☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » העלפט ברענגן א איד לקבר ישראל, חברה קדישא פאדערט$$

העלפט ברענגן א איד לקבר ישראל, חברה קדישא פאדערט$$

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9011

איש את רעהו » דינסטאג יוני 2, 2015 10:56 pm

· #280029
העלפט ברענגן א איד לקבר ישראל, חברה קדישא פאדערט$$
א איד ר' משה ערליך ע''ה ליגט שוין א וויילע נישט בין החיים ר''ל נאכן זיך מיטשען א לאנגע צייט אויף די ביטערע מחלה ה''י

די חברה קדישא וויל נישט באערדיגען די נפטר ביז מען לייגט נישט אראפ 25 אלפים $$$
אידן האט רחמנות אויף א קינד פון ר' יו''ט ערליך ז''ל פון וועמען מיר אלע האבן אין די יוגנט נהנה געוועזען.

ספאנסערט דא
נדבה לקבורת המת



After a hard-fought battle with liver cancer, R' Moshe Ehrich left us. He was niftar more than 12 hours ago however, was not yet buried. The family was left penniless from this expensive battle, & do not possess the necessary funds to bury their beloved one.

In his short 63 years, Reb Moshe Ehrlich z"l made a difference in the lives of many people. The son of the renowned Yiddish composer and folk singer Reb Yom Tov Ehrlich, he preserved the memory of his illustrious father, was a beloved son, husband, father and grandfather, and was deeply respected by his hundreds of friends in the United States, and when he moved, in Eretz Yisroel.
 
It is now our chance to make a difference for his family! They are still mourning the untimely passing of their mother not yet two years ago.

The family must come up with $35,000 for the chevra kaddisha to bury him. Please help the family, who still have three unmarried children! Klal Yisroel gained so much simcha from the Ehrlich family! Let's be there for them at this time! 

איש את רעהו » דינסטאג יוני 2, 2015 11:01 pm

· #280032
מי כעמך ישראל
די נדבות האלטן שוין ביי אריבער 11 אלפים אין קוים 2 שעה
העלפט אויסלייזען דעם נפטר ע''ה

הוגה » דינסטאג יוני 2, 2015 11:18 pm

· #280037
עפעס שטימט נישט דא. ערשטענס, מיין באבע'ס קבורה, אינקלאדינג די קרקע האט געקאסט זעקס טויזנט דאלער. וואו קומט מען פון זעקס טויזנט צו פינף און דרייסיג טויזנט? והשנית, ס'דאך דא היינט אפאר חסד של אמת ארגעניזאציעס וואס זענען מקבר בחינם. איך אליין האב היי יאר געהאלפן מקבר זיין אן עלענדע בחור ע"ה אין א אידישע בית החיים אין סטעטן איילענד, חינם אין כסף.

איך לאז דא אן אפיציעלע צוואה אז אויב פארלאנגן חברה קדישא נאך מיין טויט פינף און דרייסיג טויזנט דאלער, זאל מען מיר לאזן שימלען. עס וועט מער זיין א געוואלדיגע צער אויב מ'וועט צאמנעמען געלט פאר מיין קבר.


.

איש את רעהו » דינסטאג יוני 2, 2015 11:20 pm

· #280038
זע דיינע יורשים און גואלי הדם זאלן וויסן פון דיין ניק אז נישט וועלן זיי נאך חלילה עובר זיין דיין באפעל

יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו

דאכצעכמיר די מהר''ם מרוטנבורג האט מען געלאזט זייער א לאנגע צייט אין תפיסה לאחר מותו.



....
עס האלט שוין איבער 13 אלפים
אין די לעצטע פיפצען מינוט איז צוגעקומען צוויי אלפים, מי כעמך ישראל

בן עזאי » דינסטאג יוני 2, 2015 11:22 pm

· #280040
איך האב פרובירט צו מנדב זיין געלט דורך די לינק, אבער ס'צו קאמפליצירט. זיי פארלאנגען צופיהל אינפארמאציע, און צופיהל טרעפ דורכצוגיין.
איז נישטא קיין גרינגערע סייט וואס מ'קען ניצן צו מנדב זיין אויף א שנעלע אופן ווי למשל דורך פעיפאל?
לדעתי וואלט עס היבש פארמערט די צאל נדבות. (וואס איז אזוי אויך א קידוש השם, $12,000 אין צוויי שעה דורך 180 אידן!

