☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זענען עלטערע מענטשן קלוגער ווי די יונגע?

זענען עלטערע מענטשן קלוגער ווי די יונגע?

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9085

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:42 pm

· #282165
זענען עלטערע מענטשן קלוגער ווי די יונגע?
איך גלייב אז א סך יונגע מענטשן זענען צעמישט איבער דעם. פון איין זייט איז מען געברענוואשט אז עלטערע מענטשן פארשטייען בעסער ווי די יונגע, און טיילמאל זעט מען א געוויסע אמת דערין, זיי האבן דאך פארט ערפארונג, בנוסף צו די קנייטשן און ערוואקסענע מינע אויפן פנים, אדער דער גרייזער בארד, וואס מאכט א רושם ווי עפעס ווייסט ער מער איבערן סוד פון די בריאה.
און מצד שני איז ברייט אונגענומען ביי די יונגע אז די עלטערע זענען שמאל קעפיג, נאיוו, און צוריקגעשטאנען.

איז לאמיר אביסל קלאר מאכן וואס עס איז דער אמת. פארשטייט זיך אז איך רעד בדרך כלל.

פרעג איך לעצטנס אן עלטערער פרוי וואס זי זאגט דערצי, ענטפערט זי מיר דברים של טעם "אויב איז מען יונגערהייט קלוג דאן איז מען עלטערערהייט קלוג, און אויב איז מען יונגערהייט נאריש און מען עלטערערהייט אויך נאריש".
אפגעזען ווי ווייט ריכטוג איר באהויפטונג איז, האב איך אבער הנאה געהאט פון איר אויפריכטיגקייט, אבער ווארשיינליך האלט זי זיך פונעם ערשטן קאטעגאריע איז עס איר גרינג צו זאגן.

איינטליך איז פאראן א באקאנטער ענטפער דערויף פון חז"ל וועלעכע זאגן אז תלמדי חכמים ככל שהם מזקינים ווערט זייער דעת קלארער און עמי הארצים וואס עלטער זיי ווערן ווערט זייער דעת מער מטורף. טאמער נעמט מען אן דעם מאמר אלס רעלעוואנטע סטעיטמענט כלפי חכמה, דארף מעו נאר וויסן לפי די היינטיגע משגים ווער עס גייט אריין אינעם קאטעגאריע פון חכם אדער עם הארץ לויט וועם די חכמה אנטוויקלונג ווערט געמאסטן.

שמועסענדיג מיט א חבר מיינער, א מיטגליד פון א מאדערן ארטעדאקס קהילה, איבער זיין קהילה, זאגט ער מיר אז דער עלטערער דור איז א סך מער עקספיריענסט און אוועק געשטעלט ווי די יונגע, זיי זענען אויך קלוגער, אבער נישט לטובת די יונגע אזוי ווי זיי פארקויפן זיך, נאר לטובת די אייגענע אינטערעסן, און דאס איז אפילו אויפן חשבון פון די אייגענע קינדער. זיי ווילן נישט ווערן ארויסגעפאלן פון דעם עולם המעשה דורך די שעפערישער יוגנד, דרוקן זיי דעריבער אונטער די יוגנט מיטן אויסרייד פון עקספיריענס און אז עס מיינט לטובתם. עס איז באמת א ברודער קריג צווישן די עלטערע אין די יונגערע.

עד כאן איז וויאזוי מיין מאדערנע ידיד האט עס ארויס געברענגט מיט זיין וועלטליכן בליק.

אפשר » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:24 pm

· #282205
מענין לענין האב איך אמאל געהערט פון איינעם ווען זיין טאטע האט אים אמאל אויפגעמערקט אויף אן ענין וואס ס'איז נישט געווען ניחא פאר דעם פאטער, האט אים זיין טאטע געזאגט אז ער פלעגט אזוי טוהן ווער ער איז געוועהן "Young and stupid" אבער היינט זעט ער שוין איין דאס ריכטיגע.

