☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ערליכע ניגונים געזינגען דורך: אידן אין-אנדערע-אומשטענדן

ערליכע ניגונים געזינגען דורך: אידן אין-אנדערע-אומשטענדן

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8942

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 10:24 pm

· #277515
ערליכע ניגונים געזינגען דורך: אידן אין-אנדערע-אומשטענדן
דער אשכול איז איבער ערליכע פארפאסטע ניגונים, געזינגען דורך אידן פון שוואכערע קרייזן (זיי ווייסן נישט פון בעדפארד עוו.)

פנה לעלבון פון ר' משה גולדמאן ע"ה (א פרוי זינגט, בלויז אודיא)

נופת צופים » מיטוואך מאי 20, 2015 10:27 pm

· #277516
Re: ערליכע ניגונים געזינגען דורך: אידן אין-אנדערע-אומשטענדן
אידן אין אנדערע אומשטענדן.
[emoji106]

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 10:28 pm

· #277518
זי זינגט עס אזוי גוט. גוטע קנייטשן און אזוי ווייעך

רויטע וואנצעס » מיטוואך מאי 20, 2015 10:31 pm

· #277519
השבעתי אתכם פון איר
זי איז אין לאוו מיט היימישע נגונים. ס'דא אסאך אויף יוטוב.

אחד העם » מיטוואך מאי 20, 2015 11:28 pm

· #277552
ישמעאל, "שוואכערע קרייזען" איז לכאורה געווען א פליטת פה פון דיין זייט. ווייל סאיז פשוט נישט אמת.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 20, 2015 11:55 pm

· #277565
אחד העם
ישמעאל, "שוואכערע קרייזען" איז לכאורה געווען א פליטת פה פון דיין זייט. ווייל סאיז פשוט נישט אמת.

אחד העם: ער (ישמעאל הכהן) זאגט דאך נישט אז זיי זענען אום-רעליגיעז. נאר שוואכערע קרייזן. זיי האבן זיך נישט געווייקט ביים רבי'ן זכותו יגן עלינו, נאך אינדערהיים אין ארשיווא... 😂 😂 😂 ...!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:08 am

· #277572
שטייסטע מיר, בנים יולדו וועלן נאך זאגן אז חסידים האבן גאר געגנבט ניגונים פון אנדערע אומשטענדען..

מנחם » דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:15 am

· #277574
זי איז מעוברת?