☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #9103

אשכול אן א טיטל #9103

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9103
בלאט: 1 2

— » מאנטאג יוני 15, 2015 2:08 pm

· #282753

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מיימון » מאנטאג יוני 15, 2015 2:23 pm

· #282755
.
📎 FB_IMG_1434392431568.jpg 📎 FB_IMG_1434392427005.jpg 📎 FB_IMG_1434392405303.jpg 📎 FB_IMG_1434392401205.jpg 📎 FB_IMG_1434392396621.jpg

מיימון » מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 pm

· #282757
.
📎 FB_IMG_1434392436303.jpg

lazar » מאנטאג יוני 15, 2015 2:28 pm

· #282760
שולדיג אין דעם איז קול מבשר אינאיינעם מיט דעם הערשקאוויטש וועלכע האבן אהינגעטריבן דעם עולם גולם.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 15, 2015 2:32 pm

· #282761
באלאנגט אין "איך עקל מיך" אשכול.

איך האף נאר אז מ'האט נישט פארקירט די 2015 אדעסי אינדרויסן פונעם אפיס.

בן תמליון » מאנטאג יוני 15, 2015 2:37 pm

· #282762
דער דרעזנער דארף זיך אפטראגן פאר ער לייגט אונז אינגאנצן צוגרונגד. וואו איז א טראפ שכל? זאג קיינער גייט נישט אראפ שיקט אלע דורך אימיעל אדער פאסט. זייער מסתבר נאך די סצענעס וועט קיין איין איד וועט קיין וואוטשער נישט באקומען דארט עס וועט אלעס גיין פאר לעיגיטימע לאקאלע איינוואינער.

הערשקאוויטש זאגט היינט פאר דרעזנער אויף קול מבשר עס איז גרויסע קידוש השם.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 15, 2015 3:51 pm

· #282774
שולדיג איז איין זאך - אז מיר מוזן וואוינען אין טייערע נישט-עפארדעבל הייזער, דייקא הונטער די מאמעס פארטוך, און באצאלן רעבע געלט דערפאר, און דערנאך גייט מען אויססאקן יעדע עוועילעבל ריסאורס פאר דעם וויכטיגן צוועק.

chusid » מאנטאג יוני 15, 2015 4:03 pm

· #282777
עס איז א וועיטינג ליסט אדער ווער עס איז דארט געווען היינט באקומט אטאמאטיש?

מרדכי » מאנטאג יוני 15, 2015 5:15 pm

· #282795
chusid
עס איז א וועיטינג ליסט אדער ווער עס איז דארט געווען היינט באקומט אטאמאטיש?

וועיטינג ליסט.

מרדכי » מאנטאג יוני 15, 2015 6:20 pm

· #282818
אפיציעל דארפן מען וואינען דארט א יאהר נאכן באקימען די סעקשען אכט, וואס די עולם פלאנט נישט צו טיהן.
ווען מ'וועט ארעסטירן פופציג אינגעלייט פארן זאגן ליגנט וועט מען שרייען אנטיסעמיט.

שבת אחים » מאנטאג יוני 15, 2015 6:24 pm

· #282822
איך פארשטיין נישט די גרויסע סעמאטוכע און די גרויסע איבערקערניש דא , און אמתן אריין איז דאך דאס אונזער געלט וואס דער אייבישטער האט באשאפן און בשבילי נברא העולם, דער גוי איז דאך נאר באשאפן געווארן צו טוהן די פיזישע ארבעט וואס א חסידישער איד וואס עסט ג׳ סעודות מיט י״ב חלות און רוקט נאך צו לעבערליך ווייל ס׳איז מרמז מ׳זאל לעבן ערליך ! און צו רייניגן די מקוה און קלינען די ביסקיסיע פאר 7.34 א שעה , וואס דארפן די חיות האבן געלט? פאר זייער עקלדיגן הונטל? לי הכסף והזהב די אלע געלט באלאנגט אין אמתן פאר אידן די גאווערמענט האלט עס נאר פאר אונז און ווארטן אז מיר זאלן עס קומען אפנעמען...

מרדכי » מאנטאג יוני 15, 2015 6:25 pm

· #282823
@שבת אחים
וואס קוועטשט דיך?

