☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.

דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8944
בלאט: 1 2

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:22 am

· #277621
דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.
שאו עניך מסביב וראו כי כולם נקבצו לך – דער דאזיגער פסוק שרייט זיך ארויס פון די לעפצען, אנקומענדיג ערב יום טוב שבועות קיין קרית יואל. די אלע שאסייען וואס שלענגלן זיך קיין קרית יואל זענען פיל מיט צענדליגע טויזענעטער חסידים. וואס מאכן זייער וועג קיין קרית יואל, צו זיין דעם הייליגען יו''ט שבועות ביים רבי'ן שליט''א, און מקבל זיין די הייליגע תורה יחד ברבבות אלפי ישראל ומלכם בראשם.

ווי מען גייט נאר און ווי מען שטייט נאר זעהט זיך אן די שווערע טויזענטער אנקומענדיגע געסט, וואס לאדענען אפ די אוטוס מיט די שווערע געפעק און זעק פון צרכי החג, און שטופען זיך צוזאם אין ענגע קליינע דירות מיט די גאצער פאמיליע אינאיינעם, און מעולם לא אמר אדם צר לי המקום, אז עס איז פארהאן אמת'ע אהבה איז דא פלאטץ פאר יעדן, די פיבערהאפטיגע הכנות צום הייליגען יו''ט בצילא דמהיימניתא, זעהט זיך ממש אן אין יעדען ווינקל פון שטעטל, די מקוואות זענען איבערגעפאקט פון רבבות אנ''ש וואס זענען מקיים דעם חייב אדם לטהר את עצמו ברגל, דער שטעטל פארט אויף רעדער, ביזן זמן פינעם היילייגען קוים-ערווארטעטן יו''ט קומט שוין אן, וואס דאן קומען אלע הכנות צו א האסטיגע אפשטעל, און דער גאנצער עולם נעמט זיך שפאנען מיטאמאל צום ריזען בית מדרש, אין וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט נאך אין איר אפגעראכטען זיין הייליגע עבודה, מקום שהתפלל אותו צדיק.

אנקומענדיג אין בית מדרש אנפלעקט זיך א גאר א הערליך בילד, דער בית מדרש איז אויסגעלייגט מיט שווערע טויזענטער פרישע זיץ פלעצער, יעדע שטענגל און ווינקל איז פארוואנדעלט געווארן פאר נאך זיץ פלעצער, דאך איז א גרויסער עולם געצווינגען צו פארבליין שטייען אויף די פוס ביי די דירך-גענג און דער בית מדרש איז הערליך באצירט מיט ביימער און בלומען כמנהג ישראל, און ווי אויך איז דער מקום קדוש פון רבינו שליט''א באצירט מיט אן הערליכען קינצליכען שער און מיט א כתר לכבוד התורה, דער גאנצער פולקעפיגער עולם שטייט צוזאמענגעשטיפט און ווארטן מיט שפאנונג אז רבינו שליט''א זאל אריין קומען אין בית מדרש צו מערבית של חג.

מיטאמאל ויהס כל העם אשר במחנה, דער גאנצער עולם ווערט שטיל און מען שטעלט זיך אויף מיט יראת הכבוד, און יעדענס אויגן איז געוואנדען צו דער טיר, ווי רבינו שליט''א ערשיינט אין בית מדרש מעוטף בטליתו, באגלייט מיט זיינע משמשים בקודש, און זיין הייליגער פנים שיינט בקדושת החג, רבינו שליט''א שפאנט תיכף צו צום עמוד צו תפילת מנחה, וואס דער רבי דאווענט פאר מיט גרויס התעוררות.

דערנאך שיקט רבינו שליט''א איינע פון די חשובע געסט צו מערבית, וואס הייבט תיכף אן מיטן מקובל'דיגען נאסטארלאגישען יום טוב'דיגער ניסח.. ברכו את השם המבורך.., און ווערט באלד אפגעענפערט מיט א הילכיגען ברוך השם המבורך.. פון די שווערע טויזענעטער און טויזענעטער מתפללים. ביי אהבת עולם לאזט זיך דער גאנצער עולם ארויס אין א פייערדיגער געזאנג בשמחת התורה, אדש די ווענט פון בית המדרש זינגען מיט, און מען פארענדיגט דאס דאווענען.

תיכף נאכן דאווענען שלענגעלט זיך דער גאנצער ציבור אין די לאנגע רייען, צו קענען שלום נעמען פונעם רבי'ן שליט''א און ווינטשען א גוט יום טוב, חייב אדם לקבל פני רבו ביום טוב. ואף הוא עונה כנגד המברכים בפנים צהלות. איבער א שעה נעמט דער גוט יום טוב זאגן, און רבינו שליט''א שטייט מיט געדילד אויף זיין פלאטץ מעוטף מטליתו, ביז דער גאנצער פילצאליגער עולם פארענדיגט דירך צו גיין כצאן לבני מרון.

דער עולם איילט זיך אהיים צו די סעודה, צו קענען באלד ציריק זיין אין בית מדרש אריין אפצורעכטן דעם תיקון הלילה בלימוד התורה כנהוג, דער בית מדרש ווערט פילער און פילער, עס הערט זיך אזא שטילע ברומעריי ווען דער עולם זאגט דעם תיקון מיט א הלהבות, און דער בית המדרש ווערט מער און מער אובערגעפילט יעדע מינוט, ביז זי איז איבערגעפילט עד אפס מקום, יעדער זיץ פלאטץ איז פארנומען, און עס הערשט א שטילקייט און א פחד מפני קדושת הליל.

ארום צוויי א זייגער אויפדערנאכט, ווערט מיטאמאל שטיל אין בית מדרש, רבינו שליט''א וואס האט אצינד פארענדיגט זאגן דעם תיקון בביתו נאוה קודש, ערשיינט אין בית מדרש מיט די שניי ווייסע יום טוב'דיגע בעקישע, און איינגעהילט אין זיין טלית, לערוך את שלחנו לפני ה'.

