איך וויל זיך מיט אייך דורכשמועסן א וויכטיגע און אקטואלע נושא: אזוי ווי איך קלער לעצטנס פון מאכן א געוויסע דראסטישער שריט אין מיין לעבן, א זאך וואס קען טוישן מיין לעבן מקצה אל הקצה. עס קען איבערדרייען מיין לעבן אויף גוט, ווידער קען די פלענער אויך דורכפאלן. דער שריט איז זייער א בלינדער, עס איז א זאך וואס מען קען כמעט נישט פאראויס זאגן ווי אזוי די זאכן וועלן זיך אנטוויקלען און געלונגען. אפילו קלוגע לייט און דרייסטע מענטשן וואס זאגן מיינונגען אין יעדן ענין, קענען מיר נישט מייעץ זיין דערין און זאגן קלאר אז זיי ווילן נישט אריינרעדן אין דעם ענין.
וויבאלד איך האב מורא צו נעמען דעם ענין אויף מיינע אייגענע פלייצעס, און איך זוך פארט מיט וועמען דאס דורכצורעדן, אבער קיינער קען מיר דערויף נישט ענטפערן. האב איך געקלערט אז איך וועל זיך ווענדן צו מיסטיקער, קאבאליסטן וכדו', אז זיי זאלן מיר פאראויס זאגן צי עס לוינט זיך פאר מיר וכדו'.
מיין שאלה איז, וויבאלד איך האב נאך קיינמאל נישט געטאן די זאכן, בין איך נייגעריג צו וויסן צי די חברה ווייסן טאקע וואס זיי רעדן און זעען טאקע פאראויס, אדער איז דאס הוילע בלאף, זאגן זאכן אין די לופט אריין, וואס מען קען זיי קיינמאל נישט אפפרעגן.
קען זיין סדא וואס זען אבער רוב פון די וואס זענען אין די ליין זענען זיי מיט זייערע סעילס לייט בלאפערס ווייס איך נישט וואוזוי דו קענסט אנקומען צום ריכטיגען, דאס איז מיין השערה
יא סאיז דא אזא זאך ביי אידן אין להבדיל ביי גוים ביי אידן איז עס צוטיילט סתם א ערליכע איד א עובד השם אין ער קען מתפלל זיין אדער געבן זיין תורהדיג בליק נאכדעם איז דא וואס מקען זיך לערנען חכמות היד והפרצף אין דורכדעם זעהן זיי אין זאגן זאכן נאכדעם איז דא א קאבאליסט וואס זאגט אין זעהט זאכן דורך א כח וואס לכו' איז עס געשאנקענע מתנה פינעם אייבירשטען, אין ער זאגט נאר פינעם עבר למשל ער קען מתפלל זיין פאר דיר ער קען דיר זאגן אז די זאך וואס איז געשעהן צי דיר קומט וועגן די טוסט נישט דאס א משל דיין פרנסה איז שוואך ווייל די דאווענסט נישט מנחה (סווערט געברענגט אז מנחה איז מסוגל פאר פרנסה ) איצטער האט ער דיא צוגעזאגט אז דיין פרנסה גייט ווערן בעסער ניין סך הכל האט ער געוויסט צו זאגן אז די דאווענסט נישט אין ער פארעכט דיך. יעצט אזוי פארשטייט זיך סאיז א גוטער ביזנעס ווייל ליידער נעבעך אין בית שאין שם עפעס א פראבלעם אין נאכמער ביי די גלויביגע ספארדישע קען מען מאכן אסאך געלד. איז דארפסט דיך נאכפרעגן צו וועם יא צוגיין אין צו וועם נישט.
יעדער קאבאליסט קען האבן פלאפס אויך מזאגט נאך פין עפעס א פריערדיגע רבי אז אויף יעדער מופת וואס געלונגט איז 2 נישט געלונגען.
קיין נעמען ווער סיא גוט ווער נישט האבאיך נישט ליב צו רעדן דא סאם הוים ווארק. אז די מאכסט א גרויסער אינוועסטמינט קענסטו צאלן אפאר אלפים צו טרעפען די ריכטיגע סך הכל אסאך דערפון זענען א גוטע קויטש סתם אזוי.
ביי מיר האט די בעסטע געארבעט ווען איך האב זיך געוואנדען צום אייבערשטן, איך האב א זאק מיט מעשיות ווען איך בין געווען אין שווערע דילעמאס און נישט געוואוסט צי איך זאל טון אזוי צו אזוי, איך האב עס אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן אויף אידיש, און דערנאך געטון וואס עס האט מיר געשיינט, און אין 99% פעלער האט זיך עס אויסגעארבעט וואונדערבאר.
יאיר, איין מינוט. כ'האב מיך דערמאנט. הרה"צ ר' חיים דוד שטרן פון ב"ב. א ליטווישער מקובל. און אויך, זייער אן ערליכער, עניו, און א בעל צדקה. מ'זאגט אז ס'דא מופתים פון עם. און כ'האב געהערט אז הרב אלישיב און להבל"ח בעלזער רב שליט"א האבן געשיקט צו עם