☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » "מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל

"מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8933

עדיאל » דינסטאג מאי 19, 2015 11:22 pm

· #277122
"מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל
📎 CAM00013.jpg
📎 CAM00014.jpg
📎 CAM00015.jpg

עדיאל » דינסטאג מאי 19, 2015 11:23 pm

· #277123
📎 CAM00016.jpg
📎 CAM00017.jpg

חקרן » דינסטאג מאי 19, 2015 11:49 pm

· #277134
לייג ביטע איבער דעם לעצטן בלאט קלארער, מען קען איר נישט ליינען.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך מאי 20, 2015 12:05 am

· #277137
ווי איז דאס געשריבען געווארן? וועלעכע צייטונג?

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 12:19 am

· #277142
קוקט אויס ווי שיינע דעמאגאגערי

מנחם » מיטוואך מאי 20, 2015 12:26 am

· #277148
שטותים, איך האב עס באקומען אויף פעקס.

חקרן » מיטוואך מאי 20, 2015 12:30 am

· #277149
וואו האב איך געזען דעם שטיקל?

כוכב
מעשה, ס'איז געווען אמאל א מעשה, בר' ראובן, מיט א איד וואס האט געהייסן ראובן, מעיר כעלעם. ויהי היום, אין איין שיינעם טאג, נסע לעיר לעמבערג, איז ער געפארן קיין לעמבערג וואו ער האט פארציילט פאר דער גאנצער שטאט אז ער הייסט שמעון. כששב הביתה, ווען ער איז צוריקגעקומען צו זיין שטוב אין כעלעם, ראו אנשי עירו כי גאה גאה, ביז ער האט פארציילט דעם גרויסן סוד, אז ער האט באוויזן אויסצו'נער'ן גאנץ לעמבערג ווייל לעמבערג מיינט ער הייסט שמעון ווען אין פאקט הייסט ער ראובן. והנמשל מובן.
גייט א איד און שרייבט אפ א שיינע מעשה, העכסט פראפעסיאנאל געשריבן, א ריינער גראמאטיק, זעט אויס איינשטענדיג, און שיקט עס צו א רעדאקציע פון א צייטונג, די מעשה דארף צו זיין א ווירקליכע געשיכטע, ס'דארף צו האבן א מוסר השכל, זיי האבן געטראסט דעם שרייבער און דאס געדרוקט.
וואויל איז דיין חלק עקפערימענט, ס'איז דיר געלונגען אויסצו'נער'ן גאנץ לעמבערג.

וכדומה.. » מיטוואך מאי 20, 2015 1:06 am

· #277169
די מעשה געדענקט זי נישט פונקטליך וויל איינער אדער צוויי האבן איר עס פארציילט... די ראשי תיבות, אה דאס האט זי אויפן האר, יעדע אות, פון וואו....

כפתור » מיטוואך מאי 20, 2015 1:26 am

· #277186
מעלות קען יעצט זאגן פאר די איד און בלאט "You owe me one"

בן אדם » מיטוואך מאי 20, 2015 5:05 am

· #277199
מעלות האט צו פארדאנקען אונזער ר' כוכב.

כוכב » מיטוואך מאי 20, 2015 8:22 am

· #277219
די מעלות האט פארדינט א קאסטומער דעם חודש. איך לויף עס קויפן.
אלנפאלס, ווי חקרן האט שוין צוגעצייכנט, איז מיר מורא'דיג אינטערסאנט ווי מאדאם כ"ץ האט צוגעטראפן פונקט צו מיין געדאנק על אף איך גלויב נישט אז זי האט גלאט אזוי פלאגיארט.

ברסלבער » מיטוואך מאי 20, 2015 9:48 am

· #277236
נישטא וואס צו זאגן, זי רעדט דברים של טעם.

הקטן » מיטוואך מאי 20, 2015 9:52 am

· #277237
דו מאכסט מיך לאכן
"אויסגענארט גאנץ בראד" איז נישט דיין איינפאל ס'איז א גאר אלטע שפרעך ווארט באגלייט מיט די מעשה.

