די צונקופט פון מוזיק סידי׳ס
די אידישע מוזיק וועלט האט ענדליך איינגעזען אז פון פארקויפען סידיס גייט מען קיין געלט נישט מאכען ווייל נאך פאר א מענטש האט צייט צו גיין אין געשעפט קויפען די סידי ליגט עס שוין אויף זיין סעלפאון צו מיט א לינק צו מיט וואטסעפפ צו מיט ביידע,
האט היינט נפתלי משה שניצלער געבראכען די אייז אין פשוטו כמשמעו געפענט אן אפיעל!
ווער עס קען צושטייער געבן פאר די נייע סידי ״מחשבות״
איך בין זיכער אז די עולם גייט זיך אנרופען אפילו מיט קלענערע געלטער ווי פינעף טאלער גייט ער כאטש דאס מאכען
דא האט איר די לינק
<a class="postlink" href="http://www.gofundme.com/mottyilowitzalbum">http://www.gofundme.com/mottyilowitzalbum</a>
ס'רעדט צו מענטשן וואס האבן באקומען די מוזיק און זיי ווילן באצאלן אויב מ'איז זיי מעורר
היות איך האב באקומען דעם סי. די. כדרך כל הארץ האב איך יעצט מנדב געווען 15$ און אפגעצאלט מיין טאקען אוו אפרישיעישאן.
אויב שראל אדלער עפנט אזא קאמפיין וועל איך געבן פופצן טאלער איה.
השתא דאתית להכי ווער סהאט מאטיס ביכל זאל מיך קאנטאקטן אין אישי...
כוכב האסט קיינמאל געזאגט אז דו ביסט מאטי׳ס פען...
איך בין א גראם מיט טעם...
איז מהיום והלאה ווער עס שיקט דעם סידי/אלבום אויף וואטסעפפ זאל ער מיטשיקן די לינק און פטור אן עסק? אדער איז עס פטור אבל אסור...?
למעשה טראכט איך אריין אז דאס מוז זיין א גוט געשעפט פאר נפתלי משה און מאטי, ווייל באופן כזה שפארן זיי זיך די קאסטן פונעם פרינטן די סידי, די קאווערס, דעם דיסטריביוטער, און דעם פראצענט וואס דער פארקויפער/געשעפט ציפט אראפ פאר זיך.
אדערווייל איז דער קאמפיין א ביטערער דורכפאל.
יא, אזוי זעהט מען אויס אויב כוכב איז נישט בראש.
שמעקעדיגאון דעם פראצענט וואס דער פארקויפער/געשעפט ציפט אראפ פאר זיך.
ער בעט דא נאר 10 דאלער. אין געשעפט איז עס 15. דעם צענער מאכט ער אלעמאל
כוכבאדערווייל איז דער קאמפיין א ביטערער דורכפאל.
ווייניגער ווי 200 אין א גאנצע טאג!
ישמעאל הכהןשמעקעדיגאון דעם פראצענט וואס דער פארקויפער/געשעפט ציפט אראפ פאר זיך.
ער בעט דא נאר 10 דאלער. אין געשעפט איז עס 15. דעם צענער מאכט ער אלעמאל
ואנכי לא ידעתי. ייש"כ פארן מתקן זיין.
סאיז שוין צייט אז די אלע זינגערס און קאמפעזירערס זאלן אויפהערן וויינען נאך יעדע סידי וואס זיי גיבן ארויס , געוואלד עס קאסט אונז אזויפיעל צו מאכן א סידי , דער עולם קאפירט , דער עולם שיקט עס ארום ,
עס איז 2015 און ענק ווייסן שוין פון לאנג אז דאס איז די מציאות און מיט דעים אלעם געט עטס נאך אלץ ארויס סידיס איז אלא מאי האט עטס יא טובת הנאה דערפון
מאכטס נישט קיין ויצעקו נאך יעדע סידי
אז עטס פארלירסט געלט הערטס אויף ארויס גיבן סידיס
Re: די צונקופט פון מוזיק סידי׳ס
ס׳ דערמאנט מיר פון די מילך קאמפעניס וואס לאזען הפקר די קעסטלעך און קלאגען אז מענטשען גנב׳ענען קעסטלעך. ״געס וואט״ וואטש עס וועט מען נישט גנב׳ענען. ס׳ ביליגער נישט צו וואטשען? אקעי באט האב נישט קיין טענות. זעלבע זאך דא, ס׳ לוינט נישט ארויס צו געבען סי דיס, מאכסטו עס עניוועי. האב נישט קיין טענות.
Re: די צונקופט פון מוזיק סידי׳ס
סמארט איידיע כגיי באצאלען