געוואלדיג » מאנטאג יוני 15, 2015 6:31 pm

· #282825
איך האב זייער ליב מיינע אידישע ברודער, איך וואונטש זיי אלעס גוטס, אבער אויב וואלט איך אנגעקומען דארט, מן הסתם וואלט איך גלייך געמאכט א יו טורן נישט צו זיין א חלק פון די חילול ה'. (אדער וואלט די נסיון העוני וואס אסאך פון אונז פלאגן זיך מיט דעם, איבערגעוואויגן די נטורליכע מדת הבושה פון די זרע אברהם יצחק ויעקב)

מרדכי » מאנטאג יוני 15, 2015 6:36 pm

· #282826
דער מיטן לעקסאס האט נעבעך נישט קיין געלט פאר רענט.📎 uploadfromtaptalk1434407805963.jpg

געוואלדיג » מאנטאג יוני 15, 2015 6:39 pm

· #282827
נע, דאס באלאנגט פאר איינע פון די לאקאלע אנטיסעמיטן.

Big Boy » מאנטאג יוני 15, 2015 6:42 pm

· #282828
Let's see the rabunim being moiche on this. They won't because they and their kids also have section 8

בן אדם » מאנטאג יוני 15, 2015 7:01 pm

· #282833
באמת'ן האלט איך אז שבת אחים איז 100% גערעכט. ער ברענגט עס ארויס מיט די ריכטיגע ווערטער.
אה. @שבת אחים כ'האב הנאה פון דיין חסידישע שטאלצקייט...!

נופת צופים » מאנטאג יוני 15, 2015 7:06 pm

· #282836
[ציטאט אראפגענומען]

אין איינער פון די קאממענטס דארט

Usual Suspect Rank 8

Just curious....if that crowd had been made up of blacks, would the Record run a story with the same headline, only identifying the crowd as blacks?


Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6

וכדומה.. » מאנטאג יוני 15, 2015 7:36 pm

· #282839
If it would've been black people it wouldn't make the news, because black people who have money would never come to such a place, only the poor ones would ...show up, and there's nothing wrong with that

פאפיטעס » מאנטאג יוני 15, 2015 7:39 pm

· #282840
איך קען אביסעלע די נושא פון דער נאנט.
איין זאך קען איך דא צילייגן,
די גוטע צייטן האבן זיך שוין געענדיקט, די באהערדע כאפן שוין איינמאל וואס מען טוט אפ אונטער זייער נאז, אין זיי מאכן שטענדיג אינספעקציעס צו זען אויב מען וואוינט טאקע דארט ווי מען געבט אן,
אין אך אין וויי צו דעם יעניגען וואס מען כאפט צום צווייטן מאל מיט א פארלאזטע דירה

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 15, 2015 8:10 pm

· #282845
פאפיטעס
איך קען אביסעלע די נושא פון דער נאנט.
איין זאך קען איך דא צילייגן,
די גוטע צייטן האבן זיך שוין געענדיקט, די באהערדע כאפן שוין איינמאל וואס מען טוט אפ אונטער זייער נאז, אין זיי מאכן שטענדיג אינספעקציעס צו זען אויב מען וואוינט טאקע דארט ווי מען געבט אן,
אין אך אין וויי צו דעם יעניגען וואס מען כאפט צום צווייטן מאל מיט א פארלאזטע דירה

און וואס איז מיט די אלע וואס ארבעטן שווארץ? אדער די וואס האבן געקויפט די דירה אויפ'ן שווער'ס נאמען און זיי וואוינען ווי כאילו אלס טענענט?

Sent from my GT-I9195 using Tapatalk

וכדומה.. » מאנטאג יוני 15, 2015 8:12 pm

· #282847
[ציטאט אראפגענומען]


ניין, אבער עכ"פ אזוי האלטען דיע וואס שרייבן די העדליינס

shem-tov » מאנטאג יוני 15, 2015 8:30 pm

· #282854
שטארקט אייך יודעלעך
סאיז בושות. ניין סאיז בכלל נישט קיין בושות. אין הארלעם שטייען לאנגע שורות מיט שחורים. אין טשיינע טאון שטייען לאנגע שורות פון אריענטל חברה. אין עמישטאון פענסילוועניע שטייען לאנגע שורות פון עמיש. אין נאורט אריזאנע שטייען נאר מעקסיקאנע. אין אפסטעיט ניו יארק שטייען חסידים. אין אפסטעיט ניו יארק איז דא א נייע ריאליטי. די ארימע יודן האבן זיך דארטן אריינגעצויגן שוין פאר א 40 און 50 יאר צוריק. מיר זענען א פארט פון אמעריקע מיר זענען זייער רעליגיעז. יא מיר ווארטן אויף אונזער משיח אבער ווי לאנג מיר ווארטן, ברויכען מיר א טרינק וואסער. מיר האבן אונזער אייגענע סקול סיסטעם. מיר האבן אסאך עשירים וואס צאלן אסאך טעקסעס אבער אונזערע ארימע ברידער ברויכען הילף.

