☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #898

אשכול אן א טיטל #898

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #898

— » דינסטאג יוני 19, 2012 3:49 pm

· #18657

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

kliger » דינסטאג יוני 19, 2012 3:57 pm

· #18659
איך מיין עס איז נישט פארמאכט עס איז פלעין נישט עקטיוו
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/forum.asp?cat_id=4&forum_id=21016">http://www.bhol.co.il/forums/forum.asp? ... m_id=21016</a>

משכיל » דינסטאג יוני 19, 2012 4:04 pm

· #18660
איך האב מיך טאקע געוונדערט פארוואס ווען איך גיי ארויף אויף הייד פארק קומט נאר ארויף "אידישע געדאנק" אז מען קלויבט אויס די פורומס פין די לעצטע מאנאט, י
עס איז א שאד וואס די אידישע סחורה אויף די אינטערנעט ווערט כסדר ווייניגער, ווייל שרייבער האבען מורא אז מען וועט כאפען ווער זיי זיינען אין עס וועט זיין צרות, י
איך בין אריין צו תורה טעיפס אין בארא פארק אפאר יאר צוריק זאגט מיר מר.אפעלבוים דער אייגענטימער אז ער לייגט ארויף זיינע טויזענטער טעיפס אויף מ.פ.3, פרעג איך איהם פארוואס נישט אויף די אינטערנעט ? זאגט ער מיר אז א גדול האט עם אנגערופען אין געבעטען אז ער זאל עס נישט טועהן, סא וואס האט ער אויפגעטועהן אז די וואס זוכען אביסעל פרישע סחורה אויף די אינטערנעט וועלען גיין אויף יו טוב אדער דראדש און א.וו.י\
קלוגער וואלט געווען צו פארפלייצען די אינטערנעט מיט אלע סארט אידישע ענינים, י

יואליש » דינסטאג יוני 19, 2012 4:58 pm

· #18673
מ'האמיר געכאפט, און געלאכט א גיטס.

ניו יארק » דינסטאג יוני 19, 2012 5:19 pm

· #18676
טאלאנטען? פאר דעם איז דאך דא קאווע שטיבעל!!!

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 20, 2012 1:27 am

· #18804
יואליש
מ'האמיר געכאפט, און געלאכט א גיטס.


נישט סתם, נאר טאקע לאמר, אשפ״ג....

יעצט האב איך די היקאפס

איינער » מיטוואך יוני 20, 2012 9:46 am

· #18832
זיי האבן צוגענומען פון רוב (אפשר אלע) שרייבער רשות כתיבה.

לעמיל » מיטוואך יוני 20, 2012 9:55 am

· #18834
וויאזוי גייט הייסען די נייע פורום וואס זיי גייען עפענען?

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 20, 2012 12:40 pm

· #18905
איינער
זיי האבן צוגענומען פון רוב (אפשר אלע) שרייבער רשות כתיבה.


מיין רשות האט מען נישט צוגענומען. דערווייל. כאטש איך שרייב כמעט נישט דארט, האב איך אבער א ניק דארט.

אייגענארטיג » מיטוואך יוני 20, 2012 11:25 pm

· #18997
שמעקעדיג
איינער
זיי האבן צוגענומען פון רוב (אפשר אלע) שרייבער רשות כתיבה.


מיין רשות האט מען נישט צוגענומען. דערווייל. כאטש איך שרייב כמעט נישט דארט, האב איך אבער א ניק דארט.


אזוי אויך מיין איז נישט אוועקגענומען געווארן. אבער איך שרייב כמעט נישט איך גלייך נאר ליינען. איך האב נישט קיין גוטע פענע

דבילה » מיטוואך יוני 20, 2012 11:26 pm

· #18998
שמעקעדיג
איינער
זיי האבן צוגענומען פון רוב (אפשר אלע) שרייבער רשות כתיבה.


מיין רשות האט מען נישט צוגענומען. דערווייל. כאטש איך שרייב כמעט נישט דארט, האב איך אבער א ניק דארט.


גיב אכטונג... ביסטדיך שיעור נישט מגלה אלץ א מנהל דארט... אשפג

איינער » דאנערשטאג יוני 21, 2012 8:08 am

· #19029
קען זיין, אז זיי האבן צוגענומען נאר פון די ניק'ס וואס האבן געשריבן לעצטענס.

שרייבער » דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:03 am

· #19044
איך מיין דער קעפל פונעם אשכול דארף הייסן "ברוך הטוב והמטיב"
ווייל דאס איז אין כלל פון בשורות טובות

לאמיתו של דבר איז קיין איינע פון די נישט אפגעשפארט, ס'איז נאר פשוט פוחת והולך, אפילו כל העולם כולו שרינקט אויך געפערליך, ס'קען דורכגיין טעג וואס זאל נישט זיין קיין שום נייע אשכולות על אף וואס נייעס איז יא דא

מעגליך אז די ערעפענונג פון קאווע שטיבל האט אויך אסאך צוגעגעבן.

נו ב"ה פאר דעם, אויף ביידע פורומים האבן זיך געדרייט קינדער, ממש קינדער, גערעדט אזוינע שטותים מיט לגיונות אז ס'איז געווען א פחד.

איך וואלט אבער יא פארגעשלאגן אפשר זאל מען דא אין קאווע שטיבל עפענען א באזונדערע אפטיילונג פאר נייעס פון די אידישע וועלט, פארשטייט זיך מיט שטרענגע תקנות נישט צו אטאקירן אנדערע, פלעין פשוט טרוקענע נייעס, מען מעג שרייבן אפילו אזעלכע נייעס וואס די צייטונגען לייגן נישט אריין, אבער מיט נימוס און דרך ארץ און אוודאי נישט מיט קיין שקרים

וואס האלט דער ציבור?
וואס האלטן די מנהלים?

חייםהערש » דינסטאג יוני 26, 2012 12:03 pm

· #20073
עס איז באמת א קידוש השם אז די צווי פלעצער וואס זענען געבויט אויף הלבנת פנים אין לשון הרע זאל האבען א שטייטער טויט
אשריכם ישראל אז זיי קענען מבחין זיין צווישען תכלת און קלע אילן

גדעון » מאנטאג יולי 9, 2012 1:35 pm

· #22686
איך מיין אז יעדער איינער איז שוין מסכים אז די הייד-פארק זייטלעך זאלן זיך צוריק עפענען, און מיר זאלן קענען האבן דא צוריק די מנוחה.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 9, 2012 2:16 pm

· #22693
גדעון
איך מיין אז יעדער איינער איז שוין מסכים אז די הייד-פארק זייטלעך זאלן זיך צוריק עפענען, און מיר זאלן קענען האבן דא צוריק די מנוחה.


לא זו אף זו. מען דארף נישט קיין איינס. פאר די טובה פון כלל ישראל, ברוחניות ובגשמיות, זאל זיך אלעס אפשפארן.