דער גאנצער ציבור גיבט זיך ספאנטאן א שטעל-אויף אויף דער פוס, און רבינו שליט''א הייבט אן בנעימות, קידוש צו מאכן על הכוס מיטן התעורות'דיגן יום טוב'דיגן ניסח, און דער גאנצער טויזענט קעפיגער ציבור ענפערט אפ מיט אן הילכיגען אמן, דערנאך פירט דער רבי שליט''א ווייטער דעם טיש לכבוד החג, און דער עולם זאגט ווייטער דעם תיקון, ביז דער רבי שליט''א פארענדיגט טיילן שריים, דערנאך הייבט דער עולם אן צו זינגען נגוני התעוררות מיט גרויס ווארימקייט לכבוד יום טוב, ביז עס ווערט אין גאנצען שטיל און דער רבי שליט''א הייבט אן זאגן תורה, די רבי שטעלט זיך אויף א פאר דיוקים אין די פרשה פון מתן תורה, און פארענפערט זיי בדרך דרוש ואגדה המשמחים את הלב כנתנתן מסיני, און דערנאך איז ער מאריך בגודל קדושת היום, און ער איז מעורר דעם גאנצן ציבור זיך צו גרייטען צו קבלת התורה, דאס התעוררות איז גאר גרויס.

דער רבי שליט''א איילט זיך צו מיטן בענטשען, עס איז שוין אט אט דער עלות השחר, און דער טיש פארענדיגט זיך און דער רבי גייט ציריק למעון קדשו, און דער גאנצער ריזיגער עולם גיבט זיך ספאנטאן א לאז אראפ אין דער מקוה, ווי דאס געדרענג איז איום ונורא, מען איילט זיך ארויס פון מקוה מען זאגט ברכות התורה און מען ליינט קריאת שמע, און מען גייט זיך לייגען צו האבן כוח צום מארגענדיגען דאווענען.

ארום זייגער 11 ערשיינט רבינו שליט''א אין בית מדרש צו שחרית, און מען הייבט אן דאווענען פסיקי דזמרה במתינות, דאס התלהבות ווערט שטערקער און שטערקער פון מינוט צו מינוט, ביז אט דערהערט מען שוין ווי דער בעל תפילה לאזט אויס... והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה השם אחד ושמו אחד.... דער עולם הייבט אן צו זאגן נשמת מיט א ברען, דאס התלהבות ווערט שטערקער און שטערקער.. ביז עס ווערט אינגאנצן שטיל, מען קען הערן א פליג דשזומען.. און רבינו שליט''א הייבט אן הויעך מיט זיין הייליגער ניסח עד הנה עזרינו רחמיך... און דער גאנצער עולם האלט מיט ווי דער רבי איז שופך שיח לפני ה' מיט די הייליגע ווערטער פון נשמת...דער רבי דאווענט ווייטער פאר שחרית... ביז מען קומט אן צו אהבה רבה.

ווי קען מען דען אראפ'משל'ן דעם בילד ווי אזוי דער אהבה רבה קוקט אויס אין בית מדרש, שווערע טויזענטער אידן זיצן מיט דעם פנים איינגעדעקט מיטן טלית, און פארגיסן טייכן טרערן צום הייליגען באשעפער, אז ער זאל זיי באלייכטען די אויגען צו פארשטיין די הייליגע תורה, עס נעמט גאר א לאנגע צייט ביז דער ריזן עולם פארבלייבט ענדליך שטיל, דאן הייבט דער רבי שליט''א מיט בכיות צו זינגען דעם אהבה רבה בניגון המקובל פינעם הייליגען רבין רבי הערש פון רימאנוב זי''ע, און דער גאנצער עולם זינגט מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות וואס מען קען גארנישט אראפגעבן אויפן פאפיר, אט הערט מען ווי דער רבי הייבט נאכאמאל אן דעם ניגון והאר ענינו בתורתיך.. ודבק לבינו במצותיך, דער התעוררות איז אין לשער.. ביז דער רבי פארענדיגט מיט בכיית.. ותוליכינו במהרה קוממיות לארצינו... דער שמע ישראל פון די שווערע טויזענעטער הערט זיך אויף גאר גאר ווייט אוועק.

מען דאווענט שמו''ע און מען זאגט דעם יוצר, ביי ממקומך זינגט מען דעם הייליגן ניגון פון בעל התניא זי''ע, און דערנאך הייבט רבינו שליט''א אן צו זאגן דעם הלל וואס איז ממש פקע איגרא, דער רבי שליט''א הייבט אן יעדע שטיקל פון אנהייב מיט גרויס התעררות, און ביי הללו זינגט מען דעם נייעם הקפה ניגון מיט שמחה, און ביי פתחו לי הייבט רבינו שליט''א דער ניגון המקובל וואס איז נאך געזינגען געווארן בית מדרשו של רבינו הקוה''ט זי''ע, וואס דער גאנצער ציבור זינגט מיט מיט גרויס געגועין און השתפכות הנפש, און מען פארענדיגט דאס הלל מיטן יום. און דער זייגער שלאגט שוין אויף 2 מיטאג.

מען נעמט ארויס די ספרי תורה, אט זעהט מען שוין רבינו שליט''א אויפן בימה, מען ריפט אויס דעם כהן, און רבינו שליט''א נעמט זיך פארזאגן די הקדמות מיט גרויס התעוררות, און ביי פארשידענע שטיקלעך ברעכט ער אויס א הילכיגען געוויין, מיט וואס דער גאנצער ציבור ווערט מיטגעשלעפט. דער כהן מאכט די ברכה און רבינו שליט''א הייבט אן צו ליינען אין דער תורה פון בחודש השלישי מיט גרויס התעוררות מיטן שטריימעל אויפן קאפ. דער רבי איז עולה חמישי, דאן טוהט ער אן דעם טלית אויפן שטריימעל כנהוג בחצר בסיגוט, און אזוי ליינט ער פאר די עשרת הדברות ברתת ובזיעה, און דער גאנצער עולם איז פון דאסניי מקבל דער הייליגער תורה מסיני. מען פארענדיגט דאס ליינען און תפילת מוסף מיט א שטיקל איילעניש, ווייל דער זייגער שטייט נישט.

