אויב ווילסטו גיין אין א האטעל מיט כשר עסן און עס גייט דיר נישט אהן צו די האטעל איז שיין אדער נישט ווייל עניוועי ביסטו אגאנצן טאג אינדערויסן, וואלט איך רעקאמענדירט
לעווין אין ארוזא, טאקע א אלטע האטעל אבער היימיש און די עיקר א פיינע פרישטאג און סאפער יעדן טאג מיט א היימישע אטמאספער, לעצטענס האבן זיי געעפנט א נייע האטעל אין דאוואס קען זיין אפילו שענער ווי די פון ארוזא, אבער אלס די געגנט איז ארוזא אסאך בעסער ווי דאוואס הגם אז דאוואס איז נישט אוועקצומאכן בכלל,
די גרינגסטע וועג צו פארן איז מען פארט קיין ציריך און פון דארט מיט די באן קיין ארוזא, אין די עירפארט קען מען קויפן א טיקעט עס קאסט ארום 50-55 שווייצער פראנק, מען נעמט א באן פון די עירפארט צו "ציריך הויפט שטאטציאן" בערך 10 מינוט און פון דארט א באן קיין חור בערך איינס און א האלב שעה , און פון דארט פארט מען מיט אזא קליינע באנדעלע וואס פארט שטאט ארויף די בארג קיין ארוזא עס נעמט א שעה און עס איז מוראדיג אינטרעסאנט די גאנצע וועג ווי מען פארט העכער און העכער, די האטעל איז צוגיין צופיס פון דארט בערך זיבן מינוט, עס איז נישט שווער זיך א עצה צו געבן ווען מען קויפט די טיקעט אין עירפארט באקומט מען פונקטליכע אנוויזונגען וועלכע באן צו נעמן און ווי עס צו טרעפן און ווען עס פארט ארויס,
דא האסטו די וועג ביי גוגל מעפס,
עס איז א פיינע וועג און פיינע טרעינס די איינציגסטע זאך איז די רענצלעך וואס איז שווער צו שלעפן מיט אזויפיל טרעינען, סא פאר דעם איז אויך דא א עצה, אין שוויץ איז דא א פראגראם מיטן נאמען fly rail baggage די קענסט ביים איינטשעקן אין עני עירפארט אין די וועלט בעטן אז די ווילסט אז דיינע רענצלעך זאל אנקומען דירעקט צו איינע פון די שטאציאנען אין שווייץ עס קאסט ארום 20-25 דאללער, און באקוסט אזא גרינע טעג וואס שטייט "נאטינג טו דעקלער" זיי לייגן עס ארויף אויפן רענצעל מיט א פונקטליכע אדרעסס ווי די גייסט זיין אין שווייץ אזןי אויך דיין טעלעפאן נאמבער, און די באקומסט די זעלבע צעטל וואס אידענטעפיצירט דיר אלס די אייגנטומער פון די רענצעל, און די רענצעל פארט סטרייט צו יענע דעסטענעישאן למשל ארוזא און די מיזסט עס אויפפיקען פון די סטעישאן מיט דיין צעטל וואס די האסט באקומען אין עירפארט, פאר מער זעה
דא אדער
דא פאר די ליסט ווי עס קען אנקומען זעה
דא, אויב די ווילסט נישט שלעפן די רענצעל פון די סטעישאן קענסטו אין האטעל איבערגעבן דיין צעטל און פאר א מינימאלע פרייז גייען זיי עס אויפפיקען און ברענגען עס דירעקט אין דיין רום.
עד כאן הגעתי לעכשיו און פארשטייט זיך אז מען קען ניצען די אינפראמעישן אפילו מען גייט נישט דווקא צו לעווין.