום לגדל רוצחים, נעמען א מענטש אין מאכן אנגעווייטאגט אויף די מענטש’הייט אין מאכן קלאצן אויף די ווענט קען קיין גוטס נישט ברענגען
די אמערקאנע שוטים זענען אויך מודה אז ס’איז נישט קיין נארמאלע שטראף זאגן זיי אז ס’איז קרעקשן’ס מ’מענטש’לט זיי אויס דארטן אבער ווי–אזוי טוט מען עס מ’נעמט א טראבעל מעקר אין מ’לייגט אים נעבן רוצחים און ער ווערט זייערע חברים אין הערט פון זיי גיטע דברי מוסר אזוי ווערט ער אויס’געמענטש’לט הדבר דומה צו א שוואכע נשמה וואס מ’וויל אז ער זאל ערענסטער און פרימער ווערן נעמט מען אים צו די ארבעט ווייל אזוי וועט ער זיין זייער ביזי אין נישט האבן קיין צייט צו טוען עבירות אין אזוי וועט ער ווערן מסודר אין מ’לייגט אים נעבן שוואכע נשמות ווייל אזוי וועט ער הערן הייליגע דיבורים און יסודות’דיגע מוסר שמוסען אולי וועט זיך עפעס אנקלעבן אין אים
די מהלך פאר די חברה איז צו געבן שמיץ אזוי–ווי דער עוף האט ארויסגעברענגט און זיי שטעלן אויפן פיס געבן א ארבעט וכו’
יא איך בין אויך א שטארקער שטיצער פון מלקות.
אויב מלקות איז אוועקגענומען געווארן פון דעם לעגאלן זשארגאן האט דאס געלאנדעט מיט א "שמיץ" אריבער אין די הענט פון די קארופטירטע גארדס אין די תפיסות. מ'שלאגט און האקט מענטשן אן רחמנות ואין פוצה.. די אינסטאנצן ווייסן אין מאכן זיך כאילו לא ידע...
וואו האלט איר דארף מען שלאגן? אויפן הינטישטן, אויף די האנט פלאך, אדער אפאר קלינגעדיגע פראסקעס און פנים?
moshav zekeinimוואו האלט איר דארף מען שלאגן? אויפן הינטישטן, אויף די האנט פלאך, אדער אפאר קלינגעדיגע פראסקעס און פנים?
מושב זקנים: ס'א גוטע שאלה. אויפ'ן חלק אחוריים קענמען נישט שלאגן ווייל נחום וועט באשולדיגן מיט עביוז. אויף די האנד פלאך האט נאר דער אכזריות'דיגער רבי געשלאגן. איז נאר געבליבן אויפ'ן פנים. די שאלה איז נאר ווער וועט דערלאנגען די פאר געזונטע פראסקעס...דער גארד. דער פאליסמאן. אדער אפשר גאר דער שופט אליינס... 😂 🙄
Re: מלקות היינטיגע צייטען
א מענטש וואס האט א ברירה צו גאנבענען א מיליאן דאלאר וועט ער טראכטען אז יעצט קען איך פארדינען , און אינעם ערגסטן פאל כאפט מען מיר וועל איך באקומען אפאר שמוץ און אהיימגיין , משא״כ תפיסה וואס זיין לעבן ווערט אינגאנצען רואינירט.
ירא שמיםא מענטש וואס האט א ברירה צו גאנבענען א מיליאן דאלאר וועט ער טראכטען אז יעצט קען איך פארדינען , און אינעם ערגסטן פאל כאפט מען מיר וועל איך באקומען אפאר שמוץ און אהיימגיין , משא״כ תפיסה וואס זיין לעבן ווערט אינגאנצען רואינירט.
לייען איבער וועסטו זעהן אז איך האב קלאר געשריבען אז מוועט דארפען צוריקצאלען די גאנצע סכום פלאס א קנס אחוץ פון דורכגיין די בישות אין ווייטאג פון כאפען שמיץ
moshav zekeinimוואו האלט איר דארף מען שלאגן? אויפן הינטישטן, אויף די האנט פלאך, אדער אפאר קלינגעדיגע פראסקעס און פנים?