העי. סאיז נאך אסאך ביליגער ווי די 4 ביליאן א יאר וואס די איזרעיליס באקומען פון אנקעל סעם. סאיז נאך אסאך ביליגער וואס א יעדע אפסטעיט גוי באקומט פון זיין סקול דיסטריקט. סאיז נאך אסאך ביליגער ווי די סכומים אדירים וואס אנקעל סעם שיקט פאר דריטע וועלט מדינות. מען דארף נאר די ריכטיגע עסקנים צו טוישן די סיסטעם פון ווארטן אויפן גאס מיט די בושות.

העווינג סעיד דעט. מיר ברויכן כסדר צו ווייזן הכרות הטוב. מיר ברויכען זיכער מאכן אז מען וואוינט טאקע דארט ווי מען גיבט אן און מיר ברויכן זיכער מאכן אז קיינער נעמט אונז נישט אוועק אונזערע רעכטן. און אוודאי זאל מען נישט דארפן צוקומען צו זיי. ונא אל תצריכני ה' אלוקינו לא לידי מתנת בשר ודם ולא לידי הלואתם. כי אם לידך המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.

פליקער » מאנטאג יוני 15, 2015 8:50 pm

· #282860
צי מיינע טייערע אידישע ברודער און שוועסטער

אייערע ליידן זענען ווידער ארויפגעשווימען אויף די אויבערפלאך, מען זעיט אינגע מענער און מיידלעך הינדערטע פון זיי, וואס זייער נויט ציברעכט נישט נאר אייזען נאר אויך זייערע מענטשליכע געשטאלטן, איך האב געזעין די קליפ און איך מיז זאגן אז מיין הארץ האט געטריפט בליט, פארוואס די הינדערטע אינגעלייט וואס זענען אזוי פעיאיג אנציקומען פינעווע פארטאגט אויף מאנטיסעלא, וואס זענען פעיאיג אויסצישפילן די ליניע און וויסן פון די סעקשן עיט סוד און קוים גויים האבן זיך נישט דערוויסט דערפון.

טייערע ברודער און שוועסטער, אנשטאט הערן ווי מען טיילט סעקשן עיט דורך פארברעינגען אויף קול מבשר, גייט פארברעינגט די צייט מיט א ביך וואס וועט אייך אויסלענען עפעס א פאך, וואס שטייט איר דארטן ווי גולומת ווי מען וואלט דררט געטיילט ערב פסח מצה, איר שעימט אייך נישט, איר האט נישט קיין שום זיק אנושי, איר מיינט מיר זענען איצט און ווארשעווע געטא, און מען טיילט דארט ברויט, אדער הערשט דארט א אפעל, עס ברעיגט ארויס א איבל בלויז קוקן אויף די דערנידערינג.

מיר זענען און אמעריקע, די לאנד פון די פילע אפערטוניטי'ס, די לאנד ווי יעדער שמוגר קען ווערן א מיליאנער, מען קען מיט אביסל אנשטרעינגינג און א משהו גרודקייט האבן הערליך פרנסה, די אלע שגץ שטיק און חילול שם שמים וואס איז איינס פון די גרעסטע עבירות אויף דעם בויט מען אידישקייט, פארוואס טראכסטו נישט אז איז עפעס נישט אין ארדענונג ווען מען טיילט פיר הינדערט אפליקאציעס פאר מאנטעסעלא איינוואוינער קומסטו נישט אריין אפילו דו גייסט אין קאנטרי.

פארוואס זעי איך אזויפיל טאלאנט גיין לאיבד ואין פוצה פה, הינדערטער מענער וואס קיינער פון זיי האט נישט אויפגעגעיבן זייער טאג ארבייט, נאר זיצן פארברעינגען די טייערע צייט מיט ווי אזוי מען קען באקומען די פארשאלטענע סעקשן עיט, שעימט אייך כי חרפה הוא לנו, נישט אזוי טוט א איד, א איד רעכענט אויס ווי אזוי מען טיילט די סעקשן עיט, נישט ווי אזוי מען נעמט, ווען מען זאל וועין אריין לייגן די קאפ און מוח ווי אזוי מען באקומט א שטיקל דזשאב אדער א פאך אדער א טאלאנט וואלט דאס נישט פארגעקומען לעיני השמש וגוריח.

