☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #8936

אשכול אן א טיטל #8936

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8936

— » מיטוואך מאי 20, 2015 9:47 am

· #277234

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בן נריהו » מיטוואך מאי 20, 2015 10:03 am

· #277241
מיט - א קליינע - פארענדערונג.

אבער די רחמנות געפילן קומען מיר ארויף מידי שנה בשנה ווען איך שפאציר און קאנטרי די ערשטע נאכט זעהנדיג די פילע געסט פון שטאט, כל מיני פרעמדע פרצופים, מענטשן וואס זייער גאנצער הנאה געבן זיי אוועק צו זיין ביי א קאנטרי (שיין גערעדט-פון וואס זיי אליין מאכן חוזק) אויף זוממער, פארשטייען טאקע נישט די יודן די שיינקייט פון בלייבן אינדערהיים? וואס איז דאס גיין גלות ליידן? זעהן זיי טאקע די גן עדן התחתון ביי זייער קאנטרי אז סלוינט זיך אריינצושטופן אין א באנגעלוי פאר אגאנץ זוממער? האבן זיי טאקע אזא ליבשאפט צום באנגעלוי אז דעם איינעם סעזאן ווי דער חציו לה׳ קען מען מקיים זיין מיט אייזקרים און קילע סלאש זאל מען עס דארפן עסן פארשעמט ברשות הרבים פאר שכנים ושכינות?


נאר וואס? אלעס טוען מיר ווייל מען מוז.

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 20, 2015 10:22 am

· #277249
גיי רעדט צו אן עווריזש יונגערמאן אדער מידל עיזש, וועסטי הערן ווי יענער איז אזוי אומזיכער מיט זיך. רוב זאכן ווייסט ער נישט צו ס'איז א מנהג, הלכה צו חסידות. ער טיט ווייל יעדער טיט אזוי. נו אוודאי האט מען נישט קיין געפיל מיט'ן יו"ט זעלבסט, נאר דורך א ממוצע - די רבי.

אה! די אהבה רבא מיט טויזענטער מענטשן!

יא, אויב די פארשטייסט נישט דיין קשר מיט'ן באשעפער, דארפסטי דיך מחזק זיין אז די ביסט צוזאמען מיט די טויזענטער. אמת, ס'איז שיין צו זיין מיט א גרויסן עולם אבער מ'דארף אין אכט נעמען אז דאס איז א גשמיותדיגע הנאה און נישט זיך איינרעדן אז מ'איז עפעס אויף א העכערע מדרגה.

ווארעם דיך אן מיט אביסול חסידישע ספרים אויף יו"ט און האק אריין שעות גמרא תוספות וועסטי האבן א ריכטיגע שמחת יו"ט ברוחניות ובגשמיות.

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 20, 2015 10:26 am

· #277252
עס ווינדערט מיר טאקע, וויפיל פון די טויזענטער זעהן טאקע דעם רבי'ן בשעת ער זאגט 'אהבה רבה'?
און נאך מער פון דעם וויפיל הערען דאס טאקע יוצא מפי קדשו?

אה גייסט טאקע נישט וועגן דער רבי, נאר וויבאלד "ס'שיין צו דאווענען מיט טויזענט מענטשען"...

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 10:26 am

· #277253
קען זיין דער ענין פון די אלע מענטשן מיינט גארנישט דעם רבי'ן אדער רוחניות בכלל. א גאנץ יאר זיצט מען אינדערהיים יעדן שבת ויו"ט, און יא, מען גיבט זיך אפ מיט די ווייב און קינדער 52 שבתים א יאר, און גאנץ פסח און סוכות, פירן סדרים און קויפן אתרוגים, נכלל די חוה"מ טעג ווי מען מוז זיך צובינדן צו די פארלאנגען פון די ווייב און קינדער כדי צו מקיים זיין דעם ושימח את אשתו, און פארן האצקען יעדן טאג ערגעץ אנדערש, ספענדן געלט, קויפן אפיקומנ'ס, ווי אויך ר"ה און יוכ"פ, און פורים און אנדערע יומי דפגרא.

