☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?

איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9020
בלאט: 1 2

לכבוד שבת קודש » מיטוואך יוני 3, 2015 11:37 pm

· #280404
איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
איך וויל נישט אריינגיין אצינד אין דער הלכה חלק אדער אין חסידות חלק, וואס מען מעג, מידת חסידות, טאר נישט וכדו'. איך וויל וויסן א פשוט'ע מציאות, עס איז היינט א וועלט פון אינטערנעט, דער אינטערנעט דיקטירט דאס לעבן פון רוב באזעצענע מענטשן וואס דארפן דערצו צוקומען.

מיין שאלה איז אצינד:
א. איז מעגליך אז א חסידי'שער איד, וועמען מען האט אויסגעלערנט אז מען קוקט נישט אויף קיין פרוי, איז מעגליך אז ער זאל באזיצן אינטערנעט, און זאל קיינמאל נישט נכשל ווערן מיט זען א פרוי, אפילו א צנועה און מסתכל זיין אויף איר?
ב. איז מעגליך פאר א חסידי'שער איד צו האבן אינטערנעט, און קיינמאל נישט נכשל ווערן מיט א פריצות'דיגע פרוי און מסתכל זיין אויף איר?
ג. איז מעגליך פאר א חסידי'שער איד צו האבן אפענע אינטערנעט, און קיינמאל נישט נכשל ווערן אין קוקן פארן?
ד. איז מעגליך פאר א איד, צו האבן אפענע אינטערנעט און קיינמאל נישט נכשל ווערן מיט הוצז"ל אין פארנט פון תמונות תועבות אדער ווידאוס?
ה. אויב הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זיע"א, אדער טאהשער רבי שליט"א ולרפוא"ש, וואלט געדארפט האבן אינטערנעט בקביעות אין די יונגע יארן, וואלט ער געקענט אויסוואקסן מיט די גרויסע קדושה און הייליגקייט וואס נעמט אים ארום? (הבהרה: אויב זענט איר נישט קיין גלויביגער און די אויבנדערמאנטע, דאן לייגט עס אויף אייער רבי, מורה-דרך, אדער מענטש וואס איר האלט אז ער איז קדוש מרחם וכו').

ו. אין אנדערע ווערטער: איז מעגליך אויסצואוואקסן מיט די אפגעהיטנקייט וואס מען האט אונז איינגעבאקן אין די יונגע יארן, אינאיינעם מיט אינטערנעט, אפילו געפילטערטע?
ז. וואס טוט זיך מיט נישט געפיטלטערטע? - איז דאס אויך מעגליך?

ביטע ענטפערן אויף די פראגעס.

וויל קענען » מיטוואך יוני 3, 2015 11:45 pm

· #280408
Re: איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
פונקט ווי דרייוון א קאר וכדומה ראויה נישט מעגליך חוץ מיט פילטער אפשר מפריצות הסתכלות איז מעגליך וזהו עבודתינו בהעולם

הוגה » מיטוואך יוני 3, 2015 11:53 pm

· #280412
אינטערנעט איז ווי די נו יארקער גאסן. אינטערנעט אן א פילטער איז כולל אלע גאסן, אינקלאדינג די beach און אויך די גאסן וואו זונות דרייען זיך. אינטערנעט מיט א שוואכערע פילטער שפארט אויס די שמוץ אבער עס לאזט איבער די די מאנהעטענער גאסן. אביסל א שטערקערע פילטער שפארט אויס מאנהעטן און לאזט איבער ברוקלין. דזשעי נעט לאזט איבער פלעטבוש און בארא פארק. גדר און משומר לאזן איבער נאר וויליאמסבורג און קרית יואל. א ווייט ליסט איז ווי נעמען א קאר סערוויס מיט פירהענג אויף די פענסטער צו גיין אין באנק וכדומה. א יעדער איינער האט אינטערנעט לויט וויאזוי זיי גייען אין גאס. טאהש'ער רבי און אנדערע עכט אפגעהיטענע אידן גייען אפילו נישט אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, און אזעלכע מענטשן וועלן טאקע קיין אינטערנעט נישט האבן.

חקרן » מיטוואך יוני 3, 2015 11:58 pm

· #280414
הוגה, אבער ביסט אבער מודה אז אין עטליכע יאר ארום וועט יעדער מענטש מוזן האבן אינטערנעט. נו, איז פשט אז מער וועלן קיין טאהשער רבי'ס נישט קענען וואקסן ביי אידן, ריכטיג?


לדבריך, וואס זענען דיינע ענטפערס אויף שאלות ג' און ד'?

הוגה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:08 am

· #280419
חקרן
הוגה, אבער ביסט אבער מודה אז אין עטליכע יאר ארום וועט יעדער מענטש מוזן האבן אינטערנעט. נו, איז פשט אז מער וועלן קיין טאהשער רבי'ס נישט קענען וואקסן ביי אידן, ריכטיג?

לדבריך, וואס זענען דיינע ענטפערס אויף שאלות ג' און ד'?


פונקט ווי די וועלט קען נישט אנגיין אן גיין אין די גאס, דאך זענען אלץ געווען יחידי סגולה וואס זענען נישט געגאנגען אין גאס. אזוי אויך וועלן אלעמאל זיין יחידי סגולה וואס וועלן נישט האבן קיין אינטערנעט, זייערע הויז בחורים וועלן טון די אנליין שאפינג פאר זיי.

מיין ענטפער אויף די צוויי שאלות איז אז לדעתי איז עס כמעט אוממעגליך.


.

חקרן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:15 am

· #280421
איך קען א איד, זייער א פרומער, דאוונט לאנג און איז מקפיד אויף כשרות, א פראגרעמער פאר פרנסה, ער האט אפענע אינטערנעט און טענה'עט אז ער פארשטייט נישט די מלחמה קעגן אינטערנעט, ער זאגט "אין די תורה שטייט ולא תתורו, מען טאר נישט קוקן און אן ערליכער איד קוקט טאקע נישט, אפגעזען צי עס איז געפילטערט אדער נישט". ער טענה'עט אז ער פארשטייט נישט די מלחמה און ער האט טאקע אינטערנעט אומגעפילטערט. לויט זיינע ווערטער איז ער נאך קיינמאל נישט נכשל געווארן.

קען מען אים גלויבן?

ירא שמים » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:16 am

· #280423
איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
.