כוכב » מיטוואך מאי 20, 2015 10:00 am

· #277240
מיין איינפאל דאס צוצושטעלן אהער.

פרייוויליג » מיטוואך מאי 20, 2015 10:08 am

· #277242
מעשה עס איז געווען א מעשה, במעלות מיט די אויסגאבע וואס הייסט מעלות, זי האט איינערעדט אז זי שרייבט אלעס פון זיך אליינס, און נאשט גארנישט פון דער אינטערנעט, ביזדערווייל האט זי געליינט די "אפגענארטע בריוועל אויף קאווע שטיבל" און זי האט געפילט אז אירע באדן פאלן און טרייסלן אוועק פון אינטער איר פיס. האט זי באשלאסן צו מאכן מטעמים דערפון, פארשטייט זיך זאגענדיג אז זי האט דאס געהערט פון א חבר, און ח"ו נישט פון דער אינטערנעט..

די פראבלעם איז אז זי האט נישט געכאפט די מעסעדזש.

דער שרייבער האט נישט געוואלט איבערווייזן אז אינטערנעט איז כשר, און אויך נישט אז עס איז נישטא קיין "אמת'ע געשיכטעס". אויב איז דער שרייבער א לץ - לויט ווי זי שרייבט - איז זי די זעלבע לץ מיטן אפשרייבען א קראקעדייל ארטיקעל און מאכן ליצנות פון איינעם'ס ווערטער וואס בכלל נישט דאס איז געווען זיין כוונה.

זיין כוונה איז געווען אז "מען טאר נישט טראסטן קיין פון "פענע צום בלאט" א.א.וו. און טראכטן אז זיי זענען אמת ויציב. דער שרייבער האט דיר געוואלט מודיע זיין: נישט אלעס וואס דו ליינסט איז אמת. נישט אלעס וואס מענטשן שרייבן איז אמת. נישט אלעס וואס מען זעט געדריקט איז אמת. נאר מען קען אונז פארקויפן די ווארשע בריק צוזאמען מיט אלע חעלעמע מעשות.

איך פארשטיי אז די מעלות האט דאס געטון אלס א שריט פון אנהאלטן איר פרנסה. ווייל מענטשן וועלן ווערן סקעפטיש צו: 'וואס דריקט דיך' אדער אלע 'היימיש געמאכטע בריווען'. האט זי געפילט פאר וויכטיג צוריק צו שמייסן מנה אחת אפיים.

מאטי » מיטוואך מאי 20, 2015 10:14 am

· #277244
גראדע שרייבט די מעלות אז אויב וואלט אנגעקומען צו זיי אזא מעשה וואלטן זיי דאס אויך נישט בודק געווען. זייער פוינט איז אז ס'פעלט נישט אויס צו זיין אמת. (ס'איז דאך בלויז א מדבר שקר תרחק פראבלעם, ביג דיעל!) די עיקר איז אז ס'קען זיין אמת און אפילו קיין איין מעשה איז נישט אמת, איז יעדער וואס האט קרובים ווייסט דאך פאר זיכער מינימום איין מעשה וואס האט אראפגעפירט א משפחה מיטגליד פון וועג. הא??

יואב » מיטוואך מאי 20, 2015 10:20 am

· #277246
וכדומה..
די מעשה געדענקט זי נישט פונקטליך וויל איינער אדער צוויי האבן איר עס פארציילט... די ראשי תיבות, אה דאס האט זי אויפן האר, יעדע אות, פון וואו....

און דעם באהאלטענעם מסג ווייסט זי אויך נאר "בערך".

עמעץ האט דאס לכאורה איר איבערגעזאגט, און זי האפט נאר אז זי שרייבט דאס גוט נאך.

פרייוויליג » מיטוואך מאי 20, 2015 10:21 am

· #277248
מאטי
גראדע שרייבט די מעלות אז אויב וואלט אנגעקומען צו זיי אזא מעשה וואלטן זיי דאס אויך נישט בודק געווען. זייער פוינט איז אז ס'פעלט נישט אויס צו זיין אמת. (ס'איז דאך בלויז א מדבר שקר תרחק פראבלעם, ביג דיעל!) די עיקר איז אז ס'קען זיין אמת און יעדער וואס האט קרובים ווייסט דאך פאר זיכער מינימום איין מעשה וואס האט אראפגעפירט א משפחה מיטגליד פון וועג.

