מסתמא ביסטו א חסיד
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8980
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין טראנק איז פיל מיט קנאבל און זמירות'לעך
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין בארד איז צוויי דריטל פון דיין פאספארט בילד
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דרייווסטו א מיני ווען מיט א צוקראצטע באמפער און איין שפיגל
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין ציצית דערציילט א מעשה
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב גייסטו מיט א מאנטל אין די זוממער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין מלמד שלאגט ווי דיין ברודער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין טאטע שטייט אויף נאך דיר
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין באס דרייווער ליידט אויף די נערווען
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב ווילאמסבורג איז ביי דיר ירושלים
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב קאווע איז דיין דראג
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב טשולענט נאכווייען איז דיין כעמעסטרי עדיוקעישאן
מסתמא ביסטו א חסיד
מיוסד אויפן
comedy routine פון קאמיקער Jeff Foxworthy.
אנאנים 😂
דער עולם איז מכובד צוצולייגן נאך, מיט שמייכעל טעם.
און די ביסט נאך אלטס proud צו זיין א חסיד
דאן ביזטו א חסיד
אויב רייכערסטו מיט א גאפל
מסתמא ביסטו א חסיד;
אויב האלטסו "פון פענע צום בלאט" איז מעכטיגע נייעס
ביסטו נעבעך א צערידערטער חסיד;
אויב פארטיידיגסטו דיין רבי'נס טעראר
איז א רחמנות אויף אלע חסידים;
אויב ביסטו איבער די צוואנציג און נאך אלס א סדרן ביים רבי'נס
זונ'ס חתונה
ביסטו א ריכטיגער חסיד;
אויב ביסטו גאר פון דעם רבי'נס מאטארקאדע
ביסטו פון די געלונגענע חסידים;
אויב דיינע קינדער טרעפן יא ישיבות
אפשר לוינט זיך טאקע צו זיין א חסיד;
און אויב שיקסטו מעמדות פאר'ן אנגעפאשעטען על סיר הבשר
בלייב טאקע א חסיד.
[ציטאט אראפגענומען]
דאס פארשטיי איך נישט...
חוץ מזה איז אלעס אזוי ריכטיג...
אפטעמיסטאויב רייכערסטו מיט א גאפל
מסתמא ביסטו א חסיד;
אויב האלטסו "פון פענע צום בלאט" איז מעכטיגע נייעס
ביסטו נעבעך א צערידערטער חסיד;
אויב פארטיידיגסטו דיין רבי'נס טעראר
איז א רחמנות אויף אלע חסידים;
אויב ביסטו איבער די צוואנציג און נאך אלס א סדרן ביים רבי'נס
זונ'ס חתונה
ביסטו א ריכטיגער חסיד;
אויב ביסטו גאר פון דעם רבי'נס מאטארקאדע
ביסטו פון די געלונגענע חסידים;
אויב דיינע קינדער טרעפן יא ישיבות
אפשר לוינט זיך טאקע צו זיין א חסיד;
און אויב שיקסטו מעמדות פאר'ן אנגעפאשעטען על סיר הבשר
בלייב טאקע א חסיד.
אפטע האסט אויסגעלאזט , אויב לייענסטו קאווע שטיבל
ביסטו פון די אויפגעקלערטע חסידים ; 🙂
בד״ו וויאזוי רייכערט מען מיט א גאפל ? 😂
ס'איז דא א קליפ אויף יוא טוב (כ'האב נישט די לינק) ווי עפעס א משוגענער רייכערט אין צפת נאן סתם מיט סאשי שטעקענעס. ער זאגט ער האט נאך קיינמאל נישט געטאטשט א ציגערעטל ווייל ס'איז נישט געזונט [emoji3]
Re: מסתמא ביסטו א חסיד
טאמער דיין מויל שמעקט פון צועה
מסתמא ביסטו א חסיד
טאמער די וויסט וואס א שמאטע מיינט
מסתמא ביסטו א חסיד
שמוליקטאמער דיין מויל שמעקט פון צועה
מסתמא ביסטו א חסיד
טאמער די וויסט וואס א שמאטע מיינט
מסתמא ביסטו א חסיד
טאמער קענסטו נישט גוט ספעלן
מסתם ביסטו ?