יאיר » מאנטאג יוני 15, 2015 8:56 pm

· #282865
shem-tov
סאיז בושות. ניין סאיז בכלל נישט קיין בושות. אין הארלעם שטייען לאנגע שורות מיט שחורים. אין טשיינע טאון שטייען לאנגע שורות פון אריענטל חברה. אין עמישטאון פענסילוועניע שטייען לאנגע שורות פון עמיש. אין נאורט אריזאנע שטייען נאר מעקסיקאנע. אין אפסטעיט ניו יארק שטייען חסידים. אין אפסטעיט ניו יארק איז דא א נייע ריאליטי.

פארשטייסט דעם חילוק? דער חסיד שטייט אויפ'ן ליין נישט אינדערהיים, נאר ביי א צווייטן. זיין פיצעלע וויליאמסבורגער דיינונג רום, וואס איז נאך אנגעפילט מיט טשעינדעלעירס און א טשיינע קלאזעט, איז נישט גענוג גרויס צו קענען פושט זיין ידיו ורגליו, מוז ער שטיין אין מאנטיסעלא.

נופת צופים » מאנטאג יוני 15, 2015 9:35 pm

· #282886
יאיר
shem-tov
סאיז בושות. ניין סאיז בכלל נישט קיין בושות. אין הארלעם שטייען לאנגע שורות מיט שחורים. אין טשיינע טאון שטייען לאנגע שורות פון אריענטל חברה. אין עמישטאון פענסילוועניע שטייען לאנגע שורות פון עמיש. אין נאורט אריזאנע שטייען נאר מעקסיקאנע. אין אפסטעיט ניו יארק שטייען חסידים. אין אפסטעיט ניו יארק איז דא א נייע ריאליטי.

פארשטייסט דעם חילוק? דער חסיד שטייט אויפ'ן ליין נישט אינדערהיים, נאר ביי א צווייטן. זיין פיצעלע וויליאמסבורגער דיינונג רום, וואס איז נאך אנגעפילט מיט טשעינדעלעירס און א טשיינע קלאזעט, איז נישט גענוג גרויס צו קענען פושט זיין ידיו ורגליו, מוז ער שטיין אין מאנטיסעלא.

כ'האב געמיינט אז ער מאכט א דשאוק. זאג נאר, דו קומסט דארט אן פאר צוויי חדשים איבערנעמען דאס פלאץ און אנמאכן טרעפיק, איז עס שוין דיין פלאץ? בוזט שוין אזויווי דער שווארצע אין הארלעם אדער דער כינעזער אין טשיינע טאון?

פארוואס איז נישט דא קיין סעקשען עיט מער אין ניו יורק סיטי? ווייל אונז האמיר שוין אלעס אויפגעגעסן. טיים איז אפ. יעצט לאז דער נעקסטע באקומען. געדענקסט נאך פון חיידער? האסט באקומען איין מאל זיי נישט קיין חזיר און נעם צו יענעם'ס.

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6

shem-tov » מאנטאג יוני 15, 2015 10:16 pm

· #282896
גראדע פון דיר טליתים קוקען זיי מיר אויס ווי וויזשניצע און זיי וואיונען דארט אגאנץ יאר

shem-tov » מאנטאג יוני 15, 2015 10:23 pm

· #282899
און פשוט ווייל א סאטמארער יונגערמאן וואלט זיך געהאלטן העכער פון דעים.

נופת צופים » מאנטאג יוני 15, 2015 10:23 pm

· #282900
shem-tov
גראדע פון דיר טליתים קוקען זיי מיר אויס ווי וויזשניצע און זיי וואיונען דארט אגאנץ יאר

700 וויזניצער?

Sent from my iPhone 7 running on Android 6.0 with IE 6

יואב » דינסטאג יוני 16, 2015 3:07 am

· #282936
shem-tov
און פשוט ווייל א סאטמארער יונגערמאן וואלט זיך געהאלטן העכער פון דעים.

