איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8999
איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
פארענדיג היינט אויפן טראוועי האב איך זיך איינגעהערט צו א געוויסע סטאנציע (דאכטיצך: עלוויס דוראן) מיט אן אינטערעסאנטע פארוויילונגס פראגראם מיטן נאמען: "איך בין אויסגעלאפן פון... און איך האב אנשטאט גענוצט... די אייינהערער האבן אריינגערופן מיט אינטערעסאנטע עפיזאדן ווי זיי זענען אויסגעלאפען פון וויכטיגע אדער אומוויכטיגע געברויכן, און ווי אזוי זיי האבן זיך אן עצה געגעבן אן דעם.
עס איז געווען גאר פראוויילעריש זיך איינצוהערן צו די אלע מעשות. מענטשן האבן אריינגערופן מיט רעגולארע אנקעדאטן ווי דער יעניגער וואס איז אויסגעלאפן פון מילך פאר זיין סיריעל און אנשטאט דעם האט ער גענוצט צוקער וואסער (און עס האט נישט געהאט קיין טעם), אדער די דיש וואשער זייף איז אויסגעלאפן און און ער האט גענוצט אנשטאט רעגולארע הענד סאופ זייף (און דער דיש וואשער איז געגאנגען שלאפן). דערנאך איז געווען די קארני רופער, למשל איינער וואס איז אויסגעלאפן פון פאט (קטורת סמים) און אנשטאט דעם האט ער געניצט ארעגענא דאס וואס מען לייגט אויפן פיצצא ברויט(ער האט נישט פארציילט אויס עס האט געארבעט) און אויך איז געווען גאנץ קאמישע עפיזאדן ספעציעל ווען עס איז געקומען צו טוילעט פעפער. איינער האט פארציילט אז ער איז אויסגעלאפן פון טוילעט פעפער האט ער געניצט אנשטאט דעם קאווע פילטערס (ער האט גענוצט א גאנצע בעג און ער איז נאך אלץ נישט געווען ריין). א צווייטער האט פארציילט מער א דראמאטישער מעשה, ביי אים איז אויסגעלאפן טוילעט פעפער און נישט מער נישט ווייניגער ער האט זיך גערייניגט מיט זיינע זאקן (ער איז ארויס בארוועס פון טוילעט און געלייגט די זאקן אין מיסט קאסטן).
אז דער עולם וויל קען מען דא ממשיך זיין דעם שמועס (און אפשר אביסל פאר-אידיש-ן דעם נושא) מען קען זיך לאזן הערן מיט לאכעדיגע, וויינעדיגע, קאמישע, טראגישע, אינטערסאנטע קארני עכטע, פאלשע מעשות, וואס האט פאסירט ביי זיך אליינס, ביי די ווייב, און ביי די שוויגער ביים חבר, שכן אדער קרוב.
וזה החלי:
פארגאנגענע וואך פארן לעכט צינדן, איז ביי מיר אויסגעלאפן די שמן זית און איך האב גענוצט אנשטאט דעם קאנאלא אויל (עס האט געברענט פונקט אזוי שיין).
איך בין אמאל אויסגעלאפן פון טוילט פעפער, האב איך געניצט אבנים מקורזלות (איך בין ארויסגעקומען אינגאמצן צושטאכען און צו בלוטיגט)
איינמאל איז מען ביי מיר אין שטוב אויסגעלאפן פון בדיקות האט מען האט געניצט א ווייסע טישטעך אנשטאט דעם. (נאך א מזל עס האט זיך נישט געמאכט קיין שאלות).
חברה זייט'ס ממשיך !
ווייסע טישטעך? די האסט נישט טאשטיכלעך?
איך בין אמאל אויסגעלאפן פון בעיקינג פעיפער ערב שבת האט מען פראבירט צו נוצן פעיפער בעגס אנשטאט, (נאכדעם געכאפט אז איך ווייס נישט צו מצד כשרות איז דאס אקעי,) און עס האט זיך נישט גוט אויסגעארבעט, די עסן האט זיך צוגעקלעבט צו דעם.
!
בענדזשאמין פרענקלין
וזה החלי:
פארגאנגענע וואך פארן לעכט צינדן, איז ביי מיר אויסגעלאפן די שמן זית און איך האב גענוצט אנשטאט דעם קאנאלא אויל (עס האט געברענט פונקט אזוי שיין).