האט אים דער זון געענטפערט: טאטי, געב מיר אויך די געלעגענהייט צו זיין "Young and stupid"

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:06 pm

· #282215
מווערט גארנישט קלוגער ווען מווערט עלטער די שכל בלייבט אויפן האר די זעלבע, א קלוגע מענטש בלייבט קלוג, א טיפש בלייבט טיפש
נאר וואס יא, עקספיריענס,

עקספיריענס איז אזאך וואס חכמה קען נישט קויפן, נישט קיין חילוק ווי קלוג מאיז, דאס איז די אויבערהאנט וואס עלעטערע האבן,
ווי אויך ידיעות איז א זאך וואס עלטערע האבן געווענדליך מער ווי אינגערע וואס דאס געט אויך צו, אבער דאס איז שוין נישט קיין מוכרח'דיגע זאך

יעצט, נייע ערפינדינגען וואס קומען ארויס, דאס וועלן אינגערע אייביג זיין מער אויסגעריבן ווי עלטערע, סיי ווייל אינגערע האבן מער נערווען זיך אויסצולערנען נייע זאכן, ווי אויך די מוח פארנעמט גרינגער נייע מושגים ווען מאיז נאך יונג,

ממילא סתם פרעגן צו עלטערע זענען קלוגער ווי אינגערע, אזא כלליות'דיגע שאלה איז נישט שייך צו פרעגן, מדארף צונעמען יעדע זאך און זען פון וואס און ווי מרעדט

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 12, 2015 12:11 am

· #282231
וכדומה האסט מיר ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. ברוך שכיונתי.
ואולי ע"ז אמרו ז"ל, אין חכם כבר נסיון.

מפוזרי » פרייטאג יוני 12, 2015 7:03 am

· #282253
Re: זענען עלטערע מענטשן קלוגער ווי די יונגע?
אויף דעם זאגט דאך די גמרא אז ר' יוחנן האט מקדים בשלום געווען זקני עכו"ם משום דכמה הרפתקאי דעדו עליהו. אין אידיש: זיי האבן שוין אסאך איבערלעבט =עקספיריענס.
איטרעסאנט אנצומערקן וואס רש"י זאגט דארט אויפן פלאץ: "כמה נסים ארעו להם". ד"ה אז מ'איז עלטער האט מען מער א ניכטערער בליק אויפן וועלט, מ'זעהט אז מ'איז נישט אזא גרויסער חכם און נישט אלס איז לאגיש.

בנוגע דעם חז"ל פון זקני ת"ח דעתם מתיישבת וכו' זאגט דער אוהחה"ק ס'נישט פשט אז זיי ווערן קלוגער; אוודאי ווערט די דעת שוואכער, נאר ביי ע"ה גייט צו די ירידה אויף א מטורפ'דיגער אופן, און ביי ת"ח מער מיושב'דיג.

קרעקער » פרייטאג יוני 12, 2015 10:25 am

· #282287
מער עקספיריענס
לאו דוקא קלוגער

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 12, 2015 10:48 am

· #282290
וכדומה..
מווערט גארנישט קלוגער ווען מווערט עלטער די שכל בלייבט אויפן האר די זעלבע

ווען מ'ווערט אלט פאלט ארויס די האר, קומט לכאורה אויס אז זיי ווערן נארישער.

Sent from my GAME BOY using Satellite

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 12, 2015 10:53 am

· #282292
moshav zekeinim

שמועסענדיג מיט א חבר מיינער, א מיטגליד פון א מאדערן ארטעדאקס קהילה, איבער זיין קהילה, זאגט ער מיר אז דער עלטערער דור איז א סך מער עקספיריענסט און אוועק געשטעלט ווי די יונגע, זיי זענען אויך קלוגער, אבער נישט לטובת די יונגע אזוי ווי זיי פארקויפן זיך, נאר לטובת די אייגענע אינטערעסן, און דאס איז אפילו אויפן חשבון פון די אייגענע קינדער. זיי ווילן נישט ווערן ארויסגעפאלן פון דעם עולם המעשה דורך די שעפערישער יוגנד, דרוקן זיי דעריבער אונטער די יוגנט מיטן אויסרייד פון עקספיריענס און אז עס מיינט לטובתם. עס איז באמת א ברודער קריג צווישן די עלטערע אין די יונגערע.

עד כאן איז וויאזוי מיין מאדערנע ידיד האט עס ארויס געברענגט מיט זיין וועלטליכן בליק.

איך האב גראדע געהערט די זעלבע זאך נאר פון א מיטגליד פון אונזערע סארט קהילות.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 12, 2015 11:06 am

· #282295
איך וואלט צוגעלייגט צו יענעמ'ס הסבר אז די עלטערע וועקן זיך אויף מיטאמאל מיט די הכרה אז זיי האבן געפאוקאסט אויף די נישט ריכטיגע זאכן אין די יוגנט און זיי זוכן זיי צו פאררעכטן אויף די חשבון פון די היינטיגע אינגע.