WTF!
דערמאנט מיך עפעס אן ארטיקל פון שלום דין.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג יוני 16, 2015 3:39 am

· #282938
shem-tov
סאיז בושות. ניין סאיז בכלל נישט קיין בושות. אין הארלעם שטייען לאנגע שורות מיט שחורים. אין טשיינע טאון שטייען לאנגע שורות פון אריענטל חברה. אין עמישטאון פענסילוועניע שטייען לאנגע שורות פון עמיש.



אָן אריינגיין יעצט אין די זינלאזע דעבאטע, להערה בעלמא האסט אנגעכאפט זייער א נישט ריכטיגער משל די אמיש נעמען נישט קיין פיאסטער פון די גאווערמענט! ניטאמאל די איינגעצאלטע סאושעל סעקיורטי!, און זיי צאלן ערליך שטייערן, זיי האבן א גרויסע צדקה קאסע פאר זייער קאמיונטי זיי האבן נישט קיין העלטה אינשארענס (עכ״פ אזוי איז געוועהן ביז לעצטענס, איך ווייס נישט וואס זיי טוהן זייט אבאמאקעיר) אויב איינער פון די קאמיונטי דארף א הארץ טראנספלאנט וכו׳ וועט די קאמיונטי קאסע אראפ לייגן 50 טויזנט דאללער מזמנים!

רוב פון זיי האבן שיין פרנסה זיי זענען גיטע פאכלייט! מערסטענס ארבעטן אין זייער פעמלי ביזנעס טרעיטס ווי למשל פאַרמינג, טאבקא, וואוד ווארקינג, וכו׳ און וע״כ זיי לעבן מיט א חשבון! זיי האבן נישט חתונה ע״פ רוב נאר אז די קאפל האט א אייגענע הויז אדער זיי בויען אויף זייער עלטערינס פאַרם א האזקעל אדער א עקסטנשעין. זייער חתונה מאכן קאסט ממש גארנישט זיי צאלן נישט טויזענטערס פאר זינגערס און מוזיק, נישטא קיין פיקטשערס, אפגערעדט פון 125 דאללערדיגע מיניטשאָורס וואס איז לראותם בלבד! יעדער פון שטאט קאכט עפעס אנדערש, די עלטערן און געשוויסטער נייען די קליידער, אלט פארצייטיש טאקע אבער זיי שטייען בעסער ווי אונז אין אסאך ענינים ספעציעל פיינענשעלי און זיי דארפן זיך נישט שעמען פאר די גאס

שבת אחים » דינסטאג יוני 16, 2015 10:30 am

· #282965
ממש נישט צום גלייבן!

ק/פ פון ביצה וועלט:

עס עפנט זיך א וועיטינג ליסט אין וואדריזש ניו זשערזי
בערך א דרייפערטל שעה פין ברוקלין, א שעה פין מאנסי אין נאך 15 מיניט פין קרית יואל
מען דארף אויספילן די בייגעלייגטע אפליקעישאן
אין עס ''אראפטראגען'' צו זייער אפיס
מ'קען עס אראפטראגען ''נאר 1 טאג''
ג חוקת - 6/23 פין 7 אינדערפרי ביז 7 ביינאכט
צו זייער אפיס אויף
20 Burns Lane,
Woodbridge, NJ.
מען דארף אויך צולייגן פרוף ווי מען וואינט
די ארטיגע איינוואינער האבען א דין קדומה
פאר מער זעהט דא

שבת אחים » דינסטאג יוני 16, 2015 12:22 pm

· #283000
מ׳פארציילט אויף ר׳ מאטעלע וויזניצער זז״ג אז מיט יאהרן צוריק אלץ אינגערמאן האט ער געהאט א שטוב מיט 14 קינדער און ער איז זייער נישט גוט געשטאנען פיינענשאלי און ער האט נישט געקענט באצאלן די גראסערי ביללס און די שטוב געברויכן (געוועהן גאר אנדערע צייטן דאן!) האט אים דעמאלסט א וויזניצער חסיד ר׳ יצחק ווייס צוגערעדט אז ער זאל גיין צו די גאווערמענט בעטן הילף און ער האט מסכים געוועהן, אויפן וועג האט אים ר׳ יצחק געזאגט אז טאמער מפרעגט דעם רב וויפל איר מאכט זאלט איר זאגן אזוי און אזוי וכו׳, ווען ר׳ מאטעלע האט געהערט אז מ׳דארף זאגן ליגענט אויפן אפליקאשאן האט ער געמאכט א באו בשלום און ער איז אהיימגעפארן און זינט דאן קיינמאל נישט געוואלט הערן פון נעמען געלט פון די גאווערמענט (הגם זיינע אייניקלעך נעמען יא היינט רובם ככולם)