תיכף נאכן דאווענען ערשיינט רבינו שליט''א מיט דער ווייסער בעקישע צום מילכיגען טיש, ווי ער מאכט תיכף קידוש, און פארטיילט די קרעפליך כמנהג ישראל. א גרויסער ציבור פארבלייבט שוין נישט צום קרעפל טיש, מען דארף האבן גרויסע כוחות נאך אזא דאווענען צו קענן מיט האלטן אט דעם טיש, אבער די רבנים און לומדים ווילן טאקע דעם דאזיגען טיש נישט פארפאסן, דער רבי מאכט אויף די הייליגע גמרא און נעמט זיך זאגן דעם קרעפל פשעטל מיט גרויס עמקות, די טיפע בליציגע חדושים מאכן דעם עולם אונטערשפרינגען, דער שמחות התורה איז דאך אין לשער. קרוב צו 5 נאכמיטאג קערט זיך דער עולם אהיים צו עסן די יום טוב'דיגע סעודה און גרויס איילעניש.

7 אזייגער איז שוין דער רבי שליט''א ציריק אין בית מדרש צו מנחה, מען דאווענט אפ מנחה און דער תנאים טיש הייבט זיך אן, מען פארטיילט פריטליך פארן גאנצן ציבור, און דער רבי שליט''א איז מכבד איינעם צו זינגען אתה נגלת פון מוסף ר''ה, און א צוייטען מיט אהבה רבה, וואס מען זינגט געווענדליך מיטן פלאנטשער שלום אליכם ניגון וואס איז מלא מתיקות עס האט דעם ראזארדאווער - ראפשיצער חן, אזוי ווי מען האט עס געזינגען ביים שלה''ט פון רבינו הקוה''ט זי''ע וואס איז בזו''ר געווען אן איידעם אין פלאנטש, דערנאך זאגט דער רבי תורה.

נאך די תורה לייענט דער רבי פאר דעם תנאים בין ישראל לאבינו שבשמים, וואס איז נתחבר געווארן דירך רבי ישראל נאגרא זי''ע מגירי האר''י ז''ל. און פארענדיגט בצהלת פנים מיט די ווערטער מזל טוב! מזל טוב! און דער עולם ברעכט אויס אין א פייערליכע געזאנג פון ובאו כולם בברית יחד, וואס עס האלט א לענגערע וויילע מיט גרויס שמחה. אשרי מי שרואה את שמחת קהלינו וואס פרייט זיך בשמחת התורה ומלכם בראשם.

תיכף נאכן טיש שטעלט מען זיך באלד דאווענען מעריב כמעשהו בראשונה, און דער עולם גייט אהיים עסן די סעודה און זיך א ביסל אפרוען נאך אזא פילע הייליגע טאג, וואס מען האט איינגעזאפט אזוי פול קדושה אין זיך. און שפעט נאך חצות קומט רבינו שליט''א אריין צום מיטל-נאכט טיש, וואס איז ע''פ רוב נישטא קיין גרויסער ציבור. דער רבי מאכט קידוש און פארטיילט שריים פון אלע מאכלים, און דערנאך זאגט ער קורצע דברי תורה און מען זינגט אביסל לכבוד היום. פאר ברכות המזון איז דער רבי שליט''א ע''פ רוב מאריך בגודל קדושת הבעל שם טוב זי''ע, וואס זיין הייליגע הלולא געפאלט אויס אים שבועות.

דער צווייטער טאג יום טוב שטעלט מען זיך אויך דאווענען היפש ביסל שפעט, און אלעס איז פינקט ווי דער ערשטער טאג, דער רבי שליט''א דאווענט פאר שחרית און הלל פארן עמוד, מיט גרויס התעוררות, אבער ער דינט נישט אליינס אלס דער בעל קורא, ווי אויך איז נישטא קיין מילכיגע טיש.

נאך מנחה הייבט זיך אן דער נעילת החג טיש, וואס ציהט זיך אריין ביז א סאך נאכן זמן, די חברה קדושה לייט שטעלן וויין אזוי ווי יעדע יום טוב וואס מען זאגט יזכור, און זיי גייען אריבער נעמען לחיים פינעם רבי'ן, מען זינגט אתה נגלת און אהבה רבה אזוי ווי נעכטען, און דער רבי איז מאריך בדברי תורה בדרך דרוש ואגדה, בגודל קדושת החג, און ער איז מעורר דעם ציבור אז מען זאל מיטנעמען די השפעה פינעם הייליגען יום טוב אויף א גאנץ יאר.

דערנאך ליינט דער רבי שליט''א פאר די כתובה בין ישראל לאבינו שבשמים, און ווי נאר ער פארענדיגט מיט די ווערטער מזל טוב! מזל טוב! הייבט ער אן טאנצען מיטן גאנצן עולם ובאו כולם בברית יחד, און דער גאנצער בית מדרש זינגט און טאנצט מיט לכבוד החג, ולכבוד התורה, די שמחה איז אין לשער, עס זעהט זיך גארנישט אויס אז דער עולם האלט זיך געזעגענען פון אזא הייליגער יום טוב. דערנאך דאווענט מען מעריב, און דער גאנצער עולם גייט ארויס פארענט פון בית מדרש מקבל צו זיין בכרות הקודש לימי הקיץ הבאים לקרתינו לשלום.

