☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אשכול אן א טיטל #9022

אשכול אן א טיטל #9022

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9022

— » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:09 am

· #280450

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

משה פראגער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 4:15 am

· #280451
איך ויל פארלייגען א פארשלאג צום עולם,מיט די טרוריסטען און ליידיגייערס דארף מען גיין אויף זייער שפראך און זיי פארשטייען נאר מיט פעטש און טעראר.
מוועהט ארויפלייגען דא א ליסטע פון די טרוריסטען מיט זייער נומבער טלפוןן און זייער פונקטלעכע אדרעס וי מוועהט קענען אריינשיקען אויפן פאסט (נישט אויף אימייל חלילה) אנוועלאפס מיט אנטראקס, באשטעלען פיצא אויף זייער חשבון,
ווער עס קען צולייגען וועלכע מקווה זיי גייעהן און וועלכע שעה מ׳זאהל זיי אוועקנעמען די וועש, און אפילו וי מקען זיי אוועקנעמען זייער טלית ותפילין ביטע רופט זיך אן ווארעם.

מקען אויך שרייבען זייער נומבער טלפון אז זיי טיילען טיקעטס קיין אומאן פאר פרי וכיו״ב זיי וועלען נישט ויסען פון וי ס׳איז געפאלען אויף זיי

בדו״ו דארך מען די אלע טרוריסטען אריינשיקען צום קראלי רבי זאל זיי מסדר זיין א דשאב און א פעקטערי וי זיי וועלען מאכען זייער 7$ א שעה און אזוי ארום וועלען זיי לאזען דער עולם אטאמען און לעבען

בעל מדות » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:14 am

· #280453
עזריאל די מיט דיינע מאנסטערישע אשכולות נעמען מיר אוועק די אפעטיט פון לעבן, הער אויף צו סעקירן די מענטשהייט.

וויל קענען » דאנערשטאג יוני 4, 2015 6:33 am

· #280455
עזריאל די מאכסט שפאס אדער עס איז אמת סאיז דא מוסדות וואס ווארפן ארויס קינדער וואס לערנען שוין דארט פון פארדעם?
איך בין נעקסט? כהאב פילטער אבער נישט מזרע ישראל

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:09 am

· #280456
איך טענה שוין לאנג, אז אנשטאט צו וויינען און זיך באקלאגן קעגן די היימישע טעראריסטן, זאל מען זיך פשוט ארגאניזירן קעגן זיי פראפעשענל. איינע פון די ערשטע זאכן וואס מען דארף טון איזנמאכן אן אנקעטע דורך פראגע בויגנס וואס מען זאל ארום שיקן צו יעדער היימישער שטוב, מיט כל ערליי פראגן בנוגע די הנהגת הסיסטעם, און ארויס קומען דורך דעם קליפ און קלאר ביי וואס דער עולם האלט.
פאר רבנים פוסקים זאל מען מאכן א באזינדערע פראגע צעטל. ביי די רבנים זענען זיכער דא צענדליגער אדער גאר הונדעטער וועלעכע וואלטן ארויס קעגן א סך פרטים אינעם סיסטעם נאר זיי זענען נישט פאראייניגט, סיי ווייל זיי ווייסן נישט ווער נאך עס האלט מיט זיי, און סיי ווייל נישט יעדן קוועטשט פונקט דעם זעלבן פוינט.
דעריבער אחי ורעי, עס איז געקומען צייט צו טון למעשה, לאמיר פאראייניגן זיך מיט איין סענטראלער מהלך, און אזוי ארום וויסן אז מיר ארבעטן מיט אפאראייניגטע כח און נישט בלויז יעדער קלאגט אויפן סיסטעם צוליב זיינע פרטיות'דיגע קוועטשענישן. מיר דארפן צו קומען צום נקידה וואס באדערט יעדן אייניג און שאפן א מעכטיגע קערפערשאפט אזוי ווי עס איז מיט די ענגע חברה. און באמת, דאס איז שטענדיג געווען דער מהלך פון א געלונגענע אפאזיציע אפילו א שטילע, וואס כאטש נישט אלע האבן געהאט דעם זעלבן פראבלעם בדיוק האט מען זיך אבער צוזאמענגעשטעלט מיט עטליכע צענטראלע נקידות וואס באדערט א באדייטפולע מספר