איך פארשטיי אז נישט יעדער איז אין די מצב פון ר׳ מאטעלע און איך פראביר נישט צו פארגלייכן קיינעם צו אים וועל סוכ״ס וועט מען אים און זיין משפחה העלפן פאר מ׳העלפט ארויס די פשוטע המון עם, אבער צו ממש לעבן אויף די גאווערמענט און 90 פראצענט פון אונז זענען קלאספייד אלץ ארימעלייט און ווי שוין באריכטעט אין די וועלטס מידיע אז אונזער שטעטל אין מאנרא איז די ארימסטע טאון אין אמעריקא!!! על אף וואס זיי גייען אנגעטוהן מיט שיינע אויסגעפיצטע קליידער טייערע צירונגען און דזשולערי הערליכע הייזער מיט איטליען פורניטשער פאָרן ארום מיט די נייעסטע טייערסטע קארס און לעבן אין לוקסוס עכ״פ פון א פּרעספאקטיוו פון א עוורידזש אמעריקאנע גוי! אפגערעדט פון די פאל אין וומסב״ג לעצטענס ווי א רייכע משפחה האט גענומען סעקשאן 8 און מ׳האט אונז פארשמירט און אראפגעמאלן אין די מידיע אלץ מאונסטערס!

ס׳איז בושות און חרפות ליידער און ס׳פארמערט אנטיסעמיטיזם אין אמעריקא! און ס׳פארלאנגט זיך א גרויסע טויש אין אונזער גאנצע עדזשויקעישאן סיסטעם און אונזער לייף סטייל!

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 16, 2015 5:04 pm

· #283068
[quote="געוואלדיג"]איך האב זייער ליב מיינע אידישע ברודער, איך וואונטש זיי אלעס גוטס, אבער אויב וואלט איך אנגעקומען דארט, מן הסתם וואלט איך גלייך געמאכט א יו טורן נישט צו זיין א חלק פון די חילול ה'. (אדער וואלט די נסיון העוני וואס אסאך פון אונז פלאגן זיך מיט דעם, איבערגעוואויגן די נטורליכע מדת הבושה פון די זרע אברהם יצחק

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 16, 2015 5:21 pm

· #283074
וכדומה..
If it would've been black people it wouldn't make the news, because black people who have money would never come to such a place, only the poor ones would ...show up, and there's nothing wrong with that

How can you be sure. Do you have statistical evidence...?! As long as we are profiling, (. The record identifying the applicants as "Chasidic Jews".) we might as well cite other anecdotal quotes and hearsay about African-American individuals and families who owned multiple homes and boats and still collected welfare...!

נ.ב.: ווער ס'האט נישט פארשטאנען די אויבנדערמאנטע דיבורים, זאלל מוחל זיין זיך איינשרייבן אין א קורס וואו מ'לערנט ענגליש. ייש"כ למפרע או למפריע... 😂 🙄

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 16, 2015 5:23 pm

· #283075
וכדומה..
If it would've been black people it wouldn't make the news, because black people who have money would never come to such a place, only the poor ones would ...show up, and there's nothing wrong with that

How can you be sure. Do you have statistical evidence...?! As long as we are profiling, (. The Record identifying the applicants as "Chasidic Jews".) we might as well cite other anecdotal quotes and hearsay about African-American individuals and families who owned multiple homes and boats and still collected welfare...!

נ.ב.: ווער ס'האט נישט פארשטאנען די אויבנדערמאנטע דיבורים, זאלל מוחל זיין זיך איינשרייבן אין א קורס וואו מ'לערנט ענגליש. ייש"כ למפרע או למפריע... 😂 🙄

קאסטנער » דינסטאג יוני 16, 2015 6:42 pm

· #283104
די סעקשען אכט סעמאטוכע .
בערל, צוויי ענגליש קורסעס?..
איינס איז נישט גענוג?

וכדומה.. » דינסטאג יוני 16, 2015 9:24 pm

· #283150
berlbalaguleh
וכדומה..
If it would've been black people it wouldn't make the news, because black people who have money would never come to such a place, only the poor ones would ...show up, and there's nothing wrong with that

How can you be sure. Do you have statistical evidence...?! As long as we are profiling, (. The Record identifying the applicants as "Chasidic Jews".) we might as well cite other anecdotal quotes and hearsay about African-American individuals and families who owned multiple homes and boats and still collected welfare...!


