☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פארוואס טאקע?

פארוואס טאקע?

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8992

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 31, 2015 11:55 pm

· #279470
פארוואס טאקע?
[ביטע ליינט קודם אדורך די צוויי אשכולות.]

מעג איך זאגן הויך וואס איהר האט שוין זיכער געקלערט אמאל ביי א צו-לאנגע שמונה עשרה?

סוף סוף, איז דא א חילוק פון גאט און דעם שיינעם איד וואס האט גע'טענה'עט אז צו אלע זיינע מעלות איז ער אן עניו אויך?... כ'מיין, לך ה' הגדולה הגבורה וכו'... במקום גדולתו אתה מוצא ענותנותו... נאך אלע מעשיות שטעלט ער ארויס א פריטי שיינע רעזומעי.

דאכציך אז ער וואלט נישט איינגעגאנגען אויף וואלען, אפשר זאל א צווייטער איבערנעמען דעם בענקל, הא?...

*

כ'וועל אייך פארשטיין אויב די צוויי דערמאנטע אשכולות האבן אייך דערמאנט פון א ליובאוויטשער משפיע וואס כ'האב געקענט אין אר"י, ער האט געהאט א זעלטענע ברכה: פון סיי וועלכע נושא ער האט נאר גערעדט איז ער אלעמאל צוגעקומען צו די זעלבע סטעיטמענט: מה זאת אומרת לנו? התקשרות לרבי!...

וואס פאר א מין תירוץ איז דאס 'ביטול'? איז עס נישט מער ווי א יאוש?

*

פלאטא שטעלט אוועק די 'טעאריע פון פארעמען', דאס זענען אבסטראקטע מושגים וואס אונזער תפיסה אין זיי איז נישט אנגעבינדן אין די גשמיות'דיגע פינף חושים, דאס איז די עצם רעאליטעט, באגריפן וועלכע קענען נישט געשאפן ווערן אדער חרוב ווערן.

די עצם מושג פון 'יוסטיץ', די עצם מושג פון די נומער 'פינף', די עצם מושג פון 'שיינקייט', די אלע זאכן קען מען נישט אננעמען מיט איינע פון די פינף חושים, מען קען זיי נישט זעהן, שפירן אדער הערן, און דאך – און טאקע דערפאר – זענען זיי די עצם מהות פון רעאליטעט, כל הבאמבעס שבעולם וועלן נישט משנה זיין דעם פאקט אז פינף פלאס פינף איז צען – זיי זענען נישט אין הויה והפסד.

יעצט שטעלט זיך די פראגע: זענען זיי נבראים? זענען זיי נאר אפשרי המציאות? אדער, פונקט ווי גאט, זענען זיי מחויבי המציאות?

*

זייט נישט בייז אבער עס דאכט זיך מיר אז מיר זענען אלע גילטי אין הגשמה, מיר האבן אלע – אויבנאויף אדער טיף באגראבן – א בילד פון גאט.

פון וואס מען פרעדיגט אלס קינד 'דער אייבערשטער קוקט' – צי איהר האט געוואלט אדער נישט, משל'ט אייער סובקאנשעס זיך אויס א מענטעל בילד ווי עפעס אן ענטעטי מן החוץ פיעקט אריין און זעהט וואס איהר טוהט.

ביז ווען – מאיזה סיבה – גלייזט מען מיט די אויגן אין די דירעקציע פון ספעיס, ווי ר' זלמן גופין האט אמאל געזאגט: 'ואנפהא נהירין בנהירו עילאה' איז טייטש 'קוק אריין אין סידור'...

צי מען טראכט דערפון אדער נישט האט יעדער עפעס א בילד פון א ברייט-פארצווייגטע אדמיניסטראציע דארט אויבן [וואו?], ס'איז דא בענקלעך, כסא דין, כסא רחמים, ס'איז דא האלוועיס, אפיסעס, סעקראטעריס, דער שטן [?] שלעפט רענצלעך, אינמיטן וועג כאפט ער א פראסק פון דער בארדיטשוב'ער רב, בקיצור יו געט דע פאינט.

צו זאגן אז די גאנצע בריאה איז אלוקות איז עפעס א חסידישע אגענדע, אדער 'כפירה גמורה' - אויב האט איהר אנגעטראפן א געריבענעם.

*

עכ"פ נחזור לענינינו, זענען מושגים נבראים? איז דער מושג פון טוב און רע א מחודש, קען זיין סאמוועיר, סאמטיים, וואו עס איז נישט גילטיג די פלאטאנישע פארעמען?

אודאי אזוי. עס איז נאר דא איין מחויב המציאות, און דאס איז גאט אליין, און פון זיין פאינט אוו וויו, נאך פאר [סיי אין זמן און סיי אין מדרגה] ער האט זיך אריינגעלייגט אין שאפן א בריאה, זענען קיינע מושגים אויך נישט פארהאן, נישט טוב, נישט רע, נישט גאוה, נישט שמחה, גארנישט, כ-ל-ו-ם, עס איז נאר דא די אחדות פשוטה פון גאט.

נעמט אין באטראכט אז 'פאר א בריאה' מיינט נישט בלויז אז די שטח איז ליידיג, מען מעקט אויס אלע פלאנעטן וכו', עס מיינט אז קיין שטח איז אויך נישט פארהאן.

איהר זעהט, אז מען טראכט אריין 'מוז' יעדע מושג צוקומען צו א בעקראונד, עס איז פונקט ווי תנועה מוז זיין רעלאטיוו צו עפעס אנדערש, לולא דמיסתפינא וואלט איך יעצט געמאכט א געזעץ 'יעדע מושג דארף צוקומען צו ספעיס 'וואו' ער איז א מושג'.

