☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » טעגליכע חיזוק מספרי תלמידי בעש"ט הק'

טעגליכע חיזוק מספרי תלמידי בעש"ט הק'

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9042

shem-tov » זונטאג יוני 7, 2015 7:10 pm

· #281217
טעגליכע חיזוק מספרי תלמידי בעש"ט הק'
ספעציעל פאר קאווע שטיבל.
הכל מודים סאיז נישטא א בעסערע זאך ווי צו האבן גרייט אין מויל א גיט ווארט אויף די פרשה נאכצוזאגן בשם א צדיק אמת, קודם מקיים צו זיין ובלכתך בדרך און א גיט גרינג ווארט געדענקט מען. אויך כדי צו געדענקן דעם שויתי ה לנגדי תמיד אזעלעכע ווערטער וואס ברענגט ארויס אמונה ובטחון, נאכדעם קענסטו מקיים זיין די מצוה פון לימוד התורה, אויך ביסטו דיך מקשר מיטן צדיק ווייל סאיז שפתותיו דובבות בקבר כידוע, ועל כולם מזאל קענען עפעס נאכזאגן ווען מטרעפט א צווייטען יוד הן בימי החול ובעיקר לכבוד שבת קודש. דעריבער. הנני מוכן ומזומן בעזהשי"ת אייך אהערצושטעלן ווי רש"י זאגט אין פרשת משפטים, כשלחן ערוך מוכן לאכול קורצע הערליכע רעיונות. שיינע ווערטלעך תורות על הפרשה מלוקט מספרי חסידות תלמידי הבעש"ט הק' השותים מספרי ראשונים ואחרונים עד משה רבינו מפי הגבורה אזעלעכע ווערטלעך וואס זענען שטארק גאנגבאר ביי אלע הויפן יעדער חסיד קען עס נאכזאגן בשם זיין רבין'ס ספר. דא וועט איר טרעפן רעיונות פון ספרי קודש ווי דער דגל. מאור ענים. חתם סופר. דברי חיים. זרע קודש. ישמח משה. דברי יואל. שפת אמת. ועוד ועוד. ווייל דאס זענען פשוט די אב פון א יוד.

די כללים זענען צו שרייבן קורצע, פאסיגע ווערטלעך מיט א מקור און סזאל זיין שווה לכל נפש. ובעיקר על הפרשה

,דער ציל איז זיך מחזק צו זיין מיט זייערער הייליגע דיבורים געדענקן די ווערטער פון די הייליגע תורה, און בעיקר צו זיין דבוק אינעם רבש"ע וואס דאס איז דאך דער ציל פון אלעם ובמקום שאין איש וועל איך אנכי הקטן השפל והנבזה זיך נעמען דערצו. די תורהלעך רוב האב איך געהערט אלץ בחור פון מיין ראש ישיבה וואס פלעגט אנהייבן און מסיים זיין זיינע הערליכע דרשות מיט איין קורצע געדאנק און אזוי ארומגערעדט שעות אויף שעות נישט מער געדאכט. אבער איך האף אז יעדער וועט צוהעלפן. אויב ווייסט איר א צווייטע מקור פון א ווארט וואס איך ברענג פליז לאזט אייך הערן. לאמיר האפן אויף סייעתא דשמיא.

הק' שם טוב תשע"ה

shem-tov » זונטאג יוני 7, 2015 7:12 pm

· #281218
שלח לך אנשים שיק אוועק דא מענטשליכקייט. ווען סקומט צו עבודת השי"ת וואס גייט דיך אן וואס אנדערע זאגן. אזוי פלעגט זאגן דער הייליגער קאצקער ז"ל

shem-tov » זונטאג יוני 7, 2015 7:19 pm

· #281220
סוף סדרה ביי די פרשה פון ציצית שטייט אני ה' אלוקיכם דאס זאגט דער אויבערשטער. אבער אנפאנג קר"ש זאגן מיר שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד. איז דער חתם סופר מסביר אז קודם טוען מיר שטאלצירן מיט אונזער גרויסן באשעפער. בשעת קר"ש טוען מיר מקבל זייל מצות אהבת ה' ומצות יראת ה' וכל המצוות. השי"ת הערט דא צו און ער פריידט זיך זייער דעריבער סוף קר"ש טוט שוין השי"ת שטאלצירן מיט אונז און ער זאגט אני ה' אלוקיכם איך בין טאקע ענקער באשעפער און האב ענק אויך ליב.

shem-tov » מאנטאג יוני 8, 2015 10:29 am

· #281322
וראיתם את הארץ מה היא. זעהט איין אז די וועלט די הבלי עוה"ז איז גארנישט. זאגט דער הייליגער ר"ר אלימלך זי"ע די ארבעט פון א יוד אויף דער וועלט איז איינצוזהן אז די וועלט איז גארנישט בלויז הבלי הבלים ווערט נישט נתפעל

shem-tov » מאנטאג יוני 8, 2015 10:36 am

· #281323
והתחזקתם זייט אייך מחזק
היש בה עץ אם אין והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ. זאגן די ספרים הקדושים ווען די ביסט דערשלאגן א בחינה פון אין, והתחזקתם זאלסטו דיך מחזק זיין דורך נעמן א לימוד מפרי הארץ פון די פירות פון די ערד וואס ווען מען פלאנצט זיי אן ווערן זיי קודם אינגאנצן פארפוילט אבער שפעטער בליען זיי דאס זעלבע קענט איר אויך צוקומען צו בליען און שיינען טראץ וואס איר גייט דורך שווערע מצבים זייט אייך מחזק