אז מיר וועלן זיין פאראייניגט תחת קורת דעה אחד להעביר הראדיקאליזם מן הסיסטעם, און וויסן קליפ אין קלאר וואס פאר א ציבור מיר פארמאגן און וויפיל רבנים עס ווילן טוישן, דאן וועלן מיר האבן מער מוט און מעגליכקייטן זיי צו פייטן. און איינער פון די וועגן איז טאקע אפעציעלע קעגן טעראר (פארשטייט זיך מיט אחריות).

משה פראגער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 8:24 am

· #280465
סתם פאר נייגיריגקייט,
דער פארשוין וואס פירט אן די קאמפפ קעגען אינטרנט, מראשי המחבלים בארה״ב מיטן נאמען גאטליב, וואס דינט אלץ יו״ר איחוד הקהילות, וואס טוט דער ליידיגייער ראש כבש מיטן טאג היינט צוטאגס?
וואס איז ער געוועהן עד היום?
וואס איז זיין טלפון נומבער מזאל עם גוט טרעראזירען?

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:10 am

· #280484
אנאנים, עס איז קלאר אז מיר וועלן מוזן ניצן טעראר קעגן געוויסע חברה, נאר מען דארף פארזיכטיג זיין נישט צו שעדיגן קיין אומשילדיגע.

יוחנן הסנדלר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:41 am

· #280493
באמת א וויכטיגער נושא ר' עזריאל און ווי מושב זאגט מען מוז טוהן למעשה. ווי חברים האבן דערמאנט מען מוז מאכן א סיסטעם, קודם אן אימיעל וואו קרבנות קענען זיך פארבינדן. די חברה געווענטליך הייבן נאר אן מיט שוואכע וואס קענען נישט צוריקפייטן. אז מען פייט צוריק איז די מעשה גאר אנדערש. מען דארף מאכן א דאטע בעיס מיט נעמען ווער און פארוואס האט ארויסגעווארפן וועם. דאקומעטירן וואס מען קען און האבן א שטיקל מהלך תורה'דיג און דינא דמלכותא נישט צו צולאזן א הפקר וועלט אנגיין אז מען נעמט משפחות בישראל דבר יום ביומו און מען צוקוועטשט זיי פאר טאמאטעס.

Kool man » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:48 am

· #280498
ברגע וואס מ'בארעכטיגט טעראר [אפילו פאר גערעכטע סיבות] האסטו מתיר געוועזען אלע מיני טעראר, פאר ברענען מענטשען על קידוש ה' ווייל זיי זענען נישט אין אינקלאנג מיט די חסידות, נאכשרייען מענטשען וואס טראגען שבת, ועל כולם ארויסווארפען קינדער וואס די עלטערען האבען אינטערנעט, אדער גאהר אויב די טאטע דאווענט נישט בזמן תפילה, אויב איז טעראר מותר, וועט עס יעדער נוצען פאר זיין צוועק, אם כן מה הועילו חכמים בטערארותם?

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:08 pm

· #280533
ר' קולמאן, דו זאגסט אז טאמער בארעכטיגט מען טעראר קעגן טעראריסטן וועלן די טעראריסטן זיך שפירן בארעכטיגט צו ווייטער אנגיין מיט זייער טעראר, ווייל והא ראיה זייערע געגנערס מאכן אויך טעראר?
קען זיין דו זאגסט א פוינט. אבער דער דרך העולם איז אז קעגן טעראריסטן מאכט מען טעראר אדער נאך בעסער, אפענע מלחמה, און דאס דארפן מיר יעצט טון, עס האנדלט זיך דא פון א ריזן ציבור וואס האלט מער נישט ביים נאכטאנצן די קאפריזן פון א מינאריטעיט.

