☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אבא האיך מעשרין את המלח אשכול

אבא האיך מעשרין את המלח אשכול

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9031

ישמעאל הכהן » פרייטאג יוני 5, 2015 7:51 pm

· #280933
אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
איינער ווייסט וויאזוי מנעמט ארויס די ראדיא פון א סאני טעיפרעקארדער אויב סבכלל שייך?

רויטע וואנצעס » פרייטאג יוני 5, 2015 8:06 pm

· #280936
מיר האבן בקבלה פון אונזערע קדמונים, אז מ'בייסט אראפ די אנטענע, ודי בזה בשעת הדחק.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יוני 6, 2015 10:17 pm

· #280993
Re: אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
א יינגערמאן מיט א פיש געשעפט דערציילט מיר. א פרוי איז געקומען אין זיין געשעפט פאר פסח מאכען איהר ארדע''ר לכבוד יו''ט. פרעגט זי איהם אויס ווי זיין געשעפט פיהרט זיך אויף פסח, וועלכע פאטעט''א סטארט''ש ער ניצט וכדו'. דען פרעגט זי אויפ'ן זאלץ. זאגט ער אז ס'איז עדה החרדית. זאגט זי 'אוי, פון א''י? איך מוז פרעגען מיין מאן, ווייל ער איז שטארק מקפיד וועגען תרומות ומעשרות וכדו''!

רויטע וואנצעס » מוצ"ש יוני 6, 2015 10:58 pm

· #281001
ווען וועט שוין זיין צובאקומען קארס וואס דרייווען אליינס? וועט זיין מהודר בתכלית הכשרות. קודם אלץ שמירת עניים, נאכדעם וועלן די בעלזע מאמעס אין לונדון שוין קענען נעמען די קינדער אין חדר.

אז מרעדט שוין, (און דא וויש איך אריין מיין נאז אין מיין ערמעל..) וועט די אויסטרעף פון זעלבס פארענדע קארס, גוט ארבייטן מיט'ן באקאנטן חפץ חיים אז טעכנכלאגיע איז א משל אויף רוחניות. מיט דעם וואס מיט סתם א קאר מיינט א מענטש אז ער פירט די וועלט, די קאר איז אבער א רמז אז ער איז נישט אין קאנטראל.

שוין, כ'שיק שוין אריין די בליציגע רעיון צו דער בלאט. איינער האט א סטעמפ צו בארגן? איך נוץ נישט די טרייפענע וואטסאפ סמארט פאן געוועב אימעיל.

ישמעאל הכהן » מוצ"ש יוני 6, 2015 11:08 pm

· #281002
איינער האט די טעלעפאן נומבער וואו מ'קען באשטעלן אלטע נומערן פון 'מעלות'?

יואליש » זונטאג יוני 7, 2015 2:50 am

· #281055
ווייסט איינער אויב אייכלערס האט שוין אריינבאקומען היי יאר די וואלענע שווים ציצית?

בן אדם » זונטאג יוני 7, 2015 8:30 am

· #281069
וואס איז דאס שווים ציצית ? ס'כשר בכלל?? קיינמאל געהערט פון אזא מאדערנע געדאנק, אונז ווייסט מיר נאר פון שווימען מיט'ן שלאף ציצית... 😂

יאיר » זונטאג יוני 7, 2015 10:25 am

· #281077
כקלער אז די נייע סארט פלאסטיק גלעזער זענען אן איסור דאורייתא פון לא תלכו בחוקות הגוי. וואס האלט דער עולם?

קאך_לעפל » זונטאג יוני 7, 2015 10:27 am

· #281078
אויטש... ווען איז היינט סויף זמן קרישמע?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 7, 2015 11:05 am

· #281082
קאך_לעפל
אויטש... ווען איז היינט סויף זמן קרישמע?

קורץ פאר די שקיעה..ווען דו וועסט זיין אויף די פארם און וועסט טרונקען חלב סתם...!

נופת צופים » זונטאג יוני 7, 2015 11:14 am

· #281083
Re: אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
וואו קען מען קויפן געזופטע מעהל און באקוקטע אייער?

געוואלדיג » זונטאג יוני 7, 2015 11:53 am

· #281093
איז נאך דא צו באקומען טייטס 70 איך געדענק שוין נישט וואס.