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 8, 2015 10:44 am

· #281324
זייער שיין, א הערליכע איידיע! און א גרויסן דאנק.

shem-tov
שלח לך אנשים שיק אוועק דא מענטשליכקייט. ווען סקומט צו עבודת השי"ת וואס גייט דיך אן וואס אנדערע זאגן. אזוי פלעגט זאגן דער הייליגער קאצקער ז"ל

איז דאס נישט א סתירה מיט זיין באקאנטן וארט אויף "ואנשי קודש תהיון לי", מענטשליך הייליג?

ברסלבער » מאנטאג יוני 8, 2015 11:16 am

· #281328
זייער שיין, שם טוב. א גרויסן דאנק.

shem-tov
היש בה עץ אם אין והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ. זאגן די ספרים הקדושים ווען די ביסט דערשלאגן א בחינה פון אין, והתחזקתם זאלסטו דיך מחזק זיין דורך נעמן א לימוד מפרי הארץ פון די פירות פון די ערד וואס ווען מען פלאנצט זיי אן ווערן זיי קודם אינגאנצן פארפוילט אבער שפעטער בליען זיי דאס זעלבע קענט איר אויך צוקומען צו בליען און שיינען טראץ וואס איר גייט דורך שווערע מצבים זייט אייך מחזק

איך האב געהערט דעם ווארט מיט א שטיקל הוספה. משה רבינו האט דאך געהייסן אז די מרגלים זאלן אהיים ברענגען מפרי הארץ, ווי אזוי קען זיין אז יהושע און כלב האבן נישט געפאלגט און זיי האבן גארנישט גענומען. נאר משה רבינו האט דאך געזאגט "והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ", האבן זיי גענומען דעם חלק פון "והתחזקתם", זיי האבן גענומען דאס זיך צו שטארקן און זיין ערליך, און נישט רעדן דאס וואס די אנדערע מרגלים האבן גערעדט שלעכטס.

shem-tov » דינסטאג יוני 9, 2015 1:17 pm

· #281586
מצוה פון אפשיידן חלה ווייזט אויף אמונה
ראשית עריסותיכם חלה תרימו זאגט די מדרש למה נסמכה פרשת  חלה לפרשת  עבודה זרה, לומר לך, שכל המקיים מצות חלה כאילו בטל עבודה זרה. לכאורה וואס איז די שייכות
נאר די גמרא זאגט (שבת לא, א) אמונת זה סדר זרעים. ווען א יוד גייט דורך דעם לאנגען פראצעדור פון אנפלאנצן און אנזייען באגעגענט ער זיך אן א שעור מאל מיטן יד ה' מה רבו מעשיך ה כולם בחכמה עשית און ער איז מודה פון זיך אליינס אז סאיז דא א באשעפער פארדעם האט די תורה געהייסן אפשיידען חלה כדי צו צייגן אז אלעס איז פון באשעפער און טאקע מיט די ריכטיגע כוונות איז ער מבטל יעדע עבודה זרה. דאס איז די שייכות פון חלה צו ע"ז.

. דעריבער הייבט מען אויך אויף די מוציא מען מאכט די ברכה וואס האט אין זיך 10 ווערטער מען כאפט איר אן מיט אלע 10 פינגער און מען זאגט רבש"ע די ביסט דער וואס האסט באשאפן די וועלט און ביסט דער וואס האסט מיר אהערגעשטעלט דעם פיינעם בארכע

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 9, 2015 2:44 pm

· #281604
shem-tov
שלח לך אנשים שיק אוועק דא מענטשליכקייט. ווען סקומט צו עבודת השי"ת וואס גייט דיך אן וואס אנדערע זאגן. אזוי פלעגט זאגן דער הייליגער קאצקער ז"ל

שם טוב: אויף דעם איז דא א זיס ווערטל פונ'ם הייליגן חקל יצחק מספינקא זי"ע. ווען ס'איז געווען א שמועס איבער א משולח וועלכער האט געלייגט דאס גאנצע אנגעזאמלטע געלט אין זיין אייגענע טאש. האט דער חק"י געטייטש דעם פסוק..."שלח לך אנשים"...דו זאלסט שיקן אזעלכע מענטשן, "ויתורו" און זיי זאללן עפעס איבערלאזן פאר דיר אויך...! ודפח"ח...!

