☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"

די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9048

ברסלבער » מאנטאג יוני 8, 2015 2:07 pm

· #281359
די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"
יא, דאס זענען די צוויי הויפט זארגן מיט וואס די גאנצע וועלט מוטשעט זיך יעצט, מען פרובירט צו טרעפן וויכטיג א לעזונג צו זיי. צום אלעמען ערשט איז די הויפט פראבלעם די "גלאבעל ווארעמינג", די וועלט ווערט מער און מער ווארימער, די ריזיגע פאבריקן קימערן זיך נישט מיט די וואוילזיין פון די וועלט, זיי לאזן ארויס די שעדליכע גרינהאוז גאזן, וועלכע מאכן די וועלט אלץ מער ווארעמער, און ווי עס זעט אויס וועט די וועלט ווערן ווארימער מיט צוויי דריי גראד ביז א צוואנציג יאר ארום, ותוצאותיו מי ישורנו.

כאטש וואס פילע זענען סקעפטיש איבער דעם גאנצן נושא, זיי טענה'ן אז דער גאנצע פראבלעם איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און אפילו ווען יא מאכט מען עס ערגער ווי עס איז. לעצטנס איז אפירגעקומען אז די א.ג. פארזארגער פון די וועלט האבן בכוונה פארהוילן און באהאלטן פארשידענע וויכטיגע דאטא וואס וואלטן געווען א סתירה צו זייערע אנשויאינגען. מיט דעם אלעם ווייסן מיר דאך אז מיר דארפן זיך זארגן אפילו אויף א ספק ספיקא פון א סכנה, און אויב איז דא עפעס א חשש, אפילו נאר גאר א ווייטער חשש, אז עס קען אמאל ארויסקומען פראבלעמען דערפון אין צענדליגע יארן ארום, דארפן מיר שוין מטכס עצה זיין דאס אפצושטעלן בעוד מועד. און דעריבער איז דאס איז די ערשטע אויף די ליסטע.

די צווייטע אויף די ליסטע קומט "אייסיס", די שרעק-אנווארפענדע טעראריסטן וועלכע שטייען גרייט מיט די מעסערס אין האנט אויסצו'שחט'ן יעדע פערזאן איבער די וועלט וואס איז נישט פולשטענדיג מסכים און אונטערטעניגט אונטער זייער גלויבונג, און טאקע נאר לויט זייער אייגנארטיגע ווערסיע אינערהאלב זייער גלויבינג.

דאס איז נישט א זאך וואס מען האט מורא אז עס גייט פאסירן אין דרייסיג יאר ארום, און נישט און צוואנציג אדער צען יאר ארום, ניטאמאל דארף מען ווארטן אויף מארגן, הונדערטער טויזנטער מענטשן זענען שוין ביז יעצט דערמארדעט געווארן מיט אלע סארט מיתות משונות דורך די גרויזאמע טעראריסטן, זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט, זיי האבן נאר איין ציל פאר די אויגן, זיי וועלן אויסמארדן די גאנצע וועלט און נאר זיי זאלן בלייבן לעבן, און זיי זענען אפילו גרייט מקריב צו זיין לעבן דערפאר.

נישט נאר אין איראק און אין סוריע, דארט וואו זיי זענען הויפקווארטירט, האבן זיי שוין אויסגע'הרג'ט פילע טיזנטער, נאר מצודתם פרושה איבער די גאנצע וועלט, מיט אלע מיטלען פרובירן זיי צו רעקרוטירן קעמפער צו זייערע רייען, און זיי מוטיגן מענטשן אנצוזייען כאאס און טעראר איבער די גאנצע וועלט, אז קיין שום מענטש זאל זיך נישט קענען שפירן רואיג און זיכער אויף דער וועלט. זייער ציל איז אז איידער א מענטש וויל ארויסזאגן א ווארט פון מויל, פאר ער קלערט נאר פון אהערשטעלן א שיינע מאלעריי, זאל ער אייביג דארפן טראכטן וואס וועט אייסיס זאגן דערצו, וועט זיי עס געפעלן אדער נישט, ווייל אויב נישט איז דא א שטארקע מעגליכקייט צו ווערן מיט א קאפ קורצער.

דער פראבלעם פון "אייסיס" איז אבער נישט אזוי וויכטיג ווי דער ערשטער און סאמע הויפט פראבלעם פון "גלאבעל ווארעמינג". איר קוקט מיר אן מאדנע, איר קענט נישט פארשטיין ווי אזוי מיינע פריאריטעטן זענען אזוי פארדרייט אז גלאבעל ווארעמינג איז מיר וויכטיגער אויסצושמועסן ווי דער פראבלעם מיט אייסיס? דאן זאלט איר וויסן אז דאס איז נישט מיין אייגענע אפשאצונג, דאס איז דער בליק וואס די זיבן גרעסטע וועלטמאכטן האבן היינט מאנטאג דערקלערט ביים צווייטן טאג פון זיצונגען ביי די דזשי-7 סאמיט אין דייטשלאנד.

די פירער פון די זיבן גרעסטע וועלט מאכטן האלטן אויך אזוי. די פירער פון אמעריקע, ענגלאנד, יאפאן, פראנקרייך, קאנאדא און איטאליע, זענען זיך צוזאמגעקומען אויף א צוויי טאגיגער סאמיט אנגעפירט דורך די גאסט-געבערן די דייטשע קאנסלארין מערקעל, אין א רייכע לוקסטריעזע האטעל אין דייטשלאנד, צו אדרעסירן די וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק.

אינעם ערשטן טאג, נעכטן זונטאג, איז אויסגעשמועסט געווארן בעיקר די נושא פון רוסלאנד און איר אגרעסיע מיט אוקריינע. כאטש וואס פוטין דער רוסישער פירער איז שוין ארויסגעווארפן געווארן פון די גרופע מיט צוויי יאר צוריק, אלס א שטראף פאר'ן אנעקסירן קרימיע, האט ער נאך אלץ אבער באוויזן צו באשיינען דעם אויבן אן, ווען מען האט ברייט ארום גערעדט איבער אים און איבער די סאנקציעס איבער רוסלאנד ווי לאנג זיי וועלן נישט אפלאזן אוקריינע.