אבער ווער ווייסט. אפשר איז עס א מחלוקת צווישן די אלטע און די אינגע אויב די לעצטע דארפן באצאלן מיט'ן נעמען א טייל אין אינטערהאלטן די אלטע לעבן אזוי ווי זיי די אלטע האבן געטוהן ווען די אינגע זענען קליין געווען ווערסוס די טענה אז אזוי ווי די אלטע האבן דעמאלטס געהאט א טשויס פון יא אדער נישט צו באשאפן די קינדער, זאלן די אינגע יעצט אויך האבן א טשויס פון יא אדער נישט אונטערצוהאלטן די אלטע. וכן, וואו איז די באלאנס? דארפן די אינגע בלויז זיכער מאכן אז די אלטע זענען צופרידן און געזונט אזוי לאנג מעגליך אדער דארפן זיי די אלטע באווארפן מיט קוויטלען און פדיונות?

הקטן » פרייטאג יוני 12, 2015 1:03 pm

· #282323
איז א 18 יעריגע די זעלבע קלוג וואו א 8 יעריגע נאר מיט מער עקספעריאנס?

וכדומה.. » פרייטאג יוני 12, 2015 1:26 pm

· #282327
אויסדריקלעך יא,

סנישט נאר עקספיריענס, די עיקר איז ידיעות, ער ווייסט פשוט מער, אבער און קלוגשאפט, אייקיו, ווי שארף די מוח איז, דאס טוישט זיך גארנישט, און נישט נאר א אכט יערגס נאר אפילו א קליין בעיבי,

מווערט געבוירן מיט א מוח, א געוויסע מדריגה קלוגשאפט, און דאס טוישט זיך נישט גארנישט מיט דעם וואס צייט גייט אדורך, א קליין בעיבי וואס זאל זיין אין א קאומע לאמיר זאגען פון ווען ער ווערט געבוירן ביז צען יאר און דערנאך זיך אויפוועקן, וועט ער זיין פונקט ווי א בעיבי, נישט וואוסען וויזוי מען וואקט, נישט קענען רעדן, און סוועט אים געדוירען פונקט אזוי לאנג זיך אויסצולערנען די זאכען ווי אלס קליין בעיבי,

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 12, 2015 3:46 pm

· #282354
Re: זענען עלטערע מענטשן קלוגער ווי די יונגע?
ווי איז בכלל מעגליך אז א אלטע מענטש זאל זיין קליגער ווי א יונגע?

הקטן » זונטאג יוני 14, 2015 2:29 pm

· #282518
איז א 18 יעריגע די זעלבע קלוג וואו א 8 יעריגע נאר מיט מער עקספעריאנס?
וכדומה..
אויסדריקלעך יא,
סנישט נאר עקספיריענס, די עיקר איז ידיעות, ער ווייסט פשוט מער, אבער און קלוגשאפט, אייקיו, ווי שארף די מוח איז, דאס טוישט זיך גארנישט, און נישט נאר א אכט יערגס נאר אפילו א קליין בעיבי,

מווערט געבוירן מיט א מוח, א געוויסע מדריגה קלוגשאפט, און דאס טוישט זיך נישט גארנישט מיט דעם וואס צייט גייט אדורך


איז א 18 יעריגע די זעלבע שטארק וואו א 8 יעריגע נאר מיט מער עקספעריאנס און ידיעות וואו אזוי אויף ציהייבן 200 פאנט?
דארט פארשטייסטו אז מיט עקסערסייז ווערט דו מאסקעלס שטערקער - איז מגעליך אז מיט מח איז די זעלבע זאך?

וכדומה.. » זונטאג יוני 14, 2015 2:42 pm

· #282522
יא מקען עקסערסייזן דעם מוח, עס אויסלערנען וויזוי צוטראכטען שנעלער וכו' דורכן ארבעטען דערויף און עס איינגעוואוינען צו טוהן געוויסע זאכען בעסער, אבער די שכל זאל גרעסער ווערן, סזאל צוקומען חכמה? דאס פאסירט נישט, מיט וויפיל מען ווערט געבוירן דאס האט מען,

הקטן » זונטאג יוני 14, 2015 3:47 pm

· #282534
ידיעות, עקספעריענס, שנעלר, בעסער

וואס מיינט קלוג?
וואס מיינט מער קלוג?