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 9, 2015 2:50 pm

· #281610
שם טוב: א ייש"כ פאר מעורר זיין. אבער איך זעה איין זאך. אז א חוץ פון די אלע אנדערע מעלות שמנו חכמים ביסטו נאך א גרויסער עניוו אויך... 😂

shem-tov » דינסטאג יוני 9, 2015 3:08 pm

· #281619
גראדע דער ענין פון אנכאפן דעם ברויט מיט די 10 פינגער און איר אונטערהייבן ביי ה' און ביי המוציא איז נישט נאך עפעס א חסידישער מנהג נאר א פשוטער הלכה אין שו"ע ביי הלכת בציעת הפת

shem-tov » דינסטאג יוני 9, 2015 3:13 pm

· #281621
אמת והעיקר שכחתי כי נבהלתי אז מיטן אויפהייבן דעם ברויט זאגן מיר פארן רבש"ע עשיתי ככל אשר ציויתי די אלע 10 געבאטן וואס די האסט אונז באפוילן צו טאן בעניני זריעה פונעם איינפלאנצן ביז יעצט ווען מיר נעמן איר אין מויל איז דא 10 מצוות

shem-tov » דינסטאג יוני 9, 2015 3:18 pm

· #281624
דער חיד"א ברענגט אז די מצווה פון נעמען חלה גייט בעיקר אן פרייטאג וואס איז א רמז אויף אלף הששי ווען סוועט גענצליך בטל ווערן די עבודה זרה און דורך די מצוה פון חלה טוען מיר מבטל זיין די ע"ז כדברי המדרש הנ"ל

אבער להמליץ טוב בעדינו קען זיין אז ווען דער מאן ברענגט איר פרייטאג צום מקוה איד האט עס נאך די זעלבע פרייטאג סגולה כאטשיק וואס די שטוב האט עס מעגליך שוין גענומען אום דאנערשטאג

shem-tov » מיטוואך יוני 10, 2015 11:03 am

· #281795
אלעס לטובה פון השי"ת מיט א פונקטליכע חשבון
ארץ אוכלת יושביה. וואס האבן זיי געמיינט דערמיט. זאגט רש"י הק' בכל מקום ווי מיר זענען געגאנגן האבן מיר געטראפן לווית מען באגראבט טויטע. אבער באמת איז עס געווען א טובה מאת הבורא יתברך אז די כנענים זאלן זיין פארנומען מיט זייערער מתים אזוי האבן זיי נישט געהאט קיין צייט צו די יודישע געסט. ע"כ ברש"י.

דאס דארף אונז מחזק זיין אז אלעס וואס סקומט פאר אויף דער וועלט הן בפרטיות אין דיין לעבן והן בכלליות אויף די וועלט ווי מלחמות, הריגות, וכדומה קומט פונעם עילות כל העילות וסיבות כל הסיבות. והכל לטובה. מען דארף נאר האלטן די אויגן אפן.

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 11:13 am

· #281800
דעס איז דער איינציגער וועג פאַרן כל יכול צו מאכן יענעם פאַרנומען איז דורך האַרגנן יענעמ׳ס קינדער ???

shem-tov » מיטוואך יוני 10, 2015 11:18 am

· #281802
אפשר כדי זיי זאלן נישט הרג'נן זיינע. און פון ווי נעמסטו אז סאיז געווען קינדער

בן אדם » מיטוואך יוני 10, 2015 11:22 am

· #281803
שבת אחים
דעס איז דער איינציגער וועג פאַרן כל יכול צו מאכן יענעם פאַרנומען איז דורך האַרגנן יענעמ׳ס קינדער ???

טאקע א חוצפה , נאכדערצו אזעלעכע אינטעליגענטער כנעניים וואס זענען געווען מקולקלים מכל האומות. און דער באשעפער האט אפילו געדארפט צו ווארטן עד שנתמלא סאתם. הערסט א מעשה...?

שבת אחים » מיטוואך יוני 10, 2015 11:26 am

· #281804
shem-tov
אפשר כדי זיי זאלן נישט הרג'נן זיינע. און פון ווי נעמסטו אז סאיז געווען קינדער

זייער א שוואכע תירוץ !
איך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען נעמען חיזוק פון אזא ראַסיסיטשע חסידישע טוירע ! איך וואלט עס נישט איבערגעזאגט פאר מיינע קינדער פאר קיין שום געלט! ,אבער אז דעס געט דיר חיזוק און העלפט דיר דורך שטיפּן דעם טאג, גוד פאָר יָו !

בן אדם » מיטוואך יוני 10, 2015 11:37 am

· #281810
ס'איז מיך יעצט איינגעפאלן א שיינע תורה, אז פארוואס זענען טאקע געוואקסן אזעלכע ריזיגע פרוכט און ביימער און א"י ? פארוואס האט דאס אויסגעפעלט ? נאר די תירוץ איז אז דאס האבן זיי איינגעפלאנצט, און ס'איז טאקע געווען איינע פון די זאכן וואס זיי האבן געטון קעיר צו נעמען פון די פעלאשען פראבלעם.
(מיט די הילף פון@שבת אחים)

shem-tov » מיטוואך יוני 10, 2015 12:22 pm

· #281830
למעשה בלייב איך מיט די אמונה פשוטה
געב א קוק די לעצטע שטיקל צייט, זייט מען האט ארויפגעלייגט די "למעשה לאמיר אראפווארפן דעם עומ"ש" אשכולות האב איך מיר צוריקגענומען בלויז צו די פשוטע אמונה. אין מיין מח זעה איך עפעס א ריזיגע בית הקברות. קרעדיט יידל. וואס דארט ליגן הודערטער מציבות גדולות גג על גג ווי ביי די רעפארמער. סליינט זיך דארט קברים ווי למשל. השכלה. רעמארמער. ביכער. אפגעטיילטע. צייטונגען. פארווערטס. ועוד ועוד כהנה וכהנה אנטשולדיגט כבין נישט אזוי באקאנט אבער אלע ליגן זיי דארט און קיינער האט שוין נישט דארט איבערגעטרויטן די לעצטע 50 יאר ווייל קיינער פון זיי האבן נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. אבער די וואס האבן זיך געהאלטן מיט די אמונה טהורה תורה צוה לנו משה מורשה די האבן עס אדורכגעמאכט. די וואקלן זיך נישט אלעס גייט ווייטער מיט א רואיגקייט