טאקע דאס איז די פראבלעם: "מעשות וואס קענען זיין אמת". דו קענסט פאר די זעלבע צייט וואטשען סייענס פיקשענס. מיר זענען עוסק אין א ערנסטע פראבלעם מיט אינטערנעט, אבער דו טארסט נישט נעמען Advantage אויף דעם פיעלד און אריינפלעכטען אלע דיינע מיסיאנערישע גלויבינגען און געשיכטעס וואס קענען זיין אמת. א מעשה איז אדער געווען אדער קיינמאל נישט געווען. נישטא קיין צווישן פונקט. אויב איז דאס קיינמאל נישט געווען, איז נישט קיין חילוק ווי שטארק דו וואלסט געוואלט עס זאל זיין אמת, איז עס לא היו הדברים מעולם. עס איז פיקשענס.

מיר אידן זענען באזירט אויף אמת'ע געשיכטעס, אמת'ע הלכות, און ריינע השקפות. נישט אויף אילוזיעס און פאנטאזיעס.

בן תמליון » מיטוואך מאי 20, 2015 10:27 am

· #277254
ווי פרייוויליג, מרת כ"ץ קומט אהער זייער נישט אויפריכטיג. זי שרייבט איבער א מעשה'לע געשריבן אין "גליונות און צייטשריפטן". שרייבט זי ווען דעם אמת געשריבן אין "דער איד און דער בלאט" פארשטייט זיך האט זי א פראבלעם צו ווארפן די זאמד אין די אויגן. וואו איז מרת כ"ץ'נס ארטיקל איבער די א"ד צייטונגען? זיי זענען א מקור מושחת פארן היימישן ציבור נישט פון היינט, קארמענדיג דעם עולם מיט פארטייאישע פראפאגאנדעס, ליצנות פון ערליכע אידן ווען די אינטרעסן שפילן, און סתם פירט דעם ציבור אויף א נסיעה וואו זיי ווילן. סך הכל האט אונזער עקספערימענטאר אויפגעוויזן וויאזוי געשיכטעס ווערן געבוירן אין דער איד אפיס, מיט ווי ווייניג רעספעקט פאר זייערע ליינער זיי באגייען זיך ניטאמאל טוהן דאס מינדעסטע צו נאכגיין א מעשה זיי דרוקן מיט קידוש לבנה. זיין ציהל איז נישט צו אויפווייזן אז אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה בכלל ווי מרת כ"ץ שטעלט אהער. זי בסך הכל פרובירט פירן אירע ליינער אויף א נסיעה פונקט ווי שמואל ווידער נאר אינטער א הייליגן מעלות מלבוש. וע"ז נאמר קאט די קרעפ.

ברסלבער » מיטוואך מאי 20, 2015 10:30 am

· #277256
דאס איז אפשר 'אויך' געווען דער כוונה פון @עקספירימענטער. אבער למעשה אינעם באהאלטענעם מעסידזש האט ער געלאזט הערן אז אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה, און אויף דעם באציט זיך די מעלות.

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 10:36 am

· #277258
ברסלבער
דאס איז אפשר 'אויך' געווען דער כוונה פון @עקספירימענטער. אבער למעשה אינעם באהאלטענעם מעסידזש האט ער געלאזט הערן אז אינטערנעט מיט א שטארעק פילטער איז א כלי מחזיק ברכה, און אויף דעם באציט זיך די מעלות.

עס איז נישט? ווייניג אידן לעבן דערפון?!

ברסלבער » מיטוואך מאי 20, 2015 10:42 am

· #277261
איך האב נישט דן געווען איבער די נושא אויב אינטערנעט איז גוט אדער נישט, פאקטיש געפין איך זיך יעצט אויף די אינטערנעט.
איך זאג אז דער עולם האט טענות אז די מעלות האט נישט געכאפט דעם פינטל, עקספירימענטער האט באמת נאר געוואלט אויפווייזן אז די צייטונגען קארמען דעם עולם מיט שקרים, און די מעלות באציט זיך צו די אינטערנעט חלק. אבער דער אמת איז אז ווי עס קוקט אויס פונעם באהאלטענעם מעסידזש, האט ער דוקא יא געוואלט ארויסברענגען אז אינטערנעט איז גוט.