זיכער אויפען הינטערשטען
סאיז א חלק פונעם שטראף די אומבאהאלפענקייט פון ליגען איבערגעלייגט אויפען טיש אין אריינהייבען די שמיץ
משא״כ אויפען האנט אדער אויפען פנים איז נישט האלב די בושה
ווי אויך אויפען פנים קען מען שטארק געשעדיגט ווערן
berlbalagulehmoshav zekeinimוואו האלט איר דארף מען שלאגן? אויפן הינטישטן, אויף די האנט פלאך, אדער אפאר קלינגעדיגע פראסקעס און פנים?
מושב זקנים: ס'א גוטע שאלה. אויפ'ן חלק אחוריים קענמען נישט שלאגן ווייל נחום וועט באשולדיגן מיט עביוז. . 😂 🙄
וועם וועט ער באשולדיגען? די געריכט? אין ווי וועט ער זיי אנקלאגען? אין געריכט?
מאטיאויב מלקות איז אוועקגענומען געווארן פון דעם לעגאלן זשארגאן האט דאס געלאנדעט מיט א "שמיץ" אריבער אין די הענט פון די קארופטירטע גארדס אין די תפיסות. מ'שלאגט און האקט מענטשן אן רחמנות ואין פוצה.. די אינסטאנצן ווייסן אין מאכן זיך כאילו לא ידע...
דעס איז אן עקסטערע מעשה פאר זיך
וואס איך רעד פון איז אז עס זאל ווערן א עמטליכע שטראף אין ווערן דורכגעפירט אין פאבליק אונטער די אויפזיכט פונעם שופט וואס וועט מאכען זיכער אז מטוט נישט וואס מען וויל נאר עס ווערט דורכגעפירט אויף א נארמאלען אופן
יענער פויגעלmoshav zekeinimוואו האלט איר דארף מען שלאגן? אויפן הינטישטן, אויף די האנט פלאך, אדער אפאר קלינגעדיגע פראסקעס און פנים?
זיכער אויפען הינטערשטען
סאיז א חלק פונעם שטראף די אומבאהאלפענקייט פון ליגען איבערגעלייגט אויפען טיש אין אריינהייבען די שמיץ
משא״כ אויפען האנט אדער אויפען פנים איז נישט האלב די בושה
ווי אויך אויפען פנים קען מען שטארק געשעדיגט ווערן
אויפן חלק אחוריים קען דער פאר'משפט'ער נישט זעהן, איז די בושה אביסל קלענער, משא"כ אויפן האנט פלאך (ווי דער רבי אין חדר..) זעהסטו דיין שטראף פנים אל פנים, די בושה איז לכאורה גרעסער.
אבער דער אמת איז אז די פרטים איז נישט מעלה ומוריד אזוי שטארק. מען רעדט פון א קאנצעפט. דיטעילס וועלן מיר אויסשמועסן ווען עס וועט קומען לידי מעשה.
איך העט אפילו געזאגט אז נישט א מענטש זאל שמייסן, נאר א מאשין מיט סענסארס. באט עגעין, דאס איז שוין פרטים.
(אגב - פארוואס איז דער אשכול אין שבת אחים?)
שמעקעדיג
(אגב - פארוואס איז דער אשכול אין שבת אחים?)
איך האב נישט געוויסט ווי עס צו שרייבען
אדרבה אויב איינער קען עס רוקען צו א פלאץ וואס איז מער פאסיג וואלט איך אפרישיעטאד
Re: מלקות היינטיגע צייטען
כוויל נישט פארדרייען די נושא ,
כוויל נאר דערמאנען א ענדליכע נושא וואס איז כדאי צו בהאנדלען וואס דאס איז
וואסערע עונש צו געבן פאר א קינד ווען ער פארדינט זיך עס ,
לדעתי איז שלאגן די מערסטע אפעקטיוו (נישט ח״ו מערדערליכע קלעפ) טוט אביסל וויי ווערט אביסל פארשעמט ,
ענדערשער וואו ארוישיקען פון קלאס אדער צו געבן א שרייבען עסיינמענט .