זייט מיר מוחל, אבער עס איז מיר שווער עס מסביר צו זיין, מיר קענען זיך נאר פארשטעלן מושגים איינמאהל ס'איז דא א בריאה ווייל דאן האבן זיי פאטענטשעל – זיי האבן 'וואו' זיך צו מושג'ען, מיר קענען זיך פארשטעלן טוב ורע ווייל עס וואלט געקענט זיין במציאות, ווייל עס וואלט געקענט זיין א שלעכטע קעניג אין אמעריקא, אדער א מער דקות'דיגער פאטענטשעל: מען קען גיין שאפן א וועלט, מאכן מענטשן, זיי געבן לעבן און טויט, זיי געבן געפיהלן, און דארט מאכן א היטלער.

אז עס זענען נישט פארהאן קיין 'זאכן' – נישט ווייל 'גראדע' זענען זיי נישט דא, נאר ווייל אחדות פשוטה פרעגט אפ די עצם זאך – איז נישט דא די מושג פון נומערן.

*

זאכן קומען נישט ארויס פון 'העדר', פון 'גארנישט', א 'זאך' איז על כרחינו צוזאמענגעשטעלט פון פריער-עקזעסטירענדע חלקים.

פון וואס איז די גאנצע בריאה צוזאמענגעשטעלט? פון אטאמען, עס איז קיין חילוק וואס איהר כאפט אהן, אלע האבן די זעלבע אינגריעדיענטס.

פון וואס האט גאט געשאפן די אטאמען? וועל, פון די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צו די האנט, די איינציגסטע באשטאנדטייל וואס איז פארהאן: ער אליין - דער אין האמיתי.

אט דאס איז טייטש: יש מאי"ן.

עס איז א פשוטע מאטאמאטישע חשבון אז סיי וועלכע מציאות מוז זיין געטליכקייט.

*

אין אנדערע ווערטער האט זיך למעשה גארנישט געטוישט; אתה הוא עד שלא נברא העולם אתה הוא משנברא, פון וואו ער זעהט עס איז אלעס ווייטער די זעלבע, בסך הכל האט ער זיך ארומגעשפילט מיט'ן אויסזעהן.

און עס איז מוכרח מצד עצמו: אחדות פשוטה פרעגט אפ בעצם די מעגליכקייט פאר אן אנדערע מציאות.

ממילא הייבט זיך גארנישט אהן, איך, דו, גאוה, תאוה, טוב, רע, ענוה, יוסטיץ, שיינקייט, 'אלעס' איז ער אליין.

מאי"ן יבוא עזרי – דיס איז אוער אנלי האופ...

מאטי » מאנטאג יוני 1, 2015 2:05 am

· #279489
זאכן קומען נישט ארויס פון 'העדר', פון 'גארנישט', א 'זאך' איז על כרחינו צוזאמענגעשטעלט פון פריער-עקזעסטירענדע חלקים.

וואס זאגט ר' דוד היום דערצו?

דעת תורה » מאנטאג יוני 1, 2015 10:32 am

· #279512
Re: פארוואס טאקע?
וויאזוי איז די שאלת הפתיחה פארענטפערט?

קול דודי » מאנטאג יוני 1, 2015 11:27 am

· #279527
ונבנתה העיר

זאכן קומען נישט ארויס פון 'העדר', פון 'גארנישט', א 'זאך' איז על כרחינו צוזאמענגעשטעלט פון פריער-עקזעסטירענדע חלקים.
.

<a class="postlink" href="http://www.scientificamerican.com/article/something-from-nothing-vacuum-can-yield-flashes-of-light/">http://www.scientificamerican.com/artic ... -of-light/</a>

ונראה לעניית דעתי שחוקי הקוואנטום מעכאניקס מחוייב המציאות הוא, ודבר קל הוא לחוקי הנ"ל להבריא יש מאין והרי זה מעשים בכל יום. ומה נהדר המראה שיש בנברא יכולת להשיג השגת סוד הבורא ועל זה בוודאי פינו מלא שירה כים ולשוננו רינה.

ברסלבער » מאנטאג יוני 1, 2015 5:51 pm

· #279626
ונבנתה העיר, הערליך שיין! ממש גילוי אלקות, בלייבט נישט קיין ספק אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער.

בר-כוכבא » דינסטאג יוני 2, 2015 12:27 am

· #279740
Re: פארוואס טאקע?
א מחיה צו ליינען! יישר כוח.

אחד העם » דינסטאג יוני 2, 2015 10:28 am

· #279824
ונבנתה,
די נקודה וואס די בארירסט בנוגע הגשמה, איז א חשובע, אבער מיר זענען נישט שולדיג אין דעם, גאט אליין האט דאס אויס געשטעלט אז עס זאל זיין אזוי (בהנחה שתורה משמים הוא), די אלע מליצות און משלים וואס גאט האט אריינגעלייגט, אדער געהייסען אריינלייגען, אדער אנדערע האבען עס אריינגעלייגט פאר זיינעט וועגן, אין תנ"ך, דאס איז מקור הראשון פאר הגשמה. אין מורה איז דער ענין פון מליצות ומרשים של הגשמת עצמותו יתברך איינע פון חשובסטע טאפיקס דארט. הכלל, די תורה האט אונז געגבן א פתח צו הגשמה, פארשטייט זיך אז די מדרשים וכו האבען דאס ענין פארברייטערט.
אבער מצייר זיין ציורים, און מושגים פון הגשמה איז נאר א פראבלעם אויב מען נעמט אן אז דאס איז דער אבסלוטער אמת. אויב ווייסט מען אז עס איז נישט מער א משל און א רמז, קענסטו שטיין ביי שמו"ע און זאגען ברוך אתה הוי"ה און זיך מצייר זיין פון רבין.