כ'האב טאקע קודם זייער מורא געהאט צו עפענען אזא אשכול, איך בין נישט קיין סיסטעם דערביטערטע סעלף העיטינג האקער. דאס איז אין שמייכעל. אלזא פאר מ'דריקט דעם שיק קנעפל, דארף מען זעכער מאכן אז יעדע שורה וועט ברענגן א לייכטע שמייכל, ווי איידער שנאה.
Re: מסתמא ביסטו א חסיד
איך בין אויך נישט קיין סעלף-העיטינג חסיד. מ'האט מיר מזכה געווען צו זיין א שונא בלויז פון אנדערע
גראדע קען איך איינעם א סעלף-העיטינג ליטוואק, האסט שוין אמאל באגעגנט אזאנס ?
שווערע צייטן דא, אזש אז מ׳האלט שוין ביי נאצי׳ס און דער שטירמער (ימ״ש) כ׳מיין מ׳זאל א עפענען א ספעצילע אשכול מיטן קעפל: Free-floating Hostility אזוי וועט יעדער דיפּרעסטע זכור קענען ארויסשיסן זיין כעס,
רויטע טייערע כ׳רעדט נישט פון דיין תגובה פארשטייט זיך , דיין פענע איז גאלד און איך באַלעק מיך די פינגער און שלונג מיט דורשט א יעדעס ווארט וואס איר שרייבט ! איך רעדט פון די לעצטיגע איבערפלוס פון טראללס וואס האבן זיך לעצטענס פארשפרייט דא ווי פליגן וואס הערן נישט אויף צו שפּייען נאָנסענס וויסטע שנאה און קינדערישקייט ווי נאר זיי קענען 😉 🙄 😮 😉
/
בן אדםגראדע קען איך איינעם א סעלף-העיטינג ליטוואק, האסט שוין אמאל באגעגנט אזאנס ?
כ'קען עס זייער גיט פארשטיין!
Re: מסתמא ביסטו א חסיד
א ליטוואק ווייסט נישט פון סעלף. ער האט אלס פיינט יענעם
ליטוואק פון בודאפעסטא ליטוואק ווייסט נישט פון סעלף. ער האט אלס פיינט יענעם
דאס די חדוש
אויב איימעצוויבל איז ביי דיר א ווארט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו האסט א פשוטע פאן מיט א סמארט פאן
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין האנימאן מיינט גיין צו וואלמארט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב די park איז דיינע קינדערס דיזנילאנד
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב זכר בונדלעך גייט מיט ביר
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב גייסטו אין האט טאב מיט אנדערע מענער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין מויל איז דיינע ברילן'ס דישוואשער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיינע ברילן'ס הענטלעך זענען דיינע אויערענס ציין בערשטעל
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב "געשמאקער אינגערמאן" איז דיין טיטל
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב להלכה ולא למעשה איז דיין סלאגאן
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב האום דיפא איז פאר דיר ווי גאונטאמענא בעי
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין שירעם איז א רעגן שטריימעל
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין ווייב ביגעלט דיין גאטשעס,
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו האסט מער זילבערווארג ווי קייסער ווילהעלם אין א דירה פון אנדערהאלב צימער'ן,
מסתמא ביסטו א חסיד.
ווען א תקנה חתונה מיינט מ'האט 'נאר' געקויפט א קאפ שיצער פאר $1200,
מסתמא ביסטו א חסיד.
אויב גייסטו ספעציעל נענטער צו א דאגי ווייל "איך האב נישט מורא....נעע!!"
Re: מסתמא ביסטו א חסיד
אויב רעדסטו א צעבראכענע ענגליש אין נישט געענדיגט אפי 6th גרעיד. אין דאך פיהרסטו א מאלטי מיליון דאלער ביזנעס. מסתמא ביסטו א חסיד.
Re: מסתמא ביסטו א חסיד
אויב ווילסט מאכען א שידוך געבעיסט אויף די קאליר זאקען אדער סטייל הויזען וואס די בחור וועט טראגען........
אויב שטייסטו ביי א חתונה און קוק'טס די מוזיקאנט ארויף די נאז לעכער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב ניטל איז דיין בעסטע טאג אין יאר
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו לערנסט פון ביכער און ארבייטס אונטער די ביכער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין סעקלוארע עדיוקעישאן קומט פון הערן ראדיאו
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיינע דעות קומט פון דער בלאט עדיטאריעל
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב די ווארט שובבים מאכט דיר נערוועז
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיינע גאטשעס זענען לענגער פון די אורך התיבה
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיינע וואנצעס כאפן א טעגליכע טבילה אין קאווע
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין קאר האט מער שאפינג בעגס ווי מייליזש
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו האלסט דיך קלוג נאכ'ן ליינען יפה בעתו
מסתמא ביסטו א חסיד
מתוק מתוק,
אויב האסטו הנאה פון רויטע'ס דיבורים
מסתמא ביסטו אויף קאווע שטיבל.