ירא שמים » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:19 pm

· #280540
און ווער גייט נעמען אחריות אז אומשולדיגע מענטשן זאלן נישט פארשעמט ווערן,
יעדער העט זיך אריינשוקען אויף זיין שונא,
סוועט זיין נאך א שאולזאן /נ׳ ראזענבערג בלאג,
און סדאך נאך אנאנים אויך,
דארפסט האבן אויף דעם אן אטאריטעט עפעס א רב וכדו׳ וואס זאל שטיין אינטערדעם
און נאר מפרסם זיין אמת׳ע טעראריסטן.

לית דין בר נש » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:47 pm

· #280551
איז איין מינוט ווי איז דיין זון פארכאפט? מיר זעהט אויס ווי נישט נאר ער איז נישט פארכאפט נאר די טעראריסטן פון וועמען די רעדסט לאזן אים ניטאמאל קומען אין די זעלבע בנין ווי זיי דרייען זיך.
און יעצט זיי זענען טעראריסטן זיי ווארפן ארויס קינדער? סך הכל שרייבסטו זיי ווילן אים נישט לאזן קומען אין א אידישע מוסד. נא מה כל הרעש שיק אים טאקע דוירט ווי דיין עלטער באבע האט גילערנט פארן קריג (יא עס הייסט עפעס פובליק סקול) דוירט גייט נישט פאר די גאנצע טעראר מען גייט דיר נישט אהיימשיקן קיין פראגע בויגנס. און לאז נאר די טעראריסטן טערארזירן דער וואס לאזט זיך, און שיקט צו זיי.

Kool man » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:03 pm

· #280594
מושב זקנים, להוי ידוע לך אז פונקט ווי דו שרייסט אז זיי זענען טעראריסטען, און דו ביסט גאר דער וואס איז לוחם מיט טעראר קעגען די טעראריסטען, שרייען זיי גענוי דאס זעלביקע, אז דו ביסט דער טעראריסט, און זיי נוצען פשוט טעראר אקעגען טעראריסטען, יעדער בארכעטיגט זיין שטאנד, אם כן וועט יעדער אויספירען זיין טעראר מיט זיין אייגענע בארעכטיגונג, וכדעיל.

בן תמליון » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:23 pm

· #280600
קאאל איר האט עס נישט ריכטיג. זיי שרייען נישט יענער איז א טעראריסט נאר ער האלט ביזט נישט גענוג הייליג פאר איהם און ממילא מחויב מיתה הם ובניהם ובנותיהם נוסח אייסיס. ווען אמעריקע ענטפערט אל קאידע אדער מדינת ישראל גיבט צוריק פאר ראקעטס וואס זיי שיסן אויף ציווילע איז עס נישט טעראר פאר טעראר עס איז הכרחית'דיגע ענטפערס אפצושטעלן טעראר. נישטא קיין דרכי נועם מיט זיי.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:11 pm

· #280715
Kool man
מושב זקנים, להוי ידוע לך אז פונקט ווי דו שרייסט אז זיי זענען טעראריסטען, און דו ביסט גאר דער וואס איז לוחם מיט טעראר קעגען די טעראריסטען, שרייען זיי גענוי דאס זעלביקע, אז דו ביסט דער טעראריסט, און זיי נוצען פשוט טעראר אקעגען טעראריסטען, יעדער בארכעטיגט זיין שטאנד, אם כן וועט יעדער אויספירען זיין טעראר מיט זיין אייגענע בארעכטיגונג, וכדעיל.

דו מיינסט צו זאגן אז זיי "וועלן" שרייען אז מיר זענען טעראריסטן. נו, לאמיר זיך שוין דערלעבן די רודפים צו מאכן שרייען אוו וויינען וועגן אונזער קעגן אטאקע.