איך גלייך דיין ענגליש, סזעט מיר נישט אויס ווי קיין בערל בעלעגלה'דיגן סארט ענגליש...

איך האב מיך באצויגן צום קאמענטירער אויפן בלאג 'רעקארד-אנליין' וואס האט ארויסגעברענגט אז ביי שווארצע וואלט מען נישט אזוי געשריבן אפילו סוואלט פאסירט דאס זעלביגע, מיינענדיג דערמיט די אנטיסימיטיזם וואס ליגט אינעם העדליין, וואס אויף דעם ארויף האב איך געזאגט אז דער העדליין שרייבער פרובירט צו רייצן דעם חלק אז די אידעלעך פעלט נישט קיין געלט, און אפילו הכי קומען זיי נעמען פראגראמען, און וועגן דעם איז עס א אויפרייס העדליין וואס מען וואלט נישט געשריבן אויף שווארצע, און דאס איז נישט סתם profiling ווי דו רופסט עס, ממילא האט ער נישט קיין טענה מיט דעם

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 17, 2015 1:00 am

· #283188
קאסטנער
בערל, צוויי ענגליש קורסעס?..
איינס איז נישט גענוג?

איינס איז טאקע גענוג. אבער איך קען נישט די-ליטן די איבעריגע. איך האב געבעטן דעם חשוב'ן גבאי החודש אז ער זאלל פאר מיר טון דעם דזשאב. ענטעפרט ער מיר אז איך זאל איהם געבן א לינק. וואס זאלל איך אבער טון אז איך בין א פארצייטישער איד און איך ווייס נישט וויאזוי מ'לינקט צו צו די תגובות.. בלייבט נישט איבער מער ווי זאגן א קפיטל תהילים...!

שבת אחים » מיטוואך יוני 17, 2015 3:56 am

· #283211
[ציטאט אראפגענומען]


סיריסעלי? כ׳האף באמת דו מיינסט עס נישט ערנסט! די פראגראם איז געמאכט פאר לאוקלע איינוויונער!!! וואס וויואנען יעצט אין וואדברידזש ניו דזשערזי און היימישע אידן האבן קיינמאל נישט דארט געוויואנט!!!! און זיי האבן נישט דארט וואס צו זוכן!! און ס׳איז א חוצפה און א עזות און א גרויל פון א אייוועלטניק וואס קען קוים נאכזאגן וויאזוי די שטאט הייסט(ער שרייבט וואודריטש אנשטאט וואודבריטש) אבער ער איז שוין א גאנצע מחותן דארט ווייל אפאר אידן וואוינען אין יוניאן סיטי!!!?? און און וואס פארא שייכות האט דעס אז 20 אדער אפילו 100 היימישע אידן פלאַנען צו מופן קיין דזשערזי סיטי אלזא זענען זיי שוין בארעכטיגט צו יעדע סעקשאן 8 סלאט פון גאנץ ניו דזשערזי? וואס פארא נערישע און טיפשותדיגע געראדאכץ! און איך בין נאך דער שונא ישראל ?!

אביסעל שכל » מיטוואך יוני 17, 2015 7:03 am

· #283215
סדאך אפען פאר יעדן. פראריטי איז פאר איינוואנער

שבת אחים » מיטוואך יוני 17, 2015 9:44 am

· #283227
[ציטאט אראפגענומען]

זייער וועבסייטזאגט קלאר אז ס׳איז דא געציילטע סלאטס נאר פאר די לאוקעלע איינוויואנער! און אונז האבן בכלל נישט וואס צו זוכן דארט!!!

Waiting Lists Home Woodbridge Garden Apartments- This list is currently closed.

Senior Buildings- This list is currently closed. Public Housing Section 8-This list is currently closed Completed pre-applications, along with an attached document verifying proof of Woodbridge* residency, must be returned in person to 19 Bunns Lane on June 23, 2015. You may have a representative return your completed pre-application. Only one (1) application per family is permitted. Multiple applications listing different Heads-of Household will not be accepted. Staff will be available to receive and date/time stamp your pre-application from 7:00 AM until 7:00 PM on June 23rd. (Applications without proof of Woodbridge residency attached will not be accepted.) Acceptable proof of residency includes a driver’s license, first page of residential lease, utility bill, or Woodbridge employer verification. Click here to view original notice. *Woodbridge Residency means that you live in Woodbridge or work in Woodbridge 21 or more hours per week. Copies of verifications will not

Kool man » מיטוואך יוני 17, 2015 4:19 pm

· #283330
נופת צופים
shem-tov
גראדע פון דיר טליתים קוקען זיי מיר אויס ווי וויזשניצע און זיי וואיונען דארט אגאנץ יאר

700 וויזניצער?

