☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » א מענטשליכע הונטל

א מענטשליכע הונטל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9044

נופת צופים » זונטאג יוני 7, 2015 10:54 pm

· #281267
א מענטשליכע הונטל
ביימער הויך,
בא'חנ'ט און לאנג,
הויך אויפפראגענד.
גראזן זאפטיג,
ווי א קונצלער'ס טעפיך,
אויפ'ן האריזאנט צושפרייט.
פרישע שפרענגן,
ווי שלענג זיי ציען,
צווישן דשונגלען און וועלדער.
אימענסיווע בערג,
דעפטיגע קייטן,
ווי גראנדיעזע מויערן.

א פארביגע ליינוואנט,
פאר אונזער געניס,
טאלאנטפול געשאפן.

אנשטאט די בערג,
געביידעס הויך,
הונט-הייזעלעך קליינע, פארפאקט אין זיי.
אין פלאץ פון די ביימער,
א פענסטער פארשטעקט,
וואו די שטראלן פון זון, פארשטעקן זיי שפילן.
אנשטאט די טייכן,
שלענגלען זיך שטראזן,
געשריי פון פארקער, באדרויען צו טייבן.
אין פלאץ פון די גרינס,
מיסט אנגעלייגט,
דאס געשטאנק אין די לופטן, צו אטעמען נישט פאסיג.

וואו זענען די ביימער,
די בערג און די גראז,
צו וועל איך אויף אייביג,
ווי א הונטל לעבן?

יאיר » מאנטאג יוני 8, 2015 2:09 am

· #281285
גאר שיין. איך האב הנאה פון די פאבריצירטע ווערטער.

נופת צופים » מאנטאג יוני 8, 2015 7:13 am

· #281292
Re: א מענטשליכע הונטל
אז מ'דארף פאבריצירן, דארף מען דאס אויך קענען.

וכדומה.. » מאנטאג יוני 8, 2015 8:20 am

· #281296
יאיר
איך האב הנאה פון די פאבריצירטע ווערטער.


#געשטאנק

נופת צופים » מאנטאג יוני 8, 2015 8:44 am

· #281304
Re: א מענטשליכע הונטל
אזוי האט מיין רבי געטייטשט:
ריח ניחוח = א געשטינק פון א געשטאנק.

מפוזרי » מאנטאג יוני 8, 2015 9:48 am

· #281313
Re: א מענטשליכע הונטל
יישר, ס'מאכט א רושם האסט זיך עפעס צוגעלערנט ביי שלומ'ען.

ואען ואומר על דבריך:
ווילאנג איר וועט זיך פונה זיין אל רהבים
און ממשיך זיין מיט דער ונהי בעינינו כחגבים
וועט איר ווייטער לעבן ווי די כלבים

אז איר וועט נישט ווייזן וואס איר קענט
און זיך אוועקשטעלן ווער איר זענט
דאן קלאגט ווייטער אין אייערע פארשטיקטע פיר ווענט

פאלט פאר יעדער ווינט
לעבט טאקע ווי הינט
קוקט צו ווי פון אייך די הויט מ'שונדט

קיינער וועט אייך פון דאנעט טרייבן
מ'דארף זיך אין ספר החיים אליינס פארשרייבן
אביסעלע זעלבסט אין זיך גלייבן
נאר אזוי וועט מען זיך מאשפות אויפהייבן

נופת צופים » מאנטאג יוני 8, 2015 4:24 pm

· #281391
Re: א מענטשליכע הונטל
ביז כ'וועל אפפיצן
וועל איך נאך זיצן
אין די ברוקלין היצן
אין מיין לעכל שוויצן

כ'האב שוין לאנג געקענט
זיך נעמען אין די הענט
געענדיגט מיט די רענט
פאר בלויז פיר ווענט

אויפשטעלן אליינס
א פאלאץ א שיינס
אזעלכעס אזיינס
מיט שטח מיינס

מיט ביימער ארום
אן קיין מום
כ'קען כאפן א שווים
אויפ'ן זון א דשים

כ'וועל מאכן א סוף
בקרוב איך האף
מיין לעבן ווי א קוף
די בת היענה איז טאף

וכדומה.. » מאנטאג יוני 8, 2015 11:43 pm

· #281515
נופת, דייינע שטיקלעך זענען אייזן, קיפ גואינג!