און אינעם צווייטן טאג איז געלייגט געווארן אויפ'ן טיש די צווייטע וויכטיגע טעמעס, און טאקע אין דעם סדר, צום ערשט גלאבל ווארעמינג און דערנאך איבער אייסיס.

ליינענדיג די נייעס האט עס מיר היבש אויפגעברויזט. מענטשן זענען טאקע אזוי משוגע און צודרייט? די גרויסע וועלט מאכטן לייגן די נארישע טעמע פון גלאבל ווארעמינג בעפאר אייסיס? ווי וויכטיג די זאך זאל נאר זיין, דארף מען נישט האבן מער ווי א אביסל שכל צו פארשטיין אז עס קומט נישט פאר אייסיס, און ניטאמאל פאסט עס צו לייגן אויפ'ן טיש זייט ביי זייט מיט אזא ברענענדיגע טעמע ווי אייסיס.

אנשטאט אריינצולייגן כוחות איבער די גלאבל ווארעמינג, א זאך וואס וועט העכסטנס זיין א געפאר מיט יארן ארום, זאל מען ליבערשט אריינלייגן די מאקסימאלסטע כוחות זיך אפצוגעבן מיט אזא מאנסטער ווי אייסיס, זאל מען אריינשיקן מיליאנען טרופן און אפווישן יעדע זכר פון אייסיס, עס זאל נישט בלייבן פון זיי קיין שם ושארית.

אריינקוקנדיג אבער גלייך אין די אויגן פון דעם נארישן אבאמא וואס איז פארנומען מיט אזעלכע נארישקייטן, האב איך באמערקט אז ער קוקט מיר צוריק מיט א שטרענגען בליק, אזא סארט טול-קורה-מבין-עיניך'דיגער בליק. און איך פארשטיי זיין טענה צו מיר. איך זארג מיר פארוואס ער איז פארנומען מיט גלאבעל ווארעמינג אנשטאט זיך צו פארנעמען מיט וויכטיגערע זאכן אויף וואס ער איז ערוועלט געווארן, און אויף וואס זיינע אויפגאבעס זענען. און וואס איז מיט מיר אליין? איך בין פארנומען מיט'ן זיך זארגן אויף וואס די וועלט מאכטן זארגן זיך, אין די צייט וואס איך וועל סיי ווי נישט גארנישט אויפטון אין דעם נושא, איך וואלט ענדערש געדארפט זיין פארנומען מיט די זאכן איבער וואס איך בין ערוועלט געווארן, אויף די זאכן וואס זענען טאקע יא מיינע אויפגאבעס.

איך בין געשטעלט געווארן אין שפיץ פון א פאמיליע, איך האב אונטער זיך א ווייב און קינדער וועלכע ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן איך זאל זיי געבן פיזישע און גייסטישע שטיצע, זיי ווארטן איך זאל זיי אהיים ברענגען געלט צו קענען אנגיין אין לעבן, זיי ווארטן איך זאל אהיים גיין און פארברענגען מיט זיי, אוועק געבן צייט פאר זיי, זיי געבן א גוט ווארט, אויסצוהערן זייערע פראבלעמען און זיי שטעלן אויף דער פיס.

און איך בין פארנומען צו זיצן פרייטאג נאכמיטאג אין מקוה צו קראצן די פיס און אויסשמועסן אויף הויכע טענער אויב אבאמא איז יא גערעכט אדער נישט. שוין, דער אמת איז אז מיט אבאמא האב איך קיין שייכות, אבער וואס איז מיט די שפעטע נאכט שעות ווען איך בין פארנומען אויסצושמועסן די וויכטיגע טעמעס איבער דעם דיבלאזיא, ער איז דאך עמי בבית, פון אים דארף איך דאך זיכער קער נעמען. און ווער רעדט נאך פון די היימישע פאליטיק דאס איז מיין חסידות, מיין בית המדרש, דאס איז דאך זיכער א טעמע וואס דארף פארנעמען ביי מיר דעם אויבן אן.

האלא, ערעב איד, טו דיך אן און גיי ארויס פון מקוה, לאז אפ דיינע חברים און גיי אהיים און זיי פארנומען מיט דיר און מיט דיין הויז געזונט, און לאז די גאנצע וועלט קראכן. אז דו וועסט נישט וויסן דיינע פריאריטעטן וועסטו אויסקוקן ווי די חכמי כעלעם וועלכע נעמען זיך צאם צו ראטעווען די וועלט פון קליימעט טשענטש.

"נע, מיין ווייב איז פארנומען מיט אירע חבר'טעס, זי ווארט נישט אויף מיר", יא יא, אבער ווען דו וועסט ווארטן אויף איר וועט זיך אפשפיגלען דער כמים פנים אל פנים. "נע, מיינע קינדער זענען נאך קליין, זיי דארפן מיר נאכנישט האבן". יא יא, אבער ווען זיי וועלן זיין גרויס וועלן זיי דיר שוין נישט וועלן אנקוקן. גיי אהיים זעץ דיך אראפ אויפ'ן פלאר, און שפיל מיט זיי א געים, ליין מיט זיי א בוך, אדער כאפ א שמועס מיט דיינע קינדער. דאס איז דיין אויפגאבע, אויף דעם ביזטו ערוועלט געווארן, און דאס דארף זיין דיין פריאריטעט. און פון דעם וועסטו אליין די מערסטע פארדינען, דאס איז די בעסטע און זיכערסטע אינוועסמענט, און די געשוואלענע רווחים דערפון זענען גאראנטירט.

יידל » מאנטאג יוני 8, 2015 3:20 pm

· #281378
מ'מעג פרעגן אויף די משל?... הערליכער נמשל, ברסלבער!

ברסלבער » מאנטאג יוני 8, 2015 3:33 pm

· #281380
יידל
מ'מעג פרעגן אויף די משל?...

יא, אדרבה.

יידל
הערליכער נמשל, ברסלבער!

