☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » טויזנט ווערטער

טויזנט ווערטער

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9

Starbucks » דינסטאג פעברואר 28, 2012 1:00 am

· #19
טויזנט ווערטער
מ'זאגט אז א בילד רעדט טויזענט ווערטער. גיט א קוק אויף דעם בילד און זאגט וואס דאס בילד דערציילט. דאס קעפל ליינט "טענצל ביי דעם סיום - התורה אין דאבראוונער אלטער שול."

<a class="postlink" href="http://www.yivoencyclopedia.org/search.aspx?query=%22Celebration+at+a+siyum+ha-Torah%22+Dubrovno%2C+Russia+1905&params=types%3Dimg">http://www.yivoencyclopedia.org/search. ... ypes%3Dimg</a>

Starbucks » דינסטאג פעברואר 28, 2012 1:16 am

· #24
Re: א טויזנט ווערטער
[ציטאט אראפגענומען]


איך בין נייגעריג וואס ס'האט זיך אלץ אפגעטוהן אין דעם שטעטל/דערפל. די ווענט זעהן אויס רייך באצירט אבער די אידן דארט זעהן אויס נעבעך ווי בלוטיגע ארימעלייט, איין קינד גייט בורפוס..

רואיק » דינסטאג פעברואר 28, 2012 2:32 am

· #28
Re: א טויזנט ווערטער
אינטערעסאנט, נאר איינער פארמאגט גלעזער.

דבילה » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:00 am

· #33
Re: א טויזנט ווערטער
די אויסוואל פון היטלעך זעט אויס גאר אינטרעסאנט! ס'איז מיר א וואונדער וואס די היטל פארציילט אויף דעם מענטש וואס טראגט עם - ווי רעליגעז ער איז? אין וועלכן שטיבל ער דאווינט? וואס איז זיין פאך? אין וועלכן ארבעט פאריין ער איז אנגעקנופט? אדער אפשר סתם גארנישט!

דבילה » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:48 pm

· #85
Re: א טויזנט ווערטער
'ך זע נישט קיינע פרויען, הסבר?

טעמפא » מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:03 am

· #87
Re: א טויזנט ווערטער
דבילה
'ך זע נישט קיינע פרויען, הסבר?


קוקט אייך איין אינעם עולם וואס שטייט אויף די טרעפ פון ארון קדוש און העער דעם עמוד. יא יא, אזוי צניעות'דיג זענען די אמאליגע פרויען געווען...

Starbucks » מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:13 am

· #94
Re: א טויזנט ווערטער
דבילה
'ך זע נישט קיינע פרויען, הסבר?


Starbucks

<a class="postlink" href="http://www.yivoencyclopedia.org/search.aspx?query=%22Celebration+at+a+siyum+ha-Torah%22+Dubrovno%2C+Russia+1905&params=types%3Dimg">http://www.yivoencyclopedia.org/search. ... ypes%3Dimg</a>


אפשר ווייסט איינער וויאזוי צו downloadען די פיקטשער כדי מ'זאל עס קענען דא פואסטן נארמאל?

Starbucks » מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:56 am

· #98
Re: א טויזנט ווערטער
[ציטאט אראפגענומען]


how about די אריגינעל פייל מען זאל קענען אריינזומען?

טעמפא » מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:45 pm

· #108
Re: א טויזנט ווערטער
Starbucks
[ציטאט אראפגענומען]


how about די אריגינעל פייל מען זאל קענען אריינזומען?

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דיין בקשה איז. דער אריגענעלער פייל קענסטו זיין אויף די לינק צו ייוו"א. דארט קען מען אויך אריין- און ארויס-זומען.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:43 pm

· #116
Re: א טויזנט ווערטער
טעמפא
דבילה
'ך זע נישט קיינע פרויען, הסבר?


קוקט אייך איין אינעם עולם וואס שטייט אויף די טרעפ פון ארון קדוש און העער דעם עמוד. יא יא, אזוי צניעות'דיג זענען די אמאליגע פרויען געווען...



טאקע זייער צניעותדיג... שומר נגיעה אויך...

טעמפא » מיטוואך פעברואר 29, 2012 2:11 pm

· #117
Re: א טויזנט ווערטער
געפילטע פיש
טעמפא
דבילה
'ך זע נישט קיינע פרויען, הסבר?

קוקט אייך איין אינעם עולם וואס שטייט אויף די טרעפ פון ארון קדוש און העער דעם עמוד. יא יא, אזוי צניעות'דיג זענען די אמאליגע פרויען געווען...


[img]
טאקע זייער צניעותדיג... שומר נגיעה אויך...

ס'קען געמאלט זיין אז דאס איז זיין ווייב. איי וועסטו פרעגן וועגן די אייגענע האר? אדער איז דאס עפעס אן אלט-מאדישער ווערסיע פון א יומען-העיר שייטל, אדער קען גאר יין א דאס איז זיין טאכטער כאטשיג ער זעט אויס צו יונג צו זיין איר טאטע.

משה זוכמעך » מיטוואך פעברואר 29, 2012 4:51 pm

· #136
Re: א טויזנט ווערטער
ס'איז דאך זיין ליבע מאמע דעס, זעסטו נישט?

רואיק » זונטאג מערץ 4, 2012 4:53 am

· #384
Re: טויזנט ווערטער
איך האב הנאה פון דעם יונגערמאן ווי ער האט ארויפגעשטעלט זיינע קינדער אינדערהייעך זיי זאלן קענען זעהן. ליידער זענען רוב פון די (אויב נישט אלע) אידן אומגעקומען ביים קריג.