ווי נאר דער רבי שליט''א באווייזט זיך אויף דער טראסע, ברעכט דער גאנצער עולם אויס אין א פייערדיגע געזאנג פאר א לאנגע צייט, דערנאך ווערט שטיל און רבינו שליט''א הייבט אן ווינטשען פארן ציבור א געזינטער זומער, און ער איז מאריך מיט שארפע דברי מוסר פאר אנשים ונשים, אז מען זאל זיך פירן ערליך בימי הקץ, און מען זאל אויסנוצען די צייט אויף לימוד התורה, ווי אויך אז מען זאל איינהאלטן די תקנות איבער די טעכנעלאגישע כלים, אד''ג. נאך ברכות הקודש פארבלייבט דער עולם טאנצען אויף א לאנגע צייט...

אשרי העם שככה לו.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:28 am

· #277622
פארוואס ברעכט דער גאנצער עולם

I'm back » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:48 am

· #277625
מה זה הקדמות?

גאלד » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:54 am

· #277634
סתם פאברענט 2 מינוט פון מיין לעבן וואס כעל קיינמאל צוריק באקומען,
בין איך עפעס א בעל תשובה וואס מ'דארף מיר מסביר זיין וויזוי שבועות קוקט אויס,
וואס ווער איך קלוגער פון דעם ארטיקל,

איך בין טאקע נייגעריק, איז דא איינער וואס ליינט די אלע סארט קרעפ ארטיקלען און דער איד/בלאט, האט קיין שום חדשות, מקען די זעלבע ארטיקל איבערלייגן יעדעס יאר און פאר יעדע גרויסע חסידות

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:56 am

· #277635
כ'מיין אין דעם הינזיכט איז דער איד דאס ערגסטע. דארט הערט מען אויך נישט אויף צו ברעכן יעדע וואך

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:58 am

· #277636
העי גאלד, בארואיג דיך, מעגסט שטאלצירן אביסעלע מיט די שבועות אין קרית יואל, מען קען עס נישט אוועקמאכן, קע"ה אזא עולם טרעפט מען נישט יעדן טאג,
נעם אראפ די פאר איבריגע אויסדרוקן פון די ווייסע בעקיטשע, מיט די שמחת יו"ט און צהלת וקדושת החג וואס שיינט אויפן רבינ'ס פנים, מיט די הערליכע טויער על מקום קדשו של רבינו, און ויהס כל העם אשר במחנה, און דער ארטיקל איז בכלל נישט אזוי שלעכט...

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:58 am

· #277637
ק/פ פון דער בלאט תשע"ד?

הבא ללמד » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:02 am

· #277641
ישר @קאך_לעפל פאר אזא שיינער ארטיקעל איך גלייב עס ליגט אסאך ארבערט און שעות און דיעם
אנטשלדיג פארן פרעגן די וואלסט מיר עס געלאזט נאכקאפיען און ריפליעסען דע ווערטער "קרית יואל" מיט "וויליאמסבורג"?

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:07 am

· #277643
איך וויל איבערבעטן די אלע וואס איך האב וויי געטאן מיט דעם ארטיקל, איך האב פשוט אראפגעשריבען מינע געפילן, לאו מר בר'אשי חתים עליה יעדער קען מחולק זיין, חוזק מאכן און אראפרייסן.
כ'האב נישט קיין שום שווער הארץ אויף קיינעם.

אדרבה יבוא הלייצנים ויצלוצצי בקול, ויבא האראפרייסערס ויתרייסרעסי בכעס....

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:09 am

· #277644
שמעון וואלף
ק/פ פון דער בלאט תשע"ד?

שמעון וואלף: אפילו פונ'ם בלאט תשע"ה און ע"ו...! האב נישט קיין מורא. מ'האט אוועקגעלייגט דעם זיגל... 😂 🙄

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:11 am

· #277645
קאך איך האלט דו שרייבסט נישט שלעכט נאר דו טרייבסט איבער.

אדרבה זאג פון וואו ווייסטו צי דעם רבינ'ס פנים שיינט פון קדושת החג צי צוליב דעם פראכטיגן טויער פון בלומען על מקום קדשו?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:11 am

· #277646
berlbalaguleh
שמעון וואלף
ק/פ פון דער בלאט תשע"ד?

שמעון וואלף: אפילו פונ'ם בלאט תשע"ה און ע"ו...! האב נישט קיין מורא. מ'האט אוועקגעלייגט דעם זיגל... 😂 🙄

תשע"ה קען נישט זיין ווייל ערב יו"ט איז שבת. עס שטימט נישט..

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:13 am

· #277647
שמעקעדיג
קאך איך האלט דו שרייבסט נישט שלעכט נאר דו טרייבסט איבער.

אדרבה זאג פון וואו ווייסטו צי דעם רבינ'ס פנים שיינט פון קדושת החג צי צוליב דעם פראכטיגן טויער פון בלומען על מקום קדשו?

ווען די וועסט דארטן זיין וועסטו זעהן אז איך שאץ נאך אונטער...... 😂

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:16 am

· #277648
קאך_לעפל
איך וויל איבערבעטן די אלע וואס איך האב וויי געטאן מיט דעם ארטיקל

אויך מיר א מהלך, מ'שרייבט און נאכדעם בעט מען איבער?

איך קען דיר יעצט מוחל זיין אבער נעקסט טיים וועסטו פרעגן בעפאר?

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:17 am

· #277649
מיינע קליינע הערות...
קאך_לעפל

די אלע שאסייען וואס שלענגלן זיך קיין קרית יואל זענען פיל מיט צענדליגע טויזענעטער חסידים. וואס מאכן זייער וועג קיין קרית יואל, צו זיין דעם הייליגען יו''ט שבועות ביים רבי'ן שליט''א

לאו דווקא, אסאך גייען צו די עלטערן, שוויגער עלטערן אדער סתם אנטלויפן פון די שטיקעדיגע שטאטישע לופט

און מעולם לא אמר אדם צר לי המקום

גראדע, מיין שוואגער פלעגט גיין אפאר יאר ביז ער האט געזאגט אז ער קען נישט טרעפן א באקוועמע דירה, גייט ער מער נישט

און דער גאנצער עולם נעמט זיך שפאנען מיטאמאל צום ריזען בית מדרש

זענען די אנדערע פיפציג שולן פארשפארט?

