☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

365 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #90
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 20, 2013 7:59 pm

· #116183
חברה.... א סנייפער האט זיך אריינגעריקט. כ'ציטער.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:35 am

· #117035
AppleCider4Seder איז אנגענומען געווארן.
פארוואס?

sefish » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:39 am

· #117038
cuz he promised to write only in Tzimes

אביגדור » דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:47 pm

· #117350
[ציטאט אראפגענומען]

דיו לבא מן הדין וכו'

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:12 pm

· #117404
ווען מ'רעדט פון איבערווייזן איז עס עפעס א געוויסע סיטיזענשיפ פעיפערס וואס ער דארף רעפערזענטירן?
אדער איז גענוג א שיינע איידי פיקטשער. ?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 7:16 pm

· #117406
באבובער, מיט א רייש, איז נישט קיין עכטע באבובעה, אן א ר'

אביגדור » דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:07 pm

· #117485
👍

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 4, 2013 2:41 pm

· #121308
[ציטאט אראפגענומען]

😂

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 5, 2013 9:46 pm

· #122077
מ'גייט אריינלאזען דעם נייעם "חסידישער בחור" אין מא....?

איך אויך » מיטוואך יוני 5, 2013 10:03 pm

· #122081
על פי רוב בלייבט מען נישט א בחור.

משולם שטיינפעלד » מיטוואך יוני 5, 2013 11:18 pm

· #122100
חסידיש בלייבט מען יא?

איך אויך » זונטאג יוני 9, 2013 12:17 pm

· #123087
און צו קוואדער.

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 9, 2013 1:07 pm

· #123100
לעיקוואד? אינו בדומה לו! יענער קען זיך רופן וויאזוי ער וויל.

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 10, 2013 6:10 pm

· #123740
שמענדריג איז זייער ענליך צו שמעקעדיג, נאטינג פערסענאל שמענדריג.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 10, 2013 6:27 pm

· #123743
ביינער פיש איז ענליך צו געפילטע פיש.
נאטינג פערסאנעל.
אבער אוי! ווי אזוי האט מען פארזעהן און אנגענומען אזא ענליכע ניק?

אקעי ממילא איז ער נישט אקטיוו, סאו נישטא קיין הארם.

איך אויך » מאנטאג יוני 10, 2013 6:31 pm

· #123744
נאר אין ארץ ישראל...

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 10, 2013 6:44 pm

· #123746
האסט מיך אפגעפרעגט. סתם ווען כ'האב געליינט זיין תגובה האב איך געמיינט אז ס'שטייט שמעקעדיג. איי געס די ציגעלע וועט זיך צוגעוויינען.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 8:16 pm

· #123770
א ניק "גיוס-בני-ישיבות" ווערט נישט אנגענומען, וויל ס'ענדלעך צו "חסידים-פאר-בייקס"; "ממרום-שלח-אש" און "לכבוד-שבת-קודש".

אופפסס. פארגעסען אריינצוסיינען מיט מיין מנהל ניק... (איינע פון די ערשטע שאלות אויף גוגל טולק: שלום עליכם.. ייש"כ פארן עקסעפטען...כ'מעג דיר עפעס פרעגן... איר זענט דער מנהל...)

איך אויך » מאנטאג יוני 10, 2013 8:36 pm

· #123779
און וואס ענפערסטו?

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 11, 2013 6:01 pm

· #124062
מען טשעפעט גרושים דא?

באלד קומט קינות גירושין שרייען

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 11, 2013 6:09 pm

· #124066
ניין, ער האט געטראפן א שידוך, טאקע פון דא אין שטיבל וד"ל...

ווען קינות'ל וועט אי"ה א חתן ווערן וועט ער הייסן "קינות" סתם, און דאן וועט זיין א פראבלעם אז ס'ענדעלט זייער צו "גינות"..
אפשר וועט קינות טוישן צו " קינות נישואין ?