יישר כח

געוואלדיג » מאנטאג יוני 8, 2015 3:40 pm

· #281384
יישר כח, דער משל האט מיר ארויס גענומען פון די כלים ביז איך האב מיך געטראפן זיך קוקן אין מיין אייגענעם פרצוף פארשעמט, דארפסט מיר איבער בעטן 😳 😳

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 8, 2015 4:53 pm

· #281396
@ברסלבער די האסט נאך פלאץ אין דיין הויז פאר מיר?
איך וויל קומען וואוינען אין דיין הויז זאלסט זיך אפגעבן מיט מיר מיט אזא ווארעמקייט ווי די שרייבסט!

Kool man » מאנטאג יוני 8, 2015 4:58 pm

· #281397
וואסארא קוגעל, דו נעמסט אזא ערענסטע זאך ווי גלאבעל ווארמונג, און דו לייגסט עס נעבען אזא נארישע נישטיקע פראבלעהם ווי אייסיס, אייסיס וועט מען זיך אן'עצה געבען אזוי צו אזוי, אפאהר טעראריסטלעך, איזראעל וועט באשיסען כאמאס, אמעריקא וועט פארלאנגען שלו', און די גאנצע אייסעס וועט זיך צעלאזען,.

אבער גלאבעל ווארעמונג? דאס איז דאך שרעקליך, נאך אזא ווינטער וואס מיר האבען געהאט דאס יאהר, און די פאריקע יאהר, שוידערליך צו טראכטען! צוויי דריי גראד מער? די ווינטער איז געוועהן זיכער צוואנציג גראד מערער ווי ס'פלעהגט אמאהל זיין, די היצען זענען געוועהן נישט צום אויסהאלטען, מ'האט נישט געוואוסט צו מ'איז אין ניו יארק אדער פלארידע, אדער גאר די באהאמעס, אזא היץ, און די היצען האבען זיך אריינגעצויגען ביז אין די זומער אריין, אזא ערב פסח, אזא אפריל און מאי, ממש צושמאלצען צו ווערען, איך ציטער אוועק פון די שרעקליכע אנווארעמונג... LOL LOL
😂

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 8, 2015 4:59 pm

· #281398
ס'דא קאנספיראטארן וואס זאגן אז אמעריקע וויל גאר אז אייסיס זאל עקזיסטירן, לפי''ז פארשטייט מען פארוואס אבאמא איז באזארגט אויף גלאבאל ווארמינג אין וועלכע אייסיס קען זיך צולאזן

שבת אחים » מאנטאג יוני 8, 2015 5:51 pm

· #281407
Kool man
וואסארא קוגעל, דו נעמסט אזא ערענסטע זאך ווי גלאבעל ווארמונג, און דו לייגסט עס נעבען אזא נארישע נישטיקע פראבלעהם ווי אייסיס, אייסיס וועט מען זיך אן'עצה געבען אזוי צו אזוי, אפאהר טעראריסטלעך, איזראעל וועט באשיסען כאמאס, אמעריקא וועט פארלאנגען שלו', און די גאנצע אייסעס וועט זיך צעלאזען,.

אבער גלאבעל ווארעמונג? דאס איז דאך שרעקליך, נאך אזא ווינטער וואס מיר האבען געהאט דאס יאהר, און די פאריקע יאהר, שוידערליך צו טראכטען! צוויי דריי גראד מער? די ווינטער איז געוועהן זיכער צוואנציג גראד מערער ווי ס'פלעהגט אמאהל זיין, די היצען זענען געוועהן נישט צום אויסהאלטען, מ'האט נישט געוואוסט צו מ'איז אין ניו יארק אדער פלארידע, אדער גאר די באהאמעס, אזא היץ, און די היצען האבען זיך אריינגעצויגען ביז אין די זומער אריין, אזא ערב פסח, אזא אפריל און מאי, ממש צושמאלצען צו ווערען, איך ציטער אוועק פון די שרעקליכע אנווארעמונג... LOL LOL
😂


ס׳געפעלט מיר ווי דו מאכסט חוזק פון גלאובל ווארימינג ווען בשעת מ׳זעט פון די תגובה ווי דו מאכסט חוזק פונעם פארגאגענעם ווינטער ווען דו הייבסט נישט אן צו וויסן אז דו קעלט וואס אונז האבן געהאט איז א דירעקטע רעזולט פון ריזיגע שטיקלעך אייז וואס לאזן זיך אויף אין אנטאריטיקע , אלעסקע, גרינלענד, קענדע, וכו׳ ווען די נעמסט א גרויסע שטיקל אייז און די לייגסט עס אריין אין א צימער און מעסט די טעמפרעיטור אין די רום פארדעם און נאכדעם , ופשוט הוא, די אייז צולאזט זיך קענסט עס אליינס גייען זעהן מיט דייני אייגענע אויגן ! און דעס וואס דו זאגסט אז פארגאגענעם ווינטער איז געוועהן קאלט (א שיינע עמי הארצדיגע טוירע נאכגעזאגט פילייכט פון ראוש לימבא אדער בילל אריילי) איז אזוי ווי זאגן אז איך מאך א לאך ביי מיין זייט שיף וואס גייט דיך אן ? זאג נאר וויפל דעגרי איז געוועהן פאריגע וואך אין ארץ ישראל ווייסטו ? דו ווייסט אז as we speak ווערן מענטשען פארברענט פאר היץ אין אינדיע און די מיטל איסט ? מעהר ווי 2000 מענטשען זענען פארברענט געווארן פון היץ לעצטע וואך אין אינדיע אליינס ! גלאובל ווארמינג איז אמת צו דו ווילסט צו נישט . און מ׳קען עס פראופן מיט די נומבערס וואס ווייזט קלאר אז דו סי לעוועל ווערט געהעכערט פון יאהר צו יאהר , און עס ווערט הייסער פון יאהר צו יאהר "גלאובלי״ אפגעזהן וואס דו וועטער איז אין ראדני...

שבת אחים » מאנטאג יוני 8, 2015 5:59 pm

· #281412
ווער איז געוועהן פארנומען וועגן גלאובל קאולינג ? קענסט מיר געבן 3 ערנסטע סיינעטיסטן פון יענע צייט וואס האבן געזאגט אז מ׳גייט פריזן צום טויט ? א לינק ביטע?

