☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9069

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 9, 2015 11:57 pm

· #281701
דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:
אין די לעצטע יארן האט זיך עפעס דער עולם הבינה גאר ברייט צועפענט, און דער טעכנעלאגיע האט זיך דראסטיש צובליעט אויף א מאסיווע פארנעם, אויף א פארנעם וואס אבותינו ואבות אבותינו ולמעלה האבן קיינמאהל נישט אפילו אין וויסטן חלום זיך נישט פארגעשטעלט, און עס קומען ארויס מידי יום ביומו פרישע כלים מכלים שונים, און דער עולם קען ב''ה שטיין אין פארבינדונג, און זיין אין פולשטענדיגע קאנטאקט 24 שעה ארום דער זייגער, און ווי נאר א פליגער פאלט פון הימעל אין מאלאזיע, אדער ווער כ''ק אדמו''ר שליט''א מאכט א נפיחה, אדער ווען א שטראל פון ליכטיקייט באווייזט זיך גאר אויף די הרי חושך, קען דאס דער גאנצער עולם גולם עס מיטהאלטן, און ער קען עס ווייטער שיקן פאר די גרופעס, און מזכה זיין יודישע קינדער, ממש אן עולם התיקון, עס איז זיכער מקרב די גאולה שלימה.

דא קומט אבער דער אבער:

די מחנכים פאר וועמען מיר האבן פארטרויעט דאס טייערסטע וואס מיר פארמאגן, אונזערע טייער קינדערליך שרייען אז די דאזיגע כלים פארדארבט דעם יוגענט, עס רייסט שטיקער פינעם כלל ישראל, יעדע מאנטאג און דאנעשטאג, באווייסט זיך נאך א קליינע קאפעלע אין אונזערע גאסן, ער שרייט טאקע אז מען האט אים געטאשט, אבער דער מענטשהייט איז פארט נישט משוגע, יעדער ווייסט ווי די נפילה האט זיך אנגעהויבן, אדרבה כאפט א בליק אויף זיין פארגעשריטענעם כלי ווען איר באלד זעהן, פארוואס ער וויל זיין אזוי שיין און שטינקען ווי א נקבה, און האבן א שיין גלאטען פנים, לאמיר נישט זיין קיין בהמות.

אבער דער ייצר הרע איז דאך פארט זייער גרויס, דער עולם וויל זיך פארט אהערשטעלן, און קיינער וויל מער נישט זיין ח''ו אין דער באקס, מען מיז דאך באקומען די קליפס און די בילדער, אז מען זאל נישט אויסזעהן ווי א מענטש מיט צוויי קעפ ביי די קיפקעס אין סמעדריש.. דעריבער האט מען גענומען געשרייען פון די מחנכים לייכט.. טייל אפילו גאר מיט א צינישער שמייכל אויף די לעפצען...

זענען געקומען די גדולי ישראל וואס הערן נאכט נאך נאכט אויס די געוויינען פון די צושאסענע עלטערן וואס באוויינען זייער אפגעפארענע קינדער, און זיי האבן אראפגעשטעלט תקנות איבער די טעכנעלאגישע כלים, און די מחנכים וואס מוזן אויסהערן די גדולי ישראל, האבן אנגעהויבן צו אינפארסירן די תקנות, מיט יעדען מיטל וואס שטייט נאר אונטער זייער דיספאזיציע..

איז דאך זייער גוט ניין? ממש תיקון השלם...

דא קומען אבער צוגיין די טיפושי הדור דאס אפפאל פון דער מענטשהייט, און נעמען זיך אראפרייסען די מחנכים פארן אויספאלגען די גדולי ישראל, און וויינען מיט בלאפערישע טרערן, וואס וויל מען פון די קינדער? פארוואס נוצט מען די קינדער פאר א שטעקן? איר הערט ווערטער?

ווען מען האט אייך געזאגט ווארף אוועק דער נישט-געפיטערטע אינטענעט פון אייער טאשען טעלעפאן, האט איר געוויזען א גרויסען פייג, און זיך געקייכט פאר געלעכטער אדש אייערע מילצן האבן עקספלאדירט, איז נישט געווען קיין ברירה, קיינער וויל דאך (ביזדערווייל) נישט שיקן די קינדער אין פאבליק שולע, יעדער וויל דאך (ביזדערווייל) שיקן די קינדער אין די הייליגע מוסדות, האבן די מוסדות גענומען די זאך אין די הענט.

