☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט

למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9024
בלאט: 1 2

נולד מאוחר » זונטאג יוני 7, 2015 11:27 am

· #281084
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
Diff סטראשנען איז נישט ווירקזאם ביי איינער וואס וויל זוך עפנען.
זיי האבן געווענדליך גרייט אביסעל אן אנדרער דעפענישען אויף "אין תחיית המתים מן התורה" "ספרים חיצונים" וכדו'.
איך האב געפרעגט פון א פראקטישע קוק ווינקעל. סאיז דא גענוג וואס ווילען זוך עפענען אבער זענען נישט גרייט אדער אינטערסיערט און די טיעלאגישע חלק.

יידל » זונטאג יוני 7, 2015 11:38 am

· #281088
דער ליסטע איז אויסדריקלעך נישט געצילט אלס א כזה ראה וקדש באקעט-ליסטע. איך, און רוב פון די וועלכע האבן צוגעלייגט אין די תגובות, האבן פרובירט צו געבן א ברייטן אויסוואל פון פארשידענע סארטן זשאנרעס און סטילן. איינער איז פאראינטערעסירט אין אקאדעמישע ווערק, א צווייטער אין היסטארישע געשיכטעס, און א דריטער אין אונזער ליטערארישער אוצר. די וואס זענען נישט גרייט אדער אינטערעסירט זאלן בהחלט נישט קוקן. איך וועל זיין אויפריכטיג: א גרויסן טייל פון די מוזיק אויפן ליסטע אינטערעסירט מיר נישט. כ'האב געהערט איינס צוויי ניגונים פון יעדן, אבער ווייניג פון זיי וועלכע כ'גלייך איבערצוהערן איינמאל און נאכאמאל. און דעריבער איז וואס? זאל איך עס נישט ארויפלייגן אויף די ליסטע? כ'האב פרובירט צו גיין נאך אזעלכע ביכער און נעמען וועלכע האבן געהאט אדער קענען האבן אן אומגעהויערער השפעה, יעדער אין זיין וועג.

אדרבה, @נולד מאוחר, וועלכע סייטס און ביכער וואלסטו געוואלט זען אויף דעם ליסטע?

ירא שמים » זונטאג יוני 7, 2015 12:19 pm

· #281107
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
ביטע ערלערן בעסער וואס איז דער פראבלעם אונזערע?
און וואס איז דער ציל אייערע?
יש״כ

יידל » זונטאג יוני 7, 2015 12:49 pm

· #281115
אז דו פרעגסט איז עס נישט פאר דיר. א דאנק פאר די אינטערעסע.

chusid » זונטאג יוני 7, 2015 12:59 pm

· #281116
למעשה ווען אונזערע זיידעס וואלטן דאס אלעס געליינט וואלטן מיר נישט געווען קיין ארטאדאקסישע אידן..כלפי מה דברים אמורים אז די חתם סופר האט לכאורה זייער גוט סטראטעגיש באהאנדעלט די מצב...

יידל » זונטאג יוני 7, 2015 1:16 pm

· #281120
*חרדישע* אידן. כ'קען אסאך ארטאדאקסישע אידן וועלכע האבן געליינט די אלע ביכער אויף די ליסטע און מער.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 7, 2015 2:31 pm

· #281145
יידל
אדרבה, @נולד מאוחר, וועלכע סייטס און ביכער וואלסטו געוואלט זען אויף דעם ליסטע?

אלעס חוץ זאכען וואס זענען כפירה לויט ארטעדאקסיע.
כרעד פון יסודת ווי למשל ווער און ווען האט געשריבען די תורה

ירא שמים » זונטאג יוני 7, 2015 4:51 pm

· #281194
יידל
אז דו פרעגסט איז עס נישט פאר דיר. א דאנק פאר די אינטערעסע.

ערקלערונג ביטע ?!

יידל » זונטאג יוני 7, 2015 7:52 pm

· #281232
אין די פאוסט איז דא דריי פאראגראפן מסביר צו זיין דעם פראבלעם און נאך פיר מסביר צו זיין וואס מיין ציל איז. אויב זענען די זיבן פאראגראפן אייך נישט גענוג, זענט איר ווארשיינליך נישט די אודיענץ פון דעם פאוסט. כ'זאג עס נישט מיט ביטול חלילה, כ'זאג עס עס אלס טרוקענער פאקט.

ירא שמים » מאנטאג יוני 8, 2015 6:46 pm

· #281434
כוועל דיר זאגן כהאב עטליכע מאל איבערגעקוקט דיין פויסט אין כקען נאכאלץ נישט כאפן וואס דער מענטש וויל דא
כקען זאגן עטליכע זאכן א. אונזער ידיעות קוואל איז צו שמאל און סאיז וויכטיג צו האבן א קאלירפולער איטולעקטואליטעט נישט נאר איין סארט זאך .
ב. אונז זעמיר עם לבדד ישכון און מיר ווייסען נישט וואס טוט זיך אויסער אונז און סאיז וויכטיג צו וויסען אנדערע געדאנקען גענג אידיש צו גויאיש ,און איר לייגט נאך צו עס אדאפטירען צו אונזער געדאנקענגאנג , אפשר מיינט איר אויסקלארן אונזער געדאנקענגאנג, ווען מיר וועלן וויסען וואוזוי ביי אנדערע זעט אויס און וואוזוי זיי באטראכטן אונז.
ג. מיר זענעו נישט קולטורעז וואס כווייס אויך נישט פונקטלעך קיין הגדרה דערויף , אפשר אז מיר קענען נישט ארויסגעבן אונזערע געפילען און טאלאנט דורך קונסט פאעזיע מוזיק נגינה .
ד. מיר זענען נישט קלאר אין אונזער אידישקייט און אמונה.
ה. אונזער מצב כתוצאה פון די אלע זאכן וואס דאס צו לייזען פעלט זיך אויס צו אנפולען די אלע אויבן דערמאנטע חסרונות.
ילמדנו רבנו.

שלום בערגער » דינסטאג יוני 9, 2015 2:21 pm

· #281594
פּאָעזיע אױף אידיש
כ׳װאָלט געװאָלט פאָרלײגן אַ פּאָר נעמען פון אידיש־פּאָעטן װאָס ס׳איז כדאַי זיך צו באַקענען מיט זײ. מיר דאַכט, אַז די אױבן דערמאָנטע ליסטע איז לאַװ־דװקא „װעלטלעך“ נאָר אַן אופן באַקענען עולם, אױף אַ פּײנלאָזן אופן, מיט דער ליבעראַלער־פרומער װעלט. האָב איך צוגעפּאַסט מײנע פאָרלײגן צו אַזאַ ציל.

טײל פון אײך זײנען אפשר שױן חסידים פון אַהרן צײטלין, דער פרומער דענקערישער דיכטער װאָס שעפּט ס׳רוב פון זײנע חיות און טעמאַטיק פון דער חסידישער װעלט.

