Re: דער חינוך מיתוס
סזעט אויס וואו ער האלט נאך אינמיטן מחליט זיין וואס ער וויל, די קעיק האלט זיך אינמיטן באקן, אפשר צום סוף וועט ארויסקומען א שיינע קעיק און וועסט קענען מסכים זיין…
וכדומה..אוודאי טאר מען נישט לאזן א מענטש שעדיגן א צווייטען, דאס דארף מען באהאנדלען. אבער אויף וויפיל עס אנבאלאנגט דעם מענטשענס פריוואטע אייגענע לעבן? וואסערע לייפסטייל ער וויל זיך אויסוועלן? וכו', ווער בוסטו אריינצורעדן, וויזוי פארגלייכסטו דאס צו געזעצען וואס געבן אכטונג מזאל נישט שעדיגן א צווייטען? אדער שטערן אנדערע מענטשענס רעכטען? אוודאי אויף דעם קען מען און זאל מען אריינרעדן! אבער ווען איינער וועלט פאר זיך אויס א מהלך החיים? אויף דעם איז עפעס דא געזעצן וואס זאגן וואס א מענטש זאל טוהן?
דעת תורה
הקטן, וואס זעט מען אין די היינטיגע ליבעראלע גאס? די קינדער וואקסן אויף שוואכער ווי בעפאר?
הקטן
זייט יאיר צי זיין קרעדיד האט שוין ארויסגעבעקט פין זיין ערשטע מהלך, ער לאזט שוין יא משפיע זיין אויף אינזער קינדער אז זיי זאלן האבן א גוט לעבען (איך בין נישט זיכער אויב ער לאזט רעדן שארף) האב איך נאכאמאל אנגעפאנגען צו גיין צי חינוך אווענטס און דרשות פשוט צו וויסען וואס יא ציזאגן און וואס נישט, וואס ארבעט בעסער און וואס לייגט ציגרינד
וכדומה..@הקטן
ב) ברעינוואשן, דאס הייסט מבאגייט זיך נישט מיט פארס, אבער פון ווען דאס קינד היייבט נאר אן פארשטיין א ווארט, איז מען שוין ביזי אריינבאקען פונקטלעך וויזוי ער זאל אויסזען, וואס ער זאל טוהן, ווי ער זאל גיין, וואס גוט מיינט, וואס שלעכט מיינט אא"וו, אזוי בלייבט דעם קינד נישט קיין אמתע אויסוואל ווי זיך צו פירן.
ב' איז ראנג
moshav zekeinim
און לדעתי גייט עס אן אפילו מען זאל ערציען דעם קינד מיט גאר שווערע אומשטענדן, און אפילו וואס קוקט אונז אויס וואנזיניג.