☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א מופת(???) פון איינע פון די צדיקי הדור זצ"ל

א מופת(???) פון איינע פון די צדיקי הדור זצ"ל

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9038

ראש הישיבה » זונטאג יוני 7, 2015 2:14 pm

· #281140
א מופת(???) פון איינע פון די צדיקי הדור זצ"ל
דער מעשה איז א אמת'ע מעשה וואס איך ווייס די נעמען פון די מעשה. אזוי אויך קען איך עטליכע משפחה מיטגלידער פון די מעשה.

איך גיי שרייבן די מעשה בעילום שם. אויב איינער ווייסט קלארע פרטים פון די מעשה און וועט מיר פרעגן אישי, וועל איך אים בל"נ ענטפערן.

איינער פון די צדיקים פון דעם דור האבן חתונה געהאט זיווג שני מיט א פרוי. איינער פון אירע קינדער האבן ליידער נישט זוכה געווען צו האבן קינדער. זי האט אלס מזכיר געווען ביים איר מאן די הייליגע רבי, אבער די ישועה איז נאך נישט אהנגעקומען.

איז איר איינגעפאלן א בייפאל כדלהלן. היות עס איז געווען א רבי'שע שטוב האט זיך דארט געדרייט מענטשן. האט זי אהנגעמאכט א מעשה אז עס איז געווארן א מצב אז דער מאן דער רבי האט געטענה'ט אז זי האט זיך מייחד געווען מיט א צווייטע מאן. זי האט געטענה'ט אז עס איז נישט אמת און זיי האבן פארגעלייגט טענות פאר א רב. דער רב האט מברר געווען אלע פרטים און געזאגט אז זי איז גערעכט און זי האט גארנישט געטוהן שלעכט. האט זי געזאגט אז ביי סוטה שטייט אז אויב די פרוי איז ריין באקומט זי א ברכה פון קינדער און זי האט פארלאנגט פון איר מאן די רבי אז ער זאל ציזאגן אז איר קינד גייט געהאלפן ווערן מיט קינדער. דער רבי האט צוגעזאגט פאר די רעבעצין אז איר קינד גייט געהאלפן ווערן מיט קינדער. וכן הוה ביז א יאר איז ביי זיי געבוירן געווארן א קינד למזל טוב.

דאס איז איין חלק פון די מעשה. די מעשה ווערט פארציילט ביי א סאך חסידים פון די רבי.

יעצו צום צוווייטן טייל פון די מעשה.

די קינד האט געוויסט אז זיי קענען נישט האבן א קינד. האט ער געבעטן פון זיין ברודער אז היות ער האט זייער א סאך קינדער בעט ער אים אז די נעקסטע קינד זאל ער אים אוועקגעבן. עס איז געווען א שווערע החלטה אבער מיט די שטופ פון א זיידע דארט איז געווארן מוסכם אז אזוי וועט מען טוהן.

הקיצור די צוויי שוועגערן'ס זענען געווארן מעוברת די זעלבע צייט. איינער האט געשפילט מעוברת און די צווייטע איז עכט געווען מעוברת. די שמחה אין די משפחה איז געווען גרויס אז די קאפל איז נפקד געווארן. למעשה האט זי געשפילט פאר ניין חדשים. ווען עס איז געקומען די זמן לידה האט די עכטע מאמע געבוירן. אבער געזאגט האט זי אז ליידער איז עס געווען אן הפלה. און די עקרה האט נישט געבוירן און זי האט באקומען דאס קינד פון איר שוועגערן.

אזוי איז די מופת צושטאנד געקומען.

דער מעשה האט נאך גאר א סאך פרטים, ובעיקר די נאכווייען וואס דאס האט געהאט אויף די צוויי משפחות. איך גיי נישט שרייבן צוליב חשש אז די נאמען וועט נתגלה ווערן. ואידך פירושא זיל גמור.