יעצט למעשה. סאיז דא היינט הונדערטער אדער טויזענטער וועבסייטס וואס קען מאכן גרינגער דאס יודישקייט אזויפעל הערליכע שעורים בכל ענינים. אזויפיל שיינע היסטאריע. אזויפיל גליקליכע וועגן צו שטייגן און פארשטיין און פארשענערן יודישקייט וקאווע שטיבל בתוכם. קומט מען דא און מען פרובירט צוריקצודרייען דעם זייגער מיט א 200 יאר און מען פרובירט אויפצוקלערן דעם עולם מיט די זעלבע אלטע אויסגעדראשענע ביכער וואס זייערע פארפאסער ראטן דארטן אוועק אן קיין שום דורות אן קיין שום גליק אן קיין שום המשכה. סאיז פעינפול עס צוצוקוקען.

הגם איך האלט אויך אז די סיסטעם איז אביסל שטימפיג, איך האב אויך געליטן מיין פעיר שעיר אבער אויף "למעשה" רעד איך צו מיינע קינדער איך קלער זיי אויף די א. ב. אז סאיז דא א גוטער באשעפער און ער האט אונז געגעבן די תורה און מען רעדט פון די הייליגע אבות און פון צדיקים און פון מדות טובות און יא מען רעדט אויך פונעם ברכה שלא עשני גוי די שטאלץ צו זיין פונעם עם הנבחר און אויך וויאזוי א יוד קען מאכן א קידוש השם. און אוודאי האף איך אז זיי וועלן מיר אויך פאלגן בעניני פרנסה וואס איך רעדט צו זיי שטענדיג. און צוזאמען מיט תפלה האף איך אויף א גוטע עתיד. איך זאג זיי אויך פון וואס זיי זאלן זיך אבאכט געבן מיט נאך אסאך אדווייס. אבער זיך צו נעמן האקן אויף די תורה בריש גלי און זיך איינרעדן אז די יעניגע האבן עפעס געהאט א טראפ א בעסערע לעבן ווי מיר דאס איז א שקר וכזב. נישט אין מיין שטוב

בקיצור זעעהנדיג ווי מאנכע קריכן דא צוריק א 200 יאר צוריק האב איך מיך מיישב געווען אז איך וועל אויך צוריקגיין 200 יאר און איך וועל ארויסשעפן תורות און חיזוק פון די הייליגע ספרי בעש"ט דאס האט זיי געהאלטן און דאס וועט מיך אויך האלטן. איך וועל מיר איבערקערן 100 מאל אויף איין פסוק חומש מיט רש"י ווי איידער אריינעמען אין מיין האנט א אויפגעקלערטער בוך וועגן די י"ג עקרים סאינטערסירט מיך נישט. לשיטתך בין איך א נער בן א נער נאו פראבלעם.

shem-tov » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:16 am

· #282035
יא דו קענסט
לא נוכל לעלות את העם. דער רמב"ן אנפאג סדרה מיט אנדערע מפרשים פרעגן לכאורה וואס האבן די מרגלים געטאן אזוי שלעכט זיי האבן דאך לדעתם פשוט איבערגעגעבן וואס זיי האבן געזעהן. נאר זאגן די מפרשים אז נאכן דערציילן וואס זיי האבן געזעהן האבן זיי צוגעלייגט זייער אייגענע מיינונג. לא נוכל לעלות העם. און דאס איז שוין געווען א מוראדיגע פגם. די ווערטער איך קען נישט אדער די קענסט נישט דאס טאר מען נישט זאגן. מען דארף בעטן אויף סייעתא דשמיא מען דארף זיך לערנען ביי אנדערע מען דארף האבן געדולד אבער קיינמאל נישט אויפגעבען. וכ"ש ווען דער אויבערשטער אליינס הייסט און זאגט. יא דו קענסט

shem-tov » דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:31 am

· #282041
שטארק זיך צו טאן וואס מען ברויך
וכן היינו בעיניהם. נאך א שטארקע ווארט איז דא פונעם קאצקער ז"ל אז דאס איז געווען זייער עיקר עבירה אז זיי האבן בכלל געטראכט וואס אנדערע טראכטן פון זיי.