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 2, 2015 11:23 pm

· #280041
שרעקליך טייער! אפשר רעדט מען דא פון הר הזיתים ווי די פרייזן זענען זייער טייער.

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יוני 2, 2015 11:25 pm

· #280042
Re: העלפט ברענגן א איד לקבר ישראל, חברה קדישא פאדערט$$
ווער ווייסט צו סאיז נישט א סקעם אין אידיש געלד גייט לאיבוד

יענער פויגעל » דינסטאג יוני 2, 2015 11:36 pm

· #280046
א הארץ וויי

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 2, 2015 11:51 pm

· #280054
איש את רעהו

אין די לעצטע פיפצען מינוט איז צוגעקומען צוויי אלפים, מי כעמך ישראל

ווי וועלכע ישראל? די נדבנים אדער די חברה קדישא?

משה פראגער » מיטוואך יוני 3, 2015 2:05 am

· #280081
די גאנצע מעשה שטימט נישט און כהוגה ועוד לקרא, דריי א קאפ פאר א צווייטען אפשר די אייוועלטער תמימים און פארטאמטע קעלבלעך וועלען גלייבען די געבאקטע מעשה׳לעך, עס קען פשוט נישט זיין, נישט מעגליך

הוגה » מיטוואך יוני 3, 2015 7:07 am

· #280094
יעצט פארציילט מיר א חבר אז אין א"י גיבט ביטוח לאומי קבורה בחינם. בכלל וואונדער איך מיר, עס פעלן דען נדבנים אין סטאלין אז מ'דארף אים פארוואנדלן אין א 35 טויזנט דארלערדיגע מת מצוה? בשעת וואס מ'זעט דא אולי דאס ברייטע הארץ פון אידישע קינדער, זעהט מען דא אויך דאס אז זיי זענען זייער gullible און פארשווענדן זייער געלט אויף מפוקפק'דיגע צוועקן.

אוהב ספרים » מיטוואך יוני 3, 2015 8:11 am

· #280102
הוגה מיט פראגער עטץ זענץ אזעלכע רשעים פונקט ווי די געלבשטיינס פון די חברה קדישא

א פאר פרטים.
א. ביטוח לאומי באצאלט טאקע פאר קבורה אין יעדע שטאט ווי מען שטארבט, יעצט אויב ווילסט ליגען אין א ספעציעלע חלקה, לדוגמא דוקא לעבען דיין טאטע און מאמע וכדומה, אדער לעבען דיין ווייב, אדער נישט לעבען א פרייער, וכו', און עס איז נישט אין דיין שטאט וכו' בעט די חברה קדישא געלט, וכל המרבה במחיר הרי זה משובח.
ב. דא רעדט מען נישט דוקא פון זיין קבורה געלט, דא איז דא א אלטע חוב אין די משפחה, וואס די חברה קדישא מצא מקום לגבות את חובו און איז מלין די מת ביז ווילאנג מען באצאלט נישט אויכעט די חוב.
ג. אין קארלין סטאלין איז גראדע נישטא קיין עשירים וכו' ווי ביי אנדערע פלעצער.
ד. די קאמפיין ווערט אנגעפירט פון א קרלינער יונגערמאן.
ה. האט בכלל איז געווארען א פראבלעם אז ביטוח לאומי וויל שוין בכלל נישט באצאלען געהעריגע חלקת קבורה, זיי ווילען מען זאל באגראבען אין קבורת קומות וכו' ווייל עס איז נישטא גענוג שטחים וכו'

הוגה » מיטוואך יוני 3, 2015 8:15 am

· #280105
אה! זייער גוט. ווען דו זאגסט עס ווען באלד אנהייב וואלט איך גארנישט געזאגט. דו האסט נישט קיין פראבלעם מיטן אויסנער'ן מענטשן דורכן זיי מאכן מיינען אז די נפטר וועט נישט קומען לקבורה?