ביי מיר איז געווען פונקט די זעלבע מעשה די וואך און ס'וואלט ממך נישט איינגעפאלן צוברענגען די מעשה דא, (זעט אויס איך בין שוין גענוג שלימזל). אויב איך קויף נישט יעצט שמן זית גיי איך נאכאמאל צינדן די וואך מיט קאנאלא אויל.
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
נישט בדידי ממש אבער ביודעי ומכירי
א חתן צומארגענס פונעם חתונה האט געגעסען פרישטיק אינדערהיים מיטן פרישען ווייב און אזוי ווי עס איז געווען א וויליאמסבורגע דירה איז די ערד געווען שיעף און דער טיש האט זיך געשאקעלט און ער האט נישט געהאט וואס אינטערצולייגען האט ער אינטערגעלייגט א שטיקל טשוקולוד און מען האט געקענט עסען ווייטער
גייט אבער נישט דורך צוויי מינוט. און עס שאקעלט ווייטער גיט ער א קוק זעהט ער די טשוקולד איז צולאזט.....
איך בין אויסגעלאפן פון געז און אנשטאט דעם גענוצט דיזעל עס האט זיך נישט גוט אויסגעלאזט און פרעג אפילו נישט ווי די מיקעניק האט געלאכט פון מיר (עס איז שוין כאטש 12 יאר זייט דעמאלס)
איך בין נישט גיווענליך אזא אקס
לית דין בר נשאיך בין אויסגעלאפן פון געז און אנשטאט דעם גענוצט דיזעל עס האט זיך נישט גוט אויסגעלאזט און פרעג אפילו נישט ווי די מיקעניק האט געלאכט פון מיר (עס איז שוין כאטש 12 יאר זייט דעמאלס)
איך בין נישט גיווענליך אזא אקס
פון וואנען און פארוואס האסטו געהאט דיזעל?
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
ארויסקומענדיג פין מקוה נישטא קיין פרישע האנטוכער אבער אסאך שמוציגע אויפן פלאר אדער וואס איינער ענדיגט זיך יעצט אפווישען אבער יענער גייט נאר אין שויער משבת לשבת.
וועלכע האנטוך נעמט מען ?
עס איז גיוועהן אין קעמפ און איך בין גיוועהן סטאק אין די גוי דוירט האט געהאט א באקעט דיזעל און איך האב אנגעזויפט מיין קאר מיט דעם, אויפן וועג צום געז סטעישען האב איך געמאכט א סטאפ אין א צווייטע קאנטרי און פארלאשן די קאר און מער האט ער זיך נישט אנגעצונדען איך האב עס געדארפט טויען
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
איך בין אויסגעלאפן פון מעשיות צדיקים.... און אנשטאט דעם געמאכט פרישע...... און דער עולם האט שטארק הנאה געהאט
גרויסע מענטשעלעארויסקומענדיג פין מקוה נישטא קיין פרישע האנטוכער אבער אסאך שמוציגע אויפן פלאר אדער וואס איינער ענדיגט זיך יעצט אפווישען אבער יענער גייט נאר אין שויער משבת לשבת.
וועלכע האנטוך נעמט מען ?
דא שרייבט מען וואס מען האט געטוהן, נישט וואס מען האט צו טוהן, ואתכם הסליחה.
איך האב געקענט א איד (מיין שכן) וואס זיין ווייב האט ביי מיסטעיק אריינגעגאסן עסיג (ווינעגאר) פאר די שבת לעכט אנשטאט שמן זית...און ווען דער איד איז אהיימגעקומען פון מקוה האט ער געזאגט א יהי רצון, און ס'האט פיין געארבעט...!
נאך א מעשה (ביי דעם זעלבן שכן) ער איז אויסגעלאפן פון געלט...און זיין ווייב האט אנגעצינדן דעם געז, און זיך געמאכט ווי זי באקט חלות אויף שבת...און דער אויוון איז געווארן פול מיט חלות...!