טשולענט » דינסטאג יוני 11, 2013 7:31 pm

· #124080
קאווע טרינקער
ניין, ער האט געטראפן א שידוך, טאקע פון דא אין שטיבל וד"ל...

ווען קינות'ל וועט אי"ה א חתן ווערן וועט ער הייסן "קינות" סתם, און דאן וועט זיין א פראבלעם אז ס'ענדעלט זייער צו "גינות"..
אפשר וועט קינות טוישן צו " קינות נישואין ?


אדער ענדלט עס צו שטארק צו "כינוס", און דער עולם דא איז שוין פעד אפ מיט כינוסים.

משה געציל » דינסטאג יוני 11, 2013 7:57 pm

· #124090
קאווע טרינקער
ניין, ער האט געטראפן א שידוך, טאקע פון דא אין שטיבל וד"ל...

איך מבין נישט פונקטליך, קענסט אביסעלע מסביר'ן?
קאווע טרינקער

ווען קינות'ל וועט אי"ה א חתן ווערן וועט ער הייסן "קינות" סתם, און דאן וועט זיין א פראבלעם אז ס'ענדעלט זייער צו "גינות"..
אפשר וועט קינות טוישן צו " קינות נישואין ?

נא וועי! עס קומט אזא גוטס אז עס וועט אי"ה זיין שירת נישואין!

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 11, 2013 8:49 pm

· #124108
שירת נישואין? נעה, עס sound פרייליך, אבער ס'וויינט...

מאטי » דינסטאג יוני 11, 2013 8:51 pm

· #124109
קאווע טרינקער
ניין, ער האט געטראפן א שידוך, טאקע פון דא אין שטיבל וד"ל...

ווען קינות'ל וועט אי"ה א חתן ווערן וועט ער הייסן "קינות" סתם, און דאן וועט זיין א פראבלעם אז ס'ענדעלט זייער צו "גינות"..
אפשר וועט קינות טוישן צו " קינות נישואין ?

אדער וועט ער צוריקגיין צו זיין אלטן ניק פון פארן פאעזיע פארמעסט...

קינות גירושין » מיטוואך יוני 12, 2013 12:58 am

· #124228
איך בין שוין פעד אפ מיטן גאנצע קינות נאמען , איך גיי צוריק צו מיין אלטע נאמען און פערטיג איך הער אויף צו פארפירען אנטקעגן די נשאוים וואס רעדן עקלדיג קעגן די גרושים זיי זענען סיק העדס איך וועל די חברה נישט קענען איבערמאכען זיי דארפן אלע א דר.
בד״וו סקען זיין אז סקומט גוטע נייס בקרוב...
איך דערמאן עס נאר בדרך אגב...
פארשטייט זיך אז כגיי עס נישט אויסרופען דא פאבליק, כוועל פלעין אייננעמען א שטילשוויגעניש

אביגדור » זונטאג יוני 16, 2013 1:23 am

· #125127
מסתמא.

לעמיל » דינסטאג יוני 18, 2013 11:27 am

· #125787
מ' נעמט אן כינעזער ניקס?
лпم iοوԴ

אביגדור » דינסטאג יוני 18, 2013 11:57 am

· #125808
.

איך אויך » דינסטאג יוני 18, 2013 3:30 pm

· #125934
лпم iοوԴ
דאס איז נישט כינעזיש - עס איז "חתם סופר", ע"ש זקיני זצ"ל.

איז אפשר מעגליך אויפצוטוישן צו נארמאלע פאנטס? מען ווען האבען דעם זעלבן דרך ארץ פאר אייך.

יידל » דינסטאג יוני 18, 2013 3:54 pm

· #125943
וואס ביזטו אזוי איבערגענומען, איך-אויך?