אוהב ספרים » מיטוואך יוני 3, 2015 8:29 am

· #280107
הוגה
אה! זייער גוט. ווען דו זאגסט עס ווען באלד אנהייב וואלט איך גארנישט געזאגט. דו האסט נישט קיין פראבלעם מיטן אויסנער'ן מענטשן דורכן זיי מאכן מיינען אז די נפטר וועט נישט קומען לקבורה?

ווער נערט דא אויס איינעם, אז דו ווייסט נישט זיי מברר פרטים, נישט קודם לייג א נאסע לאלעך

אכן מי כעמך ישראל, אסאך מאל איז נישטא אזעלכע רשעים ווי די אידען אליינס

הוגה » מיטוואך יוני 3, 2015 8:46 am

· #280109
אוהב ספרים
ווער נערט דא אויס איינעם, אז דו ווייסט נישט זיי מברר פרטים, נישט קודם לייג א נאסע לאלעך


ווער נערט דא אויס? די פותח האשכול און די בעל הקאמפיין אויף gofundme, ביידע שרייבן אז די געלט איז נויטיג אז די נפטר זאל קומען לקבר ישראל. וואס רעגסטו דיך אזוי אויף? איך האב ס"ה געפרעגט לברר את הפרטים. יעצט אז דו האסט געברענגט די אמת'ע מעשה איז אלעס קלאר. איך פארשטיי שוין פארוואס מ'דארף די געלט, און איך פארשטיי פארוואס זיי האבן נישט געשריבן דעם אמת, ווייל ווען זיי שרייבן ווען דעם אמת וואלטן זיי נישט געקענט אויפטרייבן אזויפיל געלט.


.

בן עזאי » מיטוואך יוני 3, 2015 9:04 am

· #280113
איש את רעהו
די חברה קדישא וויל נישט באערדיגען די נפטר ביז מען לייגט נישט אראפ 25 אלפים $$$

The family must come up with $35,000 for the chevra kaddisha to bury him. Please help the family, who still have three unmarried children!  
[/quote]
כ'האף אז די איזראעלי חברה קדישא לייענט נישט קיין ענגליש. לויט די ענגלישע ווערסיע פארלאנגען זיי 35,000, אנדערש ווי ביי די אידישע ווערסיע ווי עס שטייט בלויז 25,000.
בכל אופן, אידעלעך לאמיר געבן. איך וועל נישט ארעם ווערן פון די $10 אפילו איך פארשטיי נישט פונטקליך אלע פרטים. אויב קען דאס ברענגען אן איד לקבורה שנעלער, איז נאדיר. מיט א שמייכל 🙂

וויל קענען » מיטוואך יוני 3, 2015 9:05 am

· #280115
Re: העלפט ברענגן א איד לקבר ישראל, חברה קדישא פאדערט$$
א געפערליכע הארץ וויי סהאלט יעצט ביי27500 רופט אייך אן ווארעם חסד עם המתים די בזיון איז עולה עד לב השמים

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 3, 2015 9:18 am

· #280119
איך וייס פון א איד אין בארא פארק א וויזניצער יונגערמאן, ער הייסט ר' מענדל ראזענבערג הי''ו, וואס ער איז דער ספעצעליסט אין די דאזיגע ענינים, איך גלויב אז מיט איין טעלאפאן קאל צו אים קען די גאנצע מעשה זיין פאראיבער, ער קען זיך מיט אלע חברי קדושא פון די גאנצע וועלט, ער האט אן ארמיי פון אריבער 200 יונגעלייט וואס זענען שטענדיג גרייט דירכצופירן טהרות פאר אים מיט אריבער 60 נשים וואלאנטיירן פאר די שטארבענדע פרויען, ער האט אפילו 5 אייגענע בתי חיים, ער האט א בית החיים אין וואדריטש ווי עס איז פארהאן פלאטץ פאר יעדען, אפי' אויב דאס אידענטום אין נ''י שטארבט אויס רח''ל, איז דארט אין וואדריטש פארהאן פלאטץ זיי מקבר צו זיין.

