מצוה טאנץ
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9030
מצוה טאנץ
כווייס נישט אויב מהאטעס שוין אמאהל ארימגערעד אבער כווינדער מיך וואס דערולם האלט דערוועגען
לאמיר אין א זייט לייגען די גרויסע ענינים פון נשמות קימען אראפ
שוין אפגערעט ביי רבישע חתונות ווי מנעמט א מיידעל וואס האט אין איר לעבען קוים געזעהן פרעמדע מענער און משלעפט איר אריין אין פראנט פון טויזנטע מענער און מטאנצט, איז עס נישט א פארעם פון רעיפ?
אפילי א פשוטע משפחה ווי אזוי פילט די כלה צו טאנצען מיט מענער וועם זי קען נישט? זי איז א פלעינע מיידעל וואס קוקט קיימאל נישט אויף א פרעמדע מאן,
נאכדעם איז דא טאטעס וואס טאנצען מיט די טעכטער אנגעכאפט מיט התלהבות און פלאקערען אוועק פאר התרוממות, די טאכטער ווייסט נישט וואס האט איר געהיט, איר טאטע האט נאך אין איר לעבען נישט געשמייכעלט צו איר, וואס וויל ער פון איר, נאכדערצי אין פראנט פון א עולם פרעמדע מענער, ווי אזוי פילט זי? זי קען דעך באקימען די ווסת פון שרעק
ביי די רבישע שמחות איז דאך געווענטליך די כלה׳ס פנים צוגעדעקט , מ׳טוט איר אָן א ריזיגע לאליך אויפן קאפּ ,זי זעט דאך גארנישט , נישט אזוי ?
Re: מצוה טאנץ
קרעקערכווייס נישט אויב מהאטעס שוין אמאהל ארימגערעד אבער כווינדער מיך וואס דערולם האלט דערוועגען
לאמיר אין א זייט לייגען די גרויסע ענינים פון נשמות קימען אראפ
שוין אפגערעט ביי רבישע חתונות ווי מנעמט א מיידעל וואס האט אין איר לעבען קוים געזעהן פרעמדע מענער און משלעפט איר אריין אין פראנט פון טויזנטע מענער און מטאנצט, איז עס נישט א פארעם פון רעיפ?
אפילי א פשוטע משפחה ווי אזוי פילט די כלה צו טאנצען מיט מענער וועם זי קען נישט? זי איז א פלעינע מיידעל וואס קוקט קיימאל נישט אויף א פרעמדע מאן,
נאכדעם איז דא טאטעס וואס טאנצען מיט די טעכטער אנגעכאפט מיט התלהבות און פלאקערען אוועק פאר התרוממות, די טאכטער ווייסט נישט וואס האט איר געהיט, איר טאטע האט נאך אין איר לעבען נישט געשמייכעלט צו איר, וואס וויל ער פון איר, נאכדערצי אין פראנט פון א עולם פרעמדע מענער, ווי אזוי פילט זי? זי קען דעך באקימען די ווסת פון שרעק
כ׳ מיין אז טאטעס שמייכלען יא צו זייערע טעכטער און האבען כמעט אייביג א נארמאלע רילעשענשיפ מיט זיי. די פראבלעימען טרעפען זיך מער ביי בחורים וואס לערנען נישט אדער דאווענען נישט מיט אזא ברען וואס די טאטע וואלט געוואלט. אין דאס מאכט אסאך מאל די רילעשענשיפ זאל נישט קלאפען מיטען בחור.
קרעקער ווי אזוי פילט זי? זי קען דעך באקימען די ווסת פון שרעק
פרעג איר!
דו האסט שוין געהערט אז א מיידל זאל האבן א פראבלעם דערמיט
סתם זיכען אויף וואס זיך צי עסען? וואס איז פשט
אפשר, לייגט דאס איר אריין אין א טרענס פין טון פאני זאכן און גרייט איר אן צו טיען זאכן שפעטער. hence די נאמען
מצוה טאנץ.
ס׳איז זייער פאוני און היפּש אינטערסאנט פאר מענטשען פרייע אידן/גוים וואס זענען נישט אויפגעוואקסן אין די קולטור וויאזוי מ׳ברענגט אריין א יונגע מיידל וואס האט נאך קיינמאל בעפאָר טועם געוועהן טעם חטא צווישען טויזענטער שוויציגע מענער צוגעדעקט פון קאָפּ ביז פוס און מ׳טאנצט מיט איר אזוי ווי זי וואלט ווען געוועהן א פּראַפּ...