א אידאיך בין אויסגעלאפן פון מעשיות צדיקים.... און אנשטאט דעם געמאכט פרישע...... און דער עולם האט שטארק הנאה געהאט
דאס איז געווען אמאל...פאר ס'איז געווען תהילים כולל..אבער היינט איז שוין נישט דא דער פראבלעם... 😂
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים:...און געז, צו באקן חלות איז שוין יא געווען, דאמאלס...?... 😂
בענדזשאמין פרענקליןפארענדיג היינט אויפן טראוועי האב איך זיך איינגעהערט צו א געוויסע סטאנציע (דאכטיצך: עלוויס דוראן)
דאכט זיך עס האט געהייסן עפעס קול מעווא...
אן אנדערע רעדיא סטאנציע האסטו אזא חשובע בחור ווי בנימין פרענקל זיכער נישט געהערט, די ראש ישיבה האט דאך ארויסגענומען FM פון אלע סענסאס.
הא, די שפריצט קאווע אויף מיך? איך וועל זאגן פארן משגיח זאל איבערקוקן דיין סענסא.
דו פרעגסט וואס איז מיט די בלויע לייט אינטער מיין דאכענע? אוי כהאב גארנישט געזאגט, איך זאג נישט וועגן דיר, און די זאגסט נישט וועגן מיר.
הא, וואס זאגסטו צו גרונם פייוויש, סאמת אז מהאט געלייגט דעיס יאר אין קעמפ אייס אין אלע צימערן? וואס נאך איז נייעס.
אויב זענט איר נישט א קארגער דאן וועט איר מעגליך נישט כאפן.
איך בין אויסגעלאפן פון לייקס... נו וואס מיינט איר טוט א איד ? האב איך פשוט אוועק געגעבען פון מיינע....
איך בין אויסגעלאפן פון טוילעט פעיפער אין מיין הויז און כ'האב גענוצט א רבינו תם אונטערהויז!
כ'האב מיך פארשטייט זיך אפגעווישט א שיעור חזון איש און א בדיקת ר' יהודה.
כ'האב עס דערנאך געלייגט אין וואש מאשין.. א שאד די געלט!
זבל פרדותיו של טאמבל סאס וכו'
אמאל, בין איך אויסגעלאפן פון נעגל וואסער שיסלען (אלע אינטערהויזנ'ס האבן זיך געווייקט אינדעם) און כ'האב גענוצט א טאפ אנשטאט. כ'האב שוין אויך גענוצט די באקאנטע דיספאזעבל , היימישע מאסט פלעשלעך אנשטאט די אומבחנ'טע קאלירטע פלאסטיק טעפלען (מיט די אפגעבראכענע הענטלעך).
איינמאל בין איך אויסגעלאפן פון חלות פאר לחם משנה, האב איך זיך מוציא געווען מיט מיין ווייב'ס
איך האב אמאל פארלוירן מיין שירעם אין שוהל און אנשטאטס דעם גענוצט א צווייטנ'ס.
איך בין אמאל אויסגעלאפן פון מרור און גענוצט חזרת במקומו.
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
איך בין אויסגעלאפן פון קעש...... און אנשטאט דעם גענוצט קרעדיט קארדס...... און היינט זאג איך אז זיי קענען מיר אלע קושן.....
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
טאמבל סאסאיך האב אמאל פארלוירן מיין שירעם אין שוהל און אנשטאטס דעם גענוצט א צווייטנ'ס.
ענדערש שרייב כהאב אמאל נישט פארלוירן מיין שירעם אין שוהל און אנשטאטס גענוצט מיינס
טאמבל סאסאיך האב אמאל פארלוירן מיין שירעם אין שוהל און אנשטאטס דעם גענוצט א צווייטנ'ס.
עס האט געארבעט אדער נישט?
טאמבל סאסאמאל, בין איך אויסגעלאפן פון נעגל וואסער שיסלען (אלע אינטערהויזנ'ס האבן זיך געווייקט אינדעם) און כ'האב גענוצט א טאפ אנשטאט. כ'האב שוין אויך גענוצט די באקאנטע דיספאזעבל , היימישע מאסט פלעשלעך אנשטאט די אומבחנ'טע קאלירטע פלאסטיק טעפלען (מיט די אפגעבראכענע הענטלעך).
איך אין אזא צייט האב גענוצט א זופ טעלער מיט א קאפ (אין א 7 אונס קאפ גייט אריין בערך דריי רביעית'ן). ס'האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט ב"ה.