Kool man » זונטאג יוני 7, 2015 2:39 pm

· #281154
א מאדנע געשיכטע, איז אפשר דער בעל מופת יאיר וויינשטאק? 😉

מאטי » זונטאג יוני 7, 2015 2:45 pm

· #281156
די מעשה האט א המשך..... כמנהג רבותינו זענען זיך ערשטע קוזינס משדך צווישן זיך, און ס'איז אנגעקומען דערצו אז ברודער און שוועסטער האבן געשטעלט א חופה, ביים באדעקן האט דער חתן פלוצלינג דערשפירט א אומגעווענטליכע זאך אריינגענייט אין טלית קטן, ארויסנעמענדיג האט זיך געליינט א קמיע "איך ישא אח את אחותו" ויהי לפלא.

ראש הישיבה » זונטאג יוני 7, 2015 5:19 pm

· #281199
דאס קינד האט שוין חתונה געהאט.

מנחם אבראמאוויטש » זונטאג יוני 7, 2015 5:33 pm

· #281202
על דא אמרו חכמינו ז"ל: מזבלין את השדות בשביעית

chaims » זונטאג יוני 7, 2015 6:02 pm

· #281204
Re: א מופת(???) פון איינע פון די צדיקי הדור זצ"ל
איך בין נישט קלאר וואס דו ווילסט מיט דעם אשכול

berlbalaguleh » זונטאג יוני 7, 2015 6:09 pm

· #281205
Kool man
א מאדנע געשיכטע, איז אפשר דער בעל מופת יאיר וויינשטאק? 😉

ס'פאסט טאקע פאר יאיר וויינשטאק אדער א.מ. אמיץ. און די ישראל'דיגע תמימות'דיגע קעלבלעך גלייבן עס באמונה שלימה...!

מפוזרי » זונטאג יוני 7, 2015 7:27 pm

· #281222
א מאדנע מעשה. אנדערע זאגן אז אזוי ווי דער רבי'ס ברכה איז דאך למעשה נישט מקוים געווארן, זעהט זיך אויס אז די רעבעצין איז נישט געווען אזוי ריין...

ראש הישיבה » זונטאג יוני 7, 2015 7:32 pm

· #281223
מפוזרי
א מאדנע מעשה. אנדערע זאגן אז אזוי ווי דער רבי'ס ברכה איז דאך למעשה נישט מקוים געווארן, זעהט זיך אויס אז די רעבעצין איז נישט געווען אזוי ריין...

פארוואס זאגסטו אז די ברכה איז נישט מקויים געווארן? מיט די כח פון די ברכה פון די רבי און די מעשים טובים פון די ברודער איז געווארן די ישועה.

מפוזרי » זונטאג יוני 7, 2015 7:43 pm

· #281228
מיינסט מסתמא די מעשים טובים פון די שטוב מענטשן...

גאלד » זונטאג יוני 7, 2015 7:49 pm

· #281231
דערמאנסט מיך א ווערטל, א איד אויף דער עלטער האט דער דאקטאר באפוילן אז צוליב זיין מצב הבריות טאר ער מער נישט עסן קיין שום פעטנס,
נו וואסערע טעם האט א טשולענט אנע פעטנס,
די אידענע האט געוויסט אז דער מאן האט ממש א צישטערטע שבת אן זיין שמאלציגע טשולענט,
האט זי ציגעשטעלט די מוגער טעפל טשולענט אנגעצינדען די פייער, און אריין אין צימער און געזאגט אפאר הייסע קאפיטלעך תהלים אז השי"ת זאל אריינלייגן א טעם שבת,
בשעת די אידענע איז געזעצין מיטן תהלימ'ל האט דער מאן שנעל געכאפט א טעפל שמאלץ און געגעבן א שמיר אריין און טאפ, שנעל צוגמאכט און אפגעפיצט,
שבת האט מען געשפירט אז די טשולענט האט עפעס אלע טעמים נאך אסאך בעסער ווי בעפאר,
די ווייב איז ממש געווען געפלעפט,
זאגט די מאן, יא יא דיינע תפילות און מיינע מעשים טובים האט דאס געמאכט,