און ווערט באלד אפגעענפערט מיט א הילכיגען ברוך השם המבורך.. פון די שווערע טויזענעטער און טויזענעטער מתפללים.

וואטעווער דעט מיענס

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:17 am

· #277650
ישמעאל הכהן
קאך_לעפל
איך וויל איבערבעטן די אלע וואס איך האב וויי געטאן מיט דעם ארטיקל

אויך מיר א מהלך, מ'שרייבט און נאכדעם בעט מען איבער?

איך קען דיר יעצט מוחל זיין אבער נעקסט טיים וועסטו פרעגן בעפאר?

זיכער טאקע פון דיר..... 😂

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:18 am

· #277651
נאכן עסן טשיז קעיק דריי טאג ווערט מען אביסל שווער

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:20 am

· #277652
ישמעאל הכהן
נאכן עסן טשיז קעיק דריי טאג ווערט מען אביסל שווער

אזוי?

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:26 am

· #277655
יא און נאך עפעס רבי ישמאל דארפסט נישט אזוי צערענען, אדרבה שרייב אן ווי דער שבועות קוקט אויס ביי דיין רבי'ן ר' זלמן,
בעיקר שרייב פונעם קרעפ''ל פשעטל, דאס וועט זיך צו באלעקן.....

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:27 am

· #277656
ס'נישטא וואס צו שרייבן, דערפאר צערעניך אזוי, און וואלסט דיך געמעגט אביסל איינהאלטן.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:28 am

· #277657
ישמעאל הכהן
ס'נישטא וואס צו שרייבן, דערפאר צערעניך אזוי, און וואלסט דיך געמעגט אביסל איינהאלטן.

כ'האב שוין געזאגט סארי... אקעי?

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:30 am

· #277658
יא, אבער נאר פאר איצט. נעקסט טיים טראכט פארן שרייבן, כדי שלא יצערו למי שאין לו

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:14 pm

· #277669
ישמעאל הכהן
יא, אבער נאר פאר איצט. נעקסט טיים טראכט פארן שרייבן, כדי שלא יצערו למי שאין לו

זאג עס גוט נאך..."שלא לבייש מי שאין לו..... "

גאנצל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:02 pm

· #277684
איך וואלט געטוישט די נאמען פון אשכול

צו

הייליגע קאמף פון @ישמעל מיט @קאך לעפל

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:03 pm

· #277686
גאנצל
איך וואלט געטוישט די נאמען פון אשכול

צו

הייליגע קאמף פון @ישמעל מיט @קאך לעפל

נע... עס פעלט נישט אויס... לאז געמאכט....

שכוח

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:22 pm

· #277688
שמעקעדיג
berlbalaguleh
שמעון וואלף
ק/פ פון דער בלאט תשע"ד?

שמעון וואלף: אפילו פונ'ם בלאט תשע"ה און ע"ו...! האב נישט קיין מורא. מ'האט אוועקגעלייגט דעם זיגל... 😂 🙄

תשע"ה קען נישט זיין ווייל ערב יו"ט איז שבת. עס שטימט נישט..

דער בלאט קומט דאך ארויס א פאר טעג פאר שבת ויו"ט...!

אויסגערוט » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:48 pm

· #277695
Re: דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.
דעס זעט מיר אויס ווי א גוטער user manual פאר דער רבי שליט"א

היסטאריקער » דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:49 pm

· #277696
שמעון וואלף
ק/פ פון דער בלאט תשע"ד?

לידיעתך
אין בלאט (ווי נאריש עס איז) איז קיינמאל נישט געווען באשריבן א יו״ט בצל מהר״א

יואב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:05 pm

· #277772
Re: דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.
קאך_לעפל
שמעקעדיג
קאך איך האלט דו שרייבסט נישט שלעכט נאר דו טרייבסט איבער.

אדרבה זאג פון וואו ווייסטו צי דעם רבינ'ס פנים שיינט פון קדושת החג צי צוליב דעם פראכטיגן טויער פון בלומען על מקום קדשו?

ווען די וועסט דארטן זיין וועסטו זעהן אז איך שאץ נאך אונטער...... [emoji38]

יא יא, איך מיין אז אפילו דער תנא רבי יהודה וואלט בכגון דא מודה געווען אז די סיבה דערצו איז ווייל ער איז מגדל חזירים. תרדין מיט און אן זאלץ עסט דאך מ'שטיינס קאך-לעפל אויך.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 5:50 pm

· #277793
יואב
קאך_לעפל
שמעקעדיג
קאך איך האלט דו שרייבסט נישט שלעכט נאר דו טרייבסט איבער.

אדרבה זאג פון וואו ווייסטו צי דעם רבינ'ס פנים שיינט פון קדושת החג צי צוליב דעם פראכטיגן טויער פון בלומען על מקום קדשו?

ווען די וועסט דארטן זיין וועסטו זעהן אז איך שאץ נאך אונטער...... [emoji38]

יא יא, איך מיין אז אפילו דער תנא רבי יהודה וואלט בכגון דא מודה געווען אז די סיבה דערצו איז ווייל ער איז מגדל חזירים. תרדין מיט און אן זאלץ עסט דאך מ'שטיינס קאך-לעפל אויך.

כ'פארשטיי נישט פונקליך די טיפזינעגע רייד... אבער עפער זאגט ער דאך פארט.... בסדר איך בין מסכים ... הייליג הייליג....

יואב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:01 pm

· #277798

לערן דורך דף מט עמוד ב' אין מסכת נדרים.

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:03 pm

· #277799
פינישט.... נא ואס ווילסטו?