Wow
דאס איז מער עונש סייף ווי מלקות.
chusid
איך האב נישט געמיינט ממש ווי אין סינגאפור איך האב זיי נאר אנגעכאפט אלץ א משל
איך האב דירעקט געשריבען זייענדיג אנגעטון מיט די תפיסה בגדים אין די ווידיאו איז אנע בגדים בכלל
אין אויב איך מאך נישט קיין טעות איז די ווידיאו אין מאלאזיע אין נישט אין סינגאפור הגם דארט איז גארנישט בעסער
דארט שמייסט מען מיט א גראבע בעמבו סטייל שטעקן מיין פראפאוזעל איז מיט א פאסיק
אין איראן שלאגט מען טאקע מיט קליידער, אבער די ווידיאוס דערפון זענען אויך שרעקליך.
איך מאך נישט אוועק די הצעה פון געבן מלקות אנשטאט תפיסה, מ'דארף נאר וויסן אז ס'איז פיזעקלי און מענטאלי אויך זייער א שווערע שטראף.
רויטע וואנצעסאין איראן שלאגט מען טאקע מיט קליידער, אבער די ווידיאוס דערפון זענען אויך שרעקליך.
איך מאך נישט אוועק די הצעה פון געבן מלקות אנשטאט תפיסה, מ'דארף נאר וויסן אז ס'איז פיזעקלי און מענטאלי אויך זייער א שווערע שטראף.
בכלל ביי די אראבישע מקומות שמייסט מען בארבאריש, פאראן יוטוב קליפס דערפון, ואין מביאין ראי' מן הרוצחים, כאטש פאר אסאך רוצחים און מאפיא'ניקעס איז אזא עונש גאר פאסיג, די רוצחי הדור זאלן סיי שמאכטן אין תפיסה און יעדן טאג באקומען אזא פארציע, וועלן זיי זיצן איינגעמאכט.
אבער די פראבלעם איז דארט אז דער וואס באקומט דעם עונש איז דער וואס האט געארבעט קעגן די רוצחי הדור, און ער גליטשט זיך ליידער נישט ליידער פון זייערע הענט.
[ציטאט אראפגענומען]
אמת. איך האב עס נאר געשריבען אלץ א חלק וואס דארף רעפארמירט ווערן סאיז אבער א עקסטערע נושא
אונטער מיין פראפאוזעל זאל די גאנצע געשעפט אינקלאדינג די שמיץ נישט נעמען לענגער ווי א טאג
אין איינמאל אפגעשמיסען איז ער צוריק א געהעריגע בירגער ווי בעפאר דעם אחוץ אויב ער באגייט נאכאמאל דעם פארברעך
בן אדםאבער די פראבלעם איז דארט אז דער וואס באקומט דעם עונש איז דער וואס האט געארבעט קעגן די רוצחי הדור, און ער גליטשט זיך ליידער נישט ליידער פון זייערע הענט.
חברה עטץ פארקריכטס
אונז זענען נישט איראן אין אונז זענען נישט סאודי אראביע אונז זענען אויך נישט אין סינגאפור, אונז זעמיר אין אמעריקע
דארף עס וויי טון? זיכער אז יא
דארף עס איבערלאזען cuts אין פערמאנענטע מארקס? זיכער אז נישט
איז עס א פיזישע אין מענטאלישע שווערע שטראף? קלאר אז יא. איז נישט דעס די ציל צו באשטראפען די פארברעכער? (הגם סאיז לכאורה מער מענטאליש שווער)
די נושא איז צו איבערלייגען אין אריינשמייסען מלקות אין אמעריקע אויף א נארמאלע מילדע שטייגער (נישט ווי איראן אין נישט ווי סינגאפור) וואלט געווען א פאסיגע אלטערנאטיוו צו די יעצטיגע תפיסה סיסטעם
וואס האלט די עולם איבער פארשעמען, למשל מוזען שטיין אויפען הויפט גאס פון שטאט מיט 2 פאליסמענס ביי די זייטען, געבינדען די הענט, און האלטען א סיין אז איך בין געוועהן א גנב,
סאיז א שטראף וואס זשאדזשעס אין אמעריקע טוען צומאהל, און אנדערע טענהען אז סאיז אויך צו ברוטאל
קרעקערוואס האלט די עולם איבער פארשעמען, למשל מוזען שטיין אויפען הויפט גאס פון שטאט מיט 2 פאליסמענס ביי די זייטען, געבינדען די הענט, און האלטען א סיין אז איך בין געוועהן א גנב,
סאיז א שטראף וואס זשאדזשעס אין אמעריקע טוען צומאהל, און אנדערע טענהען אז סאיז אויך צו ברוטאל
פארשעמען איז אויך א מהלך. אין די אלע וואס שרייען ברוטאל וועלן שרייען ברוטאל אויף עניטינג
אין איז דען תפיסה נישט ברוטאל?