עדיאל » מיטוואך מאי 20, 2015 10:57 am

· #277265
מעלות איז נישט אויפריכטיג. די כוונה איז נישט געווען אויסצונארן בראד (ווארשע?). די כוונה איז אויך נישט געווען צו באהאלטן א מעסעדש און לאזן דער עולם נאראנים נישט כאפן. די כוונה איז אויך נישט געווען אן ארגומענט לטובת האינטערנעט.
די כוונה פון עקספערימענטירער איז געווען אויפצואווייזן ווי גרינג ס'איז אפצודרוקן שקרים. דאס מעסעדש איז באהאלטן געווארן דארט נאר אלס ראיה אז די גאנצע מעשה איז א שפיצל. און יא, טייערע מרת כץ, אויב די מעשה איז נישט אמת, זענען נאך פיל אנדערע נישט אמת. פירצה קורא לגנב. אויב ס'דא אן אגענדע צ שרייבן ליגן, און ס'נישט דא קיין מאסן אין פלאץ צו פארמיידן ליגן, וועט זיין ליגן. אזוי האט דער אייבירשטער אריינגעלייגט אין די טבע. און אויב פיל מעשיות זענען נישט אמת, שרעקט מען אפ מענטשן אן קיינע באווייזן.
אנדערש ווי די שעדליכקייט פון ציגארעטן רויך וואו ס'איז דא אמת'ע שטודיעס, און איינעמס שפיצלעך מאכן נישט אויס, איז ביי אינטערנעט די גאנצע מערכה געבויט אויף מעשה'לאך.
פארשטייסט?

עדיאל » מיטוואך מאי 20, 2015 11:02 am

· #277266
ברסלבער
אבער דער אמת איז אז ווי עס קוקט אויס פונעם באהאלטענעם מעסידזש, האט ער דוקא יא געוואלט ארויסברענגען אז אינטערנעט איז גוט.

ניין, דאס מעסעדש האט עקספערימענטירער באהאלטן נאר צואויפווייזן זיינע ווערטער. וואס האסטו געוואלט ער זאל שרייבן דארט? אשרי יושבי ביתך? פתי יאמין האט ער שוין אריינגעלייגט. וואס נאך. שרייבט ער כלי מחזיק ברכה. שוין, האסטו טענות. אפשר וואלט ער טאקע נישט געדארפט שרייבן דאס. אבער מאכן דערפון אן עיקר, אין א ביליגע סאפיטישער טאקטיק..

מאטי » מיטוואך מאי 20, 2015 11:10 am

· #277268
נייע דיסקלעימער פון דער איד/בלאט.

מיר ווילן קלארשטעלן דאס מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די פאלגענדע זאכן פון אונזער/אייער צייטונג:

כשרות אויף די פראדוקטן פון אונזערע אדווערטייזער.

אמת'דיגקייט אין די מעשיות וואס מיר ברענגען פון אונזערע ליינער.

איינזייטיגקייט איבער די אר"י'דיגע נייעס פון אונזערע זשורנאליסטן.

אוטענטישקייט אויף די בילדער פון אונזערע קאפירער.

פלאגיאריזם איבער ארטיקלן פון אונזערע שרייבער.

חתימות הרבנים פון אונזערע קול קורא'ס.

ישמע חכם ויוסיף לקח... מיר זענען דא צו האלטן דעם ציבור געשפאנט מיט בלויז כשר'ע ליין מאטעריאל כפי רוחם פון גדולי ומאורי הקודמים נ"ע ומאורי דורינו שליט"א.

מיט פארשטענדעניש

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 20, 2015 11:12 am

· #277270
יא! מען גיבט אצינד איבער פון בלאט אפיס אז שמואל ווידער איז געפאלן חלשות.... און ער האט הייס צוגעזאגט אז פון היינט און ווייטער גייט ער זיך פולשטענדיג רעכענען מיט מוטי'ס דעת ת.........