באשטעטיגט » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:50 am

· #280430
איך מיין אז א' אין ב' איז כמעט נישט מעגליך
ג' איז מעגליך
ד' איז זיכער מעגליך
ה' איז אויך מעגליך(במקום שבעלי תשובה עומדין...)

אין די זעלבע תשובה כנ"ל איז ווען מען גייט אין די גאס!

א גיטע אייצע ,"איידער" מ'גייט אויפ די גאס אדער אינטערנעט ,לחשוב הרינו מקיים מצות לא תתירו..."ולהיות בשמחה שזוכה להמשיך קדושה נפלאה על עצמו ועל כל העולם כולו...(בדוק ומנוסה)

מענטשאלע » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:57 am

· #280442
[ציטאט אראפגענומען]

אייך בין זיך מצטרף להנ"ל:
מיט א פילטער ווי איך, אבער נכשל ווערן מיט קוקן אויף פרויען איז זיכער אז ס'איז נישטא קיין פילטער וואס ראטעועט פון דעם, אפשר פון נאקעטע און אויסגעלאסענע, אבער נארמאל?, ניין.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:25 am

· #280457
איז מעגליך צו גיין אין שיל אן נכשל ווערן מיט לשון הרע? ביי די ארבעט אן נכשל ווערן מיט איסורים בעניני ממונות.?

זייט ווען איז איסור הסתכלות געווארן דער יסוד היסודות אין אידישקייט אז אלע אנדערע איסורים זענען ווי כאפס וכאין קעגן דעם???

פון מיינעט וועגן זאל דער קומענדיגער טאשער רבי (ליין אנגענומענער צדיק הדור) איינער וואס איז אפגעהיטן במצוות התליות בארץ אדער בעניני ממונות.
אין איין ווארט, עס שטערט מיר בכלל נישט מער א חסרון אין שמירת הענים ווי א חסרון אין אנדערע מצוות. און איינער וואס ספעציאליזירט זיך און שמירת העניים איז ביי מיר נישט בעסער ווי איינער וואס ספעציאליזירט זיך און שמירה מאיסור בורר בשבת. (און אפשר גאר ערגער, ווייל א גרויסער טייל דערפון איז אפט מאל פארבינדן מיט סעלפישנעס איגאו און גאות).

דאס פארגעטערן איינעם ווייל ער איז "ריין" מיט אפגעהיטענע אויגן מאכט מיר קראנק. די חברה פעשענען זיך מיט "לויטערקייט" און איך דארף כאפן התפעלות.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:44 am

· #280458
ר' מושב זקינים, זעט אויס איר זענט שוין אביסעל צו אלט און איר פארשטייט נישט אזוי גוט צו אונזערע אינטערנעט.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 4, 2015 8:07 am

· #280463
וואס איז צו פארשטיין?! אויפן אינטערנעט איז דא א שטארקע מעגליכקייט נכשל צו ווערן בדברים התלויים בבצים, נו, א ריסק עובר צו זיין איסורים מיט א שטארקע הארמאנישע עפעקט. און ווער עס ווערט יא נכשל און דעם למחצה לשלש ולרביע וועלן אים די הארמאנען נישט לאזן פאפן דעם עולם ארום מיטן הייליג פנים

בן אדם » דאנערשטאג יוני 4, 2015 8:18 am

· #280464
moshav zekeinim
וואס איז צו פארשטיין?! אויפן אינטערנעט איז דא א שטארקע מעגליכקייט נכשל צו ווערן בדברים התלויים בבצים, נו, א ריסק עובר צו זיין איסורים מיט א שטארקע הארמאנישע עפעקט. און ווער עס ווערט יא נכשל און דעם למחצה לשלש ולרביע וועלן אים די הארמאנען נישט לאזן פאפן דעם עולם ארום מיטן הייליג פנים

אה, גוט. פארשטייסט נאך לויט דיינע השגות.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 4, 2015 8:40 am

· #280468
מושב, נאך א פוינט. די אינטערנעט איז לאוו דוקא א יודישער פראבלעם, ביי די גוים האט דאס מער ווייניגער די זעלבע חסרונות. נאר זייערע סעלושענ'ס זענען גאנץ אנדערש.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 4, 2015 8:50 am

· #280471
אנאנים, דו רעדסט נאר פון דעם שמירת עינים פראבלעם, אבער וואס איז מיט ביטול זמן (תורה ומלאכה)? און אמאל משפחה פראבלעמ'ס ווי איגנארן די ווייב און קינדער ? און די יריד איז נישט געווען דער עדיקשאן, אפילו מ'זאל ווען מיטנעמען דאס ווייב און קינדער דארט.

בן אדם » דאנערשטאג יוני 4, 2015 9:13 am

· #280475
אויב נאר שמירת עינים איז די פראבלעם, איז קען ער דאך לערנען עבודת עבודה...

בר דעת » דאנערשטאג יוני 4, 2015 9:16 am

· #280476
הוגה
אינטערנעט איז ווי די נו יארקער גאסן. אינטערנעט אן א פילטער איז כולל אלע גאסן, אינקלאדינג די beach און אויך די גאסן וואו זונות דרייען זיך. אינטערנעט מיט א שוואכערע פילטער שפארט אויס די שמוץ אבער עס לאזט איבער די די מאנהעטענער גאסן. אביסל א שטערקערע פילטער שפארט אויס מאנהעטן און לאזט איבער ברוקלין. דזשעי נעט לאזט איבער פלעטבוש און בארא פארק. גדר און משומר לאזן איבער נאר וויליאמסבורג און קרית יואל. א ווייט ליסט איז ווי נעמען א קאר סערוויס מיט פירהענג אויף די פענסטער צו גיין אין באנק וכדומה. א יעדער איינער האט אינטערנעט לויט וויאזוי זיי גייען אין גאס. טאהש'ער רבי און אנדערע עכט אפגעהיטענע אידן גייען אפילו נישט אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, און אזעלכע מענטשן וועלן טאקע קיין אינטערנעט נישט האבן.


Wow
הערליכע געשמאקע הסבר און משל, אויגן באלייכטענד און נעמט אוועק די אינטערנעט היסטעריע

בן אדם » דאנערשטאג יוני 4, 2015 9:21 am

· #280477
די חכמים הקדמונים האבן טאקע גערופן די אינטערנעט "עולם הקטן".