הקטן » דינסטאג יוני 2, 2015 12:06 pm

· #279862
אחד העם

אבער מצייר זיין ציורים, און מושגים פון הגשמה איז נאר א פראבלעם אויב מען נעמט אן אז דאס איז דער אבסלוטער אמת. אויב ווייסט מען אז עס איז נישט מער א משל און א רמז, קענסטו שטיין ביי שמו"ע און זאגען ברוך אתה הוי"ה און זיך מצייר זיין פון רבין.

ר' אביגדר זאגט אז די תורה האט געפענט די פתח צי הגשמה טאקע כדי מיר זאלן זיך קענען מצייר זיין און קימען צו אמינה חושית (וויסענדיג אז דאס איז נאר א משל)

הקטן » דינסטאג יוני 2, 2015 5:36 pm

· #279934
קול דודי
ונבנתה העיר

זאכן קומען נישט ארויס פון 'העדר', פון 'גארנישט', א 'זאך' איז על כרחינו צוזאמענגעשטעלט פון פריער-עקזעסטירענדע חלקים.
.

<a class="postlink" href="http://www.scientificamerican.com/article/something-from-nothing-vacuum-can-yield-flashes-of-light/">http://www.scientificamerican.com/artic ... -of-light/</a>

ונראה לעניית דעתי שחוקי הקוואנטום מעכאניקס מחוייב המציאות הוא, ודבר קל הוא לחוקי הנ"ל להבריא יש מאין והרי זה מעשים בכל יום. ומה נהדר המראה שיש בנברא יכולת להשיג השגת סוד הבורא ועל זה בוודאי פינו מלא שירה כים ולשוננו רינה.

Something from Nothing ???
סייענטיסטען האלטן אז נישט!

Quantum physics explains that there are limits to how precisely one can know the properties of the most basic units of matter—for instance, one can never absolutely know a particle's position and momentum at the same time.

סוף סוף איז סייענס מודה אז זאכן עקזעסטירן חאטש מיר קענען דאס נישט פעסטשטעלן מיט אינזער באגרעניצטע חושים

One bizarre consequence of this uncertainty is that a vacuum is never completely empty

קול דודי » דינסטאג יוני 2, 2015 5:51 pm

· #279942
הקטן

Something from Nothing ???
סייענטיסטען האלטן אז נישט!

נישט ריכטיג. ווירטועל פארטיקלס זענען אן אמתדיגע יש מאין.

הקטן

סוף סוף איז סייענס מודה אז זאכן עקזעסטירן חאטש מיר קענען דאס נישט פעסטשטעלן מיט אינזער באגרעניצטע חושים

האסט נישט ריכטיג אפגעלערנט די uncertainty principle. ס'האט גארנישט מיט אונזער באגרעניצטע חושים; ס'איז די מהות פון יש זעלבסט. דהיינו, אפילו איינער מיט אומבאגרעניצטע חושים קען זיך נישט ארויסדרייען דערפין. און וועגן דעם פרינסיפעל טאקע זענען די פארטיקעלס יש מאין ממש.

"but instead buzzes with so-called “virtual particles” that constantly wink into and out of existence"

הקטן » דינסטאג יוני 2, 2015 5:57 pm

· #279945
די וועג וואו אזוי מיר מעסטן יש איז דארך אינזער 5 חושים
וואלטן מיר נישט געהאט קיין אויגן וואלטן מיר נישט געזען אדער געוויסט אז א קאלער עקזעסיערט
אויב האבן מיר א 6'סטע חוש קענען מיר מעגליך זעהן\וויסען וואס מיר קענען נישט היינט.

איינער וואס האט באגרעניצטע חושים האט נישט קיין וועג צו וויסען וואס איינער מיט אימבאגרעניצטע חושים ווייסט פאר א יש


but instead buzzes with so-called “virtual particles” that constantly wink into and out of our existence
וואלט געווען מער פרעסייס

הקטן » דינסטאג יוני 2, 2015 6:20 pm

· #279954
Are virtual particles really constantly popping in and out of existence? Or are they merely a mathematical bookkeeping device for quantum mechanics?


Virtual particles are indeed real particles. Quantum theory predicts that every particle spends some time as a combination of other particles in all possible ways. These predictions are very well understood and tested.


Thus virtual particles are indeed real and have observable effects that physicists have devised ways of measuring. Their properties and consequences are well established and well understood consequences of quantum mechanics.


are-virtual-particles-real

קול דודי » דינסטאג יוני 2, 2015 6:36 pm

· #279964
הקטן

איינער וואס האט באגרעניצטע חושים האט נישט קיין וועג צו וויסען וואס איינער מיט אימבאגרעניצטע חושים ווייסט פאר א יש

נישט ריכטיג. בעלל האט שוין לאנג אויפגעוויזן מיט שטארקע מעטאמאטישע הוכחות אז די פראבלעם איז נישט באגרעניצטע חושים, נאר איז א חלק פונ'ם יש זעלבסט. דהיינו, גאט שפילט טאקע יא דיי"ס, אין ווייסט אויך נישט אויף וועלכע זייט ס'גייט פאלן, ודלא כהרב איינשטיין ("God doesn't play dice"). זעי Bell's Theorem.

די ארטיקל וואס די ברענגסט אין דיין לעצטע תגובה זאגט טאקע גענוי וואס איך זאג. ווירטועל פארטיקלס זענען עכט, אין זענען ריכטיגע יש מאין.