וויפיל מאל האלט זיך א מענטש צוריק פון טאן עפעס אין לעבן סיי בגשמיות וכ"ש ברוחניות ווייל ער האט פאביעס, ער קען נישט טאן דאס און יענץ ווייל יענער גייט עפעס טראכן אדער זאגן אויף אים. קודם כל, רוב מאל איז עס סתם חלומות קיינער טראכט נישט פון דיר יעדער איז שטארק פארנומען מיט זיך אליינס אבער אפילו יא. וואס גייט עס דיך אן. די טוה וואס די ברויכסט לייג דיך אריין ראשו ורובו דערינען ניטאמאל זאל דיך אנגיין וואס די העיטער האבן צוזאגן

shem-tov » מאנטאג יוני 15, 2015 2:44 pm

· #282763
משה רבינו זאגט בוקר ויודע ה'
בוקר ויודע ה' את אשר לו. זאגט דער תפארת שלמה ווען א יוד שטייט אויף פארטאגס דאן איז די בעסטע צייט נאנט צו ווערן מיטן רבש"ע. בוקר פארטאגס ויודע ה' וועסטו געדענקן דעם אויבערשטן.
*
בוקר ויודע ה' אז מען הייבט אן אין די יונגע יארן בחינת בוקר. איז מען זוכה ויודע ה'.
*
בוקר. מלשון ביקור אז מען הערט נישט אויף צו זוכען דעם אמת מען איז דורש ומבקש און מען גיבט ח"ו נישט אויף, דאן סוף כל סוף ויודע ה' וועסטו וואוסן ווי דער רבש"ע איז.

shem-tov » מאנטאג יוני 15, 2015 2:46 pm

· #282764
קודם דארף מען זיין בשלום מיט זיך
ויקח קרח. זאגט דער תרגום ואתפלג קרח. זאגן די ספרים פשט אז קרח איז געווען ביי זיך אליינס צוטיילט, האלב האט ער עס געמיינט ערענסט האלב האט ער געמאכט ליצנות ער האט אליינס נישט געוואוסט וואס ער וויל ווייל ער איז בכלל נישט געווען קיין באזעסענע מענטש משא"כ משה רבינו והאיש משה ער איז געווען שטארק באזעסן, האט ער ניטאמאל געקענט ענטפערן פאר דעם קרח דעריבער זאגט רש"י אויף קרח לקח את עצמו לצד אחד סאיז בכלל נישט געווען קיין צווייטע צד אין די מחלוקה מיט א צוטיילטן שטעלט מען זיך ניטאמאל אין ווארט. קומט אויס אז ווען קרח זעהט ווען איין זיין פראבלעם און ער ווערט ווען מסודר וואלט ער ווען פארמיטן די אלע צרות.

shem-tov » דינסטאג יוני 16, 2015 10:22 am

· #282963
shem-tov
בוקר ויודע ה' את אשר לו. זאגט דער תפארת שלמה ווען א יוד שטייט אויף פארטאגס דאן איז די בעסטע צייט נאנט צו ווערן מיטן רבש"ע. בוקר פארטאגס ויודע ה' וועסטו געדענקן דעם אויבערשטן.
*
בוקר ויודע ה' אז מען הייבט אן אין די יונגע יארן בחינת בוקר. איז מען זוכה ויודע ה'.
*
בוקר. מלשון ביקור אז מען הערט נישט אויף צו זוכען דעם אמת מען איז דורש ומבקש און מען גיבט ח"ו נישט אויף, דאן סוף כל סוף ויודע ה' וועסטו וואוסן ווי דער רבש"ע איז.


נאך איין
בוקר הייב אן צורעדן מיט דיינע קינדער פון השי"ת גאר פרי ווען זיי זענען נאך גאנץ קליין בבחינת בוקר. ויודע ה' וועלען זיי שוין געדענקן אז סאיז דא א באשעפער זיער גאנצע לעבן

shem-tov » דינסטאג יוני 16, 2015 10:26 am

· #282964
קלויב דיר אויס דעם גוטן וועג
ואת אשר יבחר בו יקריב אליו. האבן צדיקים געזאגט דער וועג וואס דו וועלסט דיר אליינס אויס יקריב אליו דאס וועט מען דיר דערנענטערן פון הימל ווייל בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו. סיי לטוב און סיי לרע ח"ו דיין לעבן ליגט אין דיינע הענט אין דיין מחשבה

shem-tov » דאנערשטאג יוני 18, 2015 6:52 am

· #283463
ותשועת נפשם מיד שונא פונעם יצה"ר
שטייט אין ספר בית אהרן אז יעדן ר"ח קומט אראפ א א נייע שכל אויף די וועלט וויאזוי זיך מחזק זיין און זיך מתגבר זיין אויפן יצה"ר דאס זאגט מען תשועת נפשם מיד שונא זאל אונז דער אויבערשטער העלפן. א גוטן חודש

shem-tov » דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:01 am

· #283464
משה אמת ותורתו אמת והן בדאין אום ר"ח
אין לקוטי מהר"ן שטייט אויף די גמרא וואו דער טייעא האט געזאגט פאר רבה בר בר חנה וועגן די לאך פון קרח וואו מען הערט משה אמת ותורתו אמת והן בדאין. אמר לי כל תלתין יומין מהדר להו גיהנם זאגט דער רשב"ם דאס מיינט מען ר"ח. זאגט דער ל"מ די טעם ווייל ר"ח איז זמן כפרה לכל תולדותם.