יא, סדארף זיין זייער אינטערעסאנט פאר א דרויסענדיגע
און קענען דאס אפילה אנקיקען אביאסיוו, וואו דו ריפסט דאס שפילן מיט א פראפ
למעשה איז די כלה אין די העכערע ספערן,
אויב די זיידע פין די אנדערע זייט האט שוין געדארפט אהיים גיין אין נישט געטאנצען מיט די גארטעל פילט זי זיך זייער געטראפן
די פיקטשערס גייט זי איבער קיקען נאכאמאל און נאכמאל
אסך מאל קען מען זעהן די שמאל קעפיק-קייט ווען די פרייע פרעסע רעדט וואו אינזערע ווייבער זענען נעבעך אזוי אינטער דריקט, ניטאמאל לאזט מען זיי עולה זיין לתורה!
וואס טראכט איר, אויב זאלען מיר האבן א אבדשעקטיוו מעשער objective measure צו מעסטן שמחת החיים וואלט דו פרוי וואס איז יא עולה לתורה ארויס געקימען שטערקער?
וואס טראכט איר טראכט טאשע רבי' ווען ער זעט וואו א גוי מיט קארצע הויזען לויפט נאך א באל מיט א שטעקען? און מענטשן שרייען פאר שמחה אז ער האט געמאכט א home run
א וואס??
Re: מצוה טאנץ
איך בין אויך נייגעריג באופן כללי. איך האב זיך נישט געפיהרט מיט אזעלכע פאסקודוועצ'ס ביי מיין חתונה, פארשטייט זיך. אבער א ברודער מיינער האט זיך אנגעטוהן א שטריימעל און חתונה געהאט מיט א בעלז-בילגורייא מיידעל. ביים מצוה טאנץ בין איך געזעסען באור''ד. איך האב נישט פארשטאנען וואס מ'וויל דא. ווען די נשמות זענען אינטרעסאנט, דארף מען רעדען דערפון בשעת'ן חתונה. נאכ'ן בענטשען איז שוין פערטיג דער חתונה.
ביי ליטווישע חתונות געווענדליך, אחוץ די היינטיגע פרומאקע'ס, ברענגט מען דער כלה צום מחיצה אין מיט'ן טאנצ'ן און די משפחה מיטגעלידער טאנצען אביסל קעגען איהר. טאמער ס'איז דא א קונץ מאכער, מאכט ער דעמאלס זיין שטיק ונגמרה העסק. אבער דאס איז אלס א חלק פונ'ם שמחה פונ'ם חתונה, נישט דער טרויעריי.
ווען האט מען פארדרייט דער שמחה פון א חתונה אויף דעפרעסי''ע און פארוואס?
בל"נ ביי מיינע קינדערס חתונות וועל איך אויסריפן נאכ'ן בענטשן אז די כלה גייט יעצט בלייבן זיצן פאר אפאר מינוט און ווער ס'וויל מקיים זיין די מנהג ישראל פון מצוה טאנץ קען זיך אויפשטעלן טאנצן. דאן וועל איך ווינקן פאר די מוזיקאנטן צו שפילן די באקאנטע מצוה טאנץ ניגונים פאר צען מינוט, וזה הוא.
ווער וויל זיך משדך זיין מיט מיר?
היות די שאלה איז דא נאר וויאזוי זי פילט, נו דארף מען איהר דאך פרעגן, כפי ידיעתי, וויבאלד זי ווייסט כל ימי חייה אז דאס איז זייער א גהויבענע זמן און זי וואקסט אויף מיט זעהן און מיטהאלטן מצוה טאנץ און די פרויען זענען געווענטליך זייער עמארשענל אין אזא זמן, איז ווען עס איהר טשענס פאר דעם, פילט זי זיך אינגאנצן נישט ווי א פראפ אדער א מיידל צווישן פיל מענער, נאר ענדערש ווי זי איז יעצט די צענטער פון א ספעציעלע געשעהניש.
כאטש דער פותח האשכול בעט מען זאל זיך באציען צום חלק פון די געפילן פון די כלה, וויל איך אבער יא פרעגן וואס עס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט, וואס די העל איז דער מאדנע ענין פון מצוה טאנץ?