ברסלבער » מיטוואך מאי 20, 2015 11:13 am

· #277271
אגב, די מעלות פלעגט אמאל שרייבן: "מיר נעמען די פולע אחריות אויף אלע אונזערע ארטיקלען און אדוועטייזמענטס".

יואליש » מיטוואך מאי 20, 2015 12:31 pm

· #277298
מעלות אטאקירט א שטרוי מאן (אדער שטרוי פרוי), כאילו די שפיצל איז אן ארגומענט לטובת אינטערנעט,ווען באמת איז עס אן ארגומענט איבער ווי גרינג ס'איז אפי' פאר אן אנאמינער שרייבער, וכ"ש פאר א well connected שרייבער, צו פארקויפן וואס אימער די אגענדע שטופט. ס'איז א שפיצל דעזיינט צו מאכן טראכטן ווי willfully gullible מיר קענען זיין.

אבני שיש » מיטוואך מאי 20, 2015 1:33 pm

· #277307
די עצם פאקט אז זיי האבן געפילט פאר וויכטיג צי ווידמען 3 זייטן מסביר צי זיין וואס פאר א 'נאר' ער איז ווייזט אז דער עמך ליינער זעט נישט די נערנות און דעם, איז דעך אנאנים יא גערעכט מיטן דאס פרעזענטירן פארן עמך. דעטס בעסיידס די פאוינט אז איך האלט אז דאס איז גארנישט דומה, אזוי ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט.

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 3:14 pm

· #277350
[ציטאט אראפגענומען]

ווער האט געזאגט אז אינטערנעט איז נישט שעדליך?

מאטי » מיטוואך מאי 20, 2015 3:32 pm

· #277363
[ציטאט אראפגענומען]


איך ווייס נישט וועלכע מעלות דו האסט געליינט אבער אין מיינס שטייט דאס פאלגענדע:

"די מעשה איז (ב"ה) נישט אנגעקומען צו מעלות. און ווען יא, וואלטן מיר דאס באשטעטיגט ביי ר' יעקב מאיר שעכטער? מסתמא נישט, ס'שווער צו גלייבן אז איינער זאל זיך נעמען די מי."

מעלות

מאטי » מיטוואך מאי 20, 2015 4:51 pm

· #277398
גערעכט. נישט געליינט ווייטער.

בונדל » מיטוואך מאי 20, 2015 5:36 pm

· #277420
איך פארשטיי בכלל נישט דעם גאנצן נושא דא. הונדערטער ספרים און מעשה ביכלעך פולען אן די פאליצעס פון אונזערע הייזער און ספרים געשעפטען. הסכמות זאגען נאר אז דער מחבר איז א ערליכער יוד וכו'. און אפשר האט מען אונז אפגענארט און אסאך פון די ביכער און מעשיות זענען פאלש? מעגליך. אבער זענען מיר די נאראנים אדער יענער די שווינדלער?
א חכם רופט אן מיט א מעשה, פאר וואס זאל מען אים נישט גלייבען? יענער האט גענארט זיך אליין. קיינעם אנדערש.

פרייוויליג » פרייטאג מאי 22, 2015 6:21 pm

· #278036
"מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל
אודה ולא אבוש, איך האב געליינט די ארטיקל אין די מעלות. דער שרייבער האט א פעדער איינס אין דער וועלט. דאס איז קלאר אז ״אונזער בריוו שרייבער״ האט עס געהארגעט מיטן אריינשרייבן אז אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה. מה לו צרה הזאת? ער וואלט בלויז געקענט שרייבן ״איך האב אויסגעפאפט די בלאט א.ד.ג.

הכלל, דער מעלות שרייבער האקט שטיקער מנה אחת אפיים. מיט א געוואלדיגער פעדער. און וואס זאל איך אייך זאגן, יענער האט פעסט צוריק גענטפערט. די בעסטע שטיקל פון די מעלות איז די פאלגענדע ציטאט:📎 ImageUploadedByTapatalk1432333298.880489.jpg