דעס איז נאך א גראבע ליגענט פון די רעכטע , און די בעבעלסט עס נאך...

שבת אחים » מאנטאג יוני 8, 2015 6:02 pm

· #281416
ס׳איז געוועהן איין נויסוויק ארטיקל וואס האט אזוי פרידיקיטעט מיט יאהרן צוריק אן קיין טראפ סייענטיפישע דעקונג ,

שבת אחים » מאנטאג יוני 8, 2015 6:08 pm

· #281419
ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס צייטונגען זאגן אדער שרייבן וועגן די אישו , די איינציגסטע וואס האט א רעכט אריינצורעדן אין דעם זענען די סייענטיסטן , און פון זיי האסטו אזא זאך נישט געהערט , אלע דאקטורים , געלערנטע, אינטעלעיקטשולס זאגן אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם אין די וועלט , און ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן אז עפעס א נערישע צייטונג לייקענט וואס אלע סייענטיסטן פון די גאנצע וועלט זאגן פה אחד אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם, באלד וועסטו קומען זאגן אז די האסט געטראפן א באשרייבונג פון דער איד אין תשל״ח אז גלאובל ווארמינג איז נישט אמת ? מוראדיג !

ברסלבער » מאנטאג יוני 8, 2015 6:09 pm

· #281420
שבת אחים
אלע דאקטורים , געלערנטע, אינטעלעיקטשולס זאגן אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם אין די וועלט

א גרעסערע פראבלעם פון אייסיס?

שבת אחים » מאנטאג יוני 8, 2015 6:22 pm

· #281424
ברסלבער
שבת אחים
אלע דאקטורים , געלערנטע, אינטעלעיקטשולס זאגן אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם אין די וועלט

א גרעסערע פראבלעם פון אייסיס?

צעהן מיליאן מאהל גרעסער , וואס איז דער צוגלייך בכלל ?

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 8, 2015 6:24 pm

· #281425
שבת אחים
אלע סייענטיסטן פון די גאנצע וועלט זאגן פה אחד אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם

שקר

נופת צופים » מאנטאג יוני 8, 2015 6:37 pm

· #281429
Re: די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"
געוואלדיג
יישר כח, דער משל האט מיר ארויס גענומען פון די כלים ביז איך האב מיך געטראפן זיך קוקן אין מיין אייגענעם פרצוף פארשעמט, דארפסט מיר איבער בעטן 😳 😳

האסט מיר ארויסגענומען פון די כלים ביז כ'האב זיך געטראפן זיצן אויף דער ערד שפילן א נערישע געים מיט מיינע קינדער.
שכויעך ברעסלעבער

שבת אחים » מאנטאג יוני 8, 2015 6:59 pm

· #281436
ישמעאל הכהן
שבת אחים
אלע סייענטיסטן פון די גאנצע וועלט זאגן פה אחד אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם

שקר

אה אנטשולדיגט נישט אלע נאר 99.999999999999999 פראצענט
אלץ א ראדיא באריכטער האסטו מסתמא געהערט לעצטענס אויף די נייעס אז א גרופע סייענטיסטן פון MIT יוניווערסעטי האבן גענדיגט א לאנגע study פון איבער 12,000 סייענטיפישע דאקומענטן פון אלע וועלטליכע גרעסטע סייענטיסטן און פון די אלע איבער 12000 סייענטיסטן האבן נאר צוויי געזאגט אז ס׳איז נישט די ״גרעסטע״ פראבלעם פון די וועלט , אבער 11,998 זאגן אז יא

ס׳איז נישט דא אזא אישו כמעט ווי סייענטיסטן זענען אזוי אייניג ווי אויף דעם !

ס׳איז א אלטע אויסגעדראשענע נושא וואס כבין זיכער יעדער וואס וויל וויסן דעם אמת ווייסט עס שוין ביי יעצט , ס׳איז בעסעקלי intelligence versus ignorance פון איין זייט שטייען ממש אלע געלערנטע זאגן איין זאך פון די אנדערע זייט זענען מענטשען וואס קענען קוים די בעסיק סייענס זיי לאכן אפ פון דעם ,

איך האב יוצא געוועהן מיט דעם , איך האב נישט קיין נערווען איבערצוקייען די נושא !

איז אלא האלטס וואס איר ווילט!

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 8, 2015 7:17 pm

· #281441
איך האלט ווי דיר גראדע, ווייל איך בין אויך א אויפגעקלערטע. און איך גיי נישט קאמפראמייזן אויף מיינע תאוות. און באריכטן מוז איך עס אויך ווייל דאס איז מיין פרנסה. אבער ווען קיינער זעט נישט ערלויב איך מיך צו ספקנ'ן צו אפשר זענען די גענוג און נאך אנדערע סייענטיסטן וואס האלטן נישט דערפון אדער וואס האלטן יא אבער זאגן אז ס'נישט ''מען מעיד'' צי אפשר איז רעכט מיט זיי. אבער אין פובליק בין איך פולי מיט דיר, האלא האסט א ציגארעטל? איך דאווען מער נישט מיט א גארטל

ישמעאל הכהן » מאנטאג יוני 8, 2015 7:29 pm

· #281443
און אזוי ווי דער אנדערער האט געזאגט ''איי בעליוו אין גלאבעל ווארמינג, עספעשילי אין דע סאממער''....

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 8, 2015 7:45 pm

· #281445
א שאד צו פאוקעסן אויפן משל ווען דער נמשל פאדערט התבוננות און הלכה למעשה!!

ברסלבער דיינע מאמרים לעצטנס שניידט שטיקער. בל"נ בזכותך וועל איך זיך מער אפגעבן אינדערהיים מיט מיינע קינדערלעך.

נופת צופים » מאנטאג יוני 8, 2015 8:13 pm

· #281451
Re: די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"
ברעסלעבער פליז צי צוריק. טרעף א צווייטע משל. דעי קטנים דא האבן זיך צולאזט.
@שבת גיי נעם קעיר פון דיינע קינדער.