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:05 pm

· #277800
מ''ט ע''ב:

כמאן מצלינן על קצירי ועל מריעי [כמאן כר' יוסי] מדאמר קצירי ומריעי שמע מינה קצירי קצירי ממש מריעי רבנן: ומותר בעבה: מתני' דלא כבבלאי דאמר ר' זירא בבלאי טפשאי דאכלי לחמא בלחמא א"ר חסדא דמשאיל להון להלין נקדני דהוצל הדין דייסא היכין מעלי למיכלה דחיטי בלחמא דחיטי ודשערי בלחמא דשערי או דלמא דחיטי בדשערי ודשערי בדחיטי רבא אכליה בחסיסי רבה בר רב הונא אשכחי' לרב הונא דקאכיל דייסא באצבעתיה אמ' ליה אמאי קאכיל מר בידיה א"ל הכי אמר רב דייסא באצבעתא בסים וכל דכן בתרתין וכל דכן בתלת אמר ליה רב לחייא בריה וכן אמר ליה רב הונא לרבה בריה מזמנים לך למיכל דייסא עד פרסה למיכל בישרא דתורא עד תלתא פרסין אמר ליה רב לחייא בריה וכן א"ל רב הונא לרבה בריה כל מידעם לא תפלוט קמיה רבך לבר מן קרא ודייסא שהן דומין לפתילתא של אבר ואפילו קמי שבור מלכא פלוט רבי יוסי ורבי יהודה חד אכיל דייסא באצבעתיה וחד אכיל בהוצא א"ל דאכיל בהוצא לדאכיל באצבעתיה עד מתי אתה מאכילני צואתך אמר ליה דאכיל באצבעתיה לדאכיל בהוצא עד מתי אתה מאכילני רוקך רבי יהודה ורבי שמעון אייתו לקמייהו בלוספיין רבי יהודה אכל ר' שמעון לא אכל א"ל רבי יהודה מאי טעמא לא אכיל מר אמר ליה ר' שמעון אלו אין יוצאין מבני מעים כל עיקר אמר ליה רבי יהודה כ"ש שנסמוך עליהן למחר רבי יהודה הוה יתיב קמיה דר' טרפון אמר ליה רבי טרפון היום פניך צהובין אמר ליה אמש יצאו עבדיך לשדה והביאו לנו תרדין ואכלנום בלא מלח ואם אכלנום במלח כל שכן שהיו פנינו צהובין אמרה ההיא מטרוניתא לרבי יהודה מורה ורוי אמר לה הימנותא בידא דההיא איתתא אי טעימנא אלא קידושא ואבדלתא וארבעה כסי דפסחא וחוגרני צידעי מן הפסח עד העצרת אלא (קוהלת ח) חכמת אדם תאיר פניו אמר לי' ההוא <צדוקי> {מינא} לרבי יהודה פניך דומין אי כמלוי רבית אי כמגדלי חזירין א"ל ביהודאי תרוייהו אסירן אלא עשרים וארבעה בית הכסא אית לי מן ביתא עד בי מדרשא וכל שעה ושעה אני נכנס לכל אחד ואחד ר' יהודה כד אזיל לבי מדרשא שקיל גולפא על כתפיה אמר גדולה מלאכה שמכבדת את בעליה רבי שמעון שקיל צנא על כתפיה אמר גדולה מלאכה שמכבדת את בעליה דביתהו דרבי יהודה נפקת נקטת עמרא עבדה גלימא דהוטבי כד נפקת לשוקא מיכסיא ביה וכד נפיק רבי יהודה לצלויי הוה מיכסי ומצלי וכד מיכסי ביה הוה מברך ברוך שעטני מעיל זימנא חדא גזר רבן שמעון בן גמליאל תעניתא ר' יהודה לא אתא לבי תעניתא אמרין ליה לא אית ליה כסויא שדר ליה גלימא ולא קביל

יואב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 6:54 pm

· #277810
Re: דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.

"רבי יהודה הוה יתיב קמיה דר' טרפון אמר ליה רבי טרפון היום "פניך צהובין" אמר ליה אמש יצאו עבדיך לשדה והביאו לנו תרדין ואכלנום בלא מלח ואם אכלנום במלח כל שכן שהיו פנינו צהובין.

אמר לי' ההוא צדוקי לרבי יהודה פניך דומין אי כמלוי רבית אי "כמגדלי חזירין".

שמעקעדיג איז דן פארוואס ס'פנים פון דיין רבי'ן לייכט אזוי. שרייבסטו אז ער שאצט גאר אונטער. האב איך מיך דערמאנט, גירסא דינקותא, אז מ'האט שוין פאר א צייט צוריק געהאט דעם איסתפקתא. ר' יהודה האט זיך אפנים געשפירט אויף דעפענסיווע מיט'ן ברויכן אפשלאגן די האדעווען-חזירים טעאריע מיט אן אומפארשטענדליכן בית הכבוד געלויף. אנדערש איז אבער אין דעם פאל, וואס איך בין איינשטימיג מיט דיר אז נישט נאר לייכט זיין פנים, נאר שמעקעדיג שאצט גאר אונטער. וויסענדיג וויפיל לויטערע משוגעים זענען מדובק צו דעם צדיק, האב איך געקלערט אז די חזירים טעאריע איז מסתבר. כ'האב אבער פארשטאנען פון דיינע פריערע ארטיקלען, אז דו קומסט בלויז אפזאגן דאס דייניגע, און האסט נישט קיין פראבלעם אז אנדערע טרייבן אביסל קאטאוועס. זע איך אבער אז איר האט זיך יא באליידיגט, האב איך חרטה. זענט איר מיר מוחל?

יואב » דאנערשטאג מאי 21, 2015 7:25 pm

· #277815
Re: דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.
כ'האב יעצט אביסל געלייענט דיין ארטיקל. זייער שיין אינעם דאזיגן קלאס.

אגב, וואס מיינט "נאסטארלאגישען"?

קאך_לעפל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:49 pm

· #277845
יואב

"רבי יהודה הוה יתיב קמיה דר' טרפון אמר ליה רבי טרפון היום "פניך צהובין" אמר ליה אמש יצאו עבדיך לשדה והביאו לנו תרדין ואכלנום בלא מלח ואם אכלנום במלח כל שכן שהיו פנינו צהובין.