צװישן די גרעסטע אידיש (דזשואיש) פּאָעטן פון 20סטן י״ה איז אברהם סוצקעװער, װאָס פאַרקערפּערט די עסטעטיק פון מאָדערניזם אין גערעם פון װילנער אידנטום.

מרים אולינאָװער האָט זיך קונה־שם געװען מיט איר „פאָלקסטימלעכע“ דיכטונג, נאָר ס׳איז דװקא נישט אַזױ פּשוט. זי פּרואװט דערמיט זיך אַן עצה געבן מיט דער מאָדערניטעט. איר פרומע לידער זײנען גיכער אױסדריקן פון נאָסטאַלגיע אין מיטן אַ מאָדערנער װעלט.

פון הײנטיקע מאָדערנע פּאָעטן, איז װידער נישט אױסצולאָזן אהרן גלאַנץ־לעיעלעס, אַן אײגנאַרטיקער בעל־סגנון.

איך בין נישט גענוג פאַררוקט צו מײנען אַז איר װעט אַלע מאַסנװײז גײן לײענען פּאָעזיע - מיר האָבן שױן געפירט אַזאַ שמועס - נאָר איך האָב געװאָלט צוגעבן צו דער דאָזיקער ליסטע, מיט דער גאַנצער באַשײדנקײט.

בן אדם » דינסטאג יוני 9, 2015 3:18 pm

· #281623
שוין. עמיר ווארטן פאר @berlbalaguleh זאל קעיר נעמען...

נופת צופים » דינסטאג יוני 9, 2015 5:34 pm

· #281661
איך האב געמאכט א פידיעף פון יידל'ס תגובה. איז דא א וועג צו בייפעסן דעם לימיט אויפ'ן פייל סייז פון א האלבע מג?

=========

געלונגען ארויפצושטעלן!
דא האט איר.
📎 Yeedle.pdf

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יוני 10, 2015 1:05 am

· #281724
חדש אסור מן התורה
שלום וברכה!
דאס איז נישט דער ערשטער מאל וואס איך קוק זיך ארום אויף קאווע שטיבל, אבער דאס איז דער ערשטער מאל איך ריאגיר (comment). אקדמות מילין - איידער איך הייב אן צו רעדען, מוז איך בעטען מחילה פון די חשובע מיטגלידער, אז איך בין נישט איינגעוואוינט צו שרייבען אויף אידיש. כאטש איך האב נישט געשריבען אין אידיש זייט איך בין געווען אין כתה ו' און געשריבען דער רבי'ס תורה'ס, און כאטש איך ליין כמעט קיינמאל אויף דער שפראך [חוץ מקאווע שטיבל שאהבתה מקלקלת את השורה], איך האב שטארק הנאה צו ליינען וואס מענטשען שרייבען דא. איך קען נישט קיין איין מענטש פרעזענליך וואס קוקט אויפ'ן בלאג (איך בין נישט פון דער קרייז), כל שכן אז איך קען נישט די שרייבערס, אבער עס איז כמים קרים אל נפש עייפה צו זעהן אינטעלעגענטע מענטשן שרייבען מיט אזא רייכע שפראך און זענען באמת פארנומען מיט עניניים ודעות און נישט מיט חפצים ותאוות. עס זעהט מיר אויס [ביטע לאזט מיר וויסען אויב איך בין טועה] אז א גרויסע טייל מיטגלידער זענען פון אזוי גערופען "חסידישע שטיבער" באופן כללי און "סאטמער" געשטימט באופן פרטי, אבער זיי האבען זיך פארברייטערט און זענען אפען צו אנדערע און נייע דעות.
דער לעצטער אשכול אבער האט מיר זייער צושאקעלט. איך האב אייביג זיך איינגערעדט אז רוב מנין ובנין פון די "אפגעפארענע" [שנה ופירש'ניקס] זענען אזעלעכע וואס האבען נישט מצליח געווען, אדער צוליב פרעזענליכע פראבלעמען און הגבלות, אזוי וויא "קריאה פראבלעמען" אד"ג, אדער זיי קומען פון צובראכענע שטיבער [broken families], צו וואס פאר אן אנדערע חסרון אין פאמיליע. אבער איינער וואס האט מצליח געווען אין חדר און ישיבה און האט א גוטע קאפ און איז נאך טאלענטעט אויך וואלט קיינמאל נישט פארלאזט זיין דרך החיים. נישט ווייל איך רעדט זיך איין אז די חסידישע שטוב איז דער מערסטע גליקליכע שטוב [דרך אגב איך קום נישט פון א חסידישע שטוב און איך האב אויך נישט אוועק געשטעלט אזא שטוב], נאר ווייל איך האב זיך איינגערעדט אז פון אויפגעקלערטקייט אליין דרייט א מענטש נישט איבער זיין לעבען.
דער פאסט האט מיר געוויזען אז עס איז דא א היפשע צאל מענטשן וואס מען קען זיי נישט אריין שטעלען אין דער אויבען דערמאנטע גדרים און פון דעסטוועגען האבען בועט געווען אין יסודות פון זייער חינוך. איך זעה פאר מיין אויגען ווי קלוגע און טאלאנטעט מענטשן זענען גרייט צו מפרסם זיין מראה מקומות אויף ביקורת תנ"ך. גדולי התורה וחכמת ישראל אזוי ווי דער בעל מלמד להועיל [אגב: מתלמידי תלמידי מרן החתם סופר שהרי היה תלמיד ישיבת פרשברג טרם נסיעתו לברלין] האבען זיך קלאר געשטעלט אנטקעגען. וואס איז דא געשען אז נאר 50 יאר נאכדעם וואס דער גרויסער צדיק און גאון, בעל כוונת הלב מקראסנא זי"ע האט געשריבען שארפע רייד קעגען הגאון רבי יוסף דוב הלוי סולוביציק מבוסטון און [אם זכרוני אינו בכזיב] עם פארגלייכט צו א גלח[!], זאלען יוצאי עירו [ואולי בית מדרשו] מעודד זיין אנדערע צו עובר זיין "לא תתורו אחרי לבבכם - זו מינות" וואס הגאון רבי יוסף דוב הלוי זצ"ל האט גע'אסר'ט כאטש אפילו ער האט געהאט א שטארקע הערכה ווי וויכטיג עס איז זיך צו בילדערען? עס זעהט אויס אז און ווילימסבורג והגלילות פארשטייט נאר עקסטרעמן!
וואס איז געשען צו די מיטל וועג? פארוואס רעדט מען נישט פון זיך "בילדערען" אדער זיך "לערנען" דורך די ווערטער פון גדולי ישראל אזוי ווי דער אויבען דערמאנט מלמד להועיל הגאון רבי דוד צבי הופמן זצ"ל, דער שרידי אש הגאון רבי יחיאל יעקב וויינבערג וכו [דרך אגב כאן המקום להעיר על השמטת ספרו של מלך שפירא על הרב הנ"ל והוא טוב מאד למתחיל בענינים אלו]'? פארוואס דארף מען שוין שפרינגען צו די העכערע סארט קריטיג [higher criticism] וואס רוב מנין ובנין פון ארטאדאקסען האבען גע'אסרט? [דרך אגב, כאן המקום להעיר שהיה לו להזכיר ספרו של הרש"ז ליימן: The Canonization of the Hebrew Bible. דאס איך געשריבען ביי א גאר ערטסטער פרופסר - וואס וואלט געדארפט דערמאנט ווערען אין אזא אשכול]
עס זעהט מיר אויס [קוקענדיג א ביסל פון אינדרויסען] אז די וואס האבען געקומען צו די הכרה אז וואס פאר כוונות מען זאל האבען ביי דער איי איז נאריש, און זיי פארשטייען אז די אדמורי"ם הם בניהם נשיהם וכל אשר להם זענען מכלה ממונם של ישראל כדי להרבות כבודם ועשרם וכו' שוב אינם מבחינים בין "צדיק" לרשע. כאטש עס איז נישט קיין עברה צו לאכען אויף די סיפורי מעשיות שלא היו ולא נבראו, מיינט נאך נישט אז דער חומש איז הפקר!
נאך א זאך האט מיר געשטערט, אז מען לייגט ארויף אופ'ן רשימה מראה מקומות ווי מען קען הערען פרויען זינגען אן א הערה אז "צריך שאלת חכם" וכו'. איך האב טאקע געזען אז עס איז דא אן אשכול וואס באהאנדעלט דער נושא מצד ההלכה, אבער פארוואס קען מען נישט כאטש מכיר זיין אז עס איז נישט פשוט? [אגב אורחא: אפשר האב איך נישט גענוג גוט געקוקט אבער עס דאכט מיר אז קיינער דערמאנט נישט דארט אז אין ר' נתן קמנצקי'ס בוך Making of a Gadol ווערט דערמאנט א מעשה מיט רבי ברוך בער לעבאוויטש און הרב רודערמאן וואס זענען געווען געסט און א שטוב וואו די מיידלעך האבען מיט געזינגען שבת לידער - די ערשטער [רב"ב] איז אנטלאפען און דער צווייטער [ר"ר] איז געבליבען צוליב כבוד הבריות. וע"ע מש"כ בענין זה בשו"ת שרידי אש ויש סמך להתיר ע"פ דברי הבני יששכר באיזה מקומן ואכ"מ]
בנוגע לעיקר הנושא: איך פארשטיי נישט פארוואס יידל דערמאנט נאר ספרים אויף תנ"ך און עניני דעלמא. וואס איז געשען צו די גולת הכותרת פון חכמת ישראל - תלמוד בבלי? און אויף דער ראשונים בדרך כלל? אויב איינער איז ערענסט אין זיך וועלען פארברייטערען און אין דער זעלבע צייט פארשטיין תורת ה' ותורת ישראל, דארף ער אויך לערנען גמרא און ראשונים מיט א ברייטערע קוק. וויאזוי זעהט אויס א מענטש וואס קוקט אן דער חומש מיטן documentary hypothesis און דער גמרא און רמב"ם לערענט ער אזוי וויא ער זיצט א גאנץ לעבען ביים קרעפעל תורה?
צווישען אנדערע וואלט איך דערמאנט:
ספרי ר' שאול ליברמן
ספרי ר' חיים הלוי סולוביציק בן הגרי"ד מבוסטון
מלך שפירא'ס ספר אויפן רמב"ם: Studies in Maimonides
והרבה יותר ממה שכתבתי כאן יש.....
בר מדין וואלט איך אויך דערמאנט בנוגע צו זיך בילדערען אויף א אידישען וועג, דער ליימען לייברערי, וואס מען קען טרעפען אונליין וואס איך פיל מיט מורא'דיגע ארטיקלען פון דער אויבען דערמאנט פרופסר שניאור ליימן [בפרט איינער וואס איז אינטערסירט אין די פרשה פון רבי יונתן אייבשיץ און רבי יעקב עמדין]
YU Torah איז אויך גאר א גוטע מקור צו זיך לערנען נייע זאכען וואס מען האט זיך נישט געלערענט אין חדר.
צום לעצטענס וויל איך דערמאנען אז פון אלע אחרונים קען מען זיך א סאך בילדערען אויב מען לערענט וואס מען קען נאר פון דער יעב"ץ [רבי יעקב בן צבי עמדין]. בפרט זיין הגהות על הש"ס זענען גאר שטארק בעניני הסטוריה וכדומה. כמובן הגהות מהר"ץ חיות ושאר ספריו גם כן ראויים ללמוד בכל אתר ואתר.
ביטע לאזט מיר וויסען צו מען קען ליינען מיין אידיש...
בכבוד רב,

