ברעיקינג!!! א אייניקל פונעם אור החיים הק' ?
אין די אלטע ביה"ח אין נוי דזשערסי איז דא די מצבה... איז דאס סתם א טעות פון הבחור הזעצער?
📎 IMGA0065.jpg
און זאל שוין זיין אז דער אייניקל ליגט אין ניו ג'ערסי. וואס איז יעצט?
ספעציעל פאר די וואס קענען נישט פארן קיין ליזענסק רח"ל.
כי לא יטוש ה' עמו.
Re: ברעיקינג!!! א אייניקל פונעם אור החיים הק' ?
כמיין די אור החיים הק' האט נישט געהאט קיין קינדער
פליז קאנפירם
Re: ברעיקינג!!! א אייניקל פונעם אור החיים הק' ?
ניין ער האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער
גרויסע מענטשעלעכמיין די אור החיים הק' האט נישט געהאט קיין קינדער
פליז קאנפירם
איך האב אויך אזוי געמיינט, ביז כ'האב געזעהן די מציבה
וואס האט איינס מיטן צווייטען?
דער הייליגער אור החיים הק האט נישט געהאט קיין קינדער דאס איז א מציאות:
דער רפאל עמרם זאל רוען אין ליכטיגען גן עדן איז טאקע אן אייניקל פינעם הייליגן אור החיים הק': דאס איז אויך א מציאות והא ריאה עס איז דא א בפירוש'ע מציבה!
והאיך יקיים דברי שניהם? עפעס שטימט דאך דא נישט?
קען דאס פארשטיין מיט א קירצע מעשה, דער מיטל בעלזער רב זי''ע האט געהאט א גבאי א גרויסער פערד, א בהמה ער איז געווען א ברעט וואס האט געוואקט אויף די צוויי פאדערשטע, און ער האט למעשה קיינמאהל נישט חתונה געהאט, האבן אים אמאהל די יושבים געפרעגט זאג, די ווילסט דען נישט האבן קיין משתין בקיר וואס זאל קדיש'ן נאך דיר? רופט זיך דער חכם אן, אוודאי וויל איך האבן א קדיש'על, פרעגן זיי אים דאן פארוואס האסטו נישט חתונה? זאגט ער ברוב חכמתו.. פארוואס דארף מען חתונה האבן צו האבן א קדיש'על, איך וועל אריין גיין צום רב זאל לעבן און ער וועט מיר געבן א ברכה און איך וועל האבן א קדיש'ל... ויהי לפלא....
צום ענין: מען שטעלט זיך אויף א ניסח המצבה און מען האט קישות... דער איינציגסטער הסבר וואס איז שייך איז: אז דער שרייבער אדער דער נפטר גאר זענען געווען וואקענדיגע קעלבער... וואס איז ייך צו האבן א קישה בכלל?
דא א איד אין לעיקוואוד מיט אט דעם זעלבער נאמען. ווער עס האט די חוצפה אים צו רופען זאל מיר מודיע זיין אין אישי
א מציבה מיט א מגן דוד איז שוין נישט באגלייבט...
יעקב היה נצר למשפחה ספרדית אצילה של סופרים ומשכילים וחוקרי כתבי-הקודש, חוטר מגזע הרה"ג חיים בן-עטר בעל "אור החיים"
פון דא
www.izkor.gov.il/HalalKorot.aspx?id=8092אין שו''ת לבושי מרדכי (איך מיין אין חלק אבהע''ז ערגעץ ) ברענגט ער א בריוו פון א ספרד'ישן גדול וואס שרייבט זיך אונטער נכד לבעל אור החיים
קאווע טרינקערספעציעל פאר די וואס קענען נישט פארן קיין ליזענסק רח"ל.
כי לא יטוש ה' עמו.
ס'גוט צו וויסן פאר ר' יונה לאנדא אדער רייכבערג טרעוול...!
ווייס פרעזידענטניין ער האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער
ס'געווען אמאל א חכם וועלכער האט געזאגט אז ער הייסט יודל, אזוי ווי דער נודע ביהודה...זיין צווייטן נאמען און זיין שם הכינוי וויל איך נישט ארויסשרייבן ווייל א טייל פון עולם וועט זיכער וויסן וועם דער פסוק מיינט...!
אפשר איז מעגליך אז ער איז א אייניקל פון א ברודער אדער א שוועסטער פונעם אוחה״ק זצ״ל און מ׳האט עס אביסלע פארדרייט צו בטעות
צו בדווקא, אדער קען עס זיין אזוי אמת ווי דער
איד פון אמסטערדאם וואס קלעימט אז ער איז א זוהן פונעם לעצטן ליובאביטשער רבי זצ״ל וואס אגם וואונדער איך זיך וויאזוי ס׳קען שטימען מיטן מציאות ווען ער איז ניטאמאל ארויס פון קראונהייטס אין 1954? און ער איז נישט געוועהן אין אייראפּא יענע יאהרן בכלל?? ,און מ׳דארף נישט זיין גרויסער חכם צו כאַפּן אז די בילד וואס ער לייגט ארויס אויף זיין בלאג/בוך מיטן ליובאביטשער רבין איז איין שטיק פאָטא שאַפּ! איינער האט געליינט זיין בוך ?