אויב וואלט ווען נאר ציגעקימען ידיעות און עקספעריענס וואלסטו געווען גערעכט.
בעסער און שנעלער דאס איז שוין גליקשאפט זעלבסט, נישט אזוי?
קום אריין קלאר

וכדומה.. » זונטאג יוני 14, 2015 4:24 pm

· #282544
סדא מענטשן וואס ווערן געבוירן מיט א מוח וואס ארבעט בעסער, דאס הייסט סדא א שטערקערע אימפאלס אין די מוח וואס טרייבט דעם מוח שנעלער און טיעפער, דאס איז א מציאות,

דאס האט גארנישט צוטוהן מיט וויפיל מען ווייסט, וויפיל עקספיריענס מהאט וכו' דאס קען מען נישט טוישן פאר קיין געלט. דאס האט אויך צוטוהן מיט וויפיל ענרגיע דער מענטש פאבריצירט, א קלוגערע מוח פארנוצט אסאך מער ענרגיע ווי א שוואכערע מוח, אסאך מער ווי אלע אנדערע חלקים פונעם גוף צוזאמען,

יעדע מענטש'ס מוח ווערט באשאפען אויף אן אנדער לעוועל אין דעם עספעקט, און דאס קלאפט אויס ווי קלוג דער מענטש איז, און דאס בלייבט די זעלבע ווען מאיז געבוירן און ווען מווערט עלטער,

סאיז א פארצווייגטע נושא, און ס'שווער מסביר צו זיין אין איין מינוט

הקטן » זונטאג יוני 14, 2015 5:29 pm

· #282566
איז וואס מיינט שנעלר און בעסער
אפשר איז מעגליך צו מאכן עקסערסייז אז די אימפאלס אין די מוח זאל ווערן שנעלער און טיעפער
פין וואו נעמסטו די מציאות, וואס איז דיין מקור?

וכדומה.. » זונטאג יוני 14, 2015 5:52 pm

· #282570
שנעלער און בעסער איז, אזוי ווי דו האסט צוגעשטעלט צו פיזיקעל עקסערסייז, ווען א מענטש געוואינט זיך איין צו ליפטען א געוויסע סכום וואג, נאך א שטיק צייט וועט די זעלבע צאל וואג פארנעמען ווייניגער ענערגיע ווי ביים אנהייב

ווען א מענטש געוואינט איין די מוח צו רעכענען לאמיר זאגן, איז נאך א שטיק צייט וועט די מוח שוין נישט פארלאנגען דעי מאס ענערגיע צו טוהן די זעלביגע זאך, אבער נישט אז זיין מוח האט געקריגען א שנעלערען אימפאלס,

א שנעלע מקור
<a class="postlink" href="http://www.zdnet.com/article/scientists-figured-out-why-we-cant-get-smarter/">http://www.zdnet.com/article/scientists ... t-smarter/</a>

א בוך וואס לויפט אויף דעם מהלך
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/gp/aw/d/0985690437/ref=mp_s_a_1_4/176-7670294-0780719?qid=1434318149&sr=1-4&pi=AC_SX110_SY165_QL70&keywords=brain+books&dpPl=1&dpID=51W0yzfLBjL&ref=plSrch">http://www.amazon.com/gp/aw/d/098569043 ... ref=plSrch</a>

הקטן » זונטאג יוני 14, 2015 6:26 pm

· #282579
די לינק זאגט וואס דו זאגסט אבער ס'נעמט נישט און חשבון אסך אנדערע חלקים וואס בויעט IQ
דו האסט געליינט דעם בוך? - ס'קוקט מיר נישט אויס אז ס'זאל דאס ארויס ברענגען

דא האסטו א בוך וואס איז געבויט אויף די לעצטע סטאדיס Smarter (איב האב דאס געליינט) דו בוך מאכט קלאר די קעס אז ס'איז שייך צו שטארקן די מוח

אז דו ווילסט ארויס האבן די סיגיא טו אדרך neuroplasticity

יעצט קוקענדיק אין דעם בוך וואס דו ברעגסט זעה איז אז ער זאגט פינקט פארקערט פין וואס די זאגסט. ער רעדט אויך פין דעם פלעסטיסעטי פין דעם מוח


וכדומה..

ווען א מענטש געוואינט איין די מוח צו רעכענען לאמיר זאגן, איז נאך א שטיק צייט וועט די מוח שוין נישט פארלאנגען דעי מאס ענערגיע צו טוהן די זעלביגע זאך, אבער נישט אז זיין מוח האט געקריגען א שנעלערען אימפאלס,

וועם גייט אן די אימפאלס?