האמת לאמיתו » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:36 pm

· #280717
מיך האט מען דאכט זיך אויס געלערנט אז טא ראנג'ס דאזענט מעיק וואן רייט

האמת לאמיתו » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:43 pm

· #280719
וחוץ מזה אויב יענער איז א טעראריסט און די ווילסט דיך נישט לאזען באהערשן פון אים
קומט אויס אז דורכען ניצען זיינע מיטלען איז ער פאקטיש ווייטער בעה"ב אויף דיר ווייל די ביסט פארנומען מיט אים
נאר וואס דען גיי דיר דיין וועיג און פרוביר אים נישט צו שטיין און וועג וועסטו מצליח זיין מיט א אמת
למעשה זאגט מען נאך פון איינע פון די פריערדיגע אז לכאורה אינז (ארטאדאקסן) קענפן מיר דאך פארן אמת און זיי (נעאלגען) פארן שקר נו פארוואס זענען זיי מער מצליח ווי אונז???
נאר די תי' איז אז מיר קעמפן מיר פארן אמת אבער נישט אינגאנצען אמתדיג אבער זיי קעמפן פארן שקר מיט א אמת !!!
(אגב יעצט פארשטייסטו מיין ניק ???)

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 4, 2015 9:26 pm

· #280740
וואס הייסט דאס נישט זיין פארנומען מיט זיי? זיי האבן זיך דאך אריין געזעצט אין אונזער לעבן ווי א ביין אין האלז.ניין, מיר דארפן זיי באקעמפן בכל חומר הדין וויפילמעס איז מעגליך, און טאקע מיט אן אמת.

הוי, איר פינסטערע יונגען
וויפיל איז דער שיעור יענעמס בלוט צו שלינגען
לאמיר אלע אויסשרייען
איר וועט קיין טעראר מער נישט אנזייען

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:51 pm

· #280764
וויל קענען
עזריאל די מאכסט שפאס אדער עס איז אמת סאיז דא מוסדות וואס ווארפן ארויס קינדער וואס לערנען שוין דארט פון פארדעם?
איך בין נעקסט? כהאב פילטער אבער נישט מזרע ישראל

וויל קענען: איך בין מיט מזל וברכה געווארן דער מנהל פון א מוסד וואו מ'קוקט נישט אויב דער פילטער (אדער די פילטערין) איז מזרע ישראל. ווילאנג די קינדער, די צאן קדשים זענען מזרע ישראל (פארשטייצעך, פון א אידישע מאמע. אדער א פרוי וועלכע האטזיך מגייר געווען.) נעמט מען זיי אן אין אונזערע מוסדות. זיי מעגן האבן קאליר טעלעוויזשן אינדערהיים, קעיבל און אפילו אינטערנעט. און אלע אנדערע טמא'נע כלים. אזוי ווי די רבי שליט"א האט שוין גערעדט דערפון ביי די אסיפות. מ'מוז אונטערחתמ'נען אז מ'האט די אלע, אדר לכה"פ איינס פון די טמא'נע כלים שטייצעך, ווען מ'פארט אין קאנטרי אדער קיין פלארידע. אבער אין שטאט נישט. בפקודת כ"ק מראן אדמו"ר שליט"א וועט מען נאכקוקן און שטרענג פארסירן די אלע אויבנדערמאנטע תקנות. און דער וואס וועט זיך נישט צו שטעלן, וועט מען אהיימשיקן די קינדער. יהי' מי שיהי'. מעג ער זיין אפילו דער ראש הקהל. (איך קען א חשוב'ן ראש הקהל פון א גרויסע, חשוב'ע קהילה וועלכער האט נישט אזעלכע כשר'ע געשעפטן, און ער וואשט זיינע געלטער בי אונזערע מוסדות. און דאך זיצט ער אויוון אן ביי אלע אסיפות אקרו"ט....!