די מעלה פון מלקות איבער פארשעמען איז אז עס האט ביידע סיי מווערט גוט פארשעמט אין עס טוט נאך וויי אויך
סווערט מיך שלעכט נאר טראכטענדיג ווי משטעלט אראפ נחמי וועבערמאן און אברהמי רובין אינמיטען גאס אויף א בימה יעדער שטייט ארום, א פאליסמען שלעפט אראפ זייער הויזען, און מהייבט אן אריינשמייסען מיט א קאנטשיג און זיי טאנצען שרייען פאר יסורים און די פארזאמעלטע שמייכלען
קרעקערסווערט מיך שלעכט נאר טראכטענדיג ווי משטעלט אראפ נחמי וועבערמאן און אברהמי רובין אינמיטען גאס אויף א בימה יעדער שטייט ארום, א פאליסמען שלעפט אראפ זייער הויזען, און מהייבט אן אריינשמייסען מיט א קאנטשיג און זיי טאנצען שרייען פאר יסורים און די פארזאמעלטע שמייכלען
בארואיגט אייך
משטעלט זיי נישט אינמיטען גאס. עס ווערט געטון אין געריכט
משלעפט נישט אראפ קיין הויזען. משמייסט אויף די תפיסה קליידער
סאיז נישט געצילט מזאל טאנצען אין שרייען פאר יסורים. עס איז געצילט סזאל אביסעל וויי טאן אין מזאל פארשעמט ווערן
חוץ פון דעם. פרעג נחמי וועבערמאן וואס ער וויל ענדערש? זיצען אין תפיסה פאר פופציג יאר? אדער איינמאל אריינהייבען קלעפ? איך בין זיכער ער וואלט אויסגעוועלט קלעפ איבער תפיסה
חוץ פון דעם די האסט פריער ארויפגעברענגט די נושא פון פארשעמען דורך האלטען א טאוול. וואלסטו ענדערש געוואלט זעהן נחמי שטיין אויף א הויפט גאס מיט א גרויסע טאוול ״איך בין א טשיילד מאלעסטאר״?
קודם כל, מען טוט עס ע"פ רוב בצנעא. נישט ווען יעדער זעהט.
והשנית, גיי פרעג נחמי' היינט וועלכע ער וואלט ענדערש אויסגעוועלט, 103 יאר אדער כאפן אפאר שמוץ און פארטיג.
--
פויגל האקט ענליך
Re: מלקות היינטיגע צייטען
עס איז קלאר אז די גזמאות פון יארן וואס מען פארטיילט אין אמעריקע אויף פארברעכנס, ווי אויך די שטרענגע אומשטאנדן אין די תפיסות, זענען שוין לאנג צייט פאר רעפארמאציע.
אבער צו זאגן אז מען זאל אנשטאט אדאפטירן מלקות, איז אבסורד. דער עצם געדאנק פון עין תחת עין, אז טאמער איז איינער איז באגאנגען א פארברעך ברויך מען באגיין א פארברעך אויפ'ן פארברעכער, ווערט באטראכט אין אונזער מאדערן סאסייעטי ווי אוממאראליש און פרימיטיוו. דער גאנצער יוסטיץ סיסטעם טאר נישט זיין קיין שטראפינג סיסטעם, די סיבה פארוואס מען שפארט איין מענטשן איז בלויז ווייל זיי זענען שעדליך פאר אנדערע זיך צו געפונען אויף דער פריי.