ר' איד איר ווילט אז אייערע קינדער זאלן לערנען ביי אונז אין די מוסדות? פיין! איר מוזט האבן א געפילטערטע טעלעפאן.. וואס??? די ניצט מיינע קינדער פאר א שטעקן קעגן מיר? ניין! בכלל נישט! נעם דיין קינד און גיי דיר צו דער גוטער יאר, פארוואס מיזן מיר מקריב אונזער מוסד ווייל די ווילסט דיך נאכגעבן די תאוות? די חינוך פון דיין קינד איז דיר נישט גענוג ווערט מקריב צו זיין דיין קינדערישע באקוועמליכקייט?

דער עולם האקט אויף די מחנכים אין דער וועלט אריין:

לאמיר זיך אינאיינעם אונטער נעמען צו קאפארירן מיט מחנכים, און זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים...

moshav zekeinim » מיטוואך יוני 10, 2015 12:37 am

· #281711
ענטשולדיגט, אבער ממש אן ארטיקל אין די וועלט אריין, קיין ענטפער האט נישט מיט די פראגע, קיין נמשל האט נישט מיטן משל. א קלאסישער חרדישער לופטיגער פראפעגאנדע שפראך. פשוט פארפירעריש.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 10, 2015 12:48 am

· #281715
יאפ
=====
דער עולם האקט.

ווייס פרעזידענט » מיטוואך יוני 10, 2015 12:49 am

· #281716
Re: דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:
האסט אים ממש אפגעפרעגט קאך לעפל

ווייס פרעזידענט » מיטוואך יוני 10, 2015 12:50 am

· #281718
Re: דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:
moshav zekeinim
ענטשולדיגט, אבער ממש אן ארטיקל אין די וועלט אריין, קיין ענטפער האט נישט מיט די פראגע, קיין נמשל האט נישט מיטן משל. א קלאסישער חרדישער לופטיגער פראפעגאנדע שפראך. פשוט פארפירעריש.

@ מושב זקינים האסט ממש אפגעפרעגט דעם קאך לעפל
ווייס פרעזידענט
האסט אים ממש אפגעפרעגט קאך לעפל

moshav zekeinim » מיטוואך יוני 10, 2015 12:55 am

· #281720
עס איז נישטא וואס אפצופרעגן, ער האט גארנישיט געזאגט און גארנישט איבערגעוויזן, סתם פארטומעלט די מח.

ווייס פרעזידענט » מיטוואך יוני 10, 2015 1:13 am

· #281727
Re: דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:
[ציטאט אראפגענומען]

די האסט א טיינע אבער מושב זקינים זאגט "פלעין חרידישע פראפאגאנדע" דעס איז נישט אמת סיי די מוסד אין סיי די עלטערען האבן א טיינע אבער גיין זאגען פלעין פראפאגאנדע דעס נישט

ירא שמים » מיטוואך יוני 10, 2015 1:16 am

· #281728
Re: דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:
סתם נייגעריג זענען די פילטער אפיסעס די איינציגע וואס קענען אריינשטעקן זייער נאז אין מיין ביזנעס וואס טוט זיך מיט גוגול וכדו׳ אינפארמאציע וואס מהאלט אפן אינטערנעט?

דעת תורה » מיטוואך יוני 10, 2015 10:03 am

· #281782
Re: דער עולם האקט אויף די מוסדות אין דער וועלט אריין:
ווער ווייסט, ווער קען מסביר זיין פונקטליך וואס דער משומר / גדר פילטער טוט? זיי בעטן איינעם עני פערמישאנס בעפארן ארויף לייגן? (כ'שטעל זיך פאר אז נישט). קענען זיי האבן עקסעס צו די וואויס / טעקסט חלק אדער נאר די דאטא קאנטראלירן זיי? זיי ווערן א דעווייס אדמיניסטרעיטאר (ביי ענדרויד)? וואס טוען זיי ביי אייפאון, זיי נעמען איבער דעם אקאונט? זיי בעטן די פעסווארדס אנצוקומען אין די אקאונט?