וויל קענען » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:27 pm

· #280774
berlbalaguleh
וויל קענען
עזריאל די מאכסט שפאס אדער עס איז אמת סאיז דא מוסדות וואס ווארפן ארויס קינדער וואס לערנען שוין דארט פון פארדעם?
איך בין נעקסט? כהאב פילטער אבער נישט מזרע ישראל

וויל קענען: איך בין מיט מזל וברכה געווארן דער מנהל פון א מוסד וואו מ'קוקט נישט אויב דער פילטער (אדער די פילטערין) איז מזרע ישראל. ווילאנג די קינדער, די צאן קדשים זענען מזרע ישראל (פארשטייצעך, פון א אידישע מאמע. אדער א פרוי וועלכע האטזיך מגייר געווען.) נעמט מען זיי אן אין אונזערע מוסדות. זיי מעגן האבן קאליר טעלעוויזשן אינדערהיים, קעיבל און אפילו אינטערנעט. און אלע אנדערע טמא'נע כלים. אזוי ווי די רבי שליט"א האט שוין גערעדט דערפון ביי די אסיפות. מ'מוז אונטערחתמ'נען אז מ'האט די אלע, אדר לכה"פ איינס פון די טמא'נע כלים שטייצעך, ווען מ'פארט אין קאנטרי אדער קיין פלארידע. אבער אין שטאט נישט. בפקודת כ"ק מראן אדמו"ר שליט"א וועט מען נאכקוקן און שטרענג פארסירן די אלע אויבנדערמאנטע תקנות. און דער וואס וועט זיך נישט צו שטעלן, וועט מען אהיימשיקן די קינדער. יהי' מי שיהי'. מעג ער זיין אפילו דער ראש הקהל. (איך קען א חשוב'ן ראש הקהל פון א גרויסע, חשוב'ע קהילה וועלכער האט נישט אזעלכע כשר'ע געשעפטן, און ער וואשט זיינע געלטער בי אונזערע מוסדות. און דאך זיצט ער אויוון אן ביי אלע אסיפות אקרו"ט....!

מ׳מעג דארט האבן א קאלערט סעל אויך אדער נאר די טעלעווישן –כ׳גענענק נאך מ׳האט כמעט ארויס געווארפן קינדער פארן האבן קאלערט סעלפאנס נאך אביסל וועט מען עס זאגן אויף דעם
מ׳קען נישט צוען א שטריק מער ווי מ׳דארף און מ׳מעג וואס האט מען אונז אויסגעלערנט תפסת מרובה ... נא זאג שוין .... און תפסת מועט .....

למדן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:45 pm

· #280776
דו ווילסט שיקן אין א יודישע מוסד אדער צו די יעניגע וואס ווילן האבן קאנטראל אויף דיר?

וויל קענען » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:53 pm

· #280777
למדן פליס סלאו דאן דארפס פארשטיין נישט יעדער איז אזא למדן ווי דיר כ׳פארשטיי נישט די קשי׳
(כ׳האב שוין אפי׳ געדרייט מיטן פינגער ולא עלתה בידי)

לית דין בר נש » מאנטאג יוני 22, 2015 10:22 am

· #284205
יא איר האט גוט געליינט מיין דריי יעריג יונגעל איז פארכאפט געווארן אלץ א משכון פאר א געוויסער בלוט צאפער, א בלוט דורשטיגער פארשוין, די קליקע, האבן אפגעמאכט אז אזוי ווי איך האב נישט גיגעבן די פלו שאט גייט מיין קליינער פון דריי יאר נישט קענען גיין אין א מוסד.

היות גארנישט גייט מיר מער נישט אן, במילא האבן זיי אפגעמאכט אז דאס איינע זאך ווי מ׳קען מיר טערארזירן אז ביי מיין קינד האבן זיי אים גענומען אלץ א משכון, זיי האלטען אים האסטידזש ביז איך וועל מיך בייגן צו זיי, אויסטאהן מיין שיך, פאלן צו זייער קני, קישן די ערד וואס האט די זכיה אז זייער שיך טרעט אויף איר, און זאגן בפה מלא איך בין גארנישט ווערד, און איך גיי פאלגן וואס די וועסט מיר הייסן טוהן.