מען זאל זיך נאר מיט אים פארבינדן, און דער גאנצער פראבלעם וועט זיין געלעזט אין קורצע וויילע.....

וויל קענען » מיטוואך יוני 3, 2015 9:31 am

· #280122
Re: העלפט ברענגן א איד לקבר ישראל, חברה קדישא פאדערט$$
נא! אומר ועושה המתחיל במצוה אומרים לו גמור
אויב קענסטו נישט געב אהער זיין נאמבער ונעשה מעשה

מענטשאלע » מיטוואך יוני 3, 2015 9:32 am

· #280124
אוהב ספרים
הוגה מיט פראגער עטץ זענץ אזעלכע רשעים פונקט ווי די געלבשטיינס פון די חברה קדישא

א פאר פרטים.
א. ביטוח לאומי באצאלט טאקע פאר קבורה אין יעדע שטאט ווי מען שטארבט, יעצט אויב ווילסט ליגען אין א ספעציעלע חלקה, לדוגמא דוקא לעבען דיין טאטע און מאמע וכדומה, אדער לעבען דיין ווייב, אדער נישט לעבען א פרייער, וכו', און עס איז נישט אין דיין שטאט וכו' בעט די חברה קדישא געלט, וכל המרבה במחיר הרי זה משובח.
ב. דא רעדט מען נישט דוקא פון זיין קבורה געלט, דא איז דא א אלטע חוב אין די משפחה, וואס די חברה קדישא מצא מקום לגבות את חובו און איז מלין די מת ביז ווילאנג מען באצאלט נישט אויכעט די חוב.
ג. אין קארלין סטאלין איז גראדע נישטא קיין עשירים וכו' ווי ביי אנדערע פלעצער.
ד. די קאמפיין ווערט אנגעפירט פון א קרלינער יונגערמאן.
ה. האט בכלל איז געווארען א פראבלעם אז ביטוח לאומי וויל שוין בכלל נישט באצאלען געהעריגע חלקת קבורה, זיי ווילען מען זאל באגראבען אין קבורת קומות וכו' ווייל עס איז נישטא גענוג שטחים וכו'


לידיעה בעלמא, ס'האט גארנישט מיט געלבשטיינ'ס חברה קדישא וואס זענען די פרושים חברה קדישא, ס'איז די חסידים און די וואלינער חלקה אין הר הזיתים, די העסטע חלקה אין הר הזתים נעבן דעם פאליציי פונקט ווען מ'קומט פון אויבן, דארט'ן וואו דער מנחת יצחק די באייאנער רבי'ס זענען באגראבן, נישט ווייט פון נדבורנא אוהל און רחמסטריווקא אהל.

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 3, 2015 9:41 am

· #280128
וויל קענען
נא! אומר ועושה המתחיל במצוה אומרים לו גמור
אויב קענסטו נישט געב אהער זיין נאמבער ונעשה מעשה


נישט קיין פראבלעים: 718 436 2121

אוהב ספרים » מיטוואך יוני 3, 2015 10:19 am

· #280144
הוגה
אוהב ספרים
ווער נערט דא אויס איינעם, אז דו ווייסט נישט זיי מברר פרטים, נישט קודם לייג א נאסע לאלעך


ווער נערט דא אויס? די פותח האשכול און די בעל הקאמפיין אויף gofundme, ביידע שרייבן אז די געלט איז נויטיג אז די נפטר זאל קומען לקבר ישראל. וואס רעגסטו דיך אזוי אויף? איך האב ס"ה געפרעגט לברר את הפרטים. יעצט אז דו האסט געברענגט די אמת'ע מעשה איז אלעס קלאר. איך פארשטיי שוין פארוואס מ'דארף די געלט, און איך פארשטיי פארוואס זיי האבן נישט געשריבן דעם אמת, ווייל ווען זיי שרייבן ווען דעם אמת וואלטן זיי נישט געקענט אויפטרייבן אזויפיל געלט.