בן אדם » זונטאג יוני 7, 2015 11:56 am

· #281097
איך קען דיר אוועקגעבן אפאר בחינם, וויפיל דארפסטו ?

געוואלדיג » זונטאג יוני 7, 2015 11:58 am

· #281098
גענוג פאר אלע וואס צורייסן זיך שנעל פון די נישט גוטע סחורה,

בן אדם » זונטאג יוני 7, 2015 12:07 pm

· #281102
איין מינוט, כ'האב נאך נישט געפרעגט מיין ווייב רשות. איך מיין זי וויל עס אפשרקודם אוועק געבן פאר איר מומע און מאנארא.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 7, 2015 12:08 pm

· #281103
נופת צופים
וואו קען מען קויפן געזופטע מעהל און באקוקטע אייער?

ביי עסטרייכער און אבערלענדער'ס קוקיס... 😂

יואליש » זונטאג יוני 7, 2015 2:57 pm

· #281161
וויאזוי גיט מען זיך אן עצה מיטן קול באשה פונעם זשי פי עס? כ'בין נישט קיין ספעציעלע פרימער, אבער פארט, כל הדרכים בחזקת סכנה, והשטן מקטרג.

יואליש » זונטאג יוני 7, 2015 3:02 pm

· #281163
ס'האט מיר אנגעכאפט אן התערורות צו נזהר זיין בעניני קמח ישן. כ'בין נישט זיכער אויב דאס קומט מצד הקדושה, ווי נישט ווי שפיר איך ווי כ'בין משנה און מזלזל אין מיינע פריערדיגע רבי'ס וועלכע האבן נישט מקפיד געווען. כ'שפיר זיך אביסעל קיל. אבער דאס איז אלעס א געפיל.
מיין שאלה איז אויב ס'גייט נישט אריין בגדר איסור דאורייתא פון בל תוסיף?

יואליש » זונטאג יוני 7, 2015 3:08 pm

· #281167
[ציטאט אראפגענומען]


ווייסט איימיצער צו מ'קען אנלאדענען אויפן זשי פי עס דאס שטומע פון ר' יוסף חיים גרינוואלד. ולמצה גדולה יחשב

רויטע וואנצעס » זונטאג יוני 7, 2015 3:26 pm

· #281173
יואליש
אויפן זשי פי עס דאס שטומע פון ר' יוסף חיים גרינוואלד.


"נעם די נעקסטע לינקס צום רומבניצער'ס ציון איינרייסן ביים בורא כל עולמים"

"און 3 מייל געפונט זיך די ציון פון ר' יחזקאלע מערץ, היינט איז די יארצייט"

"דא האט דער בעש"ט מחיה מתים געווען דער בעל עגלה אלעקס"

"די גאז סטאנציע מיט געפילטרעטע וואסער, 46 מייל"

"נעם די נעקסטע רעכטס צום לעיקוואדער פרה אדומה"

"האלט די אויגן אויף די ראוד, נשים פרוצות אויף די זייטן"

"נעקסטעמאל פאר נישט דורך מאנהעטן גאסן, נעם די נעקסטע לינקס צום פ.ד.ר."

"תפילת הדרך אין דריי מייל"

"היימישע בית כסא אין די גראז, די נעקסטע עקזיט"

קאצקע ציקער » זונטאג יוני 7, 2015 3:29 pm

· #281174
איינער ווייסט וויזוי מען מאכט א ווייט ליסט? איך וויל זייער שטארק מאכן א ווייט ליסט און בלאקן קאווע שטיבל

וויל קענען » זונטאג יוני 7, 2015 3:36 pm

· #281175
Re: אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
יואליש
[ציטאט אראפגענומען]


ווייסט איימיצער צו מ'קען אנלאדענען אויפן זשי פי עס דאס שטומע פון ר' יוסף חיים גרינוואלד. ולמצה גדולה יחשב

ווילסט דווקא איינשלאפן אינמיטן דרייוון כ׳וואלט אים געוואלט האבן אין א נאויס מעקער

וויל קענען » זונטאג יוני 7, 2015 3:38 pm

· #281176
Re: אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
קאצקע ציקער
איינער ווייסט וויזוי מען מאכט א ווייט ליסט? איך וויל זייער שטארק מאכן א ווייט ליסט און בלאקן קאווע שטיבל

כהאב געזען אזא גדר לאט עס נישט אריבער גיין

שמעון וואלף » זונטאג יוני 7, 2015 4:48 pm

· #281193
ווי קען מען פארלאנגן פון די מנהלים אנצוטוהן א קאפעל מיט א טלית קטן פאר די צוויי קאווע טרינקער דארט אויבן?