קול דודי » דינסטאג יוני 2, 2015 6:51 pm

· #279970
ריכטיגער געזאגט, איינשטיין אליינס האט דאס אויפגעוויזן און דעם EPR paper. נאר ער האט געהאלטן טאקע וועגן דעם אז פון קוואנטום מעכאניקס פעלט עפעס ונח דעתו. נאר בעלל האט אויפגעוויזן אז דאס וואס איינשטיין וויל צולייגן צו קוואנטום מעכאניקס איז נישט מעגליך סיי ווי. מ'מיז אנעמען אז local realism עקזעסטירט נישט.

טאמבל סאס » מיטוואך יוני 3, 2015 5:21 am

· #280089
איך וואג מיך נישט דיר צו לייקן אפילו כדי זיך נישט מבזה זיין ווי כאילו איך זוך איינעם איינצורעדן אז כ'פארשטיי די שווערע נושאים.

כוכב » מיטוואך יוני 3, 2015 8:28 am

· #280106
ונבנתה, הערליך!

הקטן » מיטוואך יוני 3, 2015 2:18 pm

· #280212
קול דודי

די ארטיקל וואס די ברענגסט אין דיין לעצטע תגובה זאגט טאקע גענוי וואס איך זאג. ווירטועל פארטיקלס זענען עכט, אין זענען ריכטיגע יש מאין.

א יש מאין?
א יש מיש!

א טעפ-ריקארדער האבן צדיקים געזאגט קען העלפן פאר דעי וואס האבן געהאט שוועריקייטען צו פארדייען אז ס'דא א אוזן שמעת.
געווען אזאלעכע וואס האבן נישט געקענט דערהערן אזא מישג וואו "בחירה חפשית"
קימט בעלל און זאגט געב א קוק אויף קוואנטום מעכאניקס

קול דודי » מיטוואך יוני 3, 2015 8:32 pm

· #280358
הקטן
קול דודי

די ארטיקל וואס די ברענגסט אין דיין לעצטע תגובה זאגט טאקע גענוי וואס איך זאג. ווירטועל פארטיקלס זענען עכט, אין זענען ריכטיגע יש מאין.

א יש מאין?
א יש מיש!

א טעפ-ריקארדער האבן צדיקים געזאגט קען העלפן פאר דעי וואס האבן געהאט שוועריקייטען צו פארדייען אז ס'דא א אוזן שמעת.
געווען אזאלעכע וואס האבן נישט געקענט דערהערן אזא מישג וואו "בחירה חפשית"
קימט בעלל און זאגט געב א קוק אויף קוואנטום מעכאניקס

הקטן, ווען מ׳חזרט איבער א טעות און מ׳לייגט צו אזא ׳!׳ צייכן ווערט עס נישט מער אמת. ווירטואלע פארטיקלס ווערן באשאפן פון דעם העדר פון וואס הרב ונבנתה רעדט. פון א ריכטיגן העדר. און אנדערע ווערטער, ס׳ברויך נישט גארנישט, אבער טאקע גארנישט, כדאי פלוצלינג צו זיין דא. דאס איז וואס מענטשן מיינען געווענדליך ווען מ׳זאגט ״יש מאין״. איך פארשטיי נישט ווי אזוי די קענסט דאס אנרופען יש מיש.

לגבי בחירה חופשית, דאס שטימט נישט מיט קוואנטום מעכאניקס. בחירה ציווארפט דעם רענדאם נאטור אויף וואס קוואנטום מעכאניקס איז געבויט. טאקע דער בעלל וועם די דערמאנסט האט ליב געהאט super-determinism, וואס איז אויפן עקסטרעם אנדערן עק פון בחירה חופשית, מן הקצה אל הקצה. קוק עס נאך. אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.

הקטן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:13 am

· #280485
איך ווייס אז דו האלסט אז יש מאין און דו מיינסט איך מאך א טעות.
וואס איך פרעג וואו דו זעסט און די ארטיקל וואס איך האב געברענגט יש מאין

מען קען קלאר פרעדיקטען אז די פאריקעל- דער יש איז דא וואס סאיז נאר נישט קלאר וואו דער יש גייט לענדען, דא אדער דארט.
איינשטיין אין זיין פעפר האלט אז די סיבה איז א לאקאל פאבארגענע סיבה וואס ליגט אין דעם פאריקעל זעלבסט (וואס לויט דיר עקזעסטירט בכלל נישט)
און בעלל ווייזט אויף מיט MATH אז דאס שטימט נישט און די סיבה קען נישט זיין קיין LOCAL סיבה



טאקע דער בעלל וועם די דערמאנסט האט ליב געהאט super-determinism,


געווענדליך אינטערסירט מיך גאנץ ווייניג וואס דער אדער יענער האט געהאלטן
איך כאפ התפעלות פין איידיעס אין נישט פין מענטשן
אויב איינער איז גערעכט מיט איין זאך מיז ער נישט זיין גערעכט אויף א יעדע זאך

אבער דא האסטו מיך אביסל ארויסגענימען פין די כלים
איך ווייס נישט צו די ביסט איגנערענט אדער די פארלאזאט זיך אויף די איגנערענס פין די ליינער.

super-determinism איז א לאך, א לאפ-האל, וואס ווערט געניצט דארך די וואס גריגען זיך מיט בעלל

דא האסטו (אדער ווער עס וויל וויסען דער אמת) פין א אינטערוואיא אויף די BBC וואו ער אדרעסירט דעם פראפלעם צו זיין טעראם

There is a way to escape the inference of superluminal speeds and spooky action at a distance. But it involves absolute determinism in the universe, the complete absence of free will. Suppose the world is super-deterministic, with not just inanimate nature running on behind-the-scenes clockwork, but with our behavior, including our belief that we are free to choose to do one experiment rather than another, absolutely predetermined, including the "decision" by the experimenter to carry out one set of measurements rather than another, the difficulty disappears.