.


שוין ווייטער מיט דיינע שקרים, דער בעל הקאמפיין האט נישט מאריך געווען בכל עניני הסיפור און געשריבען קורץ ולענין אז מען דארף 35 אלפים וכו' ער נערט גארנישט און קיינעם אויס

אוהב ספרים » מיטוואך יוני 3, 2015 10:20 am

· #280145
קאך_לעפל
איך וייס פון א איד אין בארא פארק א וויזניצער יונגערמאן, ער הייסט ר' מענדל ראזענבערג הי''ו, וואס ער איז דער ספעצעליסט אין די דאזיגע ענינים, איך גלויב אז מיט איין טעלאפאן קאל צו אים קען די גאנצע מעשה זיין פאראיבער, ער קען זיך מיט אלע חברי קדושא פון די גאנצע וועלט, ער האט אן ארמיי פון אריבער 200 יונגעלייט וואס זענען שטענדיג גרייט דירכצופירן טהרות פאר אים מיט אריבער 60 נשים וואלאנטיירן פאר די שטארבענדע פרויען, ער האט אפילו 5 אייגענע בתי חיים, ער האט א בית החיים אין וואדריטש ווי עס איז פארהאן פלאטץ פאר יעדען, אפי' אויב דאס אידענטום אין נ''י שטארבט אויס רח''ל, איז דארט אין וואדריטש פארהאן פלאטץ זיי מקבר צו זיין.

מען זאל זיך נאר מיט אים פארבינדן, און דער גאנצער פראבלעם וועט זיין געלעזט אין קורצע וויילע.....

הייסט דאס אז דו ביסט מציע מען זאל ברענגען די נפטר קיין אמעריקא, פשיהא אזא פלאן, א גאונות

הוגה » מיטוואך יוני 3, 2015 10:22 am

· #280146
אוהב ספרים
שוין ווייטער מיט דיינע שקרים, דער בעל הקאמפיין האט נישט מאריך געווען בכל עניני הסיפור און געשריבען קורץ ולענין אז מען דארף 35 אלפים וכו' ער נערט גארנישט און קיינעם אויס


אלו החותמת ואלו הפסילים!

..
Screenshot_2015-06-03-10-20-52.png

אוהב ספרים » מיטוואך יוני 3, 2015 10:24 am

· #280148
וואס פונקטלך ווייזט דו דא

וויל קענען » מיטוואך יוני 3, 2015 10:30 am

· #280150
Re: העלפט ברענגן א איד לקבר ישראל, חברה קדישא פאדערט$$
אוהב ספרים
קאך_לעפל
איך וייס פון א איד אין בארא פארק א וויזניצער יונגערמאן, ער הייסט ר' מענדל ראזענבערג הי''ו, וואס ער איז דער ספעצעליסט אין די דאזיגע ענינים, איך גלויב אז מיט איין טעלאפאן קאל צו אים קען די גאנצע מעשה זיין פאראיבער, ער קען זיך מיט אלע חברי קדושא פון די גאנצע וועלט, ער האט אן ארמיי פון אריבער 200 יונגעלייט וואס זענען שטענדיג גרייט דירכצופירן טהרות פאר אים מיט אריבער 60 נשים וואלאנטיירן פאר די שטארבענדע פרויען, ער האט אפילו 5 אייגענע בתי חיים, ער האט א בית החיים אין וואדריטש ווי עס איז פארהאן פלאטץ פאר יעדען, אפי' אויב דאס אידענטום אין נ''י שטארבט אויס רח''ל, איז דארט אין וואדריטש פארהאן פלאטץ זיי מקבר צו זיין.

מען זאל זיך נאר מיט אים פארבינדן, און דער גאנצער פראבלעם וועט זיין געלעזט אין קורצע וויילע.....