איך אויך » דינסטאג יוני 18, 2013 3:59 pm

· #125945
איך בין בטבע אנטקעגען חאזעריי, אויב יעדער גיבט זיך אנייצע מיט נארמאלע פאנטס קען דער חשובער חתם סופר אייניקעל אויך.
(זעהסט דאך אז ידידינו לעמעלע האט אויך נישט געוויסט What's flying)

איך אויך » דינסטאג יוני 18, 2013 8:41 pm

· #126059
[ציטאט אראפגענומען]


ער האט געזעהן אז
יידל
ח = П
ת = Л
ם = م
ס = Ο
ו = i
פ = و
ר = Դ


האט מען יא אנגענומען וויל ער אויך ,יידל יעצט פארשטייט איר שוין?
(איך האב א פילינג אז דאס איז אונזער זרל)

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 5:50 pm

· #129849
איך זעה אויפן הויפט זייט אז די נייעסטע באניצער רופט זיך @alsveiser וצ"ע מאי שנא פון @אלס ווייסער?

לעמיל » מאנטאג יולי 1, 2013 5:58 pm

· #129851
עס איז אוקעי ביידע פון זיי באלאנגען פאר איין מענטש און פאר איין פרטיי סא עס איז אוקעי

מאטי » מאנטאג יולי 1, 2013 6:09 pm

· #129854
בקיצור יעדער "אלס ווייסער" האלט אז ס'נאר דא איין.

אלס ווייסער » מאנטאג יולי 1, 2013 11:18 pm

· #129934
לעמיל
עס איז אוקעי ביידע פון זיי באלאנגען פאר איין מענטש און פאר איין פרטיי סא עס איז אוקעי

Says who?

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 11:45 pm

· #129944
די טעג סיסטעם ארבעט פיין....
מ'דארף אנהייבן צו טעגן טויטע ניקס...

משה געציל » מאנטאג יולי 1, 2013 11:47 pm

· #129945
נישט קיין שאלה פון דורש אל המתים?

קאווע טרינקער » מאנטאג יולי 1, 2013 11:50 pm

· #129947
דורש אל המתים איז שוין נישט נוהג היינט, דר'עולם זיצט אין בתי חיים like never before

ס'אפשר א שאלה פון מאכן תחיית המתים פאר די צייט, נו, ציונים.

משה געציל » מאנטאג יולי 1, 2013 11:53 pm

· #129949
דער נו ציונים דארפסטו שנעל טוישן, ווייל שמעתי אז די אי. יא. פלאנט עס אינגאנצען מבטל צו זיין נאך די היינטיגע פראטעסט...

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 9, 2013 11:18 pm

· #132051
בכלל זענען נומערען נישט פאסיג וקצרתי

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 14, 2013 2:19 pm

· #133382
"קאווע טרינקער" האט נאך אריינגעכאפט!

ברסלבער » זונטאג יולי 14, 2013 2:35 pm

· #133392
לא הניק מכבד את האדם, אלא האדם מכבד את ניקו.
אמאל איז דא אן אומפארשטענדליכע ניק וואס רעדט צו די זאך דברים של טעם, און אמאל איז דא א שיין קלינגעדיגע ניק-נעים וואס רעדט נישט צום דבר.
(גראדע @קאווע טרינקער האט ביידע מעלות...)

טעפל » זונטאג יולי 14, 2013 4:17 pm

· #133430
גוט געזאגט ברסלבר

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 14, 2013 9:18 pm

· #133524
שאולדיספריםפאקער?

וואסי פשט פון פון א "ם" אינמיטן א ווארט?

newkave » זונטאג יולי 14, 2013 9:54 pm

· #133537
איך ווארט פאר די 'אייוועלט איז נישט קיין פאסיגע ניק'... 😉

טאמבל סאס » זונטאג יולי 14, 2013 9:59 pm

· #133539
איך ווארט אויף די "אונטעראייוועלטניק" איז נישט קיין פאסיגע ניק!
אדער אז "ס'איז שוין דא צופיהל דערפון" זוכט אייך א צווייט... ארט.

טאמבל סאס » זונטאג יולי 14, 2013 10:47 pm

· #133567
קען זיין ער אנטלויפט פון אייוועלט און ער זוכט די ערי מגרש.

איך אויך » מאנטאג יולי 15, 2013 12:23 pm

· #133722
בשלח איש.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8