שמערלעס איז קלאר אז די גזמאות פון יארן וואס מען פארטיילט אין אמעריקע אויף פארברעכנס, ווי אויך די שטרענגע אומשטאנדן אין די תפיסות, זענען שוין לאנג צייט פאר רעפארמאציע.
אבער צו זאגן אז מען זאל אנשטאט אדאפטירן מלקות, איז אבסורד. דער עצם געדאנק פון עין תחת עין, אז טאמער איז איינער איז באגאנגען א פארברעך ברויך מען באגיין א פארברעך אויפ'ן פארברעכער, ווערט באטראכט אין אונזער מאדערן סאסייעטי ווי אוממאראליש און פרימיטיוו. דער גאנצער יוסטיץ סיסטעם טאר נישט זיין קיין שטראפינג סיסטעם, די סיבה פארוואס מען שפארט איין מענטשן איז בלויז ווייל זיי זענען שעדליך פאר אנדערע זיך צו געפונען אויף דער פריי.
איך מוז מחולק זיין מיט דיר
אויב איז די גאנצע סיבה פארוואס משפארט איין מענטשען איז ווייל זיי זענען שעדליך פאר אנדערע דעמאלטס וואס דארף מען טון ווען איינער באגנבעט די רעגירונג אדער סיי וועלכע אנדערע פארברעך וואס איז נישט שעדליך פאר אנדערע? וואס דארף מען טון אים צוריקצוהאלטען פון עס טון נאכאמאל?
אין איך זעה נישט פארוואס אפאר גוטע שמיץ זאל הייסען באגיין א פארברעך
צווייטענס וואס איז די פארגלייך צו עין תחת עין?
Re: מלקות היינטיגע צייטען
איינער וואס באגנב'ט אנדערע איז שעדליך און ברויך איינגעשטעלטע ווערן, הגם די אפשן פון געבן א געלט קנס קען און פיל פעלער זיין מער אפעקטיוו.
טיילן פעטש איז א פארברעך. והא ראיה א ציווילער וואס טיילט פעטש ווערט ארעסטירט פארדעם.
א ציווילער וואס שפארט איינעם איין אין א לאך פאר צוואנציג יאר איז אויך א פארברעך.
שמערלאיינער וואס באגנב'ט אנדערע איז שעדליך און ברויך איינגעשטעלטע ווערן, הגם די אפשן פון געבן א געלט קנס קען און פיל פעלער זיין מער אפעקטיוו.
טיילן פעטש איז א פארברעך. והא ראיה א ציווילער וואס טיילט פעטש ווערט ארעסטירט פארדעם.
אהא סא דיין שיטה איז אז אויב איינער האט באגנבעט די רעגירונג אין סאיז די ערשטע מאל ער באגייט א פארברעך דארף מען אים איינשפארען ווייל ער איז א סכנה פאר אנדערע
אויב אזוי. פאר ווי לאנג דארף מען אים איינשפארען? ווען ווערט ער אויס סכנה אין ער קען שוין צוריק ארויסקומען?
אוודאי איז טיילען פעטש סתם אזוי א פארברעך. אבער געבן פעטש פאר דיסציפלין איז אינגאנצען א צווייטע מעשה. והא ראיה אז אין געוויסע סטעיטס איז עס לעגאל
אין די וואס זאגען אז געבן פעטש פאר דיסציפלין איז א פארברעך זענען די זעלבע וואס שפארען איין מענטשען פאר לאנגע לאנגע יארען פאר מינדערוויכטיגע פארברעכנס #היפאקראציעעטאיטסבעסט
נאר דאס פעלט נאך אויס אין אונזער ״דעמקראטישע״ לאנד צוריק צוגיין צו די מיטל אלטער און טיילן מלקות! איך וואלט פארגעשלאגן מ׳זאל דאס ניצן נאר אויף די פאליטישאנס און רבנים וואס פּייניקן די מענטשהייט!, אראפ מיט די געפּעפּערטע הויזן! 😂 ס׳וואלט גארנישט געשאַדט ווען די חברה כאפן גיטע מכות! 😠
מאטיא ציווילער וואס שפארט איינעם איין אין א לאך פאר צוואנציג יאר איז אויף א פארברעך.