הייסט דאס אז דו ביסט מציע מען זאל ברענגען די נפטר קיין אמעריקא, פשיהא אזא פלאן, א גאונות

פון דיין הערה קוקט אויס אז די האסט נישט געליינט מיט ישוב הדעת זיינע ווערטער אין אנהייב
נעם נישט די פען שנעל אין די הענט

קאך_לעפל » מיטוואך יוני 3, 2015 10:32 am

· #280151
הוגה
אוהב ספרים
שוין ווייטער מיט דיינע שקרים, דער בעל הקאמפיין האט נישט מאריך געווען בכל עניני הסיפור און געשריבען קורץ ולענין אז מען דארף 35 אלפים וכו' ער נערט גארנישט און קיינעם אויס


אלו החותמת ואלו הפסילים!

..

משה פראגער » מיטוואך יוני 3, 2015 2:46 pm

· #280222
איך זאג נאכאמאל אז די גאנצע מעשה שמעקט וי א פארדארבענע פיש,
קודם די סתירה צווישען 25 אלפים און 35
והשנית מקען נעמען דעם נפטר קיין בני ברק צב״ש און עם באגראבען פאר 4 אלפים $+ מציבה וכו׳, כמדומה לי אז די חלקה קאסט 8 אלפים ₪
און מזאל אויפהערען די דרייען די וועלט מיט כזבים פון מענטשען שקרנים ורודפי בצע וואס רעדען זיך אן אז די וועלט איז טאקע פארטאמט

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 3:27 pm

· #280238
הוגה
עפעס שטימט נישט דא. ערשטענס, מיין באבע'ס קבורה, אינקלאדינג די קרקע האט געקאסט זעקס טויזנט דאלער. וואו קומט מען פון זעקס טויזנט צו פינף און דרייסיג טויזנט? והשנית, ס'דאך דא היינט אפאר חסד של אמת ארגעניזאציעס וואס זענען מקבר בחינם. איך אליין האב היי יאר געהאלפן מקבר זיין אן עלענדע בחור ע"ה אין א אידישע בית החיים אין סטעטן איילענד, חינם אין כסף.

איך לאז דא אן אפיציעלע צוואה אז אויב פארלאנגן חברה קדישא נאך מיין טויט פינף און דרייסיג טויזנט דאלער, זאל מען מיר לאזן שימלען. עס וועט מער זיין א געוואלדיגע צער אויב מ'וועט צאמנעמען געלט פאר מיין קבר.


.

הוגה: ניין. איך האלט אז דו זאלסט טוישן די צוואה צו..."קרימעישן"...ווייל דאס פאסט זייער שטארק פאר אזאלכע אויפגעקלערטע, ליבעראלע סאפיסטיקעיטס און מעטרא ס--- ווי דו ביסט. נאר די חברא קדישא לייט וועלכע פארלאנגען $35,000 פאר קבורה דארף מען אויסמסר'ן פאר די רעגירונג און זיי זאללן גיין זיצן...!

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 3:31 pm

· #280241
רויטע וואנצעס
שרעקליך טייער! אפשר רעדט מען דא פון הר הזיתים ווי די פרייזן זענען זייער טייער.

אדער די חברא קדישא לייט ווילן לייגן געלט אין טאש...!

געוואלדיג » מיטוואך יוני 3, 2015 3:33 pm

· #280242
זיי שרייבן דאך קלאר לויט ווי הוגה האט געברענגט אז די געלט גייט פאר די נאכנישט חתונה געהאטע קינדער, איש את רעהו שרייבט אז די געלט גייט פאר א אלטע חוב, וואס איז די אמת?
@איש את רעהו @הוגה