אמר לי' ההוא צדוקי לרבי יהודה פניך דומין אי כמלוי רבית אי "כמגדלי חזירין".

שמעקעדיג איז דן פארוואס ס'פנים פון דיין רבי'ן לייכט אזוי. שרייבסטו אז ער שאצט גאר אונטער. האב איך מיך דערמאנט, גירסא דינקותא, אז מ'האט שוין פאר א צייט צוריק געהאט דעם איסתפקתא. ר' יהודה האט זיך אפנים געשפירט אויף דעפענסיווע מיט'ן ברויכן אפשלאגן די האדעווען-חזירים טעאריע מיט אן אומפארשטענדליכן בית הכבוד געלויף. אנדערש איז אבער אין דעם פאל, וואס איך בין איינשטימיג מיט דיר אז נישט נאר לייכט זיין פנים, נאר שמעקעדיג שאצט גאר אונטער. וויסענדיג וויפיל לויטערע משוגעים זענען מדובק צו דעם צדיק, האב איך געקלערט אז די חזירים טעאריע איז מסתבר. כ'האב אבער פארשטאנען פון דיינע פריערע ארטיקלען, אז דו קומסט בלויז אפזאגן דאס דייניגע, און האסט נישט קיין פראבלעם אז אנדערע טרייבן אביסל קאטאוועס. זע איך אבער אז איר האט זיך יא באליידיגט, האב איך חרטה. זענט איר מיר מוחל?

חלילה צו זיין ברויגז.. איך בין אמעריקאנער, איך גלייב אין פרידאם אף ספיטש, (ווילאנג עס איז נישט קעגן די תורה הק', דער חוב מחאה און ערבות שטיט פארט העכער דער אמעריקאנער קונסטעטוציע) און איך בין א איד, (א אנטי ציוניסט) און איך בין א סאטמארער חסיד. איך ווער נישט ח''ו גערירט אדער ברויגעז ווען עמיצער האלט אנדערש ווי מיר...

signout » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:19 pm

· #277860
גאלד
סתם פאברענט 2 מינוט פון מיין לעבן וואס כעל קיינמאל צוריק באקומען,
בין איך עפעס א בעל תשובה וואס מ'דארף מיר מסביר זיין וויזוי שבועות קוקט אויס,
וואס ווער איך קלוגער פון דעם ארטיקל,

איך בין טאקע נייגעריק, איז דא איינער וואס ליינט די אלע סארט קרעפ ארטיקלען און דער איד/בלאט, האט קיין שום חדשות, מקען די זעלבע ארטיקל איבערלייגן יעדעס יאר און פאר יעדע גרויסע חסידות

ווען זעהסטו אין בלאט פראפאגאנדירן א יו''ט אין סאטמאר? דאס זעהט מען נאר ביי געציילטע חסידות, מהרז''ל, ר' אייזיק ספינקער, קרעטשניף סיגוט וכו'

שמוליק » פרייטאג מאי 22, 2015 12:54 am

· #277907
Re: דער הייליגער יו''ט שבועות בחצר קודש סאטמאר.
האסט פארגעסן די חלק ווי רבי אהרן קוקט ארים אין שעפט נחת פון אזויפיל קעלבעליך קומען צו פארן אויף יום טוב

קאך_לעפל » פרייטאג מאי 22, 2015 12:55 am

· #277908
שמוליק
האסט פארגעסן די חלק ווי רבי אהרן קוקט ארים אין שעפט נחת פון אזויפיל קעלבעליך קומען צו פארן אויף יום טוב

יא! נאך עפעס?

chusid » דינסטאג מאי 26, 2015 11:02 am

· #278138
איך הער אז עס איז געווען א אינטערסאנטע מסיבה ביי מהר"א א מסיבה לכבוד סיום פון א מסכת פאר ווייבער פון די מסיימים אין קאנטינענטל ווי מען האט סערווירט בשר בהמה וכו' אזוי ווי ביי די מענער מיט איבער 1000 באטייליגטע..
קען זיין אז עס קומט נישט דא-אבער דאס איז א ארונים נישט צימעס אשכול פרעג איך דא.

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 26, 2015 11:22 am

· #278141
דער פעדער נעמט זיך שווער אין דער האנט אריין, אראפצוגעבן דאס התרוממות און התעלות פון רבבות אלפי ישראל, וואס האבן געהאט די זכיה זיך מתתופף זיין בצל תומר, און מיטהאלטן דעם הייליגען יום טוב בצילא דמהיימינתא פון אבינו רועינו רבינו הלב אהרן שליט''א.

עס איז זיך שווער מצמצם צו זיין ווי אנצוהייבן, און ווי צו ענדיגען, און בכלל דארף מען נזהר זיין נישט צו דערצערענען חברינו היקר מזרעה קדושה של אהרן כהנא קדישא, דער כהן גדול וואס איז פון די הרוגי מלכות, וואס האט זוכה געווען לעלות למרום בסלודים, דער כהן גדול וואס דער באשעפער זעלבסט האט זיך ביי אים געבעטן ברכינו בני. ה''ה חברינו היקר הדבוק בכל נפשו לרבו הגדול והנורא רעב זלמניו תמר שליט''א, מורינו רעב ישמאל כהן גדול הי''ו.

ווי זאל מען אנהייבן ביי די הייליגע טיש בליל שבועות? ביי די התעוררות ביי אהבה רבה? די אקדמות? די עשרת הדברות בקולות וברקים? די טיפזיניגע קרעפל פשעטל, וואס דער רבי שליט''א האט ארום געארבייט מיט דעם אכשוויה, און מיט דעם ירושלמי אז שריפות קדשים ביו''ט איז מען אויך עובר אויף מבשל, נישט נאר אויף הבערה, און די מחלקה פון רבא און ר''י צו מען זאגט אין חילוק בלכות ביו''ט צו נישט, און די מחלוקה פון רשי און תו''ס צו מען זאגט אז מתוך איז מתיר אפי' שלא לצורך כלל, אדער צו עס ברויך זיין עטוואס לצורך, און דאס וואס רבא אין פסחים זאגט שמע מינה דר''ע תלת, אין ביעור חמץ אלא שריפה, און אז ר''ע האלט נישט קיין מתוך, און ער האלט הבערה לחלק יוצאת, איז דאווקא לשיטתה וואס ער לערענט אין חילוק מלכות ביו''ט.

