☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם

ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9088

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 12, 2015 12:03 pm

· #282310
ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
📎 IMG-20150612-WA0013.jpg

Sent from my Game-Boy using Satellite

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 12, 2015 12:07 pm

· #282313
דאכט זיך אז יא. אבער מיהאלוויץ האט יא געלאזט

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 12, 2015 1:49 pm

· #282334
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
כ׳ גיב קרעדיט פארן סאטמערע רבי. אפילי ער איז געווען קעגען יאניפארמס איז ער נישט ״סטאבערן״ אין דער וועלט אריין. צו האט ער איינגעזעהן זיין טעות. אדער האט זיך די סיטשאעשען געטוישט. האט ער די גאטס צו טוישען זיין מיינונג.

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 12, 2015 1:54 pm

· #282336
די סאטמארע רבי וואס איז געווען דערקעגן, צו וועם אנאנים באציט זיך, לעבט שוין נישט צו קענען טוישן זיין מיינונג

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 12, 2015 2:00 pm

· #282339
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
די היינטיגע סאטמערע רבי זיצט שוין גענוג לאנג אויפען בענקעל. ווען ער וואלט געוואלט, וואלט ער עס שוין געקענט איינפירען. ער האט שוין איינגעפירט שווערערע זאכען. אין אז איך זעי אז ביז יעצט האט ער עס נישט געטוהן איז ביי מיר א ראיה אז ער איז געווען קעגען. ( פארגעס נישט אז רוב חסידישע סקולס האבען עס שוין פאר 20 יאר. די סיבה איז נישט אז ס׳ איהם נישט איינגעפאלען ביז יעצט)

וויל קענען » פרייטאג יוני 12, 2015 2:33 pm

· #282343
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
אויב ער האט געטוישט זיין מיינט פארוואס פירט ער עס איין נאר אין מאנסי נישט אין קרית יואל אדער ווילאמסבורג וואס דארט האט ער מער מענטשען און מאכט
בדרך אגב כ׳מיין אז אין בארא פארק האט סאטמאר אייביג געהאט יוניפארע׳ס

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 12, 2015 2:37 pm

· #282344
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
וויל קענען
אויב ער האט געטוישט זיין מיינט פארוואס פירט ער עס איין נאר אין מאנסי נישט אין קרית יואל אדער ווילאמסבורג וואס דארט האט ער מער מענטשען און מאכט
בדרך אגב כ׳מיין אז אין בארא פארק האט סאטמאר אייביג געהאט יוניפארע׳ס

פארוואס ווערסטו אזוי אויפענדעד אז ער האט געטוישט זיין מיינונג? ווער ס׳ טוישט קיינמאל נישט קיין מיינונג איז דאך א פאלנער משוגענער.

וויל קענען » פרייטאג יוני 12, 2015 2:51 pm

· #282346
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
כ׳האב נישט געזאגט אז ער קען נישט האבן געטוישט זיין מיינאנג וואס בדרך אגב איז ער א מומחה דערינען בין לטוב ובין למוטב ואכמ״ל( ביי אים איז א אלטע מיינונג קיין מיינונג הכל הולך לפי המצב) כ׳האב נאר געזאגט אז עס איז נישט קיין שום ראיה אז ביי דעי פאל האט ער געטוישט זיין מיינאנג

ברוך שאמר » פרייטאג יוני 12, 2015 3:17 pm

· #282350
וויל קענען
אויב ער האט געטוישט זיין מיינט פארוואס פירט ער עס איין נאר אין מאנסי נישט אין קרית יואל אדער ווילאמסבורג וואס דארט האט ער מער מענטשען און מאכט
בדרך אגב כ׳מיין אז אין בארא פארק האט סאטמאר אייביג געהאט יוניפארע׳ס

געב עס אביסל צייט דאנט ווארי !

signout » פרייטאג יוני 12, 2015 3:58 pm

· #282355
[ציטאט אראפגענומען]
ער איז געווען דערקעגן?? ער האט געהאלטן די מעלות זענען ווייניגער ווי די חסרונות, והא ראי' אין בארא פארק האט ער יא געהאלטן מען זאל עס איינפירן, אין פאר די זעלבע סיבה וואס ס'איז איינגעפירט אין ב''פ פירט מען עס איין אין מאנסי, נאך א מזל מהרז''ל האט נישט קיין קהילה אין מוסדות אין מאנסי קען נישט די ווערן יוניפארמס אין מאנסי א פריצות'דיגע זאך

גאנצל » זונטאג יוני 14, 2015 1:46 pm

· #282502
ווער זאגט אז סאטמאר רבי איז געווען אקעגן ? אה ! די זעלבע וואס גייען אין בג"ץ

איך האלט עס ער טוט עס פשוט פאר עטענשאן .... ניין ? ער האט שוין לאנג נישט געהאט קיין עטענשאן .......