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יוני 10, 2015 1:27 am

· #281730
א קליינע צולייג: איינער וואס וויל באקומען א ביסל א נייע בליק אויפן חומש און תנ"ך, אבער ער וויל נישט פארקריכען, קען לערנען די ספרים "אמת ליעקב" פון הגה"צ ר' יעקב קמנצקי זצ"ל. ער האט א סאך פרישע זאכען, אבער הכל על טהרת הקודש. עס איז לעצטענס געדריקט געווארען א נייע חלק אויף נ"ך מיט גאר אינטרעסאנטע הערות פון אן אייניקל (בן הגר"נ קמנצקי).

מיימון » מיטוואך יוני 10, 2015 1:37 am

· #281732
אובערלענדער שלום עליכם וברוך בואך, דיין אידיש איז דוקא זייער געשמאק ווי א אויך דיין אינטעליגענץ, מיר דארפן מער אזעלכע ווי דיר!.

כאטש איך בין פון די נייע דא וועל איך פרובירן צו ענטפערן. וואס דו מערקסט אן אויף די וועלכע זענען אויפגעקלערט בלויז פון ליינען, אדרבה ואדרבה פאר די איז דער שטיבל געשאפן געווארן, עס זענען נאך דא אסאך מער וועלכע שרייבן נישט דא אבער פייניגן זיך מיט ספיקות און קשיות, און עס איז העכסט צייט צו אדרעסירן דעם דאזיגן עולם, מיט'ן זיי אריינשטופן אינטערן טעפיך וועט נישט פארענטפערט ווערן זייערע שאלות און אודאי און אודאי נישט מיט'ן קעמפן אנטקעגן דעם, דאס איז א תופעה וואס ווערט ווי אמאל מער אין דעם דור פון אינפארמאציע, און מיר דא פרובירן צו שאפן א כח הרבים.