נאדיר עס ווארט א שמחה, דער ערשטע אוהר-אייניקעל פונעם רבי הרמ"ש מליובאוויטש זצ"ל...
וואו איז דער מקור אז דער אור החיים האט נישט געהאט קיין קינדער?
זאג נישט אויס פאר יונא לאנדא, ווייל מען גייט נאך ארענז'ירן מסע הק' צום אייניקל. מיט אפאר אינטערוויוס אויף קול מבשר
שם הגדולים לחיד''א מהדורת קרענגיל
אבל בעצם הוא טעות כי היה חתן בנו של ר' חיים בן עטר הראשון אבי אביו של בעל אור החיים. ואולי הרבה מה''נכדים'' הנ''להתייחסו להראשון וכך עלתה הטעות?
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7%9E%D7%95%D7%90%D7%9C_%D7%93%D7%99_%D7%90%D7%91%D7%99%D7%9C%D7%94📎 Screenshot_20200503-121437~2.png
שושן פוריםוואו איז דער מקור אז דער אור החיים האט נישט געהאט קיין קינדער?
שושן פורים: ווייל ס'איז באוואוסט אז דער אוה"ח הק' האט נישט חתונה געהאט...! (היסטארישע קוועלער)...!
berlbalagulehקאווע טרינקערספעציעל פאר די וואס קענען נישט פארן קיין ליזענסק רח"ל.
כי לא יטוש ה' עמו.
ס'גוט צו וויסן פאר ר' יונה לאנדא אדער רייכבערג טרעוול...!
וואס רעדסטו! זיי האבן עס גאר געשטעלט בשותפות: צוויי טויזענט דאלער פאר די שטיין, און אין אויסטויש האבן זיי א אימ-אויס-שעפ-בארע גאלד מינע. און ס'איז נאך
זה נהנה וזה נהנה, אידען זעהן דארט אותת ומופתים, מ'פארדינט א פרישטאג צום יארצייט, אין נאך א קאלירפולע ספר מיט ''אינטערסאנטע מייסעס'' וועט אנפילן דעם ''ידען'ס'' רייכע ספרים קאלעקציע.
הלכה למעשה, א כהן מעג דארט טרעטן? ביסט זיכער עס ליגט גארנישט אונטער דעם?
berlbalagulehשושן פוריםוואו איז דער מקור אז דער אור החיים האט נישט געהאט קיין קינדער?
שושן פורים: ווייל ס'איז באוואוסט אז דער אוה"ח הק' האט נישט חתונה געהאט...! (היסטארישע קוועלער)...!
חתונה געהאט! נישט איינמאל, צווי מאל: ער האט געוואוינט מיט צוויי פרויען צו די זעלבע צייט, פאצוניה און אסתר ביבאס. קינדער איז אנגענימען ביי פארשער האט ער נישט איבערגעלאזט. אבער אין חב''ד ווייסט מען צו זאגן אז די חיבור אור החיים איז געשאפען געווארען בשעת'ן לערנען מיט זיינע טעכטער חו''ר.
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=8708ער האט נישט מקיים געווען מצות יבום? עפעס ליגט מיר אין קאפ אזוי, אפשר איז דא א מצבה פון די יבמה צו וואס?
במדבר: די לייק קומט מיט א קוועסטשן מארק..."?"...! אויב די פאקטן זענען אזוי ווי דו זאגסט...!
דא זאגט ויקיפידיה אויך אזוי. זיינע ווייבער ליגן נעבן אים אויפ'ן הר הזיתים. זיי ברענגן בילדער פון די מציבות.
ליטוואק פון בודאפעסטהלכה למעשה, א כהן מעג דארט טרעטן? ביסט זיכער עס ליגט גארנישט אונטער דעם?
לכאורה מעג מען. אזויווי דער ירושלימ'ער כהן וואס איז געגאנגען פראטעסטירן די קברים אין גולובנציץ, האט מען איהם געפרעגט אויב דו האלטס אז ס'איז דא קברים מעג דאך א כהן נישט קומען דא, ענטפערט ער אז הלכה'דיג האלט ער ווי די ראב"ד אבער השקפה'דיג האלט ער ווי דעם גאב"ד...
ברענגסט א ראיה פון הלכות פראטעסט? דאס איז גאר אן אנדערע חלק אין שו"ע, וואס מהדורת פריעדמאן האט נאך נישט אנגעיאגט.