עס ווערט געברענגט אין חז''ל א זאך פון כיצד מרקדין לפני הכלה, אבער אין יענע יארן איז לכאורה נישט געווען קיין מחיצות, עי' ערך ט''ו באב מחולות, און איינער פון די אמוראים האט זאגאר געטאנצן מיט די כלה אויף די פלייצעס (אנדערע האבן נישט געהאלטן דערפון ), געוויסע צדיקים האבן געוואלט מקיים זיין דעם ענין כפשוטו זענען זיי געטאנצן פאר די כלה מיט אדער אן א גארטל, און ווי יעדע זאך ביי צדיקים איז דאס געטון געווארן מיט גרויס התלהבות און תנועות בשעת דער עולם קוקט זיך צו, אבער וואס אין די וועלט איז פשט אז פשוט'ע יונגעלייט און בחורים דארפן אנכאפן דעם גארטל און טאנצן אהין און צוריק און דערנאך מיט'ן חתן וואס איז שוין אויסגעמארדעט פון טאנצן די לעצטע עטליכע שעה, נישט דער חתן און נישט דער עלטער פעטער ווייסן וואס מען דארף טראכטן אין די געהויבענע מינוטן אבער מען פארגלייזט זיך די אויגן און מען ציט ארויף א טרויעריגן מינע אויפ'ן געזיכט ווייל.. אזוי קומט עס, לדעתי איז דאס איינס פון די מאדנע הלכות חתונה וועלכע זענען אריין אין קראפט אין די לעצטע 60 יאר אינאיינעם מיט אויפהייבן דעם חתן און זינגען עוד ישמע ווען דער חתן קומט אריין, ביי עניני שידוכים איז שווערער צו זיין אנדערש וויבאלד מען האנדלט מיט נאך א צד (און יעדער שעמט זיך פונעם אנדערן ), דעריבער ווערן זאכן גרינגער איינגעגעסן.
דער מקור פון די רבי'שע מצוה טאנצן, שטאמט פון דער אור-אלטער מנהג פון תיבעל לטפסר תחילה. עס איז אזא סארט זכר צו יענע צייטן, וויבאלד מפני גזירת המלכות האט מען דאס געמוזט מבטל זיין, האט מען אנשטאט דעם אדאפטירט דעם מצוה טאנץ ענין.
(נאר לשם ווערטל, עס ליגט העכערע ענינים אין מצוה טאנץ.)
Re: מצוה טאנץ
ס'ליגט העכערע זאכען אין יעדער מצוה. און שפרינגען הוליעווען טאנצען און קוליען אין פראנט פון א חתן כלה, זיי לייגען א שמייכעל אויפ'ן פנים, איז גאר א העכערע זאך. אבער ווערען אנגעצויגען און טרויעריג אז גאנץ א קליינער ענין, ובפרט בשעת א חתונה. וע''ז יצאו המקשים להקשות.
א מעשה - דער וואך איז געווען דער יארצייט פון הרה''ק ר' גדליה נדל זי''ע. ער איז אמאל געקומען קיין אמעריקא. ער איז געווען אין מאנסי און איינער פון די חשובי הקנאים איז געאנגען באזוכען. הערענדיג זיין רייד, האט דער קנאי מוחה געווען אז ס'איז כפירה.
האט ר' גדליה געזאגט 'מוחה זיין איז א מצוה. נו, אוואו איז דער שמחה של מצוה?'
פארוואס ברענג איך דער מעשה אפיר? ווייס איך נישט
שמעון וואלףבל"נ ביי מיינע קינדערס חתונות וועל איך אויסריפן נאכ'ן בענטשן אז די כלה גייט יעצט בלייבן זיצן פאר אפאר מינוט און ווער ס'וויל מקיים זיין די מנהג ישראל פון מצוה טאנץ קען זיך אויפשטעלן טאנצן. דאן וועל איך ווינקן פאר די מוזיקאנטן צו שפילן די באקאנטע מצוה טאנץ ניגונים פאר צען מינוט, וזה הוא.
ווער וויל זיך משדך זיין מיט מיר?
איך האב אויך פיינט די מצוה טאנץ.
מען זאגט סאיז העכערע זאכן? תיקון חצות איז מער העכער. פארוואס מאכט מען נישט א גרויסע תיקון חצות ברבים אין די נאכט פון די חתונה?
איך וויל זיך משדך זיין מיט דיר.