וועגן ביבלישע קריטיק קען איך נישט רעדן בשם הקהל, איך ווייס נישט הונדערט פראצענט די גדרים פונעם פלאץ, אבער דאס איז זיכער אז נישט מיט'ן זאגן דער און יענער האבן דאס גע'אסר'ט פארענטפערט מען די ענינים, טאקע פון וועם דו ברענגסט הגאון רד''צ הופמן האט נישט געשריבן א קול קורא צו אסר'ן דאס צו לערנען נאר ער האט אפגעשריבן א גאנצן חיבור אויפצואווייזן אז עס איז נישט אמת, וואס כדי צו ליינען זיין ספר דארף מען אליינס זיין בקי אינעם ענין, פאר די וואס האבן זיך שוין אנגעטראפן מיט ביבלישע קריטיק קען מען צואווייזן מאמרים וואס ווייזן אויף דעם היפוך דערפון, און אויב ס'איז נישט דא קיין גענוג שטארקע ווערק אויף די זייט קען מען אים אנווייזן אויף א סייט וועלכע טוט פארשטעלן א מהלך אין אידישקייט וואס זאל זיך שטארקן אפילו איבער דעם, (און פאר די וואס האבן זיך נישט באגעגנט מיט דעם וועלן זיך מן הסתם טרעפן דערמיט אין די קומענדע יארן, בפרט עמיצער וואס איז אביסל ארויס פון באקס, און ער וועט נישט האבן קיין תשובה ).

די ענינים וואס דו צייכנסט אן זענען אויך זייער וויכטיג און אינטערעסאנט, אדרבה זאל יעדער צולייגן פון זיין אוצר, די זאכן זענען כמעיין המתגבר וכנהר שאינו פוסק.

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יוני 10, 2015 1:51 am

· #281736
קול קורא במדבר
איך וואלט נישט געדארפט דערמאנען די "איסור". איך בין גראדע יא באקאנט מיט דער נושא [נאר א ביסל] אבער עס האט מיר געבאדערט פארוואס איינער דארף שפרינגען ביז דארט. אויב ער קומט זאגען ווי אזוי זיך צו בילדערען קען ער ווי איר זאגט ווייזען אויף די ספרים וואס רעדען דערפין. ער האט אויסגעלאזט אלעס צווישען ויואל משה ביז חיים גראדע. נישט אזוי פארברייט מען זיך מיט קריכען פון איין עקסטרעם ביז דער צווייטען.
אויב דאס וואס איר זאגט אז מען וועט זיך סיי ווי איינשטויסען אין דעם איז גערעכט, פארוואס דארף ער מאכען דער גאנצע ליסטע.
יהיה איך שיהיה מיט בייבל קריטיסימם, כשמו כן הוא ענין של "ביקורת" ולא ענין של "הערכה". פארוואס זאל איינער זיך נישט לכה"פ ערשט לערנען א פרק אין דקדוק וכדומה וואס ברענגט ארויס חכמת התורה וכדומה איידער ווי גלייך נאך פארמאכען דער מאור ושמש זיך אריינטוהן אין ביקורת המקרא.

יידל » מיטוואך יוני 10, 2015 10:45 am

· #281793
אויבערלענדער, יישר כוח פאר דיינע הערות און מראי מקומות!
ביזט גערעכט אז א חכם דארף נישט שפרינגן ביז דארט און דורכאקערן ביקורת תנ"ך. די צוויי מראי מקומות וועלכע כ'האב אנגעגעבן אויף ביקורת תנ"ך (דזשעימס קוגל'ס בוך און די וועבסייט "די תורה") זענען ביידע מעשי ידיהם פון זעלבסט-אידענטיפיצירנדע ארטאדאקסן און שומרי תורה ומצוות און דעריבער האב איך זיך ערלויבט זיי ארויפצולייגן אויף די ליסטע, בפרט ווען זיי זענען נישט אזוי ווייט עוסק און ציען מסקנות ווי אין אהערשטעלן פאר די ליינער די פערספעקטיוון פון מאדערן-סקאלערשיפ און וויאזוי אן ארטאדאקסישער איד זאל זיך מתייחס זיין דערצו.
וועגן קול אשה - איר זענט גערעכט, כ'וואלט עס געמעגט דערמאנען.
אגב, ביידע ביכער פון מארק שפירא וועלכע כ'האב אויסגעלאזט אין דעם אשכול, האב איך בשעתו דערמאנט אין א תגובה אין די אשכול איבער אים (<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/3253">viewtopic.php?p=3253#p3253</a><!-- l -->).

יידל » מיטוואך יוני 10, 2015 10:49 am

· #281794
אגב, אז די טעמע איז שוין יא אויפן טיש: מ'האט דערמאנט הרהורים (torahmusings.com). דארט שרייבט א פראפעסאר יהושע בערמאן איבער דעם נושא, ס'איז כדאי צו קוקן אויב איינער איז אינטערעסירט. <a class="postlink" href="http://www.torahmusings.com/author/jberman/">http://www.torahmusings.com/author/jberman/</a>