קומט שבועות, א גרינגער יו"ט, מען פטר'ט אפ די ווייב מיט א שיינע בוקעי בלומען, און היידא, מען נעמט א ברעיק און מ'גייט וואקאציע, נעמען זיך אפאר חברים אינאיינעם און מען פארט "צום רבי'ן" אויף יו"ט....

יעצט פארשטייסטו עס בעסער?

יואב » מיטוואך מאי 20, 2015 10:42 am

· #277260
איך מיין דו טרייבסט אביסל איבער מיט דעם געשמאק פון שבועות. שוין אויסער וואס מילא דער ערקאנדישענער, נו פארשטיי איך. אבער דאס שמעק פון בלימען?

קודם ברויך מען זיך דרייען ליידיג א נאכט ווייל אין תמ"ח לאלף השלישי האבן זיך אונזערע אויסגעמוטשעטע זיידעס אביסל אנגעשפארט. קודם קען מען בכלל מיינען דעם פגם וואס זיי זענען באגאנגען. איך מיין אז יעדער פארשטייט אז זיי האבן געהאט רעכט צו זיין מיד נאך אזא צוויי חדשים וואס זיי האבן אלץ געהאט. חוץ פון דעם, אפילו אויב ס'איז יא געווען א פראבלעם וואס האט דאס מיט אונז צו טאן? ווען זיי האבן געהונגערט פרעסן מיר היינט אלס נקמה? ביי חציה לכם מיינען מיר דאך ווייטער דעם אייבערשטן. ועוד, ס'איז נאך געווען בעפאר מתן תורה. וואס איז שייך זינדיגן?

און לגופו של עניין. בדרך כלל, עמעץ וואס פארט צו א רבי בכלליות, יום טוב בפרט, איז אדער לויפט ער אוועק פון זיין שלעכט שלום בית, אדער איז ער סתם אזוי א חסיד שוטה.

וואס נאך?

ברסלבער » מיטוואך מאי 20, 2015 10:45 am

· #277262
איך מיין אז רוב מענטשן נעמען מיט די פאמיליע ווען זיי פארן שבועות צו זייער רבי'ן.
שווער דן צו זיין מענטשן, יעדער האט אן עונג יום טוב אויף אנדער וועג. צי עס איז אן איינרעדעניש צי א קרענק, פאקטיש האט ער הנאה צו זינגען אהבה רבה אונטער איין דאך מיט זיין רבי'ן.

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 20, 2015 10:50 am

· #277263
שבועות איז מער א פעמעלי יו"ט ספעלט נישט אויס קיין סוכה אדער מצה.

איז סאיז זייער גרינג צו פארן צו עלטערן אויב די רבי וואינט אין יענע שטאט אדער א עלטערע מענטש צו זיינע קינדער אדער דינגען א דירה.

פארוואס זאל נישט זיין רוחניות מיט גשמיות מןהזאם

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 20, 2015 11:02 am

· #277267
איך האב מקובל אז אלץ וואס א מענטש טוט, טוט ער פאר one and only סיבה: צו באקומען attention.
ומהאי טעמא שרייב איך יעצט די תגובה.
ממילא איז אזוי, איינער באקומט מער attention אינדערהיים, אין זיין לאקאלע שוהל, און א צווייטער באקומט עס ביים רבין. צי פון רבין אליין אדער פון קענען פארציילן אז ער איז געווען דארט, און ווי געלונגען ער איז אז ער האט געטראפן די נענטסע גרעסטע און ביליגסטע אכסניה!

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 20, 2015 11:15 am

· #277272
קאווע טרינקער
איך האב מקובל אז אלץ וואס א מענטש טוט, טוט ער פאר one and only סיבה: צו באקומען attention.
ומהאי טעמא שרייב איך יעצט די תגובה.
ממילא איז אזוי, איינער באקומט מער attention אינדערהיים, אין זיין לאקאלע שוהל, און א צווייטער באקומט עס ביים רבין. צי פון רבין אליין אדער פון קענען פארציילן אז ער איז געווען דארט, און ווי געלונגען ער איז אז ער האט געטראפן די נענטסע גרעסטע און ביליגסטע אכסניה!