ואפשר להוסיף. קרח איז אותיות קול ראש חדש

shem-tov » דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:05 am

· #283465
בזכות יוסף צדיקא
לויט רוב דעות איז היינט די יארצייט זאל שוין דער אויבערשטער רחמנות האבן און אונז אויך ארויסנעמן פונעם גרוב לחירות עולם.

shem-tov » דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:13 am

· #283466
דער קול תורה אין שטאט ראטעוועט
וכל ישראל אשר סביבותיהם נסו לקולם. דאס קען אויך זיין א רמז אז זיי זענען זיך געלאפן ראטעווען בזכות התורה וואס ווערט אנגערופן קול קול יעקב וואס דאס איז דאך מציל דעם מענטש פון אלעם בייזן. תורה מצלי ומיגנא

shem-tov » מאנטאג יוני 22, 2015 8:37 pm

· #284404
אויסניצן יעדע מינוט
זאת התורה אדם כי ימות באהל. זאגט די גמרא אין התורה מתקיימת אלא במי שממית עצמו עליה. שטייט א רמז אין כתב סופר, צדיקים זיצן און לערנען די תרה הק' בשעת זיי קוקן אן די וועלט ווי א דורכגאנג ווי ס'שטייט ביי יעקב אבינו ויעקב איש תם. וויאזוי איז ער געווארן א תם, יושב אהלים. אלעמאל האט ער זיך אנגעקוקט ווי ער זיצט בלויז אין א אהל. דאס איז די רמז אדם כי ימות ווילסט זוכה זיין צו מסירת נפש אויף די תורה, זאלסטו אויך נוצן די עצה, באהל, זאלסט געדענקן אז די וועלט איז א אהל א עראי די עיקר איז יענע וועלט.
*
מיטן זאגן כוועל פרובירן צו לערנען, כוועל פרובירן אויפצושטיין פארטאגס, כוועל פרובירן צו מאכן געלט קומט מען נישט אן אין ערגעץ. די תורה זאגט ממית עצמו. ממש מסירת נפש. איי ס'שטייט וחי בם דאס איז טאקע די ציל. גיין עד מסירת נפש, שטארק וועלן, גאר שטארקע גאולס, זיך שטארקן אפילו הונדרעט מאל א טאג, לעבן מיט א גבורה, זיך נישט לאזן פון קיין שום מניעה שבעולם. און אפילו אויב מען פאלט דורך איינמאל און נאכאמאל דערשרעקט מען זיך נישט מען שאקלט זיך אפ און מגייט ווייטער. דאס בלאזט אריין א חיות און א נחמה'לע אין א יודישע נשמה'לע. דאס הייסט פראגרעס. יעדן טאג מוז איבערשטייגן דעם נעכטיגן טאג. ואם לא עכשיו אימתי
*
זאת התורה אדם כי ימות. שטייט אין תפארת שלמה. ווען א מענטש ווערט נפטר, ער קומט ארויף אויף יענע וועלט ער זעהט די גרויסע שכר פון מצוות און מעשים טובים וויל ער גלייך צוריק אראפקומען צו טוהן די מצות אבער מען לאזט אים מער נישט. זאת התורה די הייליגע תורה זאלסטו לערנען ווייל אדם כי ימות סוכ"ס שטארבט מען און דעמאלטס וויל מען שוין, אבער סוועט שוין זיין צו שפעט.
*
ס'איז דא א געדאנק. די ראוד צו סוקסעס איז אנגעפילט מיט געשמאקע פארקינג ספעיסעס זיי שרייען צום מאטאריסט שטעלט אייך אפ, מאכט אייך באקוועם, קומט אריין מיר האבן א דרייוו טרו. עסט אריין, כאפט א דרימל. וכו' וכו' אבער דער חכם האלט דעם קאפ אויפן פלאץ ער ווייסט גענוי ווי ער וויל צוקומען. פונקט אזוי איז די מצב אויף דער וועלט יעדער זוכט נאך און נאך באקוועמליכקייטן מען מאכט זיך טאקע באקוועם ביז מען פארגעסט אז דער ציל פון די נסיעה איז געווען סוקסעס דאן איז שוין צי שפעט.
*
ולקחו לטמא מעפר שריפת החטאת - ונתן עליו מים חיים אל כלי. שטייט אין שפת אמת. אט די צוויי פארקערטע יסודות דארף א יוד אלעמאל געדענקן. איינס, אדם יסודו מעפר וסופו לעפר ער קומט פון ערד און ער גייט צוריק אין די קרקע דאס טוט צושיסן די גאווה פונעם מענטש די צווייטע יסוד אז די פארמאגסט א חלק אלקי ממעל א הייליגע נשמה, מען איז דא אראפגעקומען צו דינען השי"ת יעדער איינער לויט זיינע יכולות. דאס איז מרומז דא אין פסוק ולקחו לטמא מעפר שריפת החטאת דאס איז עפר און קרקע. ונתן עליו מים חיים זאלסט אבער אין די זעלבע צייט געדענקן אז די האסט א חלק אלקי ממעל.
*
והעבר אין והעתיד עדיין. וואס איז געווען איז געווען מען קען שוין טאקע נישט צוריקגיין. אבער דער עתיד ליגט דאך יא אינגאנצן אין דיינע הענט, נאר די ביסט דער בעה"ב אויף דיין עתיד בס"ד. האב טיף פארפאקט די אלע שטערערס. שעפ אן אביסל פון די מים חיים, און פלאנץ דיר איין די שטארקע יסודות פאר א גוטע געזונטע לעבן קלויב דיר אויס וואס יא און וואס נישט און לעב מיט דיינע גאולס טאג און נאכט. פארוואס זאל בכלל איינעם אינטערסירן וואס אנדערע זאגן אויף א דרך בעבודת השי"ת, צום סוף וועט מען דיך ממילא נאר דן זיין ווי שטארק די האסט דיך געהאלטן צו דיין אייגענע ליניע.
*
ולקחו לטמא מעפר שריפת החטאת. זאגן די ספרים הק' די זויערע טעם די נידערגעשלאגענקייט און ציבראכענקייט וואס א יוד שפירט נאכן זינדיגן רח"ל, דאס איז די גרעסטע תשובה אויף זיינע עבירות און טאקע די זויערע טעם קען אויך זיין די בעסטע רפואה ער זאל זיך נישט אומקערן דערצו. ולקחו לטמא פאר א בעל עבירה וואס קען ליידער נישט פטור ווערן פון זיין יצר הרע איז די בעסטע צו נעמן מעפר שריפת החטאת דאס וואס ער שפירט זיך אזוי פארברענט פון זיין לעצטע עבירה דאס איז זיין תשובה. איי מען טאר דאך נישט זיין פארזויערט זאגט די פסוק ונתן עליו מים חיים לייג צו אביסל מים חיים טהורים דאס מיינט מען די עצה פון לימוד התורה און קריאת שמע דאס זענען די אלע עצות ניצול צו ווערן פונעם פגע.
*
ולקחו לטמא. יא מענטשן פאלן דורך. אבער די תורה הק' זאגט וויאזוי זיך מטהר צו זיין. אני מאמין ב"ש שהבית"ש הוא בורא ומנהיג לכל הברואים. ער האט אונז אלע באשאפן צו טאן גוטס אויף דער וועלט ואע"פ סקומט אן שווער זיך מתגבר צו זיין צו טאן וואס איז ריכטיג ואע"פ מיר פארשטייען נישט פונקטלעך דער ציל דא אויף דער וועלט עכ"ז אחכה לו ער זאל אונז געבן כח און מח און געזונט צו קענען אנקומען צום ריכטיגן ציל צו מאכן א נחת רוח לפניו יתברך. ווייל כל זמן מיר ווילן נאך זענען מיר נאך זיכער אויפן ריכטיגן דרך.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג יוני 22, 2015 11:05 pm