שבת אחים » מאנטאג יוני 8, 2015 8:18 pm

· #281453
ברסלבער ביזט שוין אמאל געוועהן אין א דריט וועלט לאנד ??? און געאטעמט די לופט דארטן ? פריי דיך אז איינער נעמט קעיר פון די ענווייערמענט , איך גלייב אז דו מיט דיין משפחה וואלט נישט געגאנגען וואוינען אין א צוריקגעשטאנענע מדינה ווי עס איז נישט דא קיין חכמי חעלעם (וויאזוי דו רופסט עס) וואס מאכן רעגיולאציעס צו האלטן די לופט ריין , קוק אויף אלע פלעצער וואס נעמען נישט ערנסט די ענווייערמענט וואס די ראטע פון אסמא און צענגליגער אנדערע קרענק , מ׳קען די אלע זאכן שטודירן , ס׳איז open information

נופת צופים » מאנטאג יוני 8, 2015 9:05 pm

· #281463
Re: די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"
שבת אחים
ברסלבער ביזט שוין אמאל געוועהן אין א דריט וועלט לאנד ??? און געאטעמט די לופט דארטן ? פריי דיך אז איינער נעמט קעיר פון די ענווייערמענט , איך גלייב אז דו מיט דיין משפחה וואלט נישט געגאנגען וואוינען אין א צוריקגעשטאנענע מדינה ווי עס איז נישט דא קיין חכמי חעלעם (וויאזוי דו רופסט עס) וואס מאכן רעגיולאציעס צו האלטן די לופט ריין , קוק אויף אלע פלעצער וואס נעמען נישט ערנסט די ענווייערמענט וואס די ראטע פון אסמא און צענגליגער אנדערע קרענק , מ׳קען די אלע זאכן שטודירן , ס׳איז open information

ס'איז א משל!! פאר גאט'ס סעיק!

די מעשה גייט אזוי. אבאמא מיט חכמי כעלעם'ר האבן געהאט א מיטינג. און צו יעדענ'ס צופרידנהייט האבן זיי געלייגט די נערישע קלייניגקייטן אזויווי אייסיס אין א זייט און גע'פאוקעסט אויף די ברענעדיגע אישו פון גלאובאלע ווארעמונג.

פון דעם דארפן מיר זיך לערנען צו טוהן די זעלבע און נישט זיין ביזי מיט אלע שטותים און פירן די וועלט נאר זיך אפגעבן מיט די וויכטיגע זאכן אזויווי די ווייב און קינדער.

יעצט בוזטו העפפי?

שבת אחים » מאנטאג יוני 8, 2015 10:04 pm

· #281489
נופת צופים
שבת אחים
ברסלבער ביזט שוין אמאל געוועהן אין א דריט וועלט לאנד ??? און געאטעמט די לופט דארטן ? פריי דיך אז איינער נעמט קעיר פון די ענווייערמענט , איך גלייב אז דו מיט דיין משפחה וואלט נישט געגאנגען וואוינען אין א צוריקגעשטאנענע מדינה ווי עס איז נישט דא קיין חכמי חעלעם (וויאזוי דו רופסט עס) וואס מאכן רעגיולאציעס צו האלטן די לופט ריין , קוק אויף אלע פלעצער וואס נעמען נישט ערנסט די ענווייערמענט וואס די ראטע פון אסמא און צענגליגער אנדערע קרענק , מ׳קען די אלע זאכן שטודירן , ס׳איז open information

ס'איז א משל!! פאר גאט'ס סעיק!

די מעשה גייט אזוי. אבאמא מיט חכמי כעלעם'ר האבן געהאט א מיטינג. און צו יעדענ'ס צופרידנהייט האבן זיי געלייגט די נערישע קלייניגקייטן אזויווי אייסיס אין א זייט און גע'פאוקעסט אויף די ברענעדיגע אישו פון גלאובאלע ווארעמונג.

פון דעם דארפן מיר זיך לערנען צו טוהן די זעלבע און נישט זיין ביזי מיט אלע שטותים און פירן די וועלט נאר זיך אפגעבן מיט די וויכטיגע זאכן אזויווי די ווייב און קינדער.

יעצט בוזטו העפפי?

איך האב פארשטאנן ס׳איז א משל , אנטשולדיגט מיר ברסלבער איך טאטלי דיסעגרי מיט דיין משל און וויאזוי דו לייגסט אראפ און מאכסט אוועק גלאבעל ווארמינג , און וואס האט אמעריקע מיט אייסעס איינגעשטויסן ? סה״כ 30 טויזענט מענטשען , ווי זענען טערקיי סאודי אראביע ירדן אלע לענדער אין יענע ראיאן צוזאמען האט א מיליטער פון פינף מיליאן מענטשען !!! ווי זענען זיי ??? מיט וואס באדראט אייסעס אמעריקע ? פארוואס איז דאס אונזער פראבלעם ? וויפל אמעריקאנער זענען געהרגט געווארן דורך אייסעס ? 3 ? פארוואס זאלן אונז זיך אריינמישן אין יעדע רעליגיעזער קאנפליקט אויף דער וועלט ? ווען ס׳איז נישט אונער פראבלעם און ס׳איז נישט אונזער קאנטינאנט? , ליידן מיר נישט גענוג ווייל אונז האבן זיך איבעראל אין די וועלט אריינגעמישט ? וויפל געלט האט דעס שוין געקאסט פאר אונז ? וויפל אומשולדיגע אמעריקאנער קרבנות האט דאס שוין געברענגט? ,
ליינטס אביסל היסטארי ! דעס וואס געשעט יעצט מיט אייסעס גייט שוין פאר די לעצטע פינף טויזענט יאהר איין רעליגיע און איין דינאמענאציע הארגט זיך אויס איינער דעם צווייטן ! ס׳איז בכלל נישט קיין נייעס ! און ס׳נישט אזוי שרעקדיג און ס׳איז נישט אונזער פראבלעם בכלל !! אבאמא האט געטוהן די ריכטיגע זאך מיט נישט אריינמישן אמעריקא אין די חזאריי !! מיר זענען פארשמירט מיט גענוג און נאך אלטע חזאריי מיר דארפן נישט קיין נייע !!!
כך נלע״ד

