בעטוף עולל ויונק: למאי נפקא מינה?
עס זאגט מיר היינט א פרייער איד, אז זיין ווייב איז זיך נוהג נישט צו עסן קיין פלייש פון יונגע באשעפענישן, אזוי ווי ניי געבוירענע קעלבער, אדער שאף, זי קען נישט פארנעמען אז מען הארגעט בעיביס.
דערצייל איך עס שפעטער פאר א גוי מיין מיטארבייטער, זאגט מירי ענער אז ער ווייסט גראדע פון עטליכע מענטשן וואס ווילן נישט עסן קיין פלייש פון ניי געבוירענע באשעפענישן, וויבאלד זיי קוקן אויס קיוט און אינעסענט און עס רייסט ביים הארץ צו עסן זייער פלייש.
עס איז ברייט אנגענומען אין די מערב וועלט עטיק, צו זיין שטארק פארזיכטיג אויפן געפילישן חלק פונעם טשיילד, כאטש עס איז אויפן חשבון פונעם ערוואקסענעם. א טראגעדיע אדער מעשה אכזריות דערהערט זיך א סך שטערקער אין פאל עס איז דא קינדער אינוואלווד, ווי ווען עס האנדלט זיך מיט בלויז ערוואקסענע מיט האלב גרויע בערד.
אין תנ"ך און אין קינות, אין פאלקס לידער און אין אלטע באשרייבונגען, איבעראל ווי א טראגעדיע נעמט אריין קינדער, ווערט די צרה ארויסגעהויבן פיל פאכיג.
איז מיין שאלה: איז דער קינדס בלוט רויטער ווי פון אן ערוואקסענער מיטל יעריגער מענטש? אדער אפשר איז דאס קינדס טראגעדיע בלויז א בעסערע טרערן קוועטשער, צוליב זיין אומשולדיגער זיסער געשטאלט, אזוי ווי די ניי געבוירענע בעלי חיים?!
דער ענין פון אומבאהאלפן קייט קומט דא נישט אריין, ווייל בעת אן אטאקע פון א שטערקערע שונא זענען די ערוואקסענע פונקט אזוי אומבאהאלפן. און בנוגע באוואוסטזייניגקייט איבערן צרה זענען טיילמאל די ערוואקסענע מער ווי די יונגע. אין איין ווארט: די יסורים, פיזיש צו גייסטיש, קען ביים ערוואקסענעם זיין פונקט אזוי שטארק ווי ביים קינד, אבער אויף צו קוועטשן טרערן וועט מען שרייען "בעטוף עולל ויונק"
אבער איז עס באמת א נפקא מינה ווער עס איז זיך מתבוסס בדמיו?