גוט געזאגט רבי מאטי
נאך מער נישט נאר אין א לאך. א ציווילער וואס שפארט סתם אזוי איין איינעם אפילו אין א ברייטע צעל איז אויך א פארברעך
שבת אחיםנאר דאס פעלט נאך אויס אין אונזער ״דעמקראטישע״ לאנד צוריק צוגיין צו די מיטל אלטער און טיילן מלקות! איך וואלט פארגעשלאגן מ׳זאל דאס ניצן נאר אויף די פאליטישאנס און רבנים וואס פּייניקן די מענטשהייט!, אראפ מיט די געפּעפּערטע הויזן! 😂 ס׳וואלט גארנישט געשאַדט ווען די חברה כאפן גיטע מכות! 😠
פארוואס איז איינשפארען מענטשען פאר לאנגע יארען פאר מינדערוויכטיגע פארברעכנס מער דעמאקראטיש ווי אפאר שמיץ?
דאכט זיך אז די סיסטעם פון די אמעריקאנער תפיסות איז ווייט פון דעמאקראטיש
מענטשען וואס זענען געזיצען אין רוסישע אין אין אמעריקאנער תפיסות האבען געזאגט אז די אמעריקאנער תפיסות זענען סאך ערגער
שמערל, די ליבעראלן זאגן דאס זעלבע אויף חינוך פון קינדער.
איך מיין אז דער בורא האט באשאפן אזא זאך ווי א פיזישע שטראף פאר א וויכטיגע סיבה, און מען דארף עס נוצן ווען עס פעלט זיך אויס.
"עס ווערט באטראכט אין אונזער מאדערן סאסייעטי ווי אוממאראליש און פרימיטיוו"? TOO BAD. דאס איז א פאלשער בליק. אבער בליקן קען מען גרינג טוישן. אמאל איז געווען א נארמאלע זאך צו נעמען שווארצע פאר עבדים, און עס האט זיך געטוישט.
צוליב א בליק פון אפאר ליבעראלע משוגעים איז נאך נישט רעכט צו טון וואס מיר טוען, אז אנשטאט געבן אפאר פעטש לייגט מען יענעם צוגרינד פארן לעבן. משוגעים איז גאר אן אנדערסטעיטמענט.
מען דארף נוצן אביסל שכל.
Re: מלקות היינטיגע צייטען
ירא שמיםכוויל נישט פארדרייען די נושא ,
כוויל נאר דערמאנען א ענדליכע נושא וואס איז כדאי צו בהאנדלען וואס דאס איז
וואסערע עונש צו געבן פאר א קינד ווען ער פארדינט זיך עס ,
לדעתי איז שלאגן די מערסטע אפעקטיוו (נישט ח״ו מערדערליכע קלעפ) טוט אביסל וויי ווערט אביסל פארשעמט ,
ענדערשער וואו ארוישיקען פון קלאס אדער צו געבן א שרייבען עסיינמענט .
ר׳ שמעקער האב איך צוגעטראפן צו אייך?
Re: מלקות היינטיגע צייטען
די ראיה אז מען פארשקלאפט שוין היינט נישט קיין מענטשן איז לטובת טיילן פעטש?
Re: מלקות היינטיגע צייטען
פויגל, די וואס פארטיילן לאנגע יארן זענען נישט די וואס האלטן נישט פון פייניגן, עס זענען די וואס וואלטן ווען געפייניגט ווען מען לאזט זיי, ווייל מען לאזט זיי מער נישט פייניגן נוצן זיי אויס די תפיסה יארן צו פייניגן.
Re: מלקות היינטיגע צייטען
מאטיא ציווילער וואס שפארט איינעם איין אין א לאך פאר צוואנציג יאר איז אויך א פארברעך.
עס איז אבער נישט קיין פארגלייך צו סאדיזם.
דער זעלבער קאורט וואס געט די פאנדומענטאלער רעכט פאר מענטשן זיך צו דרייען אויפן גאס, זעט פאר וויכטיג עס אוועקצונעמען פון פארברעכער. צו מיטיגן סאדיזם אנשטאט, איז קלאר נישט קיין בעסערע אפציע.