700 וויזניצע איז דיר נישט גענוג, ווואס נאך האסטו געוואלט, אלע וויזניצער האבען דארט? 😉

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 17, 2015 4:58 pm

· #283341
שבת אחים: יעצט איז מיר נולד געווארן א נייע שאלה. די אפיציעלע נאמען פון שטעטל איז וואווד-רידזש. אדער וואוד-ברידזש...? ווייל ס'איז דא א שטעטל אין ניו דזשערסי וואס הייסט וואווד-ברידזש. אויך וואווד-רידזש. נאר אין נ.י. וואו דער היימישער עולם גייט אויף וואקאציע און עסן פיצא הייסט וואוד-רידזש (אן א בי"ת.). עכ"פ אזוי האביך געוואוסט ביז היינט. אבער אין די אפיציעלע פאפירן שרייבן זיי מלא. מיט א בי"ת...!

כפתור » מיטוואך יוני 17, 2015 11:04 pm

· #283417
סעקשען 8 טרייבט ארויף די רענט פרייזן. מיך אליין האט איינער אנגעטראגן צי באצאלן אפאר הינדערט דאללער מער ווי די מארקעט פרייז (נישט קיין גוזמא) אז איך זאל אים פארערענטן מיין אפארטמענט. למעשה האב איך נישט מסכים געווען צו איינער פון זיינע תנאים. אבער אזויפיל האב איך באמערקט אז געלט וואס קומט אן גרינג, געט מען אויס גרינג. ווען א בעל הבית ווייסט אז מ'גייט באצאלן מיט סעקשן 8 נעמט ער דאס זיכער אין באטראכט און באשטימען די פרייז. פארשטייטצעך אז ווען די אנדערע שכן הערט וויפיל די הויז לעבן אים באקומט, מאכט ער זיכער צו באקומען די זעלבע פרייז, אא"וו

כאפצעם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 3:44 am

· #285039
וואס טוט זיך מיט לא תגנוב???

די רעבעזיכרונעבראכע האט געלאזט אויב מען גייט נישט צום כותל?


Sent from my iPhone using Tapatalk

יואליש » דאנערשטאג יוני 25, 2015 12:57 pm

· #285085
א ספעציעלע געזעץ פאר ק"י צייגט שנאת ישראל, טענה'ט דער בלאט. איז די שאלה וואס צייגט דאס אז אלבאני האט געשריבן דריי ספעציעלע געזעצן פאר ק"י, זיך שלאגענדיג מיטן העכסטן געריכט אין לאנד, לטובת ק"י? וכהנה איז פארהאן ביישפילן פון אלבאני ארבייטן איבערמיעדליך פאר ק"י. פלוצלינג ווען די פאליטישע ווינטן צווינגן די פאלאטישאנס צו שרייבן א געזעץ לפנים (וואס דער גאווערנאר וועט גאנץ מעגליך נישט אינטערשרייבן צום סוף) איז עס הלכה בידוע און שנאת ישראל.

איש את רעהו » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:00 pm

· #285087
קיינער דארף נישט צייגן אז דא רעדט מען פון שנאת ישראל
גיי פרעג דעם גוי וואס פארפירט קעגן די הרחבת העיר קרית יואל וועט ער דיר זאגן זייער קלאר וואס אים באדערט

shem-tov » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:02 pm

· #285092
א געוואלדיגע חידוש. ווער סדאווענט פאר אכטע ברויך נישט צוקומען צום אכטער.

אדער קען מען זאגן א ווערטל אז ווער סאביוזט די אכטער סיסטעם איז א חוטא אום אכטע..

ליפא » דינסטאג מאי 17, 2016 10:06 am

· #333336
Podcast report on section 8 in Williamsburg on WNYC/NPR

<a class="postlink" href="https://www.wnyc.org/radio/#/ondemand/620129">https://www.wnyc.org/radio/#/ondemand/620129</a>
בלאט: 1 2