צווישן יעדע צוועלעף איז דא א חלבנה, שטעלט אייך פאר אין א מדינה פון אפאר מיליאן וויפל חלבנה׳ס סאיז דא, אט די חלבנה׳ס וואס זענען סתם אזוי מאוס פון לעבן, רוב מאל מחמת זיי זענען אויס געשפילטע מענטשן אנע פרנסה און נישט גוט חתונה געהאט, אדער פלעין זיי באקומען נישט אויפמערקזאמקייט ערגעץ אנדערשט, שוין אין סקול זענען זיי געווען די וואס די נאז איז זיי שטענדיג גערינען, די חברה האבן אפגעמאכט אז זיי גייען נישט שטיין אין די זייט קוקנדיג ווי פאר יעדעם גייט גוט חוץ פאר זיי, זיי גייען מער נישט אויס גיין פאר קנאה נאר זיי גייען זיכער מאכן אז קיינער האט נישט קיין גוט לעבן.

יא די שייגעץ שטיק און טעראר פון אמאל גייט נאך געהעריג אן מען האט אפיר גענומען די קינדער און דערמיט טוט מען טערארזירן דעם עולם, אויב גיבסטו נישט די פלו שאט וועט מען ארויסווארפן דיינע קינדער פון די מוסדות, איי וואס איז מיין זון שולדיג? א קליין קינד סך הכול אבער דער אלטער שייגעץ זאגט ניין מיר וועלן דיר ווייזן ווער סאיז בעל הבית.

א קיצור דא האבן זיך ארויף געכאפט אפאר שלעכטע מענטשן, אזעלעכע וואס האבן נאך קיינמאל נישט קיין טובה געטוהן פאר א מענטש, זיי האבן באשלאסן אז נישט געבן די פלו שאט מיט מוסדות פאר די קינדער איז פארבינדען איינס צום צווייטען, די אפשען מחנך צו זיין א קינד אין א מוסד איז תלוי צו מ׳האט גיגעבן די פלו שאט צו נישט. איינער כאפט די קשר?

ווילסט מוחה זיין קעגן נישט געבן פלו שאטס איך בין מסכים, אבער וואס האט דאס מיט חינוך הבנים?

א קיצור ווי ערווענט און נאכן נאכגיין עטליכע וואס פירן די מערכה האלט איך קלאר אז דאס קומט פון שלעכטיקייט, און פון נישט זיין צופרידן מיט זיך אליין, זייענדיג א אויסגעשפילטע מענטש אמאל (רוב) איז עס שלום בית, קינדער, און אמאל איז עס פשוט א נעבעך א איינזאמער מענטש וואס נאך אין סקול האבן זייערע ארומיגע נישט געהאט קיין נערווען צו אים און אצינד טרייט ער צו באקומען אביסל אויפמעקזאמקייט. א קיצור מ׳דארף נעמען די זאך אין די האנט.


📎 Flu Shots-.jpg

פארוואס? » מאנטאג יוני 22, 2015 11:25 am

· #284232
@לית דין בר נש.
לויט ווי דער עולם טענה׳ט דא, אז רוב עלטערן זענען לאו דוקא אינטרעסירט אין די ארויפגעצווינגענע תקנות, איז דיין צושטעל פעלעריג.

אויב זאל נתברר ווערן אז יחידים זענען זיך משתלט אויף די מוסדות אין צווינגען ארויף תקנות, וואס איז נישט די אינטערעסע פון רוב עלטערן, איז עס א פראבלעם. מה שאין כן, געבן פלו-שאט וואס רוב עלטערן פארשטייען אז עס איז וויכטיג צוליב די געזונט זיכערהייט פון זייער קינד.