יאיר » זונטאג יוני 7, 2015 6:49 pm

· #281214
קאצקע ציקער
איינער ווייסט וויזוי מען מאכט א ווייט ליסט? איך וויל זייער שטארק מאכן א ווייט ליסט און בלאקן קאווע שטיבל

איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז דאס קאווע שטיבל?

מאטי » מאנטאג יוני 8, 2015 2:16 pm

· #281361
כ'האב צוקריצט א באנק אין סאטמערע שול, כ'געדענק שוין נישט וואו..

בר דעת » מאנטאג יוני 8, 2015 2:27 pm

· #281364
איך האב א ציוניסטישער מענטש אין די ארבעט, ווייסט איינער וועלכע וועבסייט איך קען אים הייסן קוקן און ער זאל זעהן אז די ציונים זענען שולדיג אין די האלאקאוסט?

וויל קענען » מאנטאג יוני 8, 2015 2:29 pm

· #281366
Re: אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
[ציטאט אראפגענומען]

וצריכין לומר נישט אין קאווע שטיבעל גערעדט

קאצקע ציקער » מאנטאג יוני 8, 2015 2:29 pm

· #281367
.

קאצקע ציקער » מאנטאג יוני 8, 2015 2:30 pm

· #281368
בר דעת
איך האב א ציוניסטישער מענטש אין די ארבעט, ווייסט איינער וועלכע וועבסייט איך קען אים הייסן קוקן און ער זאל זעהן אז די ציונים זענען שולדיג אין די האלאקאוסט?

איי וועלט!

וויל קענען » מאנטאג יוני 8, 2015 2:32 pm

· #281369
Re: אבא האיך מעשרין את המלח אשכול
שמעון וואלף
ווי קען מען פארלאנגן פון די מנהלים אנצוטוהן א קאפעל מיט א טלית קטן פאר די צוויי קאווע טרינקער דארט אויבן?

און א בענדל פארן כלב ....

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 8, 2015 3:00 pm

· #281376
ווי קען מען זיך איינהאנדלען אזא ספעציעלע האלטער פארן גלעזעל וואסער וואס מען נוצט פאר די הכנות אינדערפרי? עס גיסט זיך מיר אויס יעדען טאג, און דער שכן מיינער טיפעט מיט די פוס, און ברומט מה.. וואו א עגלה ערופה...

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 8, 2015 10:02 pm

· #281488
וואס איז דאס א ציוניסטישע מענטש ער גייט מיט בלוי און ווייסע אונטער הויזען? ער האט א מגן דוד טאטא אונטערן ריקן? ווי ווערט מען א ציוניסטישע מענטש? אפשר מיינסט צו זאגן א מענטש וואס איז א ציוני? ניין? ציונות אין עפעס א סארט אידילאגיע, נישט קיין גברא אדער חפצא. ניין?

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 4:03 pm

· #315473
אין אייוועלט

📎 rps20151231_160056.jpg

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 9:34 am

· #320196
[ציטאט אראפגענומען]


מען קאן דאס באקומען אויפ'ן זעלעבע פלאץ ווי מען באקומט די סטיקערס פאר די טעיסטערס טשויס קאווע באטלעך

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 6:28 pm

· #420269
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=59&t=38710">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=59&t=38710</a>

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 8:55 pm

· #420291
ישמעאל הכהן
איינער ווייסט וויאזוי מנעמט ארויס די ראדיא פון א סאני טעיפרעקארדער אויב סבכלל שייך?

ישמעאל הכהן: אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל. איך זעה אז דו האסט שווערע טעכנישע פראבלעמען. ערשטנס. קענסטו דיך ווענדן צו טעג. צווייטנס. קענסטו אפשר ביז דערווייל אוועקפיהרן דעם רעדיא/טעיפרעקארדער אין מקוה. און עס געבן א טובל...וויל איך האב געקענט זייער א פרומען איד וועלכער האט געטובל'ט די בית הכסא'ס. די טוילעט באולס אין מקוה פאר מ'האט זיי אינסטאללט...!