☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #9086

אשכול אן א טיטל #9086

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9086

— » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:42 pm

· #282208

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

געוואלדיג » פרייטאג יוני 12, 2015 4:00 am

· #282249
א גרויסן יישר כח, ר' מוניה.. אוי סארי, ר' שש, איך גיי דאס אי"ה נאכזאגן פאר מיינע תלמידים (בשם אומרו, ווער, ר' שש פון ק"ש?).

מפוזרי » פרייטאג יוני 12, 2015 7:40 am

· #282254
ר' שש; דו דערציילסט דעם ליובאוויטשער גירסא, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען אנדערש. דער שוחט איז יא געווען ריין און דער ר' מוניא איז גאר געווען דער קטלא קניא, נאר אז ער האט געזען אז דער עולם קומט בטרוניא. און מ'גייט אים צונעמען די נדוניא, האט ער געמאכט א קנוניא, און געשפילט ווי ער אנטלויפט, און אזוי דעם עולם אונטערגעקויפט, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען דעם אמת!...

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 12, 2015 9:49 am

· #282275
שיין באשריבן! גענוצט א שיינע באלערנדע מעשה פאר א משל....

[ציטאט אראפגענומען]

😂

נאטירליך » פרייטאג יוני 12, 2015 12:24 pm

· #282316
👍 👍
דיין כח הדמיון איז אזוי רייך און פילפארביג א מעיין המתגבר.

ירא שמים » פרייטאג יוני 12, 2015 12:28 pm

· #282317
אבער נעקס טיים שרייב אין אנפאנג סאיז נאר א משל …

שושן פורים » פרייטאג יוני 12, 2015 12:30 pm

· #282318
[ציטאט אראפגענומען]

נישט געוואוסט אז די טרויעריג בארימטע "מחניים" גראמען האט גאר א מקור אין פאלטאווע.

ליצנות אין די זייט, זייער שיין באשריבן.

נאטירליך » פרייטאג יוני 12, 2015 1:11 pm

· #282326
ויואל משה ותורתו אמת
איך הער אלעמאל נאכזאגן פון דעם סאטמאר רב ז"ל אז אלע מעשיות זענען געבאקן, מיר האט אלעמאל געשטערט ווער איז דען געזיצן און געמאכט מעשיות.
יישר כח פארן ווייזן behind the scenes וויאזוי א מעשה ווערט געבאקן (אזוי ווייט אז איינער האט אפילו חולק געוועהן)

דא האבן מיר אן ערנסטע מענטש וואס האט נישט קיין אגענדעס און נוצט זיינע טאלאנטן צו מהנה זיין דעם עולם,
אבער אזוי אויך האט זיך געקענט מאכן אפאר שרייבערלעך און געבאקן מעשיות ביזן עלות.

וויל קענען » זונטאג יוני 14, 2015 2:02 am

· #282429
יא כ׳האב עס נאך געזאגט פאר אסאך מענטשן ונשא חן בעיניהם(כ׳האב עס נישט געזאגט בשם אמרו מחוסר ידועה, בשם אמרו גייט נאר אן אויף א גברא נישט אויף א חפצא) ברוך שכוונת להאמת ותודה רבה

ווייס פרעזידענט » זונטאג יוני 14, 2015 5:29 pm

· #282565
רב שש אויב איר זענט א רב קום איך צו אייך איר וועט זיך מחיה זיין מיך צו האבן פאר א חסיד

ווייס פרעזידענט » זונטאג יוני 14, 2015 5:30 pm

· #282568
[ציטאט אראפגענומען]

[emoji13] [emoji13] [emoji13] [emoji13] לייק לאוו

מפוזרי » זונטאג יוני 14, 2015 7:47 pm

· #282589
[ציטאט אראפגענומען]

ר'@אנאנים, האסט געהערט א מעשה? א געבאקענער מעשה טאר נישט האבן א צווייטע גירסא? הלא הדברים קל וחומר מה דאך א אמת'ע מעשה וואס האט אין דער ווירקליכקייט פאסירט נאר אויף איין אופן, דאך באקט מען צו אנדערע גרסאות; א מעשה וואס איז מלכתחילה אליינס געבאקן, כל שכן אז מ'קען צובאקן נאך א גירסא.

בכלל, פארשטיי איך נישט דער חידוש אז די מעשה איז אליינס געבאקן, אלע ליובאוויטשער מעשיות זענען אליינס געבאקן.. 😂

שושן פורים » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:07 am

· #301883
אזוי? ?!! נישט געוואוסט אז פאלטאווע האט אויפגענומען א נייע שוחט, און איך האב געמיינט אז נאך די מעשה איז גאנץ פאלטאווע געווארן וועדזשיטעריענס.

בן אדם » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:13 am

· #301902
מיט וואס (וועם) מאכט מען דארט כפרות?