וכדומה.. » זונטאג יוני 14, 2015 6:44 pm

· #282583
קודם כל יא, איך האב געליינט דעם בוך, און ער איז מסכים צו די יסודות,

יעצט, נאו אפענס, אבער לויט ווי אזוי דו רעדסט זעט מיר אויס ווי דו ביסט גאנץ קנאפ באהאווענט אין דעם ענין,
Neuro plasticity האט נישט קיין שום שייכות מיט קלוגער ווערן, דאס איז א שמועס פאר זיך, די יסוד דערפון איז ריפארמען די מוח זאל לויפן אויף אן אנדערען געדאנקען גאנג, אבער סהאט גארנישט מיט ווערן קלוגער,

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 14, 2015 6:48 pm

· #282585
Re: זענען עלטערע מענטשן קלוגער ווי די יונגע?
לגבי לערנען, האב איך געזען אין מיין לעבען, אז יונגעהייט האב איך געקענט לערנען א סוגיא מיט אפאר ראשונים און דערהערען דער סברא. אבער ביז ברענגען צום טוש''ע מיט נושא כלים און פארשטייען דער המשך און דער בנין האב איך נישט געקענט. איך בי געווארען צומישט. יעצט זענען די זאכען פיל לייכטער. נאך אלס האב איך צו פיל צייט געפאטשקעט און איך בין נישט געווארען וואס האט געקענט ווערען, אבער נאכ'ן אנהויבען לערנען אזוי, האב איך געזען אז ס'ווערט קלארער און לייכטער. איך האף אז ס'וועט ווערען נאך בעסער, אבער דאס איז נאר טאמער איך וועל ריכטיג נוצען די צייט און בעיקר די קאפ צו פלאגען אין לערנען. יעצט, מ'ווייסט אז ווייניג מענטשען פלאגען אין לערנען ווי ס'דארפט צו זיין, אפילו א.ג. תלמידי חכמים קענען זיך פוילען אין דער אמת'ער הארעוואניע אין לערנען. דעריבער איז נישט שווער אז ביי רוב עלטערער אידען זענען זייער קעפ נישט געווארען ברייטער און טיפער. אפילו ווען ער האט קובע עתים געווען ערליכערהייט, מ''מ ס'איז גאנץ מעגליך אז ער האט אין זיין לעבען נישט געוואוסט וואס ס'מיינט צו פלאגען אויף א סוגיא.

שמעון וואלף » זונטאג יוני 14, 2015 8:59 pm

· #282607
מיין עקספיריענס איז אז עלטערע מענטשן זענען בכלל נישט קלוגער ווי יונגערע. אבער דאס יא, געווענדליך זענען עלטערע מענטש מער באזעסן און מאכן בעסערע באשלוסן אבער דאס איז לאו דווקא צוליב חכמה אדער עקספיריענס נאר וועגן זיי האבן שוין נישט די קאכעדיגע בליט וואס וויל טון זאכן שנעל און געכאפט

פליקער » זונטאג יוני 14, 2015 9:08 pm

· #282610
איך קלער אזוי.

עס זענען דא אינגע קליגע און אלטע נערנים

אבער אויב נעמט צוויי אירע וואס האבן אייניג שכל, דהיינו זיי האבן די זעלבע אייקיו, איז דער עלטערע מאן וואס אויב האט ער אויסגעניצט די צייט און שטאדירט דברי חכמה, דאן שטייט ער איבער דעם אינגען וואס האט נאך נישט געהאט די צייט זיך משלים צי זיין, אבער אויב דער קליגער עלטערער ניצט נישט אויס זיין צייט נאר בטל'ט עס אפ, דאן שטייט ער ווייניגער ווי דער אינגער וואס האט די זעלבע חכמה, ווייל ער האט נאך פאטענציעל אויסצינין די צייט און זיך משלים זיין

פלאוויוס » זונטאג יוני 14, 2015 9:33 pm

· #282625
הקטן
איז א 18 יעריגע די זעלבע קלוג וואו א 8 יעריגע נאר מיט מער עקספעריאנס?


א קינד ווערט נישט געבוירן מיט א פערטיגן מוח, פונקט ווי די ביינער/מוסקלען זענען נאכנישט געצייטיגט. דער מוח האלט אין איין צובאקומען נויראנען אין די ערשטע יארן (ביז ארום צען-עלף יאר אלט), און איבונגען קענען צוהעלפן אז דער מוח זאל זיך פיין אנטוויקלען (און פאקטיש צובאקומען נויטיגע נויראלאגישע קאמוניקאציעס).