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:02 am

· #280483
[ציטאט אראפגענומען]

"אלעמאל געוויסט אז דאס איז דער יסוד אין עבודת ד' ",

מהיכי תיתי? פון די עשרת הדברות? פון די סיפור מעשה בראשית? פון סיפור המבול וואס לא נחתם גזר דינם אלא על הגזל? פון פרשת משפטים? פון בניית המשכן? פון די פרשיות הקרבנות? פון די פרשיות מצורע? (דו געדענקסט וואס מען האט געלערנט אין חדר פארוואס קרעץ קומט). פו די שלל מצוות אין קדושים אמור בהר?(אפילו דער ווארט קדושים איז נישט פשוט אז עס מיינט בלויז שמירת הברית). פון די ברכות און קללות אין בחקותי?

אפילו די פרשה פון די בנות מדין באציט דעם עיקר חטא צום עבודת הפעור . און די מעשה דוד ובת שבע בעיקר צום תחבולת הרצח אויף בת שבע'ס מאן. נאר ביי ביידע מעשיות איז דער גורם צו די טראגישע חטאים געווען א קלענערע חטא וואס דאס איז זנות וואס איז אזוי ווי געלט און כבוד מטריפין דעתו של אדם.

פרשת דברים און רוב מוסרי הנביאים זענען בעיקר עוסק אין עבודה זרה, כישופים, און הנהגות אכזריות ומשונים ממעשה הגוים השכנים.

איז תהילים משתוקק אויף נזירישע ריינקייט אדער אויף תורה אהבת ד' און גוטסקייט?

איז דער סיפור פון איוב איבער א נסיון אין שמירת הברית, אדער אין בטחון אין באשעפער?

שמירת העניים והברית איז טאקע נישט קיין אויסגעטראכטע מצווה, עס איז א געהעריגער טייל פון תורה, אבער עס איז קלאר אז עס איז ביז די לעצטע פאר הונדערט יאר נישט געווען עפעס א אויסערגעווענליכער יסוד פון יהדות. מעגליך דער יסוד פון נזירות וואס דאס איז א לייף סטייל פון זעלבסט הקרבה פארן אייבערשטן, וואס איז כולל הפרשה פון אנדערע תענוגים אויכעט.

איך בעט דיר, טרעף מיר נישט אין די אלע פרשיות דא אין דארט קרישקעלעך פון עיניני שמירת הברית, ווייל די רעדע איז דאך דא צו דאס איז דער יסוד. און אוודאי קום נישט מיט קיין אריין געטייטשטע דרשות און רמזים לטובת שמירת הברית פון לעצטיגע בעלי דרוש וחסידות.

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:27 am

· #280487
די גמרא אין ב"ב קס"ד: זאגט
אמר רב עמרם אמר רב שלש עבירות אין אדם ניצול מהן בכל יום הרהור עבירה ועיון תפלה ולשון הרע

ס'איז ידועה אז סתם עבירה אין ש"ס מיינט עריות. אין דגמרא זאגט "אין אדם ניצול בכל יום" מיינט עס אז די יצר הרע האט זיך זיינע וועגן אנצוקומען צו יעדעם.

הבא ללמד » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:38 am

· #280491
לכבוד שבת קודש
איך וויל נישט אריינגיין אצינד אין דער הלכה חלק אדער אין חסידות חלק, וואס מען מעג, מידת חסידות, טאר נישט וכדו'. איך וויל וויסן א פשוט'ע מציאות, עס איז היינט א וועלט פון אינטערנעט, דער אינטערנעט דיקטירט דאס לעבן פון רוב באזעצענע מענטשן וואס דארפן דערצו צוקומען.

מיין שאלה איז אצינד:
א. איז מעגליך אז א חסידי'שער איד, וועמען מען האט אויסגעלערנט אז מען קוקט נישט אויף קיין פרוי, איז מעגליך אז ער זאל באזיצן אינטערנעט, און זאל קיינמאל נישט נכשל ווערן מיט זען א פרוי, אפילו א צנועה און מסתכל זיין אויף איר?
יא
ב. איז מעגליך פאר א חסידי'שער איד צו האבן אינטערנעט, און קיינמאל נישט נכשל ווערן מיט א פריצות'דיגע פרוי און מסתכל זיין אויף איר?
יא
ג. איז מעגליך פאר א חסידי'שער איד צו האבן אפענע אינטערנעט, און קיינמאל נישט נכשל ווערן אין קוקן פארן?
איך ווייס נישט
ד. איז מעגליך פאר א איד, צו האבן אפענע אינטערנעט און קיינמאל נישט נכשל ווערן מיט הוצז"ל אין פארנט פון תמונות תועבות אדער ווידאוס?
איך ווייס נישט
ה. אויב הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זיע"א, אדער טאהשער רבי שליט"א ולרפוא"ש, וואלט געדארפט האבן אינטערנעט בקביעות אין די יונגע יארן, וואלט ער געקענט אויסוואקסן מיט די גרויסע קדושה און הייליגקייט וואס נעמט אים ארום? (הבהרה: אויב זענט איר נישט קיין גלויביגער און די אויבנדערמאנטע, דאן לייגט עס אויף אייער רבי, מורה-דרך, אדער מענטש וואס איר האלט אז ער איז קדוש מרחם וכו').
איך טראכט אז יא
ו. אין אנדערע ווערטער: איז מעגליך אויסצואוואקסן מיט די אפגעהיטנקייט וואס מען האט אונז איינגעבאקן אין די יונגע יארן, אינאיינעם מיט אינטערנעט, אפילו געפילטערטע?
ז. וואס טוט זיך מיט נישט געפיטלטערטע? - איז דאס אויך מעגליך?

ביטע ענטפערן אויף די פראגעס.


איך זאג נישט אז איך בין אזוי אבער איך האלט אז מען קען זיין א ערליכע איד מיט אינטערנעט

לית דין בר נש » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:18 pm

· #280537
[ציטאט אראפגענומען]

האט מענהעטן אויסגיזעהן 30 יאר צריק אזוי ווי עס זעהט היינט אויס? גייט נישט די גוי'שע וועלט מער אויסגעלאסן אנגעטוהן היינט ווי אמאל?
איך פרעג נאר

ועוד איך מיין אויף מענהעטן וואלט מען רואיג גיקענט ענטפערן אויף די צוויי שאלות יא
לכבוד שבת קודש
ג. איז מעגליך פאר א חסידי'שער איד צו האבן אפענע אינטערנעט, און קיינמאל נישט נכשל ווערן אין קוקן פארן?
ד. איז מעגליך פאר א איד, צו האבן אפענע אינטערנעט און קיינמאל נישט נכשל ווערן מיט הוצז"ל אין פארנט פון תמונות תועבות אדער ווידאוס?