· #284442
shem-tov
וכל ישראל אשר סביבותיהם נסו לקולם. דאס קען אויך זיין א רמז אז זיי זענען זיך געלאפן ראטעווען בזכות התורה וואס ווערט אנגערופן קול קול יעקב וואס דאס איז דאך מציל דעם מענטש פון אלעם בייזן. תורה מצלי ומיגנא


שוין געזעהן אמאל אראפ ברענגן אזא ווארט איך געדענק נישט ווי אבער סאיז א אלטע ווארט

וויל קענען » מאנטאג יוני 22, 2015 11:23 pm

· #284449
Re: טעגליכע חיזוק מספרי תלמידי בעש"ט הק'
עי’ בספר אמרי שפר מר”ש קלוגער ושם תמצאנו
@שם טוב (ס׳שרייבט זיך נישט גיט אין ענגליש)ברוך שכוונת לדברי גדולים

shem-tov » מיטוואך יוני 24, 2015 1:28 pm

· #284882
פרשת פרה אדומה - קיינער איז נישט פעקפעקט
אשר אין בה מום אשר לא עלה עליה עול, ונתתם אותה אל אלעזר הכהן והוציא אותו אל מחוץ למחנה. האט דער קאזשניצער מגיד זי"ע געזאגט, ס'ליגט דא א כלל גדול בעבודת הבורא. איינער וואס האלט ער פארמאגט נישט קיין שום פעלער. אשר אין בה מום. ווייזט ער דערמיט קלאר ארויס אשר לא עלה עליה עול. ער האלט נאך אין ערגעץ נישט מיט קבלת עול מלכות שמים. איז זיין עצה ונתתם אותה אל אלעזר הכהן ער זאל זיך מדבק זיין צו צדיקים, ערליכע יודן, תלמידי חכמים און גוט באטראכטן זייער עבודה פלוצלינג וועט ער זיך שפירן והוציא אותה אל מחוץ למחנה. אזוי וועט ער נתעורר ווערן.
*
מענין לענין האב איך געזעהן נאכברענגן א ווארט פונעם הייליגן רושזינער זי"ע. מען זאגט ביי יוצר לפרשת פרה לטהר טמאים לטמא טהורים באומר קדוש. בפשטות מיינט עס ארויסצוברענגן די פארקערטע סדר ביי פרה אדומה אז סאיז טאקע מטהר די טמאים אבער דער וואס שפריצט עס ווערט טמא. באומר קדוש ווייל אזוי האט הקב"ה געזאגט און מיר פארשטייען נישט דעם ענין פון פרה אדומה. טייטשט ער באופן אחר. לטהר טמאים דער אויבערשטער איז מטהר די וואס האלטן זיך פאר טמאים ווייל זיי טוען תשובה. לטמא טהורים באומר קדוש אבער די וואס האלטן זיך פאר טהורים זיי זאגן מיר זענען טהור וקדוש די בלייבן טמא, א בחינה פון אשר אין בה מום. א מענטש מוז קענען מודה ומתודהה זיין.