פירט ער נאכדעם אויס

[We always implicitly assume the freedom of the experimentalist... This fundamental assumption is essential to doing science. If this were not true, then, I suggest, it would make no sense at all to ask nature questions in an experiment, since then nature could determine what our questions are, and that could guide our questions such that we arrive at a false picture of nature

אן ע סייט נאט
פין א אידישער שדאנט פונקט קען זיין איז סופער-דיטערמעניזעם גערעכט און סייענס קען פאקן פעק, ווען עס קימט צו פילעזאפיע און נאך זאכן
הכל בידי שמיים חוץ מיראת שמיים.



ציריק צי בחירה חפשית א מעניט
מיר איז אויסגעקימען צי רעדן צי א פאר וואס האבן געהאט א פראבלעם מיט בחירה חפשית ווייל דער וועלט וואס זיי קענען איז א וועלט פין דיטערמעניזעם, קאז ענד עפעקט.
איז וואו באלד זיי קענען נאר אזא וועלט (אינדרויסן פין זיך) איז זיי שווער אנצינעמן אזא מישג וואו בחירה.
אויב איינער האט נאר געזען וואסער איז אים שווער משיג צי זיין פייער - דאס זאגט נישט אז פייער קען נישט עקזעסטירן

די רגע אבער וואס ער קען הערן רענדעמ'נס אין נישט א יעדע סיבה האט א פאראויסגעזענע מסובב איז ער שוין איין סטעפ נאנטער צו דערהרען אז נאכן סיבה איז נאך דא פלאץ פאר זיין בחירה

יאיר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:28 am

· #280520
קול דודי
ונבנתה העיר

זאכן קומען נישט ארויס פון 'העדר', פון 'גארנישט', א 'זאך' איז על כרחינו צוזאמענגעשטעלט פון פריער-עקזעסטירענדע חלקים.
.

<a class="postlink" href="http://www.scientificamerican.com/article/something-from-nothing-vacuum-can-yield-flashes-of-light/">http://www.scientificamerican.com/artic ... -of-light/</a>

ונראה לעניית דעתי שחוקי הקוואנטום מעכאניקס מחוייב המציאות הוא, ודבר קל הוא לחוקי הנ"ל להבריא יש מאין והרי זה מעשים בכל יום. ומה נהדר המראה שיש בנברא יכולת להשיג השגת סוד הבורא ועל זה בוודאי פינו מלא שירה כים ולשוננו רינה.

האבן דאך שוין אנדערע געטענהט אז אין הכי נמי אין פיזישן מציאות ווערט באשאפן א יש מאין, אבער אין פילאזאפישן מציאות איז עס א יש מחוקי הטבע, און די חוקי הטבע עקזיסטירן שוין פריער. נאר קול דודי לשיטתו וואס ער גלייבט נישט אין דער אנטאלאגישער עקזיסטענץ פון חוקי הטבע.

הקטן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:52 am

· #280531
אויב פארשטיי איך קול דודי איז דאס נישט אז קוואנטום מעכאניקס איז מחוייב המציאות נאר אז קוואנטום מעכאניקס לערענט אינז אז מען דארף נישט א מחוייב.

דו עצם זאך אז די בראיה ווערט יש מאין א יעדע רגע קענסעט זען און תניא אויך, קימט קול דודי און זאגט אז סייענס איז דאס שוין אויך מודה און קען דאס שוין היינט זעען מיט א טעלעסקאפ.
סייענס האט אבער נאך א hard time מודה צו זיין אז ס'איז דא א כח וואס איז נישט פיזיקעל - קול דודי ביסט אהעד אפ יאר טיימס.

יאיר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:08 pm

· #280532
הקטן, אפשר וואלט געווען כדאי איר זאלט זיך אראפלאזן צו די פשוטע מענטשן און בעסער מסביר זיין וואס איר ווילט דא.

קול דודי » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:18 pm

· #280539
הקטן
איך ווייס אז דו האלסט אז יש מאין און דו מיינסט איך מאך א טעות.
וואס איך פרעג וואו דו זעסט און די ארטיקל וואס איך האב געברענגט יש מאין

ווער ביסטו, רבי ר' זושא? פון ווי ווייסטו אז מאימתי איז נישט טייטש "פון פארכט"?

הקטן

מען קען קלאר פרעדיקטען אז די פאריקעל- דער יש איז דא וואס סאיז נאר נישט קלאר וואו דער יש גייט לענדען, דא אדער דארט.
איינשטיין אין זיין פעפר האלט אז די סיבה איז א לאקאל פאבארגענע סיבה וואס ליגט אין דעם פאריקעל זעלבסט (וואס לויט דיר עקזעסטירט בכלל נישט)
און בעלל ווייזט אויף מיט MATH אז דאס שטימט נישט און די סיבה קען נישט זיין קיין LOCAL סיבה

הא?? די מאכסט א גרויסן טעות אונ'ם אלף בית. האסט געמאכט א צומישעניש צווישן סתם קוואנטום פארטיקלס (וואס זענען נישט יש מאין) מיט ווירטואל פארטיקלס. די צוויי זענען נישט די זעלבע זאך.

הקטן

די רגע אבער וואס ער קען הערן רענדעמ'נס אין נישט א יעדע סיבה האט א פאראויסגעזענע מסובב איז ער שוין איין סטעפ נאנטער צו דערהרען אז נאכן סיבה איז נאך דא פלאץ פאר זיין בחירה

נישט פאר איינעם וואס פארשטייט קוואנטום רענדאמנעס. ווייל דאס שטימט אויך נישט מיט בחירה.