נאכדעם וואס דער מוח האט געענדיגט וואקסן קען מען נישט צובאקומען קיין פרישע נויראנען, אבער ווי אנדערע האבן שוין געשריבן שטאמט דער עיקר חכמה פון ערפארונג (דער הויפט דיפערענץ צווישן א חכם און א טיפש איז וואס דער ערשטער לערנט זיך פון זיינע ערפארונגען און דער צווייטער נישט), און דערפאר איז אן עלטערער חכם א ברכה.

הקטן » מאנטאג יוני 15, 2015 6:27 pm

· #282824
די לינק וואס @וכדומה... האט געברענגט איז מיר געווען אינטערעסאנט ווייל דאס איז ממש די היפוך וואס סייענס האלט היינט
נירא-פלעסטיסעטו קען מען זען מיט א FMRI

שטעלט זיך אויס אז די שרייבער פין zdnet האט געמאכט א טעות מיט שרייבן But as far as getting any smarter, tough luck

די שמיס איז בכלל נישט אויב א יחיד קען ווערן קלוגער, געוויס קען ער.
די שמיס אין די סטאדי איז אויב mankind אלס א כלל קען ווערן קליגער -
אויב זענען מיר געווארען פין מאנקיס מענטשען אפשר קענען מיר אויך ווערן פין מענטשן מענטעשן++ און דער חכם ברענגט ראית אז מיר קענען נישט מער איוואלווען, ווייל בלא בלא
דא האסטו נאך לינקס וואס ברענגען די זעלבע זאך - אבער מער קלאר.
humanity-may-have-hit-the-pinnacle-of-evolution
www.thesundaytimes.co.uk/sto/news/uk_news/Science/article681307.ece
Scientists-claim-human-brain-capacity


קליגשאפט איז א system און באשטייט פין מערע parts פארבעסערן ענעי part, אין די system וועט פארבעסרען דעם גאנצען system
דא האט איר אפאר משלים
ריכוז
ריקען די ריכוז פין איין זאך צים צווייטען
short memory
working memory
creativity
logical thinking
analytical thinking
problem solving skills
און נאך און נאך

היינט האלט מען אויך אז פיפעל סקילס און עמאשענעל אינטעלעג'נס, און נאך, איז אויך א חלק פין קליגשאפט

@פלאוויוס ס'איז וואו דו זאגסט און אביסעל מער. דו נאטירליכע וואקס גייט ביז 18 19 יאר און געוויסע חלקים ביז די 22
אויך אין די שפעטע 1990 איז מען אויפגעקימען אז אויך שפעטער איז מעגליך צו באקימען נייע מוח-קאמינעקאציעס neural pathways

chusid » מאנטאג יוני 15, 2015 9:16 pm

· #282877
א ענליכע שאלה האב איך יעצט געטראכט ווען איך האב געטראפען אפאר נ-נח'ס טאנצן.. זענען זיי געבוירען עפעס אזוי מיט אזא מאס חכמה אדער זיי קענען ווען אויסוואקסן נארמאל...

הקטן » דינסטאג יוני 16, 2015 6:19 pm

· #283095
לאמער דאס טראגען נאך ווייטער
וואס דארף געשען אז זיי זאלן דאס אויסוואקסען?
דארפען זיי האבן פרישע ידיעות אדער איז מעגליך מיט די זעלבע ידיעות וואס זיי האבען איצטעט קענען זיי טוישען זייער פרייארעטיס.
למשל זיי וועלן עפעס זעהן וואס וועט רעדן צי זייער עמאשען (אזאך וואס זיי האבן שוין געוויסט אלס א פאקט) און דאס וועט האבן א שטארקע השפעה אויף זיי, צי טוישען זייער לעבן


(קום איך אריין געניג קלאר?)

moshav zekeinim » פרייטאג יולי 17, 2015 10:46 am

· #289865
א געוואלדיגע שאלה

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יולי 17, 2015 2:27 pm

· #289896
moshav zekeinim
א געוואלדיגע שאלה

ר׳ מושב איר זענט דאך א נוגע בדבר. איר וועט זיכער זאגען אז אלטע מענטשען זענען קליגער.

פאטעטא טשיפס » פרייטאג יולי 24, 2015 3:20 pm

· #291617