☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?

באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8973

היסטאריקער » דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:25 pm

· #278734
באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?
אין דער בלאט די וואך ביי די קאפיעס פון אלטע ארטיקלעך ברענגען זיי א עד פון א הנחת אבן הפנה פאר באבוב סיטי אין קווינס שנת תשכ״ה

ווי זיי שרייבן גייט דארט זיין א ישוב מיט הונדערטער דירות, מוסדות וכו׳

איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון, דאס זעה איך אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, ווייסט איינער מער פרטים, ביטע בארייכערט אונז

דערמיט

תמימותדיגע » דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:30 pm

· #278735
ווען די פריערדיגע רב ז"ל האט געמופט פון קרוין הייטס קיין בארא פארק, איז געווען א פלאן אז מען וועט מופן קיין קווינס. מען האט שוין געמאכט א הנחת אבן הפינה פאר א שטעטל. אבער די שכינים האבן געמאכט געוואלדעס קעגן דעם, נישט זיכער אויב אידישע אדער גוים. אבער עס האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם.

תמימותדיגע » דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:09 pm

· #278741
אפשר קענסטו לייגן דעם ארטיקל דא?

ירא שמים » פרייטאג מאי 29, 2015 2:30 am

· #278910
Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?
א מזל סנישט געווארן ווען יא וואלט נישט געווען נישט קיין 48 נישט קיין 45[emoji1][emoji28][emoji23]

BAL TSHIVA » פרייטאג מאי 29, 2015 6:33 am

· #278916
אין קווינס וואלטן זיי גיווען 3, איינער 48 st, דער צווייטער 48 Ave, דער דריטער 48 Rd.

ווייס פרעזידענט » דינסטאג יוני 2, 2015 12:33 am

· #279742
Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?
עס איז געוועהן גוישע שכינים

בן עזאי » דינסטאג יוני 2, 2015 12:52 am

· #279752
דארף מען מאכן אזויווי אין בלומענבערג,
ארייינברענגען א ישיבה פאר אומזינסט רענט, און אריינוואוטען היימישע פאליטישאנס.
אזוי באקומט מען פערמיטס פאר די ערשטע פאזע דירות, און איינמאל דער עולם וואוינט שוין דארט האמיר א בלאק וואוט.

מי יגלה עפר מעניך אדמו"ר מבאבוב, איך זאל דיר איבערגעבן די קנאקעדיגע עצה. וועל איך דארפן ווארטן ביז משיח וועט קומען?
אבער איין מינוט... ניין, איך גיי נישט העלפן באבובער רב אויפשטעלן א שטאט אין די מדינה, און אוודאי נישט מיט בחירות. העלפט ... איך בין נאך ניי דא, וויאזוי מעקט מען אויס א תגובה?!

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 5, 2015 5:55 pm

· #280909
Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?
א שאד. ס׳ וואלט נישט געווען א שלעכטע זאך צו האבען א באבאבער שטעטעל דא אמעריקע. איך מיין אבער אז אין ארץ ישראל איז יא געלונגען צו בויען א באבאבער שטעטעל אין בת ים.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 5, 2015 6:23 pm

· #280914
Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז טאקע די סיבה אז ר׳ שלמה האט נישט מצליח געווען צו בויען א שטעטעל? איך האב אייביג געמיינט אז ער איז נישט געווען אינטערעסירט אבער בת ים אין באבאב סיטי וויזט אז ער האט יא געוואלט.

מפוזרי » זונטאג יוני 7, 2015 8:09 pm

· #281236
לפי מה ששמעתי איז דער פלאן געווען צוצוגרייטן א פלאץ וואס זאל זיין מעותד פארן יונגערן זוהן ונתבטל בגלל התנגדות הרעבעצין.

מפוזרי » מאנטאג יוני 8, 2015 9:03 am

· #281307
Re: באבוב סיטי, וואס איז דאס געווען?
גערעכט, ס'איז מסתבר כדבריך. כ'וועל דארפן איבערפרעגן מיין מקור, קען זיין ער האט גערעדט פון אן אנדער פלאן אין א שפעטערדיגער תקופה.

Kool man » מאנטאג יוני 8, 2015 11:40 am

· #281333
[ציטאט אראפגענומען]


דאכט זיך ס'שטייט פאר קאשוי און וואודריזש, וואודריזש איז היינט א ביזי שטאט, יודישע סופערמארקעט אפען אגאנץ יאהר, צוויי חרד'ישע שוהלען אפען אגאנץ יאהר, סעקשאן 8 טענענטס וואס וואוינען דארט דרועך די יאהר, וואקעישענערס פארען ארויס יעדע שבת אדער אויף די וואך, קרית טאבאק איז קיינמאהל נישט ליידיק, אומצאליקע קאנטריס און קעמפס און סאמער האום דעוועלאופמענטס, גארנישט אזא דורכפאל,
אויך קאשוי דאכט זיך איז נישט אזא דורכפאל, ער איז נאענט צו נייטרא, ביידע שטעטעלעך האבען די זעלביקע צאהל משפחות, [בערך 60 איטש] און זיי האלטען זיך אונטער איינער דעהם צווייטען נישט אומצופאהלען, ביידע האבן גראסערי און בית החיים, ביידע האבען א ישיבה'לע דארט, און ועל הכל זיי געפינען זיך אין גאהר א טייערע געגענט, זיי וואוינען צווישען פריצים.
מה שאין כן בת ים.

תמימותדיגע » מאנטאג יוני 8, 2015 11:58 am

· #281338
קרית באבוב האט איבער 100 משפחות. ווען איך האב דארט געלערנט איז געווען א גראסערי און א פרוכט געשעפט.

חוץ פון דעם איז עס נישט אין א מדבר. בת ים כהיום איז דא גאר אסאך פרומע בעלי תשובה. אין מען קען סייווי קויפן כשר'ס דארט לרחצה אין פרייע געשעפטן. עס איז דא א פיינע ישיבה דארט. א חדר א בנות ציון. אה"נ עס איז א דורכפאל נישט סתם א דורכפאל אבער נישט ערגער פון קאשוי אדער וואודריטש. סיי קאשוי אין סיי קרית באבוב זענען ווערט גרויסע געלט היינטיגע צייטן. די ריל עסטעיט אין יענע געגענט איז ווערט גרויסע געלטער.

Milk shake » מאנטאג יוני 8, 2015 12:37 pm

· #281348
אויב איז די אלע שטעטלעך א דורכפאל, קומט אויס אז קרית פאפא איז די איינציגסטע שטעטל וואס איז יא געלונגען?