אויבערלענדער חכם » מיטוואך יוני 10, 2015 11:16 am

· #281801
נקרא "הקדוש" כי כשישליך מעל פניו השקר אין ספק כי קדוש הוא
ר' יידל,
איך מוז אייך זאגען אז איך בין נתפעל געווארען ווי איר האט נישט געלאפען לאוקמי גברא אחזקתיה שהאדם עומד בדיבורו און איר האט מקבל געווען. איך וויל נאר קלאר מאכען צוויי נקודות:
1- אין יעדער ענין איז דא א מיטל וועג און חוץ פון מיין קריטיק אויפן ארויפברענגען דער ענין פון ביקורת המקרא, ליגט אין מיין ווערטער אויך א קריטיג אויפן אויסלאזען דער מיטל וועג - דהיינו די ארבעט פון רבי דוד צבי הויפמאן און אפילו רבי יעקב קמנצקי. פאר איינער וואס האט נאר געלערענט מאור ושמש און דברי יואל איז אפילו א ספר ווי אמת ליעקב א ריכטיגע התחלה.
2- נאר אן ענין וואס איז נישט גענוג קלאר אין מייט "קריטיק" איז אז איר האט אויסגעלאזט אלעס וואס איז נוגע צו "גמרא, ראשונים, און הלכה". איך קלער אז עס ליגט נאך א טיפערע זאך דא. מען קען אנקוקען "אויפגעקלערטקייט" ווי א זאך וואס איז דא צו צוברעכען אונזער חינוך און סותר זיין וואס מיר האבען געלערענט. אדער קען מען עס אנקוקען פון אן אנדערער שפעקטיב. מען קען מיט פרישע ידיעות און מטודען (methodology) גייט ווייטער און טיפער אין אונזער לימודים און ידיעות. אריינרעכענען די רבי רבי מלך'ס ביכער אויף אמונה (גאר א שטארקע בוך) און אויף פנימיותדיגער צנזור (גאר א קנאפע בוך צו מיין אכזבה) און אויסלאזען זיין ספר אויפן רמב"ם (א ספר יסוד פאר איינער וואס וויל עפענען די אויגען בדרכי הלימוד החדשים) און אפילו אויף רבי יחיאל יעקב וויינבערג מיינט צו זאגען אז מען זוכט זיך צו פארברייטערען אין א וועג וואס וועט צוברעכען דער עבר און נישט "פארברייטערען" דעם עבר.
בדרך כלל, אקאדאמישע בליק אויף גמרא און ראשונים איז נישט אזוי שווער נפשיותדיג פאר א מאמין. נאך מער ווי דאס עס קען געבען א נייע געשמאק אינעם לערנען. מען קען גיין צום שיעור אין זעהן נייע גילויים אין יעדער גמרא און ראשונים וואס מען האט קיינמאל באמערקט ביז היינט.
בקיצור: איינער וואס זוכט תירוצים אפצולאזען די "סיסטעם" מוז זיך באוואפענען מיט ידיעות וואס צוברעכען איר, אבער איינער וואס וויל דערקוויקען זיין זעהל וואס שטרעבט עפעס מער, קען זיך אנזאפען מיט ידיעות וואס זענען נישט אפאליגעטיג (שנפש היפה בוחל מהם) נאר געבויט אויפ'ן ריינעם אמת און דאס קען עם געבען א נייע געשמאק אין זיין דרך החיים.
פון איירער ליסטע, רבי יידל, האט מיר אויסגעזעהן ווי איר ווייזט א וועג אויף צוברעכען און נישט אויף צו בויען. ביטע אנטשולדיג מיר אויב מיין רייד איז צו שארף. איך האב זיך ערלויבט אזוי צו שרייבען ווייל איך זעה אז דער אמת איז מער אינטערסאנט פאר אייך ווי אייערע כבוד. עס דערמאנט מיר די ווערטער פון רבי אברהם בן הרמב"ם וואס זאגט אז רבינו הקדוש ווערט אנגערופען קדוש צוליב דעם וואס ער האט מודה געווען אויפן אמת, כלשונו: והתבונן חכמת זה הסוד כי רבי לא פסק כדעת חכמי אומות העולם אלא שהכריע דעתם מדעת שיקול הדעת בראיה שזכרנו, זהו שאמר "נראין דבריהם" הוא מלה מורה על הכרעה, ואילו נתברר לו בוודאי ובראיה שגלגל חוזר ומזלות קבועים היה פוסק הלכה כמותם, כאשר עשה זולתו מן החכמים זכרונם לברכה בדעות אחרות ואמר נצחו חכמי אומות העולם לחכמי ישראל, ובאמת נקרא אדון זה רבינו הקדוש כי האדם כשישליך מעל פניו השקר ויקיים האמת ויכריענו לאמיתו ויחזור בו מדעתו כשיתבאר לו הפכה אין ספק כי קדוש הוא, עכ"ל.
ייש"כ וכט"ס

נופת צופים » מיטוואך יוני 10, 2015 2:11 pm

· #281851
נופת צופים
איך האב געמאכט א פידיעף פון יידל'ס תגובה. איז דא א וועג צו בייפעסן דעם לימיט אויפ'ן פייל סייז פון א האלבע מג?

=========

געלונגען ארויפצושטעלן!
דא האט איר.


<!-- l --><a class="postlink-local" href="http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=20404">download/file.php?id=20404</a><!-- l -->

מפוזרי » מיטוואך יוני 10, 2015 3:59 pm

· #281877
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
כיהודה ועוד צו די פריערדיגע מעירים, יידל איז אונז געקומען ארויסהעלפן פון אונזער פארמאכטער ארימער קולטור און צייגן א למעשה'דיגע וועג צו ווערן מער וועלטליך סיי אין די ברייטע אידישע קולטור והן בנוגע צו דער אלגעמיינער וועלטליכער קולטור.
וואס מ'דארף מוסיף זיין איז אז ס'דא נאך א פריערדיגער פאזע אין וואס מ'דארף זיך אויסבילדן, און דאס איז אונזער אייגענער שטרענג ארטאדאקסישער קולטור וואס איז נאך גענוג רייך און פילפארביג, און אין דעם אליינס זענען מיר אויך מורא'דיג פארמאכט און פארארימט.

וואלט געווען א געדאנק צו מאכן א למעשה ארטיקל אויסצוברייטערן די האריזאנט על טהרת הקודש.

כוכב » מיטוואך יוני 10, 2015 6:46 pm

· #281924
לאדנט אראפ א פדף פון אויבן הצלחה.

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:03 am

· #282057
דרך המלך נלך לא ניטה ימין ושמאל
ר' ראובן (ביטע קען איינער מיר ווייזען ווי אזוי מען טעגט?) עס זענען דא עטליכע סטאנציעס ביז מען קומט אן קיין דוד הלבני ווייס, מסורות התורה שבע"פ פון הבלין איז כדאי צו לערנען ערשט וכו'. מען דארף נישט לויפען פונעם חידושי סוגיות ביז הלבני. איך האב אפילו חרטה אז איך האב דערמאנט ליברמן. גראדע דער וואס האלט יא אויפן מדרגה זיך צו מתמודד זיין מיט הלבני, זאל אויך וויסען פון שמא פרידמאן. עס דאכט מיר אז ער איז נאך מער צו דער זאך. אבער אלע די זאכען דארף מען צונעמען לכל הפחות אזוי ווי מען צונעמט א קצות. זיי זענען נישט קלוגער פון רבי עקיבא אייגר וכו'. על זה נאמר זורק את הקליפה ואוכל את הפרי. איך האב שוין דערמאנט אז פרופסר חיים הלוי סולוביציק בנו יחידו של הגרי"ד מבוסטון איז אויך א חוקר און ער איז משכמו למעלה גבוה מכולם אין זיין גדלות בתורה. זעלטן וואס מען טרעפט א חוקר בחסד עליון וואס פארשטייט גוט לערנען.

מפוזרי » דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:13 pm

· #282129
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
מ'האט דא דערמאנט א מעשה מרב"ב לגבי זמירות נשים. אינעם בוך "ושמחת בחייך" איבער הרב פנחס טייץ געשריבן דורך א טאכטער שרייבט זי אז די געשיכטע איז געווען ביי איר זיידע הרב פרייל דער רב פון עליזעבעט און שווער פון ר' פנחס.
ווען רב"ב איז געווען ביי אים אויף שבת צוזאמען מיט א תלמיד/באגלייטער און ביי די זמירות האבן די טעכטער מיטגעזינגען כמנהגם וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין זין האט דער באגלייטער געוואלט מעורר זיין האט אים רב"ב אפגעשטעלט זאגנדיג "ס'איז גארנישט זיי זאגן זמירות מיט א ניגון".
דערציילט זי ווייטער אז איר מאן האט עס דערציילט א געוויסן ר"מ און יענער האט מפרסם געווען אבער גענוי קאפויער! עכ"פ דאס איז דער מקור הסיפור.