מיט אינטערנעט אהן א פילטער איז זייער שווער צו ענטפערן אויף די צוויי שאלות יא

חקרן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:08 pm

· #280560
עס איז ממש אפסורד צו פארגלייכן אינטערנעט צו די גאס, עס איז דאך אן אנדערער מציאות אינגאנצן:
שטעלט אייך פאר ווען איר האט נישט אינטערנעט, עס פאלט אייך דורך א שווערע מינוט (וואס יעדער האט), איר קלערט פון גיין צו א שוק של זונות, דארפט איר זיך אויפהייבן, זוכן, גיין, צאלן געלט, מורא האבן אז מען וועט אייך נישט כאפן וכו' וכו', ביז וואס ווי ווען שטילט זיך אלעס אפ, עס לוינט זיך נישט די טירחא און פארטיג.

איך וועל צוגלייכן אינטערנעט צו עפעס אנדערש: איר ארבעט אין מאנהעטן, קעגן איבער א בית-זונות, אויף אן אופן אז קיינער וועט נישט וויסן אויב איר גייט אריין אהין 'א בליק צו געבן' דארט. יעדער מינוט קענט איר עס טון, אן ארויסווייזן פארדאכט.
איז פאראן א זיכערע גאראנטי אז דער מענטש וועט קיינמאל נישט א קוק געבן אויף א נאקעטע פרוי? - דאס איז אינטערנעט!

אינטערנעט איז טאקע די גאס - אזוי ווי הוגה שרייבט - אבער עס איז די גאס עוועלעבל א קנעפל אוועק, אן דעם וואס איינער זאל דאס וויסן.

ממילא איז דער דמיון דערפון כרחוק מזרח למערב, וד"ל כי קצרתי.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:26 pm

· #280602
וואוינט זיך א איד אין ליאן פראנקרייך, צווישן רייצנדע אויסגעלאסענע פראנצויזישקעס, און לוסטוגע רעסטוראנען און ווערץ הייזער, און אין די אלע גאסן ארום אים וואוינען נישט קיין אידן, ער באפריינדעט זיך מיט די גוים, באגריסט די שכינות'דיגע אויסגעלאסענע בעסערע דאמעס, גייט דורך די אויגנפארבלענדענישע טיאטערס און בתי הוללות יעדן טאג אויפן וועג צום ארבעט.

ער גייט צום שול דריי מאל א טאג און שבת איז ער פון די אנשין מכובדים.

ווי ווייט איז דאס פון דער מציאות פון אינטערנעט?

געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:19 pm

· #280635
גוט ארויס געברענגט, און...

האמת לאמיתו » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:37 pm

· #280644
באשטעטיגט
איך מיין אז א' אין ב' איז כמעט נישט מעגליך
ג' איז מעגליך
ד' איז זיכער מעגליך
ה' איז אויך מעגליך(במקום שבעלי תשובה עומדין...)

אין די זעלבע תשובה כנ"ל איז ווען מען גייט אין די גאס!

א גיטע אייצע ,"איידער" מ'גייט אויפ די גאס אדער אינטערנעט ,לחשוב הרינו מקיים מצות לא תתירו..."ולהיות בשמחה שזוכה להמשיך קדושה נפלאה על עצמו ועל כל העולם כולו...(בדוק ומנוסה)

אמת לאמיתו וכמבואר בכל ספרי קודש

יאיר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:45 pm

· #280653
איז מעגליך פאר א מענטש צו האבן חברים און דורכגיין זיבעציג יאר אן רעדן לשון הרע, ווי דער חפץ חיים האט אונז געלערנט?
איז מעגליך פאר א מענטש צו שמועסן דברים בטלים און קיינמאל נישט נכשל ווערן אין שמועסן אינמיטן לערנען, עובר זייענדיג אויף די הארבע חטא הידוע אויף וועלכן מען ווערט באשטראפט מיט גחלים רותחות?
איז מעגליך פאר דיר נישט צו טראכטן פון ווייסע בערן אין די קומענדיגע צוויי סעקונדעס?
איז מעגליך פאר א מענטש צו האבן א קאפ אן דעם וואס עס זאלן אריינגיין אין דעם כל מיני נארישע מחשבות און פאביעס?

פרייוויליג » דאנערשטאג יוני 4, 2015 4:03 pm

· #280660
איך האלט אז דער בעל האשכול האט גענומען א גוטע טעמע, נישט ווי אנדערע וואס ווילן זאגן, וואס רעדסטו פון שמירת עינים, רעד פון שמירות הלשון. די סיבה איז, אז שמירת עינים איז 98% די עיקר נסיון פון די מענטש. (איך האב איבערגעלאזט 2% פאר די וואס דארפן עפעס אנדערש) אמר הקב"ה: אי יהבת לי לבך ועינך אנא ידעית דאת דילי. דער אייבירשטער זאגט: אז דו געבסט מיר דיין הארץ מיט די אויגן, ווייס איך אז דו ביסט מיינס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 4, 2015 4:20 pm

· #280664
מיין דעה האב איך שוין כמ"פ געשריבן דא און דארט.
איך האלט קלאר אז עס איז זייער שווער צו זיין אן אמת'דיגער, תמימות'דיגער, פארצייטישער, ערליכער איד מיט אינטערנעט, אפילו געפילטערט.
אבער מה נעשה אז הקב"ה וויל אנדערש! אויב השי"ת האט טאקע אזוי פיינט די אומאיידעלע בילדער, פארוואס מאכט ער אז יעדער זאל דארפן צוקומען צום אינטערנעט לצורך פרנסה?
אלא מאי דאס איז די נסיון פון וואס אלע צדיקי הדורות פון חז"ל און אראפ האבן גערעדט און פארפירט אז בעפאר משיח וועט קומען וועט זיין שווערע נסיונות, און זעירון אינון וועלכע וועלן בלייבן ערליך בתכלית השלימות.

עס איז נישט קיין קונץ זיך איינצושפארן אין א שטוב און דארטן היטן די תורה. עס איז דא פארדעם גענוג מלאכים.
השי"ת וויל דייקא מיר זאלן זיך איינטינקען און אפהיטן אויף ווי ווייט מעגליך, און דאס איז זיין נחת רוח פון אונזער שוואכן דור.
ודו"ק כי קצרתי.