לגבי בעלל איז אזוי. ער האט אויפגעוויזן אז local realism עזעסטירט נישט (דהיינו ס'נישט א פראבלעים מיט אונזערע חושים ווי די האסט געמיינט, נאר ס'עקזיסטירט פשוט נישט אפילו פאר איינעם מיט אומבאגרעניצטע חושים). ממילא לגבי quantum entanglement אדער מיז מען אננעמען superluminal ("apooky") action at a distance אדער super-determinism וואס ראטעוועט טאקע locality. ס'מיר געלעגן און קאפ אז ער האט בעסער ליב געהאט די צווייטע, אבער קען זיין אז כ'האב א טעות געהאט און ער האט בעסער ליב געהאט די ערשטע.

ס'טוישט נישט די דריי זאכן:
א) quantum uncertainty איז נישט געוואנדן אין אונזער חושים.
ב) ווירטואל פארטיקלס (אנדערש פון סתם קוואנטום פארטיקלס!) זענען א יש מאין.
ג) בחירה חופשית שטימט נישט מיט קוואנטום רענדאמנעס.

עצה טובה קמ"ל: אנשטאט ווערן ארויסגענומען פון די כלים לערן די אלף בית. איך וואלט נישט געלערנט משניות מיט'ן רבי ר' זושא און איך בין פארטיג לערנען קוואנטום אלף בית מיט דיר.

קול דודי » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:30 pm

· #280545
יאיר

האבן דאך שוין אנדערע געטענהט אז אין הכי נמי אין פיזישן מציאות ווערט באשאפן א יש מאין, אבער אין פילאזאפישן מציאות איז עס א יש מחוקי הטבע, און די חוקי הטבע עקזיסטירן שוין פריער. נאר קול דודי לשיטתו וואס ער גלייבט נישט אין דער אנטאלאגישער עקזיסטענץ פון חוקי הטבע.

איך בין מודה צו דעם. חוקי הטבע זענען א חיוב המציאות; ס'קען נישט "נישט" עקזעסטירן. ס'איז אן עולמית ווייל אנדערש קען נישט זיין. (אפשר בין איך א שטיקל חסיד פון רבי ר' ברוך'ל? (שפינאזא) איך בין נישט זעכער ער האט דאס געמיינט.)

הקטן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:46 pm

· #280550
זאגסט האסט געמאכט א טעות האסט אויסגעמישט זיין דערקעגען מיט זיין שטארק דערפאר, איך וועל עס אננעמען

איז מעגליך צי האבען א וויריטאל פאריקעל אן קיין source?
אויף וועם איז חל די action at a distance ?


פאר אלף בית פין ווירעטואל פארטקעלס קנסטו קוקען דא

קול דודי » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:27 pm

· #280567
[ציטאט אראפגענומען]

בקיצור נמרץ:
קוואנטום רענדאמנעס האט א קאנטראקט מיט די יוניווערס (אזוי ציזאגן) אויף פראבעביליטיס. נעם א פשוטע קוואנטום פארטיקל וואס קען זיין אדער ספין ארויף אדער ספין אראפ מיט 50% פראבעיליטי. רוף אן ארויף "גיט" און אראפ "שלעכט". יעצט, אמת אז די קענסט נישט פאראויס זאגן אויב די פרטיקל גייט אויסקומען גיט אדער שלעכט ווען מ'גייט עס מעסטן. אבער וואס מ'ווייסט זעכער איז אז ס'דא פונקט א 50% פראבעביליטי אויף ביידע.

יעצט לאמיר זאגן אז ס'דא א בחירה חופשית אויף גיט. מיינט דאס אז אויב די פארטיקל איז גיט האט עס לאמיר זאגן א 60% טשאנס אויף ספין ארויף, יא? אבער אויב זאל דאס זיין אזוי וועט די גאנצע יוניווערס צופאלן אדער עקספלוידן. זאכן וועלן ווערן מאגנעטיק אדער ראדיואקטיוו פוצלינג אן א ווארענונג און פיזיקס וועט צופאלן.

מער בקיצור: כאטשיג קוואנטום ארבעט טאקע אויף רענדאם טשענס, איז אבער די פראבעביליטי פון אלע מעגליכקייטן פונקטליך פאראויסגעזאגט (נישט אייביג 50%). אויב סזאל איינער האבן די מעגליכקייט צו טוישן די טשאנס מיט א כל שהוא ציפאלט באלד אלעס. געקוקט דערויף מיט א ווייטערן בליק: אויב ביזטו נעכטן געווען גוט מיזטו היינט זיין שלעכט. אויב ביזטו גוט מיז דיין ברידער זיין שלעכט. גוט אין שלעכט (ליין: ספין ארויף אין ספין אראפ) מיזן אייביג זיין 50-50 (אדער וואס פארא נאמבער שטימט פאר דעם סיסטעם), און מקען דאס נישט טוישן.

יאיר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:33 pm

· #280569
קול דודי
יאיר

האבן דאך שוין אנדערע געטענהט אז אין הכי נמי אין פיזישן מציאות ווערט באשאפן א יש מאין, אבער אין פילאזאפישן מציאות איז עס א יש מחוקי הטבע, און די חוקי הטבע עקזיסטירן שוין פריער. נאר קול דודי לשיטתו וואס ער גלייבט נישט אין דער אנטאלאגישער עקזיסטענץ פון חוקי הטבע.

איך בין מודה צו דעם. חוקי הטבע זענען א חיוב המציאות; ס'קען נישט "נישט" עקזעסטירן. ס'איז אן עולמית ווייל אנדערש קען נישט זיין. (אפשר בין איך א שטיקל חסיד פון רבי ר' ברוך'ל? (שפינאזא) איך בין נישט זעכער ער האט דאס געמיינט.)