אויבערלענדער חכם » דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:28 pm

· #282135
בחורים וגם בתולות
ייש"כ פאר דער געוואלדיגען מראה מקום
📎 הרב ברוך בער.PDF

מבקר » דאנערשטאג יוני 11, 2015 11:10 pm

· #282219
הערט א מעשה בנוגע הרב עובדיה וקול באשה, דערציילט דורך רוני ש
לפני כ-25 שנה, אז הייתי בחור ישיבה, אירע לי מקרה שבדיעבד ממחיש יותר מכול את גדולתו של הרב עובדיה יוסף. תחילתו בקלטת של הזמרת המצרית אום כולתום


אום כולתום. העניין המגדרי לא היה כלל בתודעה
סבי הרב אהרן שויקה זצ"ל הביא בשנת תש"ז את הרב עובדיה יוסף, אז אברך בישיבת פורת יוסף, לכהן כדיין בקהיר וכרב בישיבת אהבה ואחווה. מאז נקשרו בין הרב עובדיה לזקני קשרי ידידות אמיצה. כנער, זכיתי לראות את הרב עובדיה פעמים רבות. אמנם המעשה ששב ועולה בזיכרוני בימים אלה אינו כרוך בפגישה עמו פנים אל פנים דווקא, ואף על פי כן, הוא הותיר בי רושם לשנים רבות.

לפני כ-25 שנה, אז הייתי בחור ישיבה, היה הרב מתפלל בבית כנסת קטן שהקצו לו בקומת הקרקע של בית הכנסת הגדול בירושלים. דודי היה אז רגיל להסיע אותו ברכבו כל בוקר לתפילת שחרית ולהחזירו לביתו. יום אחד פנה אליי דודי בבקשה: כאשר אני מסיע את הרב, הוא מבקש לשמוע מוזיקה טובה, ואין לי מה להשמיע לו. יש לך משהו מתאים?

המבחר גדול, אבל לא התלבטתי יותר מדי. נתתי לו קלטת שירים של אום כולת'ום שכללה אוסף מהשירים היותר מוקדמים שלה שהוקלטו בסוף שנות ה-20 ותחילת שנות ה-30 של המאה הקודמת. הבטחתי לו שעם הקלטת הזאת, הוא יכול להיות רגוע לגמרי.

לאחר כמה שבועות נפגשנו, ושאלתי אם אוכל לקבל את הקלטת בחזרה, כיוון שלא השארתי ברשותי עותק ממנה. דודי ענה במבוכה שעוד ביום הראשון שהוא השמיע לרב את הקלטת במכוניתו, הרב התרגש: "מאין יש לך את זה? אני אוכל לקחת אותה?". דודי כמובן לא סירב, והרי היא אצלו. הצער שהצטערתי לרגע על הקלטת שאבדה בטל מיד בעונג שהרגשתי על שהצלחתי לקלוע לטעמו של הרב.

על מה בדיוק חשבתי?

מדוע הסיפור חזר ועלה בזיכרוני? בכך שהרב עובדיה היה חובב נלהב של מוזיקה ערבית אין כמובן כל חידוש, והדבר ידוע שהוא היה מאזין גם לאום כולת'ום. בפרספקטיבה לאחור, הדבר המפתיע אותי כיום הוא שכאשר התלבטתי אם למסור לו קלטת של אום כולת'ום או של מוחמד עבד אל וואהב, לא עלה בדעתי כלל שאולי ישנה בעיה כלשהי למסור למי שהיה הראשון לציון והרב הראשי לישראל קלטת של זמרת. בחרתי אז בקלטת של אום כולת'ום כיוון שהיא כללה אוסף של הקלטות נדירות יותר, וחשבתי שקיים סיכוי מסוים שהרב עדיין לא שמע אותם. העניין המגדרי כלל לא היה בתודעתי.

ושוב, במבט לאחור, לכאורה הייתי צריך להיות רגיש יותר. הרי הלכה פסוקה בשולחן ערוך (אבן העזר סי' כ"א) כי "אסור לשמוע קול ערוה". ואף הרב עובדיה יוסף עצמו נזקק לשאלה זו כבר בספרו הראשון (יביע אומר ח"א, סי' ו): "בדין קול זמר של אשה בגרמפון או ברדיו, אם יש בו משום קול באשה ערוה, וצריך להזהר שלא לשמעו בעת קריאת שמע ותפלה", ופסק שם להתיר אם אינו מכיר את הזמרת והוסיף שם שאם מכיר תמונתה יהיה אסור. אמנם ביביע אומר ח"ט סי' ק"ח חזר בו ופסק שאם ראה תמונתה, עדיין אינו חשוב כמכירה, אלא "כשראה אותה בחיים חיותה במלא קומתה".

אפשר להוסיף ולפלפל בדין זה מכמה צדדים, כגון ההפרש בין זמן קריאת שמע לתפילה לזמן אחר ואם בראייה כלשהי, יהיה חשוב כבר כמכירה אף אם אינו זוכר את דמותה, ומה הדין במקרה שהזמרת כבר אינה בחיים ועוד ועוד. אלא שאין זה המקום ואף איני ראוי לכך. הדבר הברור והמפורסם הוא שהרב לא נמנע מלהאזין לאום כולת'ום, יהיה הדבר איך שיהיה. וכך היה לי פשוט אז, אף מבלי ידיעה ברורה, בחינת "תומת ישרים תנחם".

לכל שאלה תשובה

וזו הנקודה החשובה: למתבונן מבחוץ תשובותיו הארוכות והמפותלות של הרב עובדיה יוסף יכולות להיראות לעתים כשעשוע אינטלקטואלי המתערסל בים התלמוד וההלכה, מתוך פינוק של שכל חריף ובקיאות רחבה. הרב מרצה את טיעוניו וראיותיו כמולטי-מיליארדר המפזר את מעותיו. ייתן כמה שייתן, תמיד יוכל להוסיף ולהשפיע.

אבל הרב עובדיה לא עסק רק בעיון תלמודי טהור ואף לא השקיע את כל כוחותיו בכתיבת שולחן ערוך חדש. הרב כתב תשובות. כל תשובה היא מענה לשאלה שנשאלה, תגובה לאירוע שקרה, פיסה של מציאות מהעולם האמיתי. והרב עובדיה חי מציאות זו בכל יופייה והדרה, עם כל חושיו והרגשותיו. אמת, תשובותיו של הרב נשארות עמנו. אבל האם מתוך הקריאה בתשובה על האזנה לקול זמר של אישה בגרמפון נוכל להרגיש את אהבתו הגדולה של הרב למוזיקה? האם נרגיש את הנאתו הרוחנית מאמנות טהורה הפורטת על נימי הנפש של כל אדם באשר הוא אדם, אהבותיו ואכזבותיו, תשוקותיו וגעגועיו, וזאת ללא רגשות אשם ונקיפות מצפון, ללא אפלוגטיקה ונמיכות רוח, אלא מתוך רגש חיים טבעי ובריא, שלו ובטוח בעצמו? " למתבונן מבחוץ תשובותיו הארוכות והמפותלות של הרב עובדיה יוסף יכולות להראות לעתים כשעשוע אינטלקטואלי המתערסל בים התלמוד וההלכה, מתוך פינוק של שכל חריף ובקיאות רחבה. אבל הרב עובדיה לא עסק רק בעיון תלמודי טהור. הרב כתב תשובות "