יאיר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:22 pm

· #280686
שמעקעדיג

עס איז נישט קיין קונץ זיך איינצושפארן אין א שטוב און דארטן היטן די תורה. עס איז דא פארדעם גענוג מלאכים.
השי"ת וויל דייקא מיר זאלן זיך איינטינקען און אפהיטן אויף ווי ווייט מעגליך, און דאס איז זיין נחת רוח פון אונזער שוואכן דור.
ודו"ק כי קצרתי.

מהאי טעמא זענען חסידים ואנשי מעשה זיך נוהג צו קוקן פארנאגראפיע לכל הפחות פופצן מינוט א טאג. סתם זיצן און לערנען חובת הלבבות און ארבעטן אויף הייליגע מחשבות איז נישט אינטערעסאנט. אז דער באשפער האט אונז צוגעשיקט אן אינטערנעט וויל ער אז מיר זאלן קומען אין די ד' אמות פון דעם שאול תחתית און באלד נאכדעם ארויסטאנצן דערפון און מסיח דעת זיין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:28 pm

· #280688
עפעס פייפט דא.

בוךווארעם » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:45 pm

· #280697
שמעקעדיג
אן אמת'דיגער, תמימות'דיגער, פארצייטישער, ערליכער איד

איז מעגליך אז די סארט אידן וואס מיר רעדן מיט אזא נאסטאלגיע איז גאר א פיקטיווער פאנטאזיע און אינדערהיים איז נישט געווען אזוי "אפגעהיטן" ווי מ'מיינט און אז באמת זייט קבלת התורה זעמער נישט געווען אזוי אפגעזונדערט פון די אנדערע מין מיט אזוי פיל צניעות און מחיצות? קען אפשר אפילו זיין אז דאס איז גאר גאט'ס וועג פון צוריק ברענגן אן איקוואליבריאום?
איך ווייס נישט, איך פרעג נאר. זאלן די וואס "ווייסן" ענטפערן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 4, 2015 5:58 pm

· #280704
כ'זעה באשטרעכלסט דאס ווארט "ווייסן". כאילו איינער דא איז נאך געווען אמאליגע צייטן און ווייסט.
וואס מיינט דען ביי אונז ווייסן? אשר שמענו "ונדעם", ואבותינו ספרו לנו.

די אמאליגע תמימות און יראת ה' איז קלאר געווען אויף א העכערע סטאנדארד ווי היינט. א פחד פאר ה', פאר א יום הדין, וכו'.
כ'האב עס קלאר געזען ביי מיין טאטן און זיידן, און זיי האבן פארציילט אז דאס איז גארנישט אקעגן זייערע זיידעס.
דאס אויפשטיין 4 פארטאגס מיט א תהלימ'ל. יראת החטא. די וועלט איז בכלל נישט געווען אזוי מגושם ווי היינט.

דער אשכול איז אייגענטליך נישט דער ריכטיגער פלאץ דערפאר, מען האט עס שוין כמ"פ אויסגעשמועסט אין שטיבל עיי"ש ותמצא נחת.

זוכער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:43 pm

· #280720
חקרן
עס איז ממש אפסורד צו פארגלייכן אינטערנעט צו די גאס, עס איז דאך אן אנדערער מציאות אינגאנצן:
שטעלט אייך פאר ווען איר האט נישט אינטערנעט, עס פאלט אייך דורך א שווערע מינוט (וואס יעדער האט), איר קלערט פון גיין צו א שוק של זונות, דארפט איר זיך אויפהייבן, זוכן, גיין, צאלן געלט, מורא האבן אז מען וועט אייך נישט כאפן וכו' וכו', ביז וואס ווי ווען שטילט זיך אלעס אפ, עס לוינט זיך נישט די טירחא און פארטיג.

איך וועל צוגלייכן אינטערנעט צו עפעס אנדערש: איר ארבעט אין מאנהעטן, קעגן איבער א בית-זונות, אויף אן אופן אז קיינער וועט נישט וויסן אויב איר גייט אריין אהין 'א בליק צו געבן' דארט. יעדער מינוט קענט איר עס טון, אן ארויסווייזן פארדאכט.
איז פאראן א זיכערע גאראנטי אז דער מענטש וועט קיינמאל נישט א קוק געבן אויף א נאקעטע פרוי? - דאס איז אינטערנעט!

אינטערנעט איז טאקע די גאס - אזוי ווי הוגה שרייבט - אבער עס איז די גאס עוועלעבל א קנעפל אוועק, אן דעם וואס איינער זאל דאס וויסן.

ממילא איז דער דמיון דערפון כרחוק מזרח למערב, וד"ל כי קצרתי.



חקרן פיין געזאגט, כ'וועל גיין איין סטעפ מער:

אפענע אינטערנעט אז ווי א קאר מיט פארמאכטע פענסטער וואס קען איבעראל פאר'ן מיט א מורא'דיגע ספיד - מיט איין דריק אויף די געז פעדל ביזטו אין טעאטער, א רגע דערויף ביזטו אין א בית המרחץ (בלשון נקיה) און די "קאשטקעס" מאכן א כמו-ליייוו שאו בחינם ממש, ווי לאנג דו ווילסט, וואס דו ווילסט ממש פאר דיין ווינד-שילד, דו ביסט אין דיין קאר קאמפליט באהאלטן. א רגע דערויף ביסטו מיט דיין קאר אויפן קאוטש אין דיינינג רום און קיינער האט קיין שום השגה נישט אז דו ביסט ערגעץ געווען.

קיין רעסיט,
קיין ביל
קיין רעקארד
קיין עדות
קיין פרוטה געקאסט
קיין שום טירחא!

סמאל וזוגתו האבן געמאכט א גוטן פאטענט! בראווא!

האמת לאמיתו » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:50 pm

· #280721
יאיר
איז מעגליך פאר א מענטש צו האבן חברים און דורכגיין זיבעציג יאר אן רעדן לשון הרע, ווי דער חפץ חיים האט אונז געלערנט?
איז מעגליך פאר א מענטש צו שמועסן דברים בטלים און קיינמאל נישט נכשל ווערן אין שמועסן אינמיטן לערנען, עובר זייענדיג אויף די הארבע חטא הידוע אויף וועלכן מען ווערט באשטראפט מיט גחלים רותחות?
איז מעגליך פאר דיר נישט צו טראכטן פון ווייסע בערן אין די קומענדיגע צוויי סעקונדעס?
איז מעגליך פאר א מענטש צו האבן א קאפ אן דעם וואס עס זאלן אריינגיין אין דעם כל מיני נארישע מחשבות און פאביעס?