שבת אחים » מאנטאג יוני 8, 2015 11:20 pm

· #281504
פרעזידענט באראק אבאמא יר״ה אין א אינטערוויו מיט vice news זיי רעדן ארום מעניני דיומא וועגן גלאובל ווארמינג , אייסעס, איראן, טעגליכע גרידלאַק אין וואשינגטאן, און די זינלאָזע אמעריקאנע וואָר אָן דראוגס,

לויט אבאמא איז אייסעס א דירעקטע תוצאה פון די אמעריקאנע אינוואזיע אין איראק , און מ׳וועט זיי קיינמאל נישט געוואונען אפילו מיט שווערע אַרטילעריע, וואס וועט אונז נאר פירן צו א זינלאזע און ענדלאזע מלחמה , נאר אויב מ׳טוישט זייער גאנצע פאַנאַטישע מהלך המחשבה וויאזוי זיי קוקן אן אמעריקא און די וועסטערן קולטור , צוויי פּונקטן וואס איך עגרי טאוטלי מיטן פּרעזידענט

ישמע חכם ויוסיף לקח...

<a class="postlink" href="https://news.vice.com/video/president-obama-speaks-with-vice-news">https://news.vice.com/video/president-o ... -vice-news</a>

שבת אחים » דינסטאג יוני 9, 2015 8:09 am

· #281547
נופת צופים
ברעסלעבער פליז צי צוריק. טרעף א צווייטע משל. דעי קטנים דא האבן זיך צולאזט.
@שבת גיי נעם קעיר פון דיינע קינדער.


@נופח
מיינסט צו זאגן מיינע אייניקלעך ? 😛 😂

כ׳בין שוין ליידער נענטער צו יענע זייט !, כ׳דארף מיך שוין אָט אָט איינשרייבן אין אשל אברהם ! כ׳האף אז סאיז דא ווייפיי דארט אז איך זאל קענען ״לעזען״ קאווע שטיבל מיט דיקע שווארצע בריללן !!! 😠

נופת צופים » דינסטאג יוני 9, 2015 8:41 am

· #281553
Re: די צוויי הויפט זארגן:
[emoji1] [emoji12]
העי העי, כ'האב דיר נישט גערופען @שבת עכו"ם

עניוועי, זאלסטו זעהן נחת פון דיינע קינדער און אייניקלעך און אור אייניקלעך עד סוף כל הדורות. עם, איים סארי, ביז ווען אונז גיימער זיך אלע מעלטן.
[emoji12]

שבת אחים » דינסטאג יוני 9, 2015 10:05 am

· #281561
@נופת דו ביזט זיס ווי צוקער!!! 😂 😂 😃

ברסלבער » דינסטאג יוני 9, 2015 1:00 pm

· #281582
@שבת אחים, כאטש איך האב טאקע גענוצט דעם סאמיט נאר אלס משל, האט מיר עס באמת אויפגערעגט ווען כ'האב געליינט דערוועגן, און דאס האט מיר געמאכט טראכטן פונעם נמשל.
איך בין נישט קיין סייענטיסט, און איך גלויב אז דו ביזט אויך נישט. ס"ה וועסטו נאכזאגן פון די סייענטיסטן וועלכע האלטן ווי דיר, און איך וועל צוברענגען די סייענטיסטן וועלכע זענען אויף מיין זייט.
דא איז צוויי לינקס וואס איז ארויפגעקומען ביים גוגל'ן scientific proof climate change false, מסתמא זענען דא נאך הונדערטער אזעלכע.
<a class="postlink" href="http://www.techtimes.com/articles/18641/20141025/global-warning-is-a-big-fat-lie-and-the-science-behind-it-is-fake-john-coleman.htm">http://www.techtimes.com/articles/18641 ... oleman.htm</a>
<a class="postlink" href="http://www.telegraph.co.uk/news/earth/environment/climatechange/10310712/Top-climate-scientists-admit-global-warming-forecasts-were-wrong.html">http://www.telegraph.co.uk/news/earth/e ... wrong.html</a>

מאטי » דינסטאג יוני 9, 2015 1:12 pm

· #281583
...און זייט דעמאלט טרינק איך יעדע וואך צו א גלעזל סעלצער מיט די טשולנט.

יאנקל מיללער

שבת אחים » דינסטאג יוני 9, 2015 2:32 pm

· #281598
ברסלבער
@שבת אחים, כאטש איך האב טאקע גענוצט דעם סאמיט נאר אלס משל, האט מיר עס באמת אויפגערעגט ווען כ'האב געליינט דערוועגן, און דאס האט מיר געמאכט טראכטן פונעם נמשל.
איך בין נישט קיין סייענטיסט, און איך גלויב אז דו ביזט אויך נישט. ס"ה וועסטו נאכזאגן פון די סייענטיסטן וועלכע האלטן ווי דיר, און איך וועל צוברענגען די סייענטיסטן וועלכע זענען אויף מיין זייט.
דא איז צוויי לינקס וואס איז ארויפגעקומען ביים גוגל'ן scientific proof climate change false, מסתמא זענען דא נאך הונדערטער אזעלכע.
<a class="postlink" href="http://www.techtimes.com/articles/18641/20141025/global-warning-is-a-big-fat-lie-and-the-science-behind-it-is-fake-john-coleman.htm">http://www.techtimes.com/articles/18641 ... oleman.htm</a>
<a class="postlink" href="http://www.telegraph.co.uk/news/earth/environment/climatechange/10310712/Top-climate-scientists-admit-global-warming-forecasts-were-wrong.html">http://www.telegraph.co.uk/news/earth/e ... wrong.html</a>


ברסלבער נאך איידער איך הייב אן אפילו צו קוקן די לינק , לייקענסט אז 99% סייענטיסטן און געלערנטע און מענסטרים סייענטיסטן האלטן אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם אין די וועלט ? איך קען דיר ברענגן א לינק אז אנטיביואטיק איז שעדליך ! און אז 9/11 און די טווין טאוערס איז אראפגעברענגט געווארן דורך בוש !