אין דעם חלק אז די חוקי הטבע זענען מחוייבי המציאות קענסטו נאך גיין מיט שפינאזע, וועלכער איז גאנץ קלאר דערויף. לויט אים איז א נס אין דעם ביבלישן זין נישט בלויז improbable אדער impossible נאר א contradiction in terms (גאט/טבע זאל צענישט מאכן גאט/טבע?). אבער לויט שפינאזע איז אויך קלאר אז די חוקי הטבע זענען א פאקטישע ישות בפני עצמם, (נישט ממש בפני עצמם וויבאלד עס איז נאר א mode פון גאט). עס קוקט אויס ווי א מינדערוויכטיגע סימענטישע חילוק, אבער עס זענען פארהאן גרויסע נפקא מינא'ס להלכה למעשה. למשל, לויט שפינאזע איז שייך צו "דינען" גאט דורכ'ן זיך מחבר זיין מיט עס/אים. משא"כ לויט דער אטעאיסטישער/מאטעריאליסטישער געדאנקענגאנג האט אזעלכע רייד נישט קיין פשט.

יאיר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:35 pm

· #280572
קול דודי, ווער זאגט אז די בחירה חופשית דארף שוין ליגן אין די פארטיקלס?
אויב עפעס קענסטו סתם אזוי פרעגן אז אויב יעדער פיזישע פענאמאנען איז סוביעקט צו חוקי הטבע וואו איז נאך די פלאץ פאר בחירה חופשית.

קול דודי » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:41 pm

· #280574
יאיר
קול דודי, ווער זאגט אז די בחירה חופשית דארף שוין ליגן אין די פארטיקלס?
אויב עפעס קענסטו סתם אזוי פרעגן אז אויב יעדער פיזישע פענאמאנען איז סוביעקט צו חוקי הטבע וואו איז נאך די פלאץ פאר בחירה חופשית.

אין הכי נמי, איך פרעג דאס אפט. וואס איך זאג נאר איז אז קוואנטום רענדאמנעס ראטעוועט אונז נישט פון די קשיא. איך האלט טאקע נישט אז ס'מאכט די קשיא שטערקער (אדער שוואכער).

קול דודי » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:46 pm

· #280579
יאיר
[שפינאזע איז אויך קלאר אז די חוקי הטבע זענען א פאקטישע ישות בפני עצמם,

איך בין נישט קלאר אז א חוק קען האבן א ישות אונ'ם געווענליכן זין פון ווארט. אבער איך בין באקקוועם צו זאגן אז די חוקי הטבע זענען היה הוה ויהיה. אויב וויל איינער דאס אנרופן גאט איז אויך גוט.

יאיר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 1:53 pm

· #280584
קול דודי, איך מיין אז דער חילוק צווישן דיר און שפינאזע וועט טאקע זיין הא גופא, וואס ישות באדייט. דהיינו, צו די גייסטיגע פענאמען פון חוקי הטבע קען באטראכט ווערן א ישות פון וועלכן מען קען רעדן פונקט ווי פון א האלץ אדער א שטיין.

קול דודי » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:00 pm

· #280590
אגב, דאס טאקע האב איך געמיינט מיט "שיש בנברא יכולת להשיג השגת סוד הבורא". שחוקי הטבע זה הוא הבורא בעצמו, כידוע הסוד של שבירת הכלים.

יאיר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:14 pm

· #280599
קול דודי
יאיר
קול דודי, ווער זאגט אז די בחירה חופשית דארף שוין ליגן אין די פארטיקלס?
אויב עפעס קענסטו סתם אזוי פרעגן אז אויב יעדער פיזישע פענאמאנען איז סוביעקט צו חוקי הטבע וואו איז נאך די פלאץ פאר בחירה חופשית.

אין הכי נמי, איך פרעג דאס אפט. וואס איך זאג נאר איז אז קוואנטום רענדאמנעס ראטעוועט אונז נישט פון די קשיא. איך האלט טאקע נישט אז ס'מאכט די קשיא שטערקער (אדער שוואכער).

איך מיין אז די קושיא איז בעיקר שווער אויף השגחה פרטית. אויף בחירה (וואס איז נאר אויף מענטשן און נאר אין ספעציפישע פעלער) קען מען שטענדיג זאגן אז סייענס האט נאכנישט אויפגעוויזן אז אלע באשלוסן פון א מענטש זענען תלוי אין דעטערמיניסטישע געזעצן.

הקטן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:28 pm

· #280604
קול דודי
[ציטאט אראפגענומען]

בקיצור נמרץ:
קוואנטום רענדאמנעס האט א קאנטראקט מיט די יוניווערס (אזוי ציזאגן) אויף פראבעביליטיס. נעם א פשוטע קוואנטום פארטיקל וואס קען זיין אדער ספין ארויף אדער ספין אראפ מיט 50% פראבעיליטי. רוף אן ארויף "גיט" און אראפ "שלעכט". יעצט, אמת אז די קענסט נישט פאראויס זאגן אויב די פרטיקל גייט אויסקומען גיט אדער שלעכט ווען מ'גייט עס מעסטן. אבער וואס מ'ווייסט זעכער איז אז ס'דא פונקט א 50% פראבעביליטי אויף ביידע.

יעצט לאמיר זאגן אז ס'דא א בחירה חופשית אויף גיט. מיינט דאס אז אויב די פארטיקל איז גיט האט עס לאמיר זאגן א 60% טשאנס אויף ספין ארויף, יא? אבער אויב זאל דאס זיין אזוי וועט די גאנצע יוניווערס צופאלן אדער עקספלוידן. זאכן וועלן ווערן מאגנעטיק אדער ראדיואקטיוו פוצלינג אן א ווארענונג און פיזיקס וועט צופאלן.

