☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נר מצוה געדאנקן

נר מצוה געדאנקן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9039

מאטי » זונטאג יוני 7, 2015 4:25 pm

· #281186
נר מצוה געדאנקן
פון א צען-ברעקלעך פעקעלע ערב פסח, ביז פארקנויטלטע אויל לעמפעלעך אום חנוכה ווייסט יעדער צו זאגן פון נר מצוה געדאנקן, וואס קומען גרינגער צו מאכן רעליגיעזע ריטואלן אין דעם לויפענדן הו הא. אנדערע וויצלען זיך אז ס'איז שוין דא ספעלט ברעקעלעך אויך, אדער צוטראטענע אונטער וועש לכבוד די ניין טעג.

מיר איז בייגעפאלן דאס פאלגענדע:

והנה, ס'איז פארהאן גרויסע חששות אויף א געוויסע אידיש-כינעזע מאכל אז דאס גייט חלילה אראפ גיין פון די מאפע, אדער ווי די סייענטיסטן רופן דאס "עקסטינקט."  די סיבה דערצו איז די ספק ברכות להחמיר. כלל ישראל איז נאך דערווייל נישט געקומען צו קיין טאלק וואספארא ברכה מ'מאכט אויף רייז! האדמה, מזונות, אדער שהכל, בלייבן אזוי די פארקנייטשטע פענימער פון די לומדים. פארשטייט זיך אז אין היינטיגן אכשר דרא עפאכע פארלאזט מען זיך נישט אויף עפעס א "ועל כולם אם בירך שהכל יצא" וואס דאס גייט נאר אן ווען מ'האט באמת דורכגעלערנט גאנץ הלכות ברכות ומי אומר זכיתי לבי, ס'איז דאך שוין נישט דא קיין דין תלמיד חכם אין אונזער צייטן.

האבן זיך די בעלי נפש דערטראכט אן עצה "מ'מאכט דריי ברכות" מ'פארשאפט זיך א קרעקערל פון דעם פאנטרי (שפייזקאמער בלע"ז) איבערגעבליבענע גרינביענס פון נעכטיגן סאפער, א טרינק סעלצער, און היידא דאס באליבטע רייז איז ראוי לאכילה בלי שום פקפוק לכל הדעות.

וואלט איך מציע געווען א געדאנק: נר מצוה זאל פראדוצירן אזעלכע "רייז ברכה פעקעלעך" צו וואס ארומקריכן זוכן מזונות'ר מיט אדמה'ס, ווער האט דען צייט פאר דעם. פשוט א פעקעלע וואס איז מכיל א שלישקעלע, א בעבעלע און א שוועמעלע והכל על מקומו יבא בשלום, כדי להחזיר עטרות אכילת אורז ליושנה

איז דאס נישט כדאי?


וואס נאך?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 7, 2015 5:07 pm

· #281197
Re: נר מצוה געדאנקן
אז די וועסט לערנען אביסל משנה ברורה וועסטו זעהן אז עס איז א פשטות אז מ׳ מאכט א מזונות אויף געקאכטע רייז אהן קיין שום ספקות. אבער לשיטתך וואס ס׳ איז א ספק קען מען בעטען די סושי מאכער זאלען לכתחילה אריין שטאפען אינעווניג אין די סושי מאכלים מיט די דריי ברכות. מען קען עס אפשר רופען דשואיש סושי. אזוי ווי קארען׳ס ברויט פלעגט אייביג שרייבען דשואיש איי ברעד. די פראבלעים איז אבער אז אויב מען וועט עס טוהן וועלן די פרייזען עניוועי ארויף גיין אין ס׳ וועט מער נישט זיין קיין סושי צו טרעפען. אויב מ׳ רעד שוין פין ברכות הער איך אז אמנון׳ס פיצה האט אויפגעהערט אריינצולייגען עפל דשוס אין די טייג. ווייסט איינער צו דאס מאכט די פיצה פאר המוציא אדער איז דא א אנדערע טריק ס׳ זאל בלייבען מזונות.

יאיר » זונטאג יוני 7, 2015 7:41 pm

· #281227
הצעה: א פארטעבל פעקל וואס ענטהאלט א רויטע בענדל, א קליינע נועם אלימלך, א רזיאל המלאך, א בלויע אויג, און א תהלים כולל מעשה.
פשוט א פעקעלע וואס איז מכיל א שלישקעלע, א בעבעלע און א שוועמעלע

😂

ציבעלע-קיגל » זונטאג יוני 7, 2015 9:17 pm

· #281251
איך האב אסאך אבער פאר איך זאג עס אויס פארלאנג איך קאמישאן

מרדכי ישראל » זונטאג אוגוסט 14, 2016 3:07 am

· #345593
ציבעלע-קיגל
איך האב אסאך אבער פאר איך זאג עס אויס פארלאנג איך קאמישאן

האלט עס שטארק ביי דיר