shem-tov » מיטוואך יולי 1, 2015 12:14 am

· #286387
חיזוק לפרשת פרשת בלק
מאך דיר גדרים וועסטו אים צודריקן
גדר מזה וגדר מזה. ותלחץ את רגל בלעם אל הקיר. שטייט אין ספרים הקדושים אז א יוד מאכט זיך א גדר דא און נאך א גדר דארט, און ער האלט זיך פעסט צו זיינע גדרים וסייגים, דאן ותלחץ רגל בלעם צודריקט ער דערמיט דעם יצה"ר.
*
גדר מזה וגדר מזה אבער נישט אויפגעבן.
מען טאר קיינמאל נישט אויפגעבן. אפילו אויב מען ווערט אמאל צודריקט הייבט מען זיך אויף מען פיקסט זיך און מען גייט ווייטער. יעדן טאג באקומט א מענטש פרישע כוחות צו גיין ווייטער מען דארף עס פשוט אויפיקן. נישט קיין חילוק ווי ווייט מען איז שוין פארפארן קען מען אלץ כאפן א יו טורן.
*
אלעמאל טראכטן פון הקב"ה.
לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל. וויאזוי קען מען זוכה זיין ניצל צו ווערן פון "און" און האבן א גוט לעבן זאגט דער פסוק דורך דעם ווייל "ה' אלקיו עמו" מען טראכט שטענדיג פונעם רבש"ע יומם ולילה איז מען מקיים דעם שויתי ה' לנגדי תמיד.
*
נישט זוכן קיין שלעכטס
לא הביט און ביעקב האט געזאגט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע דער וואס זעהט נישט קיין שלעכטס און קיין פעלערן אין יודישע קינדער איז א סימן אז ה' אלוקיו עמו דער אויבערשטער איז מיט אים ווייל א ערליכער יוד זעהט נאר גוטס אין יודן. דעריבער דארף מען זיך צוגעוואוינען צו טרעפן נאר גוטס אין יודישע קינדער וועט דער באשעפער אויך טרעפן גוטס אין אונז.
*
טרעפן דאס גוטס
לא הביט און ביעקב. שמייכל צו יעדן איינעם וועט די וועלט שמייכלען צו דיר. קיין שום זאך מאכט נישט אזוי צופרידן א מענטש ווי דאס ארויסהעלפן א צווייטען יוד.
*
אייגענער דרך אין עבדות הבורא.
מה טובו אוהליך יעקב משכנותיך ישראל. זאגט רש"י ראה שאין פתחיהם מכוונים ברענגט דער ייטב פנים פון צדיקים א רמז אז יעדער יוד קען האבן זיין אייגענער דרך וואס מאכט אים נענטער צום רבש"ע
*
א סיבה פאר שנאת ישראל.
ויגר מואב מפני העם מאוד כי רב הוא. דער ישמח משה פרעגט סוואלט לכאורה געדארפט שטיין "הם" נאר חז"ל רעדן איבער די גרויסקייט ווען יודן לעבן באחדות. די פסוק זאגט ויחן שם ישראל נישט ויחנו זאגט דארט רש"י כאיש אחד בלב אחד, פון דעם האט בלק מורא געהאט כי רב הוא. א לשון יחיד זיי האלטן זיך זייער באחדות.
*
ויגר מואב פון וואס.
לויט דעם קען מען פארשטיין. ווען אזויפיל יודן גייען צום סעקשאן אכט אפיס שנארן, וואלט זיך ווען דער שונא ישראל געדארפט פרייען אז די יודן זענען ארים, אבער ער פלאצט אוועק ער זעהט ווי סהערשט ביי זיי עפעס אזא שטארקע אחדות מען פארגינט זיך איינער דעם צווייטען קיינער האלט עס נישט נאר פאר זיך.
*
סודות אין פרשת בלק.
אוי מי יחי' משומו קל. שטייט אין ספרי קבלה זייער פונקטלעך אז סוועט זיין גרויסע מלחמות ביים טויער פון ירושלים סוועלן זיין דארט די גוים. דאס האט בלעם געזאגט משומו קל א רמז אויף ישמעאל אבער צום סוף שטייט דארט וועלן נאר די ערליכע יודן זיגן.
-
כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל. הפלא ופלא ברענגט דער הייליגער רמב"ם ער האט א קבלה פון זיינע עלטערן אז אין די ווערטער ליגט באהאלטן ווען די נבואה וועט צוריקומען צו יודן.
-
כעת יאמר ליעקב ולישראל מה פעל קל. שטייט פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע אמאל זענען געווען צדיקים וואס האבן געוואוסט וואס סטוט זיך אויף דער וועלט פארוואס זאכן טוען פאסירן, אבער פאר משיח וועט קומען וועט קיינער גארנישט וואוסן, "כעת" סוועט קומען צייטן יאמר ליעקב ולישראל סיי די די וואס זענען בבחינת יעקב און סיי די וואס זענען בבחינת ישראל וועלן זאגן מה פעל קל מיר פארשטייען נישט.