Re: מצוה טאנץ
שמעון וואלףבל"נ ביי מיינע קינדערס חתונות וועל איך אויסריפן נאכ'ן בענטשן אז די כלה גייט יעצט בלייבן זיצן פאר אפאר מינוט און ווער ס'וויל מקיים זיין די מנהג ישראל פון מצוה טאנץ קען זיך אויפשטעלן טאנצן. דאן וועל איך ווינקן פאר די מוזיקאנטן צו שפילן די באקאנטע מצוה טאנץ ניגונים פאר צען מינוט, וזה הוא.
ווער וויל זיך משדך זיין מיט מיר?
פארגעסען נישט אז ווען די וועסט חתונה מאכען וועסטו נאר זיי 50% בעל הבית. די מחותן קען האבען א מיינונג פונק קאפויער פון דיר.
גנדישמעון וואלף
ווער וויל זיך משדך זיין מיט מיר?
איך וויל זיך משדך זיין מיט דיר.
וואו איז די תנאים?
Re: מצוה טאנץ
ניין. דער מעשה מיינער קומט מיט אן אנדערע נאמען, אבער איך האב נישט קיין ענין טשעפען א מענטש על לא דבר. מאנסי האט גענוג און נאך משוגעים גרייט פאר אזעלכע זאכען. אויך מיין איך אז ר' משה בער פאסט נישט אזא מעשה. ער מוטשעט זיך נישט מיט דקות אין כפירה, כפי הנראה מספריו.
וואס איז מיט די רעבאלאך וואס ווען זיי טאנצען מצוה טאנץ לויפען זיי ארום די כלה מיט א גארטעל אדער ווייסע טישטעך אין מען שלעפט איהר נעבעך ארום ווי א הונט. למשל אין סקווירא.
פארוואס כאפט מען זיך אן דווקא אינעם מצווה טאנץ גארטל? וואס איז מיט די חופה וואו מ'שלעפט נעבאך ארום די כלה זיבן מאל ארום דער חתן באדעקט און פארשלייערט און מיט ברענענדיגע לעכט פון ביידע זייטן און אלע וויינען און קלאגן? @ליטוואק וואס איז מיט שמחת חתן וכלה, הא?
Re: מצוה טאנץ
דאס ארומגייען דער חתן איז אן אלטע מנהג, דער מצוה טאנץ איז פון נאכ'ן קריג. א פיינע חילוק, ניין?
במחכ"ת מצווה טאנץ איז נאך פון אסאך פארן קריג. ס'טאקע נישט אזוי אלט ווי די מנהגי חופה און אוודאי האט מען אמאל נישט מכבד געווען יעדער שמיגעגי מיט א רקידה, אבער ס'האט זיכער דער שטאטוס פון אן אלטער פארהייליגטער מנהג.
Re: מצוה טאנץ
כנראה דו ווייסט נישט ווי אמאליגע חתונות האבען אויסגעקוקט. ס'איז געווען ענדליך צו היינטיגע שבע ברכות. א בדחן האט 'געפיהרט' מיט'ן שמחה, אויסגערופען דרשנים דרשה געשענק געזינגען גראמען און געפארעט מיט'ן כלזמורים. צווישען דער פרייליך מאכען האט מען געטאנצט מיט'ן כלה.
דער היינטיגע מציאות אפצוטיילען דער מצוה טאנץ פונ'ם שמחה איז א נייע ערשיינונג פון נאכ'ן קריג
Re: מצוה טאנץ
וואס ווילסטו זאגן דערמיט? אמאל פלעגט מען עסן צוזאמען נישט געטרענט, היינט אז ס'איז איינגעפירט צו מאכן מחיצות איז פראקטישער אפצורעכטן די מצווה טענציל נאכן בענטשן. ובכן? ווערט שוין דער מנהג ווייניגער ערנסט ווי אמאל?
ניין. דער אמאליגע מצוה טאנץ איז געווען פרייליך און א חלק פון מצות שמחת חתן וכלה, א דערהויבענער זאך פאר זיך. היינט האט מען זיך איינגערעדט אז ס'מוז זיין ערנסט און ס'מוז זיין וויינעדיג, און דער וואס פרעגט דערויף איז גאר דער אפיקורס. מ'האט גענומען א זאך און געדרייט פונקט אויף איהר קאפ. א שטייגער ווי מאכען תשעה באב פארטי"ס.