טויטעל דיסעגרי !!

כווייס נישט וועלכע רבי די האסט אדער ווייב די האסט.

עפעס טויגט נישט דארט

הבא ללמד » מיטוואך מאי 20, 2015 2:08 pm

· #277318
מען דארף פארשטיין פינק ווי א מענטש האט תאווה פאר א שיינע קאר און ווייב אזוי איז דא א תאווה צי ווערן נתעורר צי וויינען (בבמאמר המוסגר איך האב עס אויך ליב) און דעיס זיעט מען להבדיל ביי גוים אויכעט, און דאס איז דע סיבה אז מענטשען לאזען זיך קאסטען עפרות זהב פאר א גיטע בדחן, ווייל דאס איז א געשמאק וואס קען זיך נישט סתם אזוי פארשטעלן, און דאס איז דע סיבה פארוואס מען זיעט נארמאלע מענטשען וואס גלייבן און רבין ווי איך גלייב און יונה לעבעל געבען אויס 1000טער דאלער צי קענען זיין ביים רבין יו"ט ווייל פאר דע תאווה צי קענען וויינען ביי אהבה רבה איז עס אים אלעס ווערט

איך דערמאן מיר נאך דע ערשטע יארן נאך מיין חתונה ווי איך האב משיגע געמאכט מיין ווייב און אוועק געגבען מיין אפגעשפארטע פאר דאלער צי קענען פארן צום רבין אלעס צי קענען זינגען אהבה רבה מיט טויזענטער אידן, איך דערמאן מיר נאר דע הכנה פין ר"ח סיון ווי אזוי איך בין געגאנגען און גאס דעמאלטס, אלטס כדי איך זאל קענען געבען א טרער ביי אהבה רבה, ווערט רעדט נאך שביעות אליין ווי פליעג מיר מוחל זיין אלע עבירות איך האב מיר געשפירט א העכערע איד, גווענליך דע צווייטע טאג נאכען דאווענען פליעגט עס שוין אויסוועפען איך פלעגט שוין קענען טשידען, פין דע גאנצע התעוררות איז געבליבען זילטש.

היינט צי טאג ווייס איך שוין אז דע גאנצע התעוררת איז סתם א תאווה ווי אלע תאוות, אז איך וויל באמת זיין א ערליכע איד איז נישט פאלטשע התעוררות נאר איך זעץ מיר לערנען פאר 2-3 שעה און נאר אזוי ווערט מען א ערליכע איד.

איך אויך » מיטוואך מאי 20, 2015 7:31 pm

· #277460
ר' הבא קוק נאך דעם ווארט פונעם הייליגן ריזשינער אויפן פסוק אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה וגו'.

itsnotme » מיטוואך מאי 20, 2015 8:38 pm

· #277482
בײה איך האב ביידע

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 20, 2015 8:42 pm

· #277485
itsnotme
בײה איך האב ביידע

וועלעכע רעביצין ביסטו?

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 20, 2015 8:42 pm

· #277487
אי"ה כפאר צו מיין רבי אויף שבועות .....
אבער ווען נישט מיינע עלטערן וואינען דארטן ווייסאיך נישט אויב כוואלט געפארן.

די הייליגע טעג וואלט איך יא געפארן שטייט זיך אליין

קאמענטירער » דאנערשטאג מאי 21, 2015 7:13 pm

· #277813
כ׳ווייס טאקע נישט וואס זאל איך ענק זאגען?

כ׳האב ס״ה איינמאל אויספורבירט א יו״ט בצ״ק פונעם רבי׳ן. זייט יעמאלט קען איך נישט אנדערש צוגיין צום יו״ט...