שמערלפויגל, די וואס פארטיילן לאנגע יארן זענען נישט די וואס האלטן נישט פון פייניגן, עס זענען די וואס וואלטן ווען געפייניגט ווען מען לאזט זיי, ווייל מען לאזט זיי מער נישט פייניגן נוצן זיי אויס די תפיסה יארן צו פייניגן.
סאיז די רעגירונג וואס האט אפגעמאכט אז קארפאראלע פאנישמענט הייסט געפייניגט
אדרבה קום די אויף מיט עפעס בעסער. צוריקצאלען אליינס איז נישט גענוג. ווייל סלוינט זיך נאך אלץ העכסטענס אויב מכאפט מיך וועל איך עס צוריקצאלען. עס ברויך זיין עפעס וואס זאל אים מאכען טראכטען אפאר מאל די נעקסטע מאל וואס ער וויל באגיין א פארברעך
Re: מלקות היינטיגע צייטען
ווער האט געזאגט אז צוריקצאלן איז יא גענוג? וואס איז שלעכט מיט תשלומי כפל וד' וה', אדער א יאר תפיסה?
שמערלמאטיא ציווילער וואס שפארט איינעם איין אין א לאך פאר צוואנציג יאר איז אויך א פארברעך.
עס איז אבער נישט קיין פארגלייך צו סאדיזם.
דער זעלבער קאורט וואס געט די פאנדומענטאלער רעכט פאר מענטשן זיך צו דרייען אויפן גאס, זעט פאר וויכטיג עס אוועקצונעמען פון פארברעכער. צו מיטיגן סאדיזם אנשטאט, איז קלאר נישט קיין בעסערע אפציע.
די מישט אויס סאדיזם מיט דיסציפלין עס איז צוויי אנדערע זאכען
אין נאכאמאל וואס די רעגירונג טוט מיינט נישט אז עס איז גערעכט. די קאורט סיסטעם איז דורעכגעפוילט פון אויבען ביז אראפ
Re: מלקות היינטיגע צייטען
טיילן פעטש איז כמעט אייביג סאדיזם, אפילו ביי מלמדים אוו עלטערן, כש"כ אויב די רעגירונג זאל האבן אפאר באצאלטע מלקות טיילער. עיין באוהחה"ק על הפסוק ונתן לך רחמים, בדבר התליין.
שמערלווער האט געזאגט אז צוריקצאלן איז יא גענוג? וואס איז שלעכט מיט תשלומי כפל וד' וה', אדער א יאר תפיסה?
אין אויב ער זאגט אין לי?
די דארפסט אים באשטראפען מיט עפעס וואס איז נישט געוואנדען אין אים אין אים אויך גוט פארשעמען אין די זייט (א יאר תפיסה איז אויך צופיל. אין מאיז וויייטער אין די סכנה פון ארויסקומען א גרעסערע פארברעכער ווי ער איז אריין)
חוץ פון דעם מיין פראפאוזעל זאגט אז מוועט דארפען צוריקבאצאלען בנוסף צו א קנס. די קלעפ איז מער געצילט אים צו מאכען טראכטען אפאר מאל פאר ער טוט עס נאכאמאל
שמערלטיילן פעטש איז כמעט אייביג סאדיזם, אפילו ביי מלמדים אוו עלטערן, כש"כ אויב די רעגירונג זאל האבן אפאר באצאלטע מלקות טיילער. עיין באוהחה"ק על הפסוק ונתן לך רחמים, בדבר התליין.
ווענד זיך ווער עס טיילט די קלעפ
מרעדט פון א זאך וואס זאל קאנטראלירט ווערן אז עס גייט נישט ארויס פון קאנטראל
אוודאי איז נישט יעדער געאייגענט צו טיילען קלעפ (מיינע מלמדים זיכער נישט)
Re: מלקות היינטיגע צייטען
הייסט דו זעסט נישט קיין שום אפציע צו באשטראפן איינעם חוץ פעטש? אפשר קאמיוניטי ווארק, ווי צאמנעמען די גארביזש, אדער אנשטאט צוואנציג שמוץ זאל זיין צוואנציג פוש אפס ווי אין מיליטער, פארוואס סאדיזם?