אויב טראגסטו עס. עי. עס. שיך
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב איז עמי פון ווי נעמסט וויסנשאפט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב ליינסטו אפ די צייטונגען ביים נייעס שטאנג
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב איז "די וואך" דיין קוואל פון נייעס
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דאנערשטיג מיינט ביי דיר טשולנט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב זונטאג עסטו לעבער מיט חריף
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב שערסטו זיך ביים בארבער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב קייעסטו גאם, יעדע מאל גייסט צו א זיצונג
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב פליען ארויס קאווע גלעזלעך פון אויטא
מסתמא ביסטו א חסיד
בעל מדות
אויב שערסטו זיך ביים מקוה איד
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב פארקירסטו דיין אויטא ביי די "דיסעיבלד פארקינג"
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו פוצט נישט אפ דיין קאר'ס דאך פון שניי
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב נעמסטו אויף 2 פארקינגס
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו טוסט דאבל פארקן און כאפסט א שמועס מיט א חבר
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דער פאליציאנט וואס שטעלט דיר אפ איז אן אנטיסעמיט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב לייגסטו דיינע בארד האר אין די ספרי ביהמ"ד
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב לאזטו איבער דיין האלב אויסגעטרינקענע גלאז קאווע אין ביהמ"ד אויפן טיש
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב ווערן אייערע שכנים אנגעשמיסן פון אייער התלהבות'דיגע עטיפת טלית
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב טראכסטו יעצט אז איך בין א סעלף העיטיג חסיד
מסתמא ביסטו א חסיד
איך בין ווייט פון א חסיד און איך האב עס נישט געגליכענט
ליטוואק פון בודאפעסטאיך בין ווייט פון א חסיד און איך האב עס נישט געגליכענט
אויב טוסטו שמייכלן ווען מ'מאכט ליצנות פון חסידים...
מסתמא ביסטו א ליטוואק 😃
אויב זעסטו א פרוי סטאק מיט איר קערידזש אין די שניי און דו העלפסט איר נישט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב ווען דו רעדסט מיט א פרוי ווערסטו רויט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב שעירסטו נישט אפ דיינע שנאצען המעכב את האכילה
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב עמיצער גריסט דיך און דו דרייסט זיך צוריק צו קוקען ווער דאס איז געווען
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין שטערקסטע טשעלענדזש צו דיין חבר איז צו וויסן ווער עס האט קודם געלעבט די בני יששכר אדער אגרא דכלה
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו האלסט אז מען דארף זאגן הרב קוק (ימ"ש)
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו האלסט אז די לוטאים זענען בעסער פון די חסידים
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו האלסט אז די חסידים זענען בעסער פון די לוטאים
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו האלסט אז עס איז נשתכח תורת הבעש"ט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו האלסט אז עס איז נישט נשתכח תורת הבעש"ט
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דיין גרעסטע חסידישע גאון אין די צוואנציגסטער יאר הונדערעט איז מיכאל בער ווס"מ
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב האלסטו אז מיכאל בער ווס"מ האט געקענט מאכן א קאר פארן אויף וואסער
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב מיינסטו אז פרויען האבן זיך געשוירן די האר זינט מעמד הר סיני
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב מיינסטו אז רוב פרויען היינט שערן זיך די האר
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב מיינסטו אז שערן די בארד איז הארבער ווי שערן די פרוי'ס האר
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב מיינסטו אז שערן די פרוי'ס האר איז הארבער ווי שערן די בארד
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב פארמאגסטו איין פאר הויזן
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב וואשטו דיינע הויזן פעמיים בשנה
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב דו גייסט נישט אין מקוה ווייל דו ווילסט נישט מ'זאל זען דיינע רבינו חננאל'ס מכנסיים
מסתמא ביסטו א חסיד
אויב מיינסטו אז א נאכט העמעד איז פרומער פון א פעדזשאמע
מסתמא ביסטו א חסיד