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 3:42 pm

· #280245
קאך_לעפל
איך וייס פון א איד אין בארא פארק א וויזניצער יונגערמאן, ער הייסט ר' מענדל ראזענבערג הי''ו, וואס ער איז דער ספעצעליסט אין די דאזיגע ענינים, איך גלויב אז מיט איין טעלאפאן קאל צו אים קען די גאנצע מעשה זיין פאראיבער, ער קען זיך מיט אלע חברי קדושא פון די גאנצע וועלט, ער האט אן ארמיי פון אריבער 200 יונגעלייט וואס זענען שטענדיג גרייט דירכצופירן טהרות פאר אים מיט אריבער 60 נשים וואלאנטיירן פאר די שטארבענדע פרויען, ער האט אפילו 5 אייגענע בתי חיים, ער האט א בית החיים אין וואדריטש ווי עס איז פארהאן פלאטץ פאר יעדען, אפי' אויב דאס אידענטום אין נ''י שטארבט אויס רח''ל, איז דארט אין וואדריטש פארהאן פלאטץ זיי מקבר צו זיין.

מען זאל זיך נאר מיט אים פארבינדן, און דער גאנצער פראבלעם וועט זיין געלעזט אין קורצע וויילע.....

קאך- לעפל: איך האב שוין פון לאנג געהערט אז א טייל פון די חברא קדישא'ס אין א"י זענען געפערליכע רשעים און באנדיטן. און די (טמא'נע, רשעות'דיגע, ציוניס'טישע) רעגירונג האט זיך שוין פון לאנג געוואלט נעמען צו זייערע ביינער...! יעצט זעה איך אז די אלע שמועות זענען אמת...!

איש את רעהו » מיטוואך יוני 3, 2015 8:56 pm

· #280366
UPDATE:
In the name of the Ehrlich family we would like to thank the hundreds of people who showed an outpouring of support to them in this time of dire need.
Through your amazing generosity they were able to go ahead with the funeral and burial, paying their last respects to their dear father. The funeral took place today in Jerusalem.
Although the first of their hardships is now behind them, the hardest part is still ahead of them.
There are three children, bereft of both parents, young adults with nobody to shoulder the burden of caring for their basic needs. In time they will need to marry themselves off too, with no father or mother to fund it.
We will, G-d willing, set up an additional fund to help ease the financial burden of these fresh orphans. It is our hope that the outstanding generosity and support shown here in the past 13 hours will continue to pour forth, thereby bringing a level of comfort and consolation to the grieving family.
In the meantime, please help us reach our goal of $35,000! These funds are desperately necessary to help the family for the next short while.


R’ Moshe Ehrlich was niftar on June 2,  2015, after being diagnosed with cancer a few short weeks ago, leaving behind children and grandchildren. His petira was so sudden that his family does not possess the funds to provide for his burial. Just a short 1.5 years ago Mrs. Ehrlich was niftar from a long fought battle with cancer and now the family was taken by surprise when their father passed away last night.
He was niftar more than 12 hours ago. However, the family cannot fulfill the proper minhag of Jerusalem not to leave a meis overnight because they cannot pay for the funeral.
 
In his short 63 years, Reb Moshe Ehrlich z"l made a difference in the lives of many people. The son of the renowned Yiddish composer and folk singer Reb Yom Tov Ehrlich, he preserved the memory of his illustrious father, was a beloved son, husband, father and grandfather, and was deeply respected by his hundreds of friends in the United States, and later when he moved to Eretz Yisroel.
 
It is now our chance to make a difference for his family! They are still mourning the untimely passing of their mother not yet two years ago.
 
The family must come up with $35,000 for the chevra kaddisha to provide him with a proper burial and to help provide for the young unmarried children left without parents. Klal Yisroel gained so much simcha from the Ehrlich family! Let's be there for them at this time! 

THIS PROJECT IS ENDORSED  BY RABBI SHMUEL DISHON SHLIT"A, A CLOSE FRIEND OF THE FAMILY.

Checks can be made out & mailed to 
Cong. Bais Aaron
1070 38th Street
Brooklyn NY 11219

איש את רעהו » זונטאג יוני 7, 2015 2:09 pm

· #281138
631 מענטשן האבן שוין כמעט צוגעשטעלט די גאנצע סכום, עס פעלט נאך עטליכע דאלער.