א- יא ווענט זיך וואס פארא מינע חברים די זיכסט
ב- יא אבער ס'איז א ביטער שווערע מערכה
ג-ניין אבער אויב די ווילסט שטארק- נעקסט טיים הייס נישט וועל איך קענען
ד- יא (אויב מ'ליינט נישט קאווע שטיבל נאר מפילט עס אן מיט ידיעות )

האמת לאמיתו » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:55 pm

· #280722
בוךווארעם
שמעקעדיג
אן אמת'דיגער, תמימות'דיגער, פארצייטישער, ערליכער איד

איז מעגליך אז די סארט אידן וואס מיר רעדן מיט אזא נאסטאלגיע איז גאר א פיקטיווער פאנטאזיע און אינדערהיים איז נישט געווען אזוי "אפגעהיטן" ווי מ'מיינט און אז באמת זייט קבלת התורה זעמער נישט געווען אזוי אפגעזונדערט פון די אנדערע מין מיט אזוי פיל צניעות און מחיצות? קען אפשר אפילו זיין אז דאס איז גאר גאט'ס וועג פון צוריק ברענגן אן איקוואליבריאום?
איך ווייס נישט, איך פרעג נאר. זאלן די וואס "ווייסן" ענטפערן.

אינדערהיים איז אויך געווען שווערע צייטן אבער נישט אזוי ווייט מיט אינערליכע יודושקייט נאר בעיקר מיט מצוות מעשיות (און אפילו און חילול שבת!! און אויב ווילחסטו זיך איבער צייגן קוק אביסל און די דרשות פון אמאל ווי למשל ערבי נחל און חתם סופר וכדו' ) משא"כ היינט וואס אינדרויסן זענעןמ מיר אלע ערליכע יודין האבען מיר פארלוירען דאס פארצייטישע אמת'ע תמימותדיגע ערליכקייט (וכלשון שמעקעדיג) במילא אלו ואלו נאר ווענט זיך פון וואס די ביסט דן

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:56 pm

· #280723
Re: איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
חקרן
עס איז ממש אפסורד צו פארגלייכן אינטערנעט צו די גאס, עס איז דאך אן אנדערער מציאות אינגאנצן:
שטעלט אייך פאר ווען איר האט נישט אינטערנעט, עס פאלט אייך דורך א שווערע מינוט (וואס יעדער האט), איר קלערט פון גיין צו א שוק של זונות, דארפט איר זיך אויפהייבן, זוכן, גיין, צאלן געלט, מורא האבן אז מען וועט אייך נישט כאפן וכו' וכו', ביז וואס ווי ווען שטילט זיך אלעס אפ, עס לוינט זיך נישט די טירחא און פארטיג.

איך וועל צוגלייכן אינטערנעט צו עפעס אנדערש: איר ארבעט אין מאנהעטן, קעגן איבער א בית-זונות, אויף אן אופן אז קיינער וועט נישט וויסן אויב איר גייט אריין אהין 'א בליק צו געבן' דארט. יעדער מינוט קענט איר עס טון, אן ארויסווייזן פארדאכט.
איז פאראן א זיכערע גאראנטי אז דער מענטש וועט קיינמאל נישט א קוק געבן אויף א נאקעטע פרוי? - דאס איז אינטערנעט!

אינטערנעט איז טאקע די גאס - אזוי ווי הוגה שרייבט - אבער עס איז די גאס עוועלעבל א קנעפל אוועק, אן דעם וואס איינער זאל דאס וויסן.

ממילא איז דער דמיון דערפון כרחוק מזרח למערב, וד"ל כי קצרתי.

שטעלט אייך פאר עס פאלט אייך אן א גוטע מינוט, איר ווילט לערנען, זאגן תהילים, טון צדקה, עניטינג, בקיצור איר ווילט מאכן א חפץ א כלי פון אייער התעוררות, אבער ביז ווי וואס ווען, ווי לאנג איר דערזעט זיך עס טון בפועל, איז שוין די התעוררות לאנג אויסגעוועפט.

היינט, מיט די אינטערנעט איז א מחיה, מיט א קוועטש פון א קנעפל גייסטו ארויף אויף דיין פעיוואריט מוסד'ס - צוועק'ס - ארג.'ס וועבסייט און דו גיבסט א ברייט הארציגע נדבה, **דו עפנסט דיין תורתך שעשועי עפפ און די קאנעקסט לייוו צום שיעור, זכרו עפפ איז אפילו מער אינטערעקטיוו קענסט אריין פרעגן אינמיטן, אפגערעדט פון אלע ריסאורסעס, ספרים, מראי מקומות וואס דו האסט צו דיינע פינגער שפיצן אז דו קענסט נישט בלייבן שווער און אומפארשטענדליך אפילו דו ווילסט, ענד סאו אן. ווילסט זאגן תהילים האסטו א ווירטואלע מנין און קענסט אפילו מיטזאגן מיטן מנין אין מירון ביי ר' שמעון.

און אזוי קען יעדער איינער צולייגן בעניני קודש כפי חלומותיו און פאנטאזיעס. אפגערעדט אז בעניני חולין, נישט איסור און נישט היתר, איז עס אזוי אז דו האסט אלעס ביי דיינע פינגער טיפס.

פארשטייט זיך אז אין די וועלט איז דא טומאה און איסור אויך, און דערפאר טאקע, מיט די גרויסע פארשריט פון טעכנאלאגיע איז דאס אויך מער עקסעסיבל. אבער דאס איז פשוט די שיינקייט פון די טעכנאלאגיע, עס ברענגט צוזאם פון אלע עקן וועלט, דעם עבר מיטן הוה, אין א בליציגע שנעלקייט.

פונקטליך אזוי ווי די טעכנאלאגיע טוט שוין מיום היווסדה, עס מאכט אלעס שנעלער, נענטער און בהישג יד. אנגעפאנגען מיט למך'ס געניאלע ערפינדונגען אין כלי שיר, און נח'ס קאמביין ביז 5 דזשי און ארטיפישל אינטעליזשענס.

איט'ס די טעקנאלאזשי, סטופיד!

עס איז פשוט נישט שיין, נישט קיין דרך ארץ צו פרובירן אריין ווארפן א פלאקן פארנט פון דעם שנעלצוג וואס גאלאפירט שוין פאר 5,775 יאר, אפגערעדט אז ס'איז גאראנטירט צו פארלירן די מלחמה.