איך בין אויסגעלאפן פון דראנטן אינמיטן טוהן אן עלעקטריק דזשאב, האב איך געניצט א ראלל פון טוויסטערס. ב"ה ס'האט פיין געארבייט.
... האלא מיסטער עלעקטרישאן, מיין טעלעפון קראצט, ס'הערט זיך ווי כ'רעד אויף א וואלקי טאלקי.
ס'מיז זיין דיין קארדלעס איז די פראבלעם, גיי קויף א נייע. כ'האב שוין לאנג געזאגט פענעסאניק טויג צו פאטעיטאס בעסער ווי עלעקטראניקס.
... העלא, וואס, מיט די נייע פאון איז נישט בעסער? גוט איך קען איבערמאכן די ווייערינג, כ'וועל עס מאכן דאס מאל פאר $150.
כ'לייג דיר אריין אין מיין סקעדשועל פאר דריי וואכן ארום...
טאמבל סאסאיך בין אויסגעלאפן פון טוילעט פעיפער אין מיין הויז און כ'האב גענוצט א רבינו תם אונטערהויז!
כ'האב מיך פארשטייט זיך אפגעווישט א שיעור חזון איש און א בדיקת ר' יהודה.
כ'האב עס דערנאך געלייגט אין וואש מאשין.. א שאד די געלט!
זבל פרדותיו של טאמבל סאס וכו'
טאמבל סאס: די זבל פרדותיו של יצחק האט מען כאטש געקענט נוצן פאר פערטילייזער... אויף וואס קענמען נוצן דיינע רבינו תם'ס...?
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
berlbalagulehטאמבל סאסאיך בין אויסגעלאפן פון טוילעט פעיפער אין מיין הויז און כ'האב גענוצט א רבינו תם אונטערהויז!
כ'האב מיך פארשטייט זיך אפגעווישט א שיעור חזון איש און א בדיקת ר' יהודה.
כ'האב עס דערנאך געלייגט אין וואש מאשין.. א שאד די געלט!
זבל פרדותיו של טאמבל סאס וכו'
טאמבל סאס: די זבל פרדותיו של יצחק האט מען כאטש געקענט נוצן פאר פערטילייזער... אויף וואס קענמען נוצן דיינע רבינו תם'ס...?
צו פארדעקן די את'ן פון פרשת אבימלך. ..
דא האט איר א פאראידישטע:
איך בין אויסגעלאפן פון [וויין] ... און אנשטאט דעם געניצט [גרעיפ דשזאוס] ...
מיין ווייב זאגט מיר זי איז אויסגעלאפען פון קליידער מיט וואס זיך אנצוטוהן..
האב איך גענומען אירע פיר שענק פון קליידער און עס ארויסגעטראסקעט אין גארבעדש... אפשר יעצט עסטו האבן
אויסגעלאפן פון סערוויס, און געניצט ווייפיי.
Re: איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
בן אדםבענדזשאמין פרענקלין
וזה החלי:
פארגאנגענע וואך פארן לעכט צינדן, איז ביי מיר אויסגעלאפן די שמן זית און איך האב גענוצט אנשטאט דעם קאנאלא אויל (עס האט געברענט פונקט אזוי שיין).
ביי מיר איז געווען פונקט די זעלבע מעשה די וואך און ס'וואלט ממך נישט איינגעפאלן צוברענגען די מעשה דא, (זעט אויס איך בין שוין גענוג שלימזל). אויב איך קויף נישט יעצט שמן זית גיי איך נאכאמאל צינדן די וואך מיט קאנאלא אויל.
ביי מיר האט זיך איין פרייטאג צו נאכטס גענדיגט די גרעיפ דזאוס האב איך גענוצט וויין און סהאט זיך פיין געטרינקען אין אזוי פיר איך ממך יעדע פרייטאג אויפדערנאכט
נאכן חתונה ליל א' ... פארגעסן אהיים/מיט צוברענגן ... גענוצט קאנאלא אויל ...
איך בין אויסגעלאפן פון... און אנשטאט דעם גענוצט...
איך האב נישט געהאט קיין טישאס... האב איך גענוצט מיין ארבעל (כמנהג חאסידאם)
נאר ווען די האסט נישט טישוס? וואספארא חסיד ביסטו?!