ודאי, לא אלמן ישראל. עוד יש בנו ויהיו לנו גדולי תורה אשר יוכלו לעשות כדבר הגדול הזה - להשיב לשואליהם הלכה ברורה כיד ה' הטובה עליהם. אבל היכן נמצא כאלה שיכתבו את התשובה מתוך זיקה נפשית אמיתית לשאלה המגיעה מחוץ לבית המדרש? איה הישיבות שבהם מגדלים רבנים כאלה? והרי דעת לנבון נקל שהמעשה שהבאתי לא ללמד על עצמו בלבד יצא. היכן נמצא עוד רבנים שייגשו להתיר עגונות של חללי צה"ל, ולהבדיל, ממזרים שנולדו בחטאי הוריהם, בכל כך הרבה כאב ואהבה?
הרבה יותר מכל מה שאפשר לדמיין, וכל שולחן שנערוך לא יוכל להכיל במלואו את הסעודה הגדולה שהחיים מזמינים לנו. ויום אחד נכניס קלטת לטייפ, ולא נשמע קול. ולא נשמע אישה. ולא נשמע ערווה. רק אום כולת'ום.

גענומען פון דא

ועיין פה

מפוזרי » פרייטאג יוני 12, 2015 7:59 am

· #282255
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
אויבערלענדער חכם
ייש"כ פאר דער געוואלדיגען מראה מקום

דער בוך איז אויך ערשינען אויף ענגליש, דוכט זיך אז דארט שרייבט זי אז דער מאן האט עס דערציילט פאר א מסלף.
אגב, איז דער בוך א מוסטער ווי מ'קען שרייבן אויף א גדול דברים כהווייתן על טהרת הקודש, א ריכטיגער בליק אין זיין ליכטיגער מהות. נישט קיין געפרעדיגטער און איבירגעקייטער בילד, כנהוג במקומותינו.

אויבערלענדער חכם » פרייטאג יוני 12, 2015 8:22 am

· #282256
האמת גם בלשון הקודש
אין לשון הקודש ערשיינט אויך די חלק פונעם מעשה. אויב איר ווילט קען איך דאס אויך ארויף לייגען.

מפוזרי » פרייטאג יוני 12, 2015 9:14 am

· #282268
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
א ייש"כ פארן מאשר זיין. איך האב געליינט ביידע מהדורות און נישט געדענקט וואו איך האב עס געזען.

מפוזרי » פרייטאג יוני 12, 2015 11:20 am

· #282298
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
יידל
אגב, אז די טעמע איז שוין יא אויפן טיש: מ'האט דערמאנט הרהורים (torahmusings.com). דארט שרייבט א פראפעסאר יהושע בערמאן איבער דעם נושא, ס'איז כדאי צו קוקן אויב איינער איז אינטערעסירט. <a class="postlink" href="http://www.torahmusings.com/author/jberman/">http://www.torahmusings.com/author/jberman/</a>

יידל; א אינטרעסאנטער אפהאנדלונג, אבער דער ציטאט פון ר' צדוק איז פון אינמיטן א פאראגראף, נישט ריכטיג געטייטשט, און פאלש אריינגעלערנט פשט אין זיינע ווערטער.

יחיאל יעקבזון » דינסטאג יוני 23, 2015 4:08 am

· #284520
מיינע צוויי צענט
דער חינוך סיסטעם ברויך א מעידזשור אווערהאול. משה אמת ותורתו אמת איז וואס מיר גלויבן ואין צריך ראי׳. וואס חז״ל ואחריהם האבן אונז איבערגעלאזט איז אונז גענוג. סייענס ברויך ראיות צו מאמת זיין פראפאזיציעס, נישט אמונה בה׳ ותורתו. אויפגעקלערט זאל מען זיין אין אלוועלטליכע זאכן דהיינו שטודירן מאטעמאטיקע, היסטאריע אביסל, אסטראנאמיע, אסטראלאגיע און אנדערע סיינעטיפישע לימודים. ערנסטע געבילדעטע לייט האבן קיין צייט פאר נאוועלן און נארישע קינדערישע מואוויס. די זאכן זענען גוט צו שטופן צייט פאר נידריג קלאסיגע לייט, נישט פאר אינטעלעקטואלן. אויב רעדט מען דא צו די נידעריגע עלעמענטן פארשטיי איך נישט וואס רוב פון אייך זוכן דא...

יידל » דינסטאג יוני 23, 2015 9:25 am

· #284541
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
[ציטאט אראפגענומען]

אי"ה

אויבערלענדער חכם » דינסטאג יוני 23, 2015 9:58 am

· #284547
תלוי ברצון ה'
יידל
[ציטאט אראפגענומען]

אי"ה

אויב אזוי קומט עס נישט 😂

הקטן » דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:50 am

· #285049
יחיאל יעקבזון
מיינע צוויי צענט
דער חינוך סיסטעם ברויך א מעידזשור אווערהאול.

@יחיאל יעקבזון, וואו דארף דעם אווערהאול פירען, וואס דארף זיין בעסער אדער אנדערש און וואו פאנגט מען אן?

יתרו » זונטאג יוני 28, 2015 2:28 am

· #285557
יחיאל יעקבזון
מיינע צוויי צענט
דער חינוך סיסטעם ברויך א מעידזשור אווערהאול. משה אמת ותורתו אמת איז וואס מיר גלויבן ואין צריך ראי׳. וואס חז״ל ואחריהם האבן אונז איבערגעלאזט איז אונז גענוג. סייענס ברויך ראיות צו מאמת זיין פראפאזיציעס, נישט אמונה בה׳ ותורתו.

א חידוש פון א תגובה. דאס איז דאך די נושא דא, וואס אלץ גייט אריין אין משה אמת ותורות אמת, וואס, ווען, און וויפיל חז"ל איז מאסגעבנד, בפרט אין זאכן וואס סייענס האט מער ווי סתם פראפאזיציעס.

יחיאל יעקבזון
מיינע צוויי צענט
אויפגעקלערט זאל מען זיין אין אלוועלטליכע זאכן דהיינו שטודירן מאטעמאטיקע, היסטאריע אביסל, אסטראנאמיע, אסטראלאגיע און אנדערע סיינעטיפישע לימודים.

אינטערעסאנט די לאזט אויס גיאלאגיע און ביאלאגיע, און היסטאריע לאזטו נאר "אביסל", די אלע דריי זענען שטארקע נושאים פאר אמונה און יהדות פארן וועלטליכע איד.
נאך א נקודה די דערמאנסט אסרטראלאגיע וואס האט נישט קיין שייכות מיט סייענס.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 28, 2015 11:07 am

· #285602
יחיאל יעקבזון
ערנסטע געבילדעטע לייט האבן קיין צייט פאר נאוועלן און נארישע קינדערישע מואוויס. די זאכן זענען גוט צו שטופן צייט פאר נידריג קלאסיגע לייט, נישט פאר אינטעלעקטואלן.