ישמעאל הכהן » זונטאג יוני 14, 2015 2:39 pm

· #282520
📎 IMG_20150614_143909.jpg

גאנצל » זונטאג יוני 14, 2015 3:36 pm

· #282530
ר' שלמה יענקל בשם ר' נתן יוסף דער זעלבער וואס מ'איז נאך מסופק מיט די מענער זאלן יא אדער נישט שלעפן קעריזשעס

איש את רעהו » מאנטאג יוני 15, 2015 8:25 pm

· #282852
@גאנצל
פארוואס אין קרית יואל מאכט מען עס נישט

גאנצל » מאנטאג יוני 15, 2015 8:42 pm

· #282857
איש את רעהו
@גאנצל
פארוואס אין קרית יואל מאכט מען עס נישט


וואס פארשטייסטו נישט ? דארט דארף ער נישט קיין עטענשאן

איש את רעהו » מאנטאג יוני 15, 2015 8:44 pm

· #282858
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
פארשטיי איך נישט וואדי זאגסט

דעת תורה » מאנטאג יוני 15, 2015 9:41 pm

· #282890
Re: ארונים סקול מאנסי טוישט צו יוניפארם
מ'האט עס געוואלט איינפירן דארט אויכעט אבער - אין א זעלטענע שריט - האט א פרוי פארפירט דערקעגן ביי א פאבליק פארום (ווי עס איז געווענליך דער סדר אז יעדער איז מסכים, פראטאקאלירט), און עס איז אראפ פון טיש.

גאלד » דינסטאג יוני 16, 2015 12:21 pm

· #282999
מיין כלל איז אז א מנהג וואס דער רבי האט נישט אראפגעשריבן אדער געזאגט ברבים פארן ציבור איז קיין קפידא און קיין מנהג,

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 16, 2015 12:43 pm

· #283008
ווען עס איז געווען די פרשה פינעם סקול דיסריקט האט זיך אמאל אפגעטאן א דיבאטע אין בית מדרש, מאנכע האבן גע'טענה'עט אז עס איז אסור, און מאנכע האבן גע'טענה'עט אז עס איז מותר, די דיבאטע איז געווען גאר היציג.
שפאצירט דירך עפעס א אידל, און ריפט זיך אן אז ער האט געהערט פון גדולי ישראל, וואס האבן התרת הוראה פין די גרעסטע רבנים, און פסק'נען שוין שאילות פאר אידן לאנגע יארן, אז די סקול דיסריקט איז מותר!!!
דער עולם איז ממש ארויפגעשפרינגן אויף דעם אידל, און אנגעהויבען צו לארעמען אויף אים אז ער זאל תיכף זאגן ווער די גדולי ישראל זענען. דער אידן פארקניישט זיך דער שטערן און פראבירט זיך אזוי צו דערמאנען.. און בום.. ער האט זיך דערמאנט..איינער הייסט ר' משה טייטעלבוים דער רב פון זענטא, סיגוט, און סאטמאר, און דער צווייטער איז ר' אהרן טייטעלבוים דער רב פון סיגוט, און קרית יואל. דער עולם האט געכאפט דער געדאנק און אויסגעשאסן אין א געלעכטער..

ר' אברהם לייטנער זאגט.. ר' מאטעלע זאגט.. ער זאגט יענער זאגט.. וועמען אינטערעסירט וואס זיי זאגן? גדולי ישראל האבן געזאגט אז עס איז מותר.. זאל זיך די גאנצע וועלט איבערקערן..

לענינינו: כ''ק רבינו שליט''א זאגט אז די יוני פארמען איז נישט קיין פראבלעם אין מאנסי, אזוי ווי זיין טאטע דער ברך משה זי''ע האט געזאגט אז עס איז נישט קיין פראבלעם אין בארא פארק. אלזא? וועמען גייט אן וואס א פאר זקאווע שטיבל זאליבאנעצעס ברענגן נאך פינעם בדחן הירוק? נאך דערצו ווי גאלד האט געשריבען אז איר וועט נישט געפונען אין קיין שום ספר פון רבינו הקוה''ט זי''ע, אז יוניפארמען איז א פראבלעים...

ווען די רבי זי''ע איז נישט געווען געזונט האבן א פאר פרומע לייצים ארויסגעשלעפט מאדנע הוראות פון אים.. רעב נתן יוסף זאל זיך מיען אין ליכטיגען גן עדן מיט ר' שייע יענקל שטויבער זענען אויף דעם געווען די גרעסטע מומחים...

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 16, 2015 12:45 pm

· #283009
גאלד
מיין כלל איז אז א מנהג וואס דער רבי האט נישט אראפגעשריבן אדער געזאגט ברבים פארן ציבור איז קיין קפידא און קיין מנהג,


וה"ה עירוב

סאטמאר איז נישט ברסלב און נישט ליבאוויטש, עס איז דא א לעבידיגע רבי, ודו"ק כי קצרתי.

green sunday » מיטוואך יוני 17, 2015 2:56 pm

· #283315
דולה ומשקה
גאלד
מיין כלל איז אז א מנהג וואס דער רבי האט נישט אראפגעשריבן אדער געזאגט ברבים פארן ציבור איז קיין קפידא און קיין מנהג,


וה"ה עירוב

סאטמאר איז נישט ברסלב און נישט ליבאוויטש, עס איז דא א לעבידיגע רבי, ודו"ק כי קצרתי.

אין די זעלבע איז מיט די אזויגעריפענע שייגץ בייק