און ס'איז נישט אזוי שווער אוועק צו רוקען דער מחיצה אין מיט'ן טאנצען און צוריקשטעלען נאך דעם, אזוי ווי מ'טוט ביי ליטווישע חתונות. ס'איז נאך קיינער נישט געשעדיגט דערפון. און איך גלייב אז דו ווייסט גענוי פארוואס מ'טוט עס נישט, און אויף דעם איז גאר דער טענה. זי איז נישט קיין מענטש, א פרוי, איינער וואס האט היינט חתונה, נאר א פאסקודנע זאך, א מיאוס'ער חמת מלאה צואה. און דער צוגאנג איז שמוציג גרויליג און נישט תורה'דיג.
אבי דו טרייס'ט זיך מיט חלשות
Re: מצוה טאנץ
ר' ליטוואק; אנטשולדיג אבער די מצווה טאנץ האט קיין שייכות צום ליטווישן כיצד מרקדין טאנץ און האט קיינמאל נישט געהאט. אידישע מיידלעך זענען הייליג טייער און ריין און פונדעסטוועגן איז נישט איינגעפירט צו טאנצען מיט זיי. די רקידה האט אייביג געהאט א העכערע סימבאלישער באגריף. געוויסע מקומות האבן אויפגעהערט מיטן מצווה טאנץ טאקע דערפאר ווייל מ'האט זיך אנגעהויבן טועה זיין אז מ'מיינט יא די כלה.
די פרייליכקייט פון די מינע ווענדט זיך שוין אינעם בדחן.
אגב, חסידים האבן אויך נישט מורא אוועקצורוקן די מחיצה פאר אפאר מינוט און מ'מאכט עס גאנץ אפט אויב ס'קומט אריין אן אדם חשוב אינמיטן חתונה נאר היות דער אפיציעלער טקס איז א לאנגער איז עס פראקטישער שפעטער.
די ווערטער קיינמאל און אייביג זענען רעלאטיוו, אויב אייביג מיינט ביי דיר פון תק''ע שייטב לך, אבער עס איז געווען צייטן וואס עס איז נישט געווען קיין פראבלעם צו טאנצן פאר די כלה, און די סיבה איז אויסדריקליך געווען לשמח את החתן והכלה, די 'געהויבענע' ענינים קומט פון צפת און שפעטער אין מזרח אייראפע בשנות תק''ע-תר''כ, שפעטער איז געווארן א נייע תורה מיט נייע מסורות וואס האבן ממלא מקום געווען די מסורה פון יהדות אשכנז פון 1000 יאר, און מענטשן האבן שוין געטון די אלע זאכן בלויז משום אל תטוש אן קיין שום השגה פארוואס און פארווען, וכשגלו ישראל לאמריקה איז נתבלבל געווארן כל הגולה און טויזנטער מענטשן האבן אנגענומען מנהגים וואס אנדערע האבן זיך אזוי געפירט מחמת מנהג אבותם וואס זענען געווארן חסידים פאר 100 יאר צוריק.
Re: מצוה טאנץ
אה"נ מיט אייביג האב איך קלאר געמיינט די תקופה פון כמה מאות שנים וואס מ'פראוועט די מצווה טאנץ במתכונת זו.
(תק"ע איז שוין מער ווי צוויי הונדערט יאר און דער מנהג איז נאך עלטער)
אויב איז א מנהג וואס איז שוין איינגעפירט ביי אידן פאר הונדערטער יאר דורך גדולי ומנהיגי האומה נישט גענוג חשוב מ'זאל עס נישט אויסלאכן און אנרופן מיט מיאוסע נעמען איז א טויזענט יעריגע מסורה אויך נישט.
איך האב גארנישט קעגן טאנצען לפני הכלה כפשוטה, כ'האב נאר אנגנוויזען אז די מצווה טאנץ איז א לעגיטימער מנהג.
לעצטענס זעה איך ווי די בדחן רופט בלויז אויס די עלטערן זיידעס און ער הייסט אלע קינדער טאנצען מיט די זיידע
Re: מצוה טאנץ
ט'ווער האט דיר פונאנדערגעטיילט צווישען כיצד מרקדין ל פ נ י הכלה און דער נייע מצוה טאנץ מנהג? מ'האט, מיט א פרייליכע געמיט, געטאנצט פאר'ן כלה. ביי חסידים און נישט חסידים. פשוטי עם האבען פרייליך געמאכט כפשוטו. און בעלי השגה האבען פארשטאנען אז אין הימל האט עס אן אנדערע מיין. אבער דער מצה איז געווען דער זעלבע, דער פליישיגע מצוה איז דער זעלבע.