מער בקיצור: כאטשיג קוואנטום ארבעט טאקע אויף רענדאם טשענס, איז אבער די פראבעביליטי פון אלע מעגליכקייטן פונקטליך פאראויסגעזאגט (נישט אייביג 50%). אויב סזאל איינער האבן די מעגליכקייט צו טוישן די טשאנס מיט א כל שהוא ציפאלט באלד אלעס. געקוקט דערויף מיט א ווייטערן בליק: אויב ביזטו נעכטן געווען גוט מיזטו היינט זיין שלעכט. אויב ביזטו גוט מיז דיין ברידער זיין שלעכט. גוט אין שלעכט (ליין: ספין ארויף אין ספין אראפ) מיזן אייביג זיין 50-50 (אדער וואס פארא נאמבער שטימט פאר דעם סיסטעם), און מקען דאס נישט טוישן.


קיינער זאגט נישט אז דער מענטש, מיט זיין בחירה, איז א קוואנטום פארטיקל און מיז האבן די זעלבע געזעצען
אויב דיין שכן איז בוחר צו טון שלעכט און דו אויך, מיז נאך נישט די וועלט צופאלען

פאקט איז קיין איין קוואנטום פארטיקל איז נישט מחייב זיין שכן וואו אזוי ער זאל בוחר זיין חאטש בכללות איז דא א באלאנס.
א יעדע פארטיקל קען בוחר זיין פאר זיך גאט וועט שוין זען דעצו אז די בעלענס זאל בלייבן.
אויב האט אבער איינער געמיינט אז א יעדער יחיד איז זיין ביהעווער דיטערמענט, קימט קוואנטעם פיזיקס און ציווארפט דאס, ביג-טיים

נאכן ליינען דיין תגיבה "קוואנטום רענדאמנעס האט א קאנטראקט מיט די יוניווערס" האב איך באקימען א נייער דערהער און ר' צדוק'ס מהלך אין בחירה חפשית
"אם יהיו חטאיכם כשנים הללו הסדורות ובאות מששת ימי בראשית ועד עכשיו כשלג ילבינו"
שכח פאר דעם.

יאיר » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:39 pm

· #280647
הקטן, איך זע דו רעדסט מיט אזא זאפטיגע בקיאות איבער אזעלכע פארפלאנטערטע נושאים. פון צווישן די אלע טעקסט ביכער אויף פיזיקס און קוואנטום מעכאניקס וואס דו האסט דורכגעליינט, אפשר וואלסטו מיר געקענט מציע זיין עטליכע פון די בעסטע, איך זאל אויך האבן עפעס א הבנה אין דעם ענין?

קול דודי » דאנערשטאג יוני 4, 2015 10:49 pm

· #280763
יאיר
אויף בחירה (וואס איז נאר אויף מענטשן און נאר אין ספעציפישע פעלער) קען מען שטענדיג זאגן אז סייענס האט נאכנישט אויפגעוויזן אז אלע באשלוסן פון א מענטש זענען תלוי אין דעטערמיניסטישע געזעצן.

א מענטש איז געמאכט פון פיזישע חומר, אריינגערעכנט די עלעקטריקל אימפאלסעס אונ׳ם מח וואס מיר רופן אן ״טראכטן״. מיר פארשטייען אלע כוחות (forces) וואס ארבעטן אויף פיזישע חומר און אלע געזעצן וואס רעדן פון די כוחות זענען דעטערמיניסטיש. אויב איז דא אן אנדערע כוח וואס קען האבן א השפעה, א גורם, (interact) אויף חומר איז דאס דאך בע״כ א פיזישע כח ביי דעפינישן. וואלט מען דאך דאס געדארפט באמערקן אדער מעסטן ערגעץ דארך א force field אדער וואס, פונקט ווי מיר קענען מעסטן די אנדערע פיר פונדעמענטאלע כוחות, נישט אזוי? אנדערש מוז מען זאגן אז דער מח איז א ספעציעלע מין חומר אנדערש פון אלע אנדערע פיזישן חומר, אבער מיר ווייסן דאך אז ס׳נישט אזוי.

ממ״נ, קען דער מיסטעריעזע כח אינטערעקטן מיט פיזישע פארטיקלס? וואלט דאך פיזיקס געוויסט דערפון. אדרבה, לאמיר עס מעסטן און פארשטיין. א פופטע פונדעמענטאלע force! אויב קען עס נישט אינטערעקטן (און ממילא קען מען עס נישט מעסטן), קען דאך דער כח נישט האבן אן השפעה אויף א קרוץ מחומר. (און די קשיא בלייבט די זעלבע אויב מען רופט אן די מיסטעריעזע כח ״נשמה״ אדער סיי וואס, פארשטייט זיך. ממ״נ, אינטערעקט די כח מיט פיזישע חומר, אדער נישט.)

הקטן » דאנערשטאג יוני 4, 2015 11:07 pm

· #280769
קול דודי

א מענטש איז געמאכט פון פיזישע חומר, אריינגערעכנט די עלעקטריקל אימפאלסעס אונ׳ם מח וואס מיר רופן אן ״טראכטן״.

דו שאלה איז, איז "טראכטן" די תוצאה פין עלעקטריקל אימפאלסעס אדער די עלעקטריקל אימפאלסעס א תוצאה פין טראכטן
אנדערע זאגן אז "טראכטן" = "עלעקטריקל אימפאלסעס"

באופן כללי איז סעקייעטרי אויף די ערשטע זייט און מאדערן סעקאלעדזי קימט מער און מער אריבער צום צווייטע זייט
עוועלאשנערי בייאלעדשיסטס דו 3טע