דו זאגסט אז איך בין נישט קיין סייענטיסט ! אמת ! מ׳דארף נישט זיין קיין גרויסע סייענטיסט צו פארשטיין דעס! ס׳איז 1+1 !!! ס׳איז נומבערס וואס קען עס באשטעטיגן ,

ברסלבער איין זאך קען איך דיר זאגן ווען דו וואלסט היינט געזוכט ח״וו א גרויסע דאקטער אדער ספעציעליסט וואס גלייבט נישט אין גלאובל ווארמינג , גוד לאוק ! ווייל אלע קלוגע מענשטען אויף דער וועלט זענען נעבעך משוגע געווארן פלוצלינג....?
און די ווילסטוך דוקא ערצייגן פאר אראפ קיין גרינלאנד און קענסט עס אליינס זעהן מיט דיינע אויגן ווי שטיקלעך אייז אזוי גרויס ווי גאנצע שטעט צולאזט זיך !!!! אפשר אויפן וועג אהיים פון אומאן די יאהר מאך א סטאפ דארט , וועסט רעדן אינגאנצן אנדערש נאכדעם!!!
יעצט גיי איך לייענען די לינק און דיר ענטפערן אביסעלע שפעטער וואס איך האלט ....
דערווייל לאמיר נישט פארגעסן אין שום יאוש בעולם כלל ... אפילו אלע סייענטיסטן און געלערנטע האלטן אזוי טאר מען זיך נישט מיאש זיין ! יא ? איך זאג גוט? 🙂

שבת אחים » דינסטאג יוני 9, 2015 3:21 pm

· #281625
ברבלבער איך האב געליינט די ערשטע לינק , איך האף באמת אז דו מאכסט נישט אייביג קיין ריסערדזש אזוי ווי דעם ! ווייל ס׳איז נישט ווער ס׳זאל לאכן !!! דו ברענגסט מיר אראפ איינעם John Coleman וואס איז קיינמאל קיין סייענטיסט נישט געוועהן און איז סה״כ א וועטער באריכטער אויף טעלעוויזשן אפילו לויט זיין אייגענע וויקיפדיה זייטל איז ער נאר א weatherman ! און ער איז א טעקסעס קריסטליכער רעכטער וואס זוכט אטעינשאן אויף פאקס ניוס , און לויט דו וואשינגטאן פאוסט האט ער נאך קיינמאל נישט געשריבן אפילו איין סיינעטיפישע ארטיקל וועגן גלאובל ווארמינג !!!

איך וויל ציטירן א חלק פון די ארטיקל וואס די וואשינגטאן פאוסט שרייבט וועגן אים:

To begin, Coleman hasn’t published a single peer-reviewed paper pertaining to climate change science. His career, a successful and distinguished one, was in TV weather for over half a century, prior to his retirement in San Diego last April. He’s worked in the top markets: Chicago and New York, including a 7-year stint on Good Morning America when it launched. If you watch Coleman on-camera, his skill is obvious. He speaks with authority, injects an irreverent sense of humor and knows how to connect with his viewer.

But a climate scientist, he is not
די קעפל פונעם וואשינגטאן פאוסט ארטיקל איז :
.Why does anyone pay attention to John Coleman, Weather Channel co-founder, on climate change?

<a class="postlink" href="http://www.washingtonpost.com/blogs/capital-weather-gang/wp/2014/11/03/why-does-anyone-pay-attention-to-john-coleman-weather-channel-co-founder-on-climate-change/">http://www.washingtonpost.com/blogs/cap ... te-change/</a>

ברסלבער » דינסטאג יוני 9, 2015 3:47 pm

· #281626
איך האב נישט געליינט קיין איינס פון די צוויי לינקס. ווי געזאגט פריער, האב איך גענומען די ערשטע צוויי לינקס וואס זענען ארויפגעקומען פון דעם סורטש.

וויקיפידיע האט א ליסט פון List of scientists opposing the mainstream scientific assessment of global warming

שבת אחים » דינסטאג יוני 9, 2015 4:24 pm

· #281642
האסט מיר נישט גענעטפערט אויף די ערשטע קשיא :

ברסלבער נאך איידער איך הייב אן אפילו צו קוקן די לינק , לייקענסט אז 99% סייענטיסטן און געלערנטע און מענסטרים סייענטיסטן האלטן אז ס׳איז די גרעסטע פראבלעם אין די וועלט ?

עני וועי , אזוי ווי איך האב געשריבן נעכטן אז ווער ס׳וויל וויסן דעם אמת ווייסט עס ! און ווער נישט וועט זיך אנכאפן א עפעס א שטרוי ! א וויקיפדיה לינק איז גענוג פאר אזא איינעם געוונטליך !

איך גיי מיך נישט טעהנן מעהר מיט איינעם וואס לייקענט גראבע פאקטן ! ווייל ס׳שאדט די צייט ! ס׳איז אזויווי זיך טעהנן מיט די 9/11 truthers!
So let's agree to disagree!!!!

הקטן » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 7:16 pm

· #307915

שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 1:14 am

· #307959
דא האסטו די ווערטער פון די הויפט סייענטיסט אין די אויספארשונג Dr. Jay Zwally אין זיינע אייגענע ווערטער ווארנט ער אז ער ווייסט אז קלימאט טשענדזש לייקענער וועלן שפרינגן אויף דעם און דאס איז טאקע געשעהן...

Lead Author Jay Zwally: "I Know Some Of The Climate Deniers Will Jump On This," But "It Should Not Take Away From The Concern About Climate Warming." In an interview with Nature, the study's lead author, glaciologist Jay Zwally, warned that "climate deniers" would wrongly tout the study as proof that "we don't have to worry [about global warming] as some people have been making out":

The findings do not mean that Antarctica is not in trouble, Zwally notes. "I know some of the climate deniers will jump on this, and say this means we don't have to worry as much as some people have been making out," he says. "It should not take away from the concern about climate warming." As global temperatures rise, Antarctica is expected to contribute more to sea-level rise, though when exactly that effect will kick in, and to what extent, remains unclear. [Nature, 10/2/15]

<a class="postlink" href="http://mediamatters.org/research/2015/11/04/nasa-scientist-warned-deniers-would-distort-his/206612">http://mediamatters.org/research/2015/1 ... his/206612</a>

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 2:05 am

· #308100
שמעקעדיג
א שאד צו פאוקעסן אויפן משל ווען דער נמשל פאדערט התבוננות און הלכה למעשה!!