א איד » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 5:15 pm

· #302401
@אנאנים, יעצט עס געלייקט דאס ערשטע מאל, און כדרכי אז גלייך נאכן ליינען, קומט לייקן, אבער מיט אפאר געשריבענע דיבורים מיינע געפילן צו ארויסברענגען, די געדאנקען וואס דו ברענגסט ארויס מיט די משלי אנאנים, אזוי פארדרייט און פארקניפט, און די ענד ווי שיין אז עס ווער שזור אינעם נמשל, דאס איז נאר דו, לך בכחך זה והושע את ישראל.
כה לחי!!!!!!!

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 1:59 am

· #311386
מפוזרי
ר' שש; דו דערציילסט דעם ליובאוויטשער גירסא, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען אנדערש. דער שוחט איז יא געווען ריין און דער ר' מוניא איז גאר געווען דער קטלא קניא, נאר אז ער האט געזען אז דער עולם קומט בטרוניא. און מ'גייט אים צונעמען די נדוניא, האט ער געמאכט א קנוניא, און געשפילט ווי ער אנטלויפט, און אזוי דעם עולם אונטערגעקויפט, אבער אין טשערנאביל ווייסט מען דעם אמת!...

מפוזרי: אינטרעסאנט. דאמאלס האט מען אין טשערנאביל יא געוואוסט. און היינט וועיסט מען נישט. די רעבי טענה'ט אייביג אז ..."ער וועיסט נישט"... ווען אימער מ'מאכט איהם אויפמערקזאם איבער עפעס א שייגעץ שטיק אדער אקט פון טעראריזם פארשטעיציך בשם און לשם החסידות. זאגט ער אז ער וועיסט נישט...!

פליקער » מאנטאג יוני 27, 2016 9:21 am

· #339190
איך האב פארזעין די מעשה האב איך איצט אפגעגעבן מיינע לייקס,
מיין הערה איז, די מעשה איז פיין, משל הערליך, אבער אז דו באקסט שוין יא, זיי מוחל ניץ שיינע נעמען, נישט מאניע וואס די נאמען איז פארן בעל עגלה וואס דער רב ר' מנשה ציגעלהיים האט געדינגען ווען ער האט געזיכט צי אנטלויפן פין שטאט ציליב דעם שוחט בערל וואס רוב שטאט האט געריפן בערקע ציליב זיין גרויס געוויקט און אייזערנע פויסט, אגב די מעשה איז געווען אין שטאט פראג.

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 28, 2016 2:52 am

· #339302
ירא שמים
אבער נעקס טיים שרייב אין אנפאנג סאיז נאר א משל …

ירא שמים: דו דערמאנסט מיך א מעשה. איך האב אמאל געכאפט א שמועס מיט אן עלטערן איד. דערציילט ער מיר אזא מעשה. ביי זיי אין דארף אינדערהיים אין גאליציע איז געווען אמאל אין א זומערדיגן טאג ווען ר'האט זיך אפגעשטעלט אונטער'ן בארג צו באוואונדערן די הערליכע בריאה. אויבן אויפ'ן בארג איז געפאהרן א וואגן געשלעפט פון 4 פערד. אויפ'ן וואגן זענען געווען א סאך קלעצער צוגעבינדן מיט אן אייזערנע קייט. ווען פלוצלינג האט זיך די קייט איבערגעריסן און די קלעצער האבן אנגעהויבן זיך צו קוילערן אראפ פונ'ם בארג מיט גרויס אימפעט. (און איך שטיי דארט אונטער'ן בארג און גלאץ אוועק.)...א מזל האביך געהאט אז די מעשה איז נישט אמת. ווייל אנישט וואלט איך נישט ארויס א לעבעדיגער... 😂 🙄

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 28, 2016 9:59 pm

· #339425
אנאנים: כ'מיין אז כ'האב מתקן געווען אויף וואס דו האסט דיך אפגערעדט אויף מיר אין אישי. כ'האב שוין געלייקט א יעדן פרק אדער משנה באזונדער. נאר איך בין געגאנגען אין די שיטה (הקדושה) אז מ'געט איין גרויסן לייק סוף מסכת. נישט א יעדן איינציגסטן פרק באזונדער. ס'דא אויף דעם א טייערער משל פון א איד וואס האטציך שטארק איינגעהאלטן, זייענדיג אין ביהמ"ד. אבער צום סוף ווען ר'איז ארויס אויף די גאס האט עס אויסגעפלאצט, און ר'האט משלים געווען אלעס וואס ער האט פארפעלט. דער הייליגער ר' ר' מעכלי זלאטשוב'ער פון נתניה זי"ע וואלט עס געקענט גוט מסביר זיין. ער האט ליעב געהאט צו זאגן און הערן אזעלכע ווערטלעך. דרך אגב. זיין זון, וועלכער האט אויכעט שטארק משמח געווען אידן איז נעבעך אוועק דעם פארגאנגענעם ערש"ק. זי"ע...!