☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ליפא קומט ארויס מיט א נייע סינגעל

ליפא קומט ארויס מיט א נייע סינגעל

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9047

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יוני 8, 2015 8:27 am

· #281300
ליפא קומט ארויס מיט א נייע סינגעל
נישטא צופיהל מוסיף צו זיין אבער די גרעפיקס שרייען הארלעם, איינער קען מסביר זיין ווי זיין מהלך המחשבה לויפט? כזעה נישט קיין איד פון פייוו טאונט זאל אזא עדדווערטייזמענט כאפן
📎 image.jpg

נופת צופים » מאנטאג יוני 8, 2015 8:35 am

· #281301
Re: ליפא קומט ארויס מיט א נייע סינגעל
דער סינגל איז א פריוויו פאר זיין נייע אלבום וואס קומט ארויס אין אפאר וואכן. ס'האט 12 טרעקס.

כוכב » מאנטאג יוני 8, 2015 8:37 am

· #281302
מיר כאפט זייער דעם דעקל, די שיינע בוירבערי זשעקעט, די לאנגע תכלת ציצית, ליפא'ס גרימאסן ועל כולם דער גוד לוקינג גיי פון אונטן...

טאמבל סאס » מאנטאג יוני 8, 2015 9:18 am

· #281310
יענעמעס הויזן איז צו טייט רח"ל. אלע אידענעס וועלן פרעגן מי זה הצדי"ק זכר לטוב?

אליהו בחור » מאנטאג יוני 8, 2015 9:24 am

· #281311
prison break.
אויפן ערשטן בליק האט זיך מיר געדאכט אז דאס זענען די צוויי אנטלאפענע פון די Clinton correctional facility.
😕

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 8, 2015 9:28 am

· #281312
Re: ליפא קומט ארויס מיט א נייע סינגעל
<a class="postlink" href="http://jewishmusicreport.com/2015/06/08/lipa-releases-new-single-ben-fayge-ft-matt-dubb/">http://jewishmusicreport.com/2015/06/08 ... matt-dubb/</a>

מבקר » מאנטאג יוני 8, 2015 10:08 am

· #281318
בן פיגא
BenFaygaSingle#

Specialist » מאנטאג יוני 8, 2015 10:46 am

· #281325
Re: ליפא קומט ארויס מיט א נייע סינגעל
<a class="postlink" href="https://youtu.be/pvd7LsVN-zE">https://youtu.be/pvd7LsVN-zE</a>

Kool man » מאנטאג יוני 8, 2015 11:25 am

· #281330
מיר קוקט אויס ווי ער פאהרט נאך מתתיהו, כ'האף כ'וועל פרואווען צו זיין ראנג, 😐

לך לך » מאנטאג יוני 8, 2015 11:39 am

· #281332
סא דער צווייטער אויפן דעקל איז די חתן וואס טאנצט ביים חתונה?
היינו הך?

בר דעת » מאנטאג יוני 8, 2015 2:37 pm

· #281372
עס איז א אייזערנע ארבעט! די מוזיק, די נייסטע, מאדערנסטע טעכנא מוזיק, די טענץ, עס ברענגט אמת'דיג אריין די חסידישע היפי באוועגונג

שטילע אינגערמאן » מאנטאג יוני 8, 2015 5:54 pm

· #281409
ליפא קומט ארויס מיט א נייע סינגעל
כהאב געדארפט טיילענאל נאכן וואטשען די קליפ אזא מין לויפעניש, נישט די זעלבע צענע פאר גאנצע פינף סעקונדעס, לעקטער בליטשקענען, נעה.....

וכדומה.. » מאנטאג יוני 8, 2015 7:00 pm

· #281438
די ניגון איז פיין, סהאט א חן, א געוויסע קנייטש,
די ווידיאו איז אבער קארני, טיפיקעל, און קינדעריש

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 8, 2015 11:40 pm

· #281512
כוכב
מיר כאפט זייער דעם דעקל, די שיינע בוירבערי זשעקעט, די לאנגע תכלת ציצית, ליפא'ס גרימאסן ועל כולם דער גוד לוקינג גיי פון אונטן...

כוכב: כ'האב געוואלט עפעס פרעגן. ס'הייבט זיך אן מיט א גימל. אפשר מיט א דלת... 😂