☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אין געפענגעניש!

אין געפענגעניש!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9005

בעל מדות » דינסטאג יוני 2, 2015 3:46 pm

· #279903
אין געפענגעניש!
כ'זיץ אין קייטן
צרות ביי די זייטן
איברים איינגעבינדן
לאנגע שטונדן

געווארן פארכאפט
געפילן געדראפט
די טרערן גיסן
אינגאנצן צוריסן

כ'זיץ פארגליווערט
כ'גלאץ פארביטערט
כ'טראכט פונעם טאג
אליין אריין אין פלאג

כ'באוויין זויער
אנערקען מיט באדויער
די פלאנטער דאן
דערין אליין אריין

נישט קיין טאג
איך פארמאג
און נישט קיין נאכט
כ'נעם אין אכט

עסן, עפעס, קוים
ווי א שלעכטע טרוים
טרונקען פונקט גענוג
טויט האלטן צירוק

אנע זיך רירן
אדער עפעס שפורן
כ'בין פארשקלאפט
מאכטפולע קראפט

מיין זכרון דערמאנט
נאסטאלגיע שפאנט
ווי פון "יענע" צייט
אלעס זיך פארדרייט

אין געשעפט אריין
וואס ס'זאל נישט זיין
דעם סעל געפונען
פון שעלף אראפגענימען

געקויפט די קייטן
אנדערע צייטן
פראבלעמען ניי
געקימען דערביי

אומבאשרייבליך
דיקטאטור, גרויליך
באלעבאס א רשע
קיין שום הרגשה

קינדער בעטן
ס'ווייב מיט געבעטן
לאז אים ארויס
א מינוט, א שטויס!

געב אינז אים צוריק
שנעל אים פארשיק
גענוג אינז פארדראסן
אים פארשלאסן

זיץ איך פארביטערט
ווארט ערשיטערט
ווער דא וועט זיגן
און מיך באקריגן

געוואלדיג » דינסטאג יוני 2, 2015 4:08 pm

· #279907
די אדרעס א טעות
כדקא יאות
בעהטן די קייטן
וואס טוהען נישט נייטן
זיי זענען די שלאס
אבער נישט די באס
זיי בינדן
טוהען די הויט שינדן
אבער נישט די בינדער
וואס נעמט אוועק פון די קינדער
זיי דערביטערט
אבער נישט ערשיטערט
דו האסט פארשפארט
שטייט נישט אין ווארט
קוק נישט פון דער זייט
שטיי נישט ווייט
ענטפער דעם געבעהט
מאך אויף דעם געיט
נעם דעם שליסל
און דריי אביסל
די שלאס אפן ברייט
פון די קייטן באפרייט
דעם סעל לייג אין א זייט
אינדערהיים זיי גרייט
אינגאנצן באפרייט
ער גייט ער גייט

בן עזאי » דינסטאג יוני 2, 2015 5:15 pm

· #279924
הערליך @בעל מדות! זייער שיינע גראמען מיט געפיל און טאקט.
איך וואלט אויך ארויפגעלייגט מיינע גראמען, נאר כ'בין חושש אויף א חשש גילוי.

מארגן ווועל איך קומען אין בסמעדרעס וועט מיר מיין כמו חבר באפאלן אזוי הויעך: הא משה, די ביזט דאס די ניק בן עזאי, די גראמען דארט'ן זענען עפעס אזוי אויף דיין שניט, איך און שכי האלטן אז ס'מיז זיין דיר. זאג נאר בין איך ראנג?

או איך וועל שטיין דארט אינמיטן די גאנצע עולם זיך איינהאלטנדיג פון ווערן רויט און הייס, און רעאגירן: וואס, וואס מיינט א "ניק"?

מה לי ולצרה הזאת, האלט איך מיינע גראמען ביי זיך.

נופת צופים » דינסטאג יוני 9, 2015 8:34 am

· #281551
Re: אין געפענגעניש!
בעל מדות טייער
איך בעהט דיר זייער
געב נאר א טראכט
אין נעם אינאכט
אז אפילו קייטן
האט גוטע זייטן
אלעס עכט
האט גוט און שלעכט
ווי דער בוים פון וויסן
האט א טעם א זיסן
דארפסט נאר קאנטראלירן
נישט לאזן קאמאנדירן
לכל זמן ועת
דו בוזט בעל הבית
דיינע פראיאריטעטן
זאלסטו נאר אויס סטרעיטן
כגפן אשתך
וכשתילי זיתים בניך
א לעבן גאר רואיג
ווען אזוי וועט זיין נהוג

בעל מדות » פרייטאג יוני 12, 2015 4:08 pm

· #282358
זיך אנגעטראפן מיט די בילדער, און האט מיר דערמאנט פון דעם אשכול.
📎 IMG_20150612_115137.jpg 📎 IMG-20150502-WA0035.jpg

lazar » פרייטאג יוני 12, 2015 4:24 pm

· #282359
זעהט אויס אז די צוויי באנדיטן
פון די שטרענגע תפיסה 'קלינטן'
האבן געליינט דעם שנירל
און פרובירט צו טרעפן א טירל
א וועג ארויס לחירות
גענוג געזיצן פאר זייערע עבירות
געשניטן געזעגט געגראבן
אבי אביסל פרייהייט האבן
דורכ'ן סוער פייפ אנטרינען
אין זייער צעל דאמיס געפינען
מיט א געשריבענעם געלן צעטל
"א גוטן טאג" אן קיין שום פשט'ל
עמיר זעהן ווילאנג די שפיל וועט נעמען
און זיי צוריק אין תפיסה נעמען