אינטערעסאנט, די אלע אינטעלעקטואלען וואס וואטשען מאוויס ווייסן אויך דערפון? כ'מיין מ'דארף זיי גיין מודיע זיין.

ירא שמים » זונטאג יוני 28, 2015 11:53 am

· #285612
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
געפילטע פיש
יחיאל יעקבזון
ערנסטע געבילדעטע לייט האבן קיין צייט פאר נאוועלן און נארישע קינדערישע מואוויס. די זאכן זענען גוט צו שטופן צייט פאר נידריג קלאסיגע לייט, נישט פאר אינטעלעקטואלן.

אינטערעסאנט, די אלע אינטעלעקטואלען וואס וואטשען מאוויס ווייסן אויך דערפון? כ'מיין מ'דארף זיי גיין מודיע זיין.
דאס ווייזט דיר נאר די ערך פון די א.ג. אינטעליגענציע…

פרייוויליג » מאנטאג יולי 6, 2015 10:15 pm

· #287467
יעצט צום ערשטן מאל אריינגעפאלן אין דעם גאלדן גריב. מיינע אויערן פייפן און מיינע אויגן זעען גאלדענע רינדן מיט דעם מייסטער זאפאס וואס @יידל האט אהערגעשטעלט. נשתוממתי פון דעם גאלדענעם טיפע רייכן פעדער, און פון דעם איכות'דיגער שלל-טינט וואס ער האט. יישר כוחכם חילכם לאורייתא.

פרייוויליג » מאנטאג יולי 6, 2015 10:20 pm

· #287473
אבער צו @יידל האב איך א איינפאכע קשיא. האסט אנגעהויבן אז מיר קענען ניטאמאל די אידישע רייכע היסטאריע, איז די קשיא פארוואס געבסטו נישט קיין לינק צו אונזערע תורה רובריקס, ריזן און דענקער? לדעתי קען מען טרעפן ביי אונזערע Sages א ענדלאזע שלל פון אייביגע ידיעות, אנשטאט נאוועלס און הבל'דיגע וויקיפידיעס פונעם עולם הגשמי. אתמהה.

שבת אחים » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 3:59 am

· #308395
א ביכל וואס איך לייען יעצט איבער אידישע היסטאריע, זייער הויך רעקאמענדירט, ברענגט ארויס זייער קלאר די מהות פונעם אידישע פאלק אין די פארגאנגענהייט. גאר א גיטע בוך!
A Provocative People: A Secular History of the Jews
געשריבן דורך Sherwin T. Wine

איינע פון די reviews אויף עמעזאן:

I am amazed that the book is so clear, direct, knowledgeable, and readable. I have been using it to look up various topics on Jewish history: the fall of the Temple, Deborah, Jeremiah, the book of Maccabees, but each time I start reading I cannot put the book down it is so engaging and interesting.
It doesn't simply "tell what happened; it's a great history that tells who made it happen, and why they made it happen

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 1, 2016 11:17 am

· #327280
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
יידל


ווי געשמועסט איז דער פראבלעם צוויי פאכיג: סיי אונזער אידישער קולטור איז פארארעמט, און סיי דער וועלטליכער. צו אדרעסירן ביידע האב איך צונויפגעשטעלט צוויי ליסטעס מיט רעקאמענדאציעס: א "אידישע" ליסטע, און אן "אלגעמיינע" ליסטע

כבין משתוקק און כ'חלום אויף דער טאג ווען דו וועסט בחסדיך הגדולים אונז באגענאדיגען מיט די אלגעמיינע ליסטע.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk

צפור בודד » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:32 pm

· #420450
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
[ציטאט אראפגענומען]
דער עקלהאפטיגער פאדערשטער בלאט פון דער פראפאגאנדע שאנדבלאט 'ישראל היום' (ענדלט צו רוסלאנד טודעי אין נאמען און תוכן). ראובן, שוין אפשר בעסער 'אבי אבי'.

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:40 pm

· #420453
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
צפור בודד
[ציטאט אראפגענומען]
דער עקלהאפטיגער פאדערשטער בלאט פון דער פראפאגאנדע שאנדבלאט 'ישראל היום' (ענדלט צו רוסלאנד טודעי אין נאמען און תוכן). ראובן, שוין אפשר בעסער 'אבי אבי'.
דאס איז נישט עכט עס איז א פארוידיע

Sent from my XT1060 using Tapatalk

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:41 pm

· #420454
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
ראובן האקט

Sent from my XT1060 using Tapatalk

mevakesh » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:44 pm

· #420455
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
עס קומט פון דעם געלונגענעם טראל פון ישראל חיים לווינסון https://mobile.twitter.com/chaimlevinson/status/1079251148354269184/photo/1

Sent from my XT1060 using Tapatalk

צפור בודד » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:44 pm

· #420456
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
mevakesh
צפור בודד
[ציטאט אראפגענומען]
דער עקלהאפטיגער פאדערשטער בלאט פון דער פראפאגאנדע שאנדבלאט 'ישראל היום' (ענדלט צו רוסלאנד טודעי אין נאמען און תוכן). ראובן, שוין אפשר בעסער 'אבי אבי'.
דאס איז נישט עכט עס איז א פארוידיע

Sent from my XT1060 using Tapatalk
ביסט זיכער? אויב אזוי נעם איך צוריק א חלק וואס איך האב געשריבן. נאר בלויז א חלק היות ישראל היום איז נאך אלץ נישט ווייט פון רוסלאנד טודעי.

מי אני » זונטאג מאי 23, 2021 3:16 pm

· #473534
יידל

[*]How to Read the Bible: A Guide to Scripture, Then and Now
דער 848-זייטיגער מייסטערארבעט איז נישט פאר שוואכע הערצער. דזשעימס קוגל, דער מחבר, איז אן ארטאדאקסישער איד וי"א אן ארטאפראקסישער איד וועלכער איז אויך א ביבל סקאלער. אינעם בוך שטעלט ער פאר זייט ביי זייט די טראדיציאנאלע פירושים אויף געקליבענע פרשיות אין תנ"ך מיט די פירושים מבית מדרשם של מאדערן-סקאלערשיפ. קוגל פרעזענטירט אויך היסטארישע הונטערגרונטן צו די געשיכטעס אין תנ"ך און עס איז צום פארשפרעכן אז איר וועט קיינמאל נישט אנקוקן תנ"ך מיט די זעלבע בליק ווי בעפאר. צו איז דאס א גוטער זאך? די החלטה לאז איך פאר אייך.

דאס איז וואס דר.קוגל שרייבט דא בנוגע דעם בוך: 📎 Kugel.jpg
בלאט: 1 2