עס איז געווען א מחזה הוד רבנים גאוני ארץ האט זיך ארום געאמפערט נאכן קרעפל טיש איבער די חדושים פון רבינו שליט''א, נאך איינגעהילט אין די טליתים, און דער פאקט אז דער זייגער האט שוין געשלאגן א שמיץ אריבער 4:30 נאכמיטאג האט נישט געקענט אפשטילן זייער אהבת התורה, די תורה ביי די תנאים טיש ווי דער רבי שליט''א האט אויפגעטאן אז ווי באלד מען זעהט אין או''ח סימן רי''ז אז דער מג''א ברענגט אראף דער רבינו יונה אז א זאך וואס עס איז אמאהל געווען אסור, אזוי ווי מסוק וואס עס קומט פון דם פון חיה טמאה, און עס ווערט נאך דעם נשתנה צו א דבר המותר, איז מותר האכילה, אזוי ווי מילך וואס איז דם נעכר ונעשה חלב, די זעלביגע איז ביי זדונות נעשה כזכיות אפילו עס איז אמאהל געווען אסור, זדונות אבער ווי באלד עס ווערט זכיות ווערט עס נתהפך צו א דבר מותר. דער צושטעל האט געמאכט דעם עולם שפרינגן. די כתובה טיש ווי רבבות אלפי ישראל זענען געטאנצען אינאיינעם מיט רבינו שליט''א אויף דער הקפה ניגון וואס איז נאך געזינגען געווארן בבית מדרשו של אותו זקן רבינו הקוה''ט זי''ע לכבוד התורה, די דברים קשין כגידין ביים באגלייטן, דער אומאויפהערליכע טענץ......

איך וויס נישט ווי אנצוהייבן און ווי צו ענדיגען, פאר עמיצן וואס האט דאס מיטגעלעבט איז נישט שייך עס צו ליינען אויפן פאפיר....איי מיר קענן שוין נישט ווארטן אויף נאך אזא הייליגע יו''ט בצל הקודש....

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 26, 2015 11:29 am

· #278144
[ציטאט אראפגענומען]

ניין... עס איז געווען בעיקר אויף די סיגא פון מיתוך, און עדל''ת. אבער עס איז געווען געבויט מיט א חידוש פון פני יושע אויף דער דין פון אכשוויה....

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 12:16 pm

· #278160
ער כאפט נאכנישט וואס איז ראונג דא. זעהט אויס אז מ'האט געקענט מיטהאלטן אפילו אומפארגעקוקט און אפילו נאכ'ן זיין אויף אגאנצע נאכט.

גאלד » דינסטאג מאי 26, 2015 12:30 pm

· #278164
אפשר איז געווען די גאנצע פשעטיל וויזוי מ'ספעלט אחשביה

לעמיל » דינסטאג מאי 26, 2015 12:50 pm

· #278172
מיינסט צי זאגן אנגעהויבן מיט דרשו און געענדיג מיט יסודי התורה און זכרו.

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 1:26 pm

· #278183
ס'גייט פארקערט די מעשה. ווייל דרשו האט זיך אריינגעכאפט ביי די חסידישע קרייזן, האבן די חסידישע פארטייען זיך געשראקן אז דער עולם וועט פאשען אין פרעמדע פעלדער, האט מען עס שנעל נאכגעמאכט.

ר' יצחק קען זיין גיט קרעדיט פאר דרשו אבער מהר"א נישט. ביי א דרשה (אפשר כ"א כסלו, איך געדענק נישט אבער ס'איז געווען מפורסם) האט ער פראקלאמירט אז אנדערע קרייזן מאכן אים נאך, פארהוילענדיג די פאקט אז ער איז גאר דער וואס מאכט נאך אנדערע.

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 2:21 pm

· #278201
מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי. מיר זענען אן די סעים פעיזש.

למעשה זעמיר פארפארן פונעם הייליגן יו"ט בצל מר"א. זאגט מיר איינער אז מ'האט זיך גערישט אויף א גרעסערע עולם ווי געראכטן, וכן הוי.

signout » דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm

· #278224
[ציטאט אראפגענומען]
ר' יצחק קען נישט ספאנסערן אליין אזעלכע ריזיגע חבורות, ער איז נושא בעול (פין אייגען געלט אין פין עסקנות) פין די חבורה אין וויליאמסבורג, חוץ וואס ער לייגט אריין בלוט אין שווייס צו העלפן מיט וואס ער קען פאר די חבורה, ווי די סיומים, די נשים אסיפה וכו', יעדע געגענט האט א אייגענע נדבן/נדבנים/עסקנים, די זעלבע ביי יסודי התורה, אין די טעכנישע חלקים פין די חבורות ווערט געפירט דורך די קהילה'ס התאחדות אבריכם, בנוגע די לעצטע נשים אסיפה איז מהר''א נישט געווען דערקעגן ווען יא וואלט ער עס נישט געמאכט.

signout » דינסטאג מאי 26, 2015 3:07 pm

· #278225
פארוואס טאקע האט פאפא, זכרו, וויען, באבאוו נישט נאכגעמאכט דרשו ביז די סאטמארע חבורות האבען אנגעהויבן? אגב, די יסודי התורה חבורה איז שוין איבער 10 יאר אלט נאר מען האט געטוישט פאר דרך פין תורתך נאך די סוקסעס פין תורתך

signout » דינסטאג מאי 26, 2015 3:10 pm

· #278227

בילדער?
בלאט: 1 2