דעת תורה » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 10:34 am

· #308110
Re: די צוויי הויפט זארגן: "גלאבעל ווארעמינג" און "אייסיס"
מ'זעט פון די פארעפנטליכונג פון די שטודיע אז די סייענטיסטן באגראבן נישט קיין אינפארמאציע וואס העלפט זיי נישט. כאטש מ'קען דן זיין אז פאר די גרעיטער גוד לוינט זיך ווען יא צו גונז זיין אזא שטודיע, ספעציעל אז מ'האנדלט מיט ארגענייזד איגנארענס וואס וויל בכח אפשלאגן פאקטן און האלט בכלל נישט ביים אנערקענען מציאות.

בן אדם » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 10:41 am

· #308111
ס'איז לאוו דוקא, נאר ווייל ס'איז דא סייענטיסטן פון ביידע זייטן. איז ממילא די לינקע סייענטיסטן באווארענען זיך פון פריער, און זיי לייגן שוין ארויס די אנדערע צד וואס שטימט נישט מיט זיי באצייטענס מיט עפעס אפאר תירוצים'לעך.

הקטן » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 10:48 am

· #308112
למען הפינקטליכקייט
[ציטאט אראפגענומען]



דאס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט צו ליינען

“The good news is that Antarctica is not currently contributing to sea level rise, but is taking 0.23 millimeters per year away,” Zwally said. “But this is also bad news. If the 0.27 millimeters per year of sea level rise attributed to Antarctica in the IPCC report is not really coming from Antarctica, there must be some other contribution to sea level rise that is not accounted for.”


@דעת תורה דו האלסט אז אזא NASA סטאדי קען מען באהאלטען?

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 4:28 pm

· #308143
בן אדם
ס'איז לאוו דוקא, נאר ווייל ס'איז דא סייענטיסטן פון ביידע זייטן. איז ממילא די לינקע סייענטיסטן באווארענען זיך פון פריער, און זיי לייגן שוין ארויס די אנדערע צד וואס שטימט נישט מיט זיי באצייטענס מיט עפעס אפאר תירוצים'לעך.


קענסט אנצייגן וועלכע סייענטיסטן גלייבן נישט אין גלאובל ווארמינג? איך הער אייביג וועגן די סייענטיסטן אבער איך זוך זיי נאך אלץ. געב מיר פינף ערנסטע סייענטיסטן וואס גלייבן נישט דערין?

הקטן » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 2:41 pm

· #308452
Cold Sun Rising

For now nevertheless, the IPCC and other authoritative agencies are sticking to their CO2-dominant climate-forcing theory. They attribute the cold spells to a disruption in the jet stream caused by Anthropogenic Global Warming.

Some of their theories have heads being scratched, for instance the "pause" in global warming they attribute to heat being absorbed deep into the oceans. When Antarctic ice reached record levels in 2013, scientists were "baffled" because the water beneath the ice was warm, they claimed. In climate science old and new, nothing is certain.

הקטן » מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:52 am

· #309061
climate-scientists-to-be-grilled-by-congressional-investigators-but-their-e-mails-are-still-off-limits

<a class="postlink" href="http://www.climatedepot.com/2015/11/19/whistleblowers-claim-noaa-rushed-contentious-pause-buster-study-despite-reservations/">http://www.climatedepot.com/2015/11/19/ ... ervations/</a>

שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:14 am

· #310794
World's Glaciers Melting At Fastest Rate Since Record-Keeping Began
"Globally, we lose about three times the ice volume stored in the entirety of the European Alps every year."
<a class="postlink" href="http://www.huffingtonpost.com/entry/glaciers-melting-fastest-rate_55bf7090e4b06363d5a2a494">http://www.huffingtonpost.com/entry/gla ... 63d5a2a494</a>

שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:31 am

· #310795
2015
to be hottest year on record...until next year: WMO
<a class="postlink" href="http://www.cnbc.com/2015/11/25/2015-to-be-hottest-year-on-recorduntil-next-year-wmo.html">http://www.cnbc.com/2015/11/25/2015-to- ... r-wmo.html</a>
<a class="postlink" href="https://news.vice.com/article/shocker-2015-is-going-to-be-the-hottest-year-on-record">https://news.vice.com/article/shocker-2 ... -on-record</a>
<a class="postlink" href="https://www.scientificamerican.com/article/2015-will-be-hottest-year-on-record-until-next-year">https://www.scientificamerican.com/arti ... -next-year</a>

The past 5-year period is the hottest ever recorded, U.N. says
<a class="postlink" href="http://mashable.com/2015/11/25/hottest-years-on-record/#tYFrPjoVLqqf">http://mashable.com/2015/11/25/hottest- ... FrPjoVLqqf</a>

שבת אחים » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 5:10 pm

· #310870
Paris climate change talks: Bill Gates, Mark Zuckerberg and 27 other billionaires launch Breakthrough Energy Coalition fund to stop climate change

<a class="postlink" href="http://www.independent.co.uk/news/people/paris-climate-change-talks-bill-gates-mark-zuckerberg-and-27-other-billionaires-launch-breakthrough-a6753981.html">http://www.independent.co.uk/news/peopl ... 53981.html</a>

Bill Gates And Other Billionaires Pledge To Take On Climate Change
<a class="postlink" href="http://www.npr.org/sections/thetwo-way/2015/11/30/457900449/bill-gates-and-other-billionaires-pledge-to-take-on-climate-change">http://www.npr.org/sections/thetwo-way/ ... ate-change</a>

הקטן » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 7:42 am

· #414933
The truth about global warming
סייענטיסטען זענען ביי די מיינאנאנג פין מען-מעד גלאבעל ווארמינג, נישט סייענס