☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #9091

אשכול אן א טיטל #9091

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9091

— » מוצ"ש יוני 13, 2015 11:42 pm

· #282386

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש יוני 13, 2015 11:51 pm

· #282388
וואס גייט דיר או טאמער זאגט ער איר?
בעהט עיהם ער זאל דיר רופן די אין אנשטאט זאל ער צאלן 60 פראצענט פונעם חתונה

ירא שמים » זונטאג יוני 14, 2015 12:18 am

· #282398
דיין /אייער מחותן ווייסט נישט וואו צו רעדן ,
מדארף זאגן ׳די מחותן׳ דער מחותן האט געזאגט[emoji39][emoji2]

petergrifin » זונטאג יוני 14, 2015 12:21 am

· #282400
[ציטאט אראפגענומען]


קודם כל מזל טוב! צװײטנס איז עס א קאװע שטיבל שידוך?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 14, 2015 12:38 am

· #282411
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: שוין אויסגעניכטערט פון די היינטיגע שבת שבע ברכות...? יישר כח פאר אונטערהאלטן דעם עולם...! אי"ה ביי אייך/דיר אויף שמחות...אמן.!

בן אדם » זונטאג יוני 14, 2015 12:40 am

· #282415
איך ווייס נישט וואס איר ווינדערט זיך אזוי. איר פארריפט זיך ראש הקהל און נאכדעם פארשטייט איר נישט פארוואס יענער וויל פון אזא זאך נישט הערן, ווי רופן הער אנאנים "דו".

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 14, 2015 1:23 am

· #282425
מיין עצה איז פשוט. איגנאר איהם ווען ער זאגט ״איר״ לאז איהם רעדען צום לאמפ 2-3 מאהל וועט ער שוין פארשטיין ווי אזוי מ׳ ברויך רעדען.

וכדומה.. » זונטאג יוני 14, 2015 1:25 am

· #282427
די קעניג פין אמעריקע
מיין עצה איז פשוט.


הער אויף, דו ווילסט נישט אזוי אנהייבן מחותנים'שאפט,

שמעון וואלף » זונטאג יוני 14, 2015 2:15 am

· #282430
[ציטאט אראפגענומען]


בין איך דער איינציגסטער וואס טראכט אז דיין מחותן שמייכלט זיך אינטער ביים ליינען די שורה?

אפטעמיסט » זונטאג יוני 14, 2015 3:23 am

· #282436
אקעי מחותן, כ'וועל דיר רופן "דו".

בד"וו, שכויח פאר די בעיבי אלבום.

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 14, 2015 3:43 am

· #282439
אז ביידע מחותנים זענען דא וועל איך זיך ערלויבן אייך צו דערמאנען וועגן די שדכנות געלט. שוין אבאוט טיים, איך ווארט

Sent from my Game-Boy using Solar

diff » זונטאג יוני 14, 2015 7:43 am

· #282445
קען זיין דאס איז צו מחנך זיין צום חייב אדם בכבוד חמיו