איך ווארט שוין אויף ווען טעכנאלאגיע וועט האלטן ביי דעם אז מען קען מיט א קוועטש אויפן קנעפל זיין אינסטענטלי אין עני זשי פי עס קאארדינעיטס אויף די גלאבאלע מאפע, אויב נישט אויך אין ספעיס. און מען וויינען אויף דעם אז מ'קען אינסטענטלי זיין בפועל אין א בית זונות און טון כל עבירות שבתורה, און די אויבער חכמים וועלן דאן מסביר זיין אז ס'איז גארנישט ערגער ווי די ווירטואלע אינטערנעט (וואס יעדער איינער, אריין גערעכנט דער הייליגער ניינציג יעריגער רבי נוצט היינט. (היינט עז אין דעמאלטס). - פארשטייט זיך אז דער רבי האט א גאלדענע סקרין און א אנטיק לעדערנע פרעים).

(** ליידער איז דער מצב נישט אזוי בעניני קודש, טענקס צו די אלע צרי עין ואופק וואס זענען בלינד צו זייער (נישטיגע) פאזיציע אויף די מאפע און צייט, און כאפן בכלל נישט פון וואס דער מדובר איז. האבן זיי סוקסעספול באוויזן דערווייל צו אראפ סלאוען די פאטענציעלע כוחות הקדושה פון די טעכנאלאגיע (א.ק.א. אינטערנעט בימינו אלה), און נאכער קענען זיי טאקע טענה'ן מיט א בלעכענעם פנים אז די אינטערנעט איז א כלי טמאה).

האמת לאמיתו » דאנערשטאג יוני 4, 2015 7:57 pm

· #280724
שמעקעדיג
כ'זעה באשטרעכלסט דאס ווארט "ווייסן". כאילו איינער דא איז נאך געווען אמאליגע צייטן און ווייסט.
וואס מיינט דען ביי אונז ווייסן? אשר שמענו "ונדעם", ואבותינו ספרו לנו.

די אמאליגע תמימות און יראת ה' איז קלאר געווען אויף א העכערע סטאנדארד ווי היינט. א פחד פאר ה', פאר א יום הדין, וכו'.
כ'האב עס קלאר געזען ביי מיין טאטן און זיידן, און זיי האבן פארציילט אז דאס איז גארנישט אקעגן זייערע זיידעס.
דאס אויפשטיין 4 פארטאגס מיט א תהלימ'ל. יראת החטא. די וועלט איז בכלל נישט געווען אזוי מגושם ווי היינט.

דער אשכול איז אייגענטליך נישט דער ריכטיגער פלאץ דערפאר, מען האט עס שוין כמ"פ אויסגעשמועסט אין שטיבל עיי"ש ותמצא נחת.

די אמת איז אז אינז באגרייפן מיר דאס אפילו נישט

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 4, 2015 8:10 pm

· #280725
Re: איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
יעצט זע איך אז זוכער האט מיר שוין מקדים געווען מיט די טעכנאלאגיע וואס וועט מסתמא עווענטועל אויפקומען. לכאורה צוליב חסרון ידיעה און זכרון פילט ער נישט דעם דע זשא ווא פון די שמועסן אינדערהיים אין שטיבל ווען די עכטע, ריכטיגע רעוואלוציע איז אנטשטאנען, וואס האט ממש מהפך געווען קערה על פיה, נעמליך, די דאמף באן, וואס איז פאראנטווארטליך פאר - אדער עכ"פ די אנהייב פון - אלע איבערקערענישן אין סדרי בראשית די לעצטע 150 יאר.

(אויב וויל איך רעדן 'ראבינאוויטש' שפראך, קען איך למשל בלויז אנצייגן די טרוקענע פאקט אז די 6 מיליאן אידן זענען געפארן צו די לאגערן מיט די באנען, דאס דארף זיין גענוג פאר דעם גרויסן נגיד וואס נוצט נישט קיין אינטערנעט ווייל ס'איז א מעסער, ער זאל קיינמאל נישט ארויף טרעטן אויף קיין באן וכל שם וחניכא (קאר, באס, וכו') דאית להו).

ליידער איז די טעכנאלאגיע נאכנישט געווען אזוי פארגעשריטן סאו ס'איז שווערליך פארבליבן דאקומענטירט זייער טיפע זארג איבער וואס די נייע טעכנאלאגיע וועט אנמאכן. אדער, ס'איז אויך פארהאנען א סלייט פאסיביליטי, זינט דער עולם האט מער געארבעט, געשוויצט צו לייגן ברויט מיט פוטער אויפן טיש, האבן מענטשן געלעבט מער מציאות'דיג, און אנגענומען די באן פשוט אזוי ווי ס'איז.

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 4, 2015 8:28 pm

· #280727
דער פותח האשכול האט אראפגעלייגן אן הנחה, אז אויב פאטשקעט מען אין די יונגע יארן קען מען קיין טאהש'ע רבי נישט אויסוואקסן. איך בין נישט איבערצייגט, אדער בעסער געזאגט, איך בין איבערצייגט אז נישט.

כוכב » דאנערשטאג יוני 4, 2015 8:30 pm

· #280728
ברוך הבא געפילטע.
סענייעס?

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 4, 2015 8:55 pm

· #280732
איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?

קאם אן חברה, דעי אשקול שמעקט פון איי וועלט...

בן אדם » דאנערשטאג יוני 4, 2015 8:56 pm

· #280733
געפילטע פיש
דער פותח האשכול האט אראפגעלייגן אן הנחה, אז אויב פאטשקען מען אין די יונגע יארן קען מען קיין טאהש'ע רבי נישט אויסוואקסן. איך בין נישט איבערצייגט, אדער ביסער געזאגט, איך בין איבערצייגט אז נישט.

פלגינן דיבורא.

ניין מ'וואקסט נישט אויס קיין טאשער רבי פון קוקן אויף אינטערנעט. הרה"ק טאשער רבי איז א בשר ודם און ער וואלט געוויסט פון נאך א וועלטל, און אוטומאטיש וואלט ער נישט געקענט פליען אין הימל 24/7.

אבער אינטערנעט איז נישט דער וואס מאכט אפ ווער ס'איז יא צדיק הדור און ווער נישט. די מושג צדיק הדור דארף נישט זיין לימיטעד צו א געוויסע התנהגות, און ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין יסוד און יודישקייט. ס'דא אפילו אזעלכע וואס האלטן ר'שלמה קארליבאך פאר זייער צדיק הדור. די באשעפער וויל אפאר סארטן צדיקים, ויש להאריך בזה ואכמ"ל.

איז יעצט, לפ"ז אויב טאשער רבי זאל האבן אינטערנעט אבער ער זאל בלייבן א צדיק מיט אלע שמונה עשרה בגדים, וואלט ער אבער קיין סקולענער רבי נישט געווען, ס'וואלט זיך אנגעזען א זיינע חילוק. משא"כ, זאל עם די אינטערנעט גורם זיין צו אנטון בגדי קרליבך וכדו', און זאל נאך אויפטון גדולות ונצורות, איז ווער ווייסט וואס איז חשוב'ער אין הימל.
קצרתי במקום שאמרו להאריך.

הויזן טראגער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 9:14 pm

· #280737
Re: איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
שמעקעדיג

די אמאליגע תמימות און יראת ה' איז קלאר געווען אויף א העכערע סטאנדארד ווי היינט. א פחד פאר ה', פאר א יום הדין, וכו'.
כ'האב עס קלאר געזען ביי מיין טאטן און זיידן, און זיי האבן פארציילט אז דאס איז גארנישט אקעגן זייערע זיידעס.
דאס אויפשטיין 4 פארטאגס מיט א תהלימ'ל. יראת החטא. די וועלט איז בכלל נישט געווען אזוי מגושם ווי היינט.

" .


עס האט זיך היינט גארנישט געטוישט פון אמאל אין וועט זיך קיינמאל נישט טוישן, קען זיין אז דיין טאטע האט דיר נאר דערציילט פון די אידן וואס זענען אויפגעשטאנען פארטאגס מיטן תהילמל, אבער עס זענען אויך ״אמאל״ געווען פונקט אזוי אידן וואס האבן אפענערהייט עובר געווען אויף כל התורה כולה אן די ״איין קנעפל״ וואס פירט אריין אין שאול תחתית, אין ווייטער ״היינטיגע צייטן״ זענען אויך דא א שיינע מספר אידן וואס לעבן מיט דעם שויתי, אין אזוי וועט אייביג זיין.

זוכער » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:16 pm

· #280770
אזוי ווי @מושב האט געפרעגט זייער גוט, פארוואס מאכט מען ראיות אסורות פאר א יסוד? וואס איז עס מער ווי איסור בורר?
וועל איך פראבירן צו ענטפערן.

1) איך ארבעט אין מאנהעטן און איך גיי יעדן טאג דורך צענדליגער געשמאקע רעסטאראנטן, פון וואנעט עס שיסט ארויס נארהאפטיגע גערוכן וואס מאכט מיין בויך דרייען... אבער איך האב נאך קיינמאל בטעות נישט אריינגעבלאנדזשעט אין די רעסטארנט.

אויפן וועג גיי איך דורך פיינע געשמאקע פוד-קיאסקן אין וועלכע עס פרעגלען זיך פיינע ווארורשטלעך מיט מאסטערד, עס שמעקט א מחיה, ס'גייט א געשמאק ריח'ל איך באטראכט די וואורשטלעך מיט קנאה, אבער איך האב נאך קיינמאל בכלל נישט געקלערט פון פארזוכן.

סיכום: קוקן און שמעקן טריפה'נע עסן איז נישט קיין שום איסור, און עס האט מיך נאך קיינמאל נישט געברענגט עובר צו זיין צו עסן טריפה.

2) גייענדיג אין די סובוועי, און לעבן מיר זיצט א... אנגעטאן שנים כהלכתה ושלישית אפילו טפח, וחמתה מרובה מצלתה --- האב איך אן איסור פון ראיה אליינס, אפילו איך זאל גארנישט טאן.

3) דער מציאות איז איך האב נאך קיימאל נישט געהאט קיין "נסיון" - קיינער האט מיר נאכנישט פארבעטן, אין די 30 יאר ארבעטנדיג אין מאנהעטן... ווען יא, וועלמיר דעמאלט זעהן!

4) לדעתי איז נאר מעגליך נישט צו זעהן ראיות אסורות אויף אקאמפיוטער וואס איז אין א פובליק פלאץ, איז געפילטערט אדער האט א פראגראם וואס שיקט א רעפארט לאג, פון אלע סייטס.

דעת תורה זאגט פיין, טעכנאלאגיע מאכט מ'זאל קענען לערנען סיי-ווי, אבער דא רעדט מען פון זינדיגן סיי-ווי!

אליצפן » פרייטאג יוני 5, 2015 12:15 am

· #280782
איז עס אזוי פשוט אז מען איז עובר אויף לא תתורו ווען מ'קוקט אויף פרויען אויפן אינטערנעט? בזמן מתן תורה וחז"ל איז קיין סקרינס נישט געווען איז ווען די תורה אדער די גמרא שרייבט אז מ'טאר נישט קוקן אויף פרויען מיינט עס לכאורה נאר ריעל לייף פרויען. אפשר איז מען עובר אויף הרהור עבירה, וואס איז נישט אזוי קלאר אז ס'איז דאורייתא.

הויזן טראגער » פרייטאג יוני 5, 2015 3:58 am

· #280803
Re: איז מעגליך אינטערנעט אן קוקן אויף פרויען?
ראיה - זעהן פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, אויב אבער האט מען אינזינען צו קוקן אפילו נאר פאר א האלבע סעקאנד איז מען עובר אויף ולא תתירו נישט קיין נפקא מינא אויף א סקרין, דורך א פענסטער, אדער ריעל לייף פרויען

diff » פרייטאג יוני 5, 2015 9:42 am

· #280816
שיינע שלשידות תורה

diff » פרייטאג יוני 5, 2015 9:48 am

· #280817
How To Stop Your Web Browser From Loading Images

חקרן אין גאס איז סאך ערגער ווייל ס'קען קומען לידי מעשה

פרייוויליג » פרייטאג יוני 5, 2015 9:50 am

· #280818
הויזן טראגער
ראיה - זעהן פאר זיך איז נישט קיין פראבלעם, אויב אבער האט מען אינזינען צו קוקן אפילו נאר פאר א האלבע סעקאנד איז מען עובר אויף ולא תתירו נישט קיין נפקא מינא אויף א סקרין, דורך א פענסטער, אדער ריעל לייף פרויען

אייגענס? ווייל ביי מיר שטייט דאס נישט אין די תורה.
בלאט: 1 2