☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8931

אשכול אן א טיטל #8931

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8931

— » דינסטאג מאי 19, 2015 10:43 pm

· #277104

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 19, 2015 11:38 pm

· #277128
רבי אפרים שמעון פארדינט זיך אפשר א באזינדערע אשכול. ער איז אן אלטע טראבל מעיקער, און איך זאג עס אלץ מעלה, אז ער האט נישט מורא ארויסצוזאגן וואס ער האלט. קיין סאטמערער איז ער אויך נישט, ממילא איז ער א שוואכע פאטריאט. די סיבה פארוואס מ'האט אים גענומען אלץ דיין אין ב"פ איז ווייל זיי האבן געהאט שוועריקייטן צו טרעפן איינער וואס זאל זיך ארויסשטעלן קעגן דעם דעמאלטסדיגן אמטירענדן דיין.

יעצט זענען זיי סטאק מיט אים, אבער מיין פראדיקשן איז אז ער וועט נישט מאריך ימים זיין דארט.

הק זעמל » דינסטאג מאי 19, 2015 11:53 pm

· #277136
אין די נייע גשעפט אויף 14 געט ער נישט קיין הכשר נאר סאיז אינטער די ווליאמסבורג סטאר

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך מאי 20, 2015 12:16 am

· #277140
די גאנצע שחיטה ביזנעס איז איין שטיק פאליטיק אין טינופות. זיי זענען אלע גלייך קיין איינער נישט מער מהודר ווי דער צווייטע סך הכל שטעקט איינער מער ארויס די חזיר פיסלעך ווי די צווייטע. שחיטה מונחת טא בעגין וויט איז בעלאני מאקעראני. ס׳ נישט קיין הידור בכלל היינטיגע צייטען ווען די בהימה ליגט פעסט אין א באקס אין קען זיך נישט רירען. די גאנצע ביזנעס איז א שטיק פאפעריי. אין אונז קעלבעלעך צאלען די פרייז.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 1:09 am

· #277172
די קעניג פין אמעריקע
אין אונז קעלבעלעך צאלען די פרייז.

גראדע איז די שחיטה מהודרת ביליגער ווי די אנדערע, און דעריבער נעמען רוב קעיטערינגס פון זיי...

אלענפאלס, פארטס נישט אוועק פונעם שמועס! איך הער אז עס האט זיך געטון דארט ערנסטע פאליטיק, מען האט געטראסקעט מענטשן א.א.וו.
אבער איך האב נאר געהערט האלבע זאכן. איך וויל הערן מער.
אז מהר"א האט שוין געדארפט בארואיגן זיין עולם ביי פרק מיינט אז יש דברים בגו.

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 1:17 am

· #277177
איך הער עפעס גערידער פון א ברוינעם שלעפער טראק וואס קומט צו פארן אין ריכטונג פון דעם אשכול דא

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 20, 2015 6:34 am

· #277203
שמעון וואלף

יעצט זענען זיי סטאק מיט אים, אבער מיין פראדיקשן איז אז ער וועט נישט מאריך ימים זיין דארט.

גייט צוריק אנטוהן דעם קראך הוט?

כדי צו זיין א סאטמארער דיין דארף מען קענען נאכטאנצען די הנהגה, ער, ליידער, טויגט נישט אויף דעם.
למעשה איז ער צי פרום, אפילו די chicken פון קרית יואל עסט ער נישט.

Big Boy » מיטוואך מאי 20, 2015 8:22 am

· #277220
קאווע טרינקער
שמעון וואלף

יעצט זענען זיי סטאק מיט אים, אבער מיין פראדיקשן איז אז ער וועט נישט מאריך ימים זיין דארט.

גייט צוריק אנטוהן דעם קראך הוט?

כדי צו זיין א סאטמארער דיין דארף מען קענען נאכטאנצען די הנהגה, ער, ליידער, טויגט נישט אויף דעם.
למעשה איז ער צי פרום, אפילו די chicken פון קרית יואל עסט ער נישט.

Because he only eats heimish. He makes his own cheese/grape juice and wine as well

Big Boy » מיטוואך מאי 20, 2015 8:25 am

· #277222
[ציטאט אראפגענומען]

I heard that R" Efroyim Shimen's issue is with a boidek in the plant. When he went to the grand rabbi to tell him, the grand rabbi told him that it's not true. The grand rabbi is relying on info from his gabai. A little flashback to what happened 10-15 years ago I guess.

Big Boy » מיטוואך מאי 20, 2015 8:28 am

· #277223
שמעקעדיג
די קעניג פין אמעריקע
אין אונז קעלבעלעך צאלען די פרייז.

גראדע איז די שחיטה מהודרת ביליגער ווי די אנדערע, און דעריבער נעמען רוב קעיטערינגס פון זיי...

אלענפאלס, פארטס נישט אוועק פונעם שמועס! איך הער אז עס האט זיך געטון דארט ערנסטע פאליטיק, מען האט געטראסקעט מענטשן א.א.וו.
אבער איך האב נאר געהערט האלבע זאכן. איך וויל הערן מער.
אז מהר"א האט שוין געדארפט בארואיגן זיין עולם ביי פרק מיינט אז יש דברים בגו.

In a lot of halls you have to pay extra for KJ chicken. I believe Kaufman Caterers charges extra.

מ גפני » מיטוואך מאי 20, 2015 10:41 am

· #277259
לויט ווי איך הער, גייט די מעשה אזוי:
ס'איז דא א יונגערמאן אין ק"י וואס הייסט בנציון (אלי') זאלדאן, ער איז געווען כמו-בעל הבית אויף די שחיטה אין טעקסאס, אזוי ווי די שחיטה האט זיך נישט אויסגעארבעט משום כמה סיבות (זייער טריקענע פלייש ועוד) האט מען געעפענט נאך א שחיטה אין מינעסאטע וואו ער איז נישט בעל הבית, האט ער אנגעהויבן ארויסצולאזן שמות דערויף אז ס'טויג נישט דארט, אלעס מיט'ן חשבון אויף אנצוהאלטן זיין בעלות, ווי אויך האט ער אנגעדרייט דעם דיין לייכטאג.
ויהי היום איז מהר"א געוואר געווארן אז דער בנציון העצט קעגן זיין שחיטה אין מינעסאטע האט ער אים אריבערגערופן און פארגעהאלטן דערויף היתכן אז אויב איז דא עפעס א פראבלעם פארוואס קומסטו נישט צו מיר, למעשה האט ער איבערגעגבן פאר מהר"א א גאנצע ליסטע מיט כמו-פראבלעמען, מהר"א האט אלעס אפגעשריבן און האט מברר געווען יעדען דעטאל עקסטער און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע זאכן זענען פשוט לגיונות.
האט אים מהר"א נאכאמאל אריבערגערופן און אנגעווארנט אז נאך איינמאל ער הערט אז ער העצט קעגן זיין שחיטה וועט ער זיך מיאוס אפרעכענען מיט אים...

שמערל » מיטוואך מאי 20, 2015 11:23 am

· #277274
הערטס אויף מיט די קטנישע מעשיות. אלע פלייש פון מיעל מארט - נישט קיין חילוק ווי עס ווערט געשאכטן, זענען אינטער די שטרענגע השגחה פון די ארטאדאקס יוניאן, ווי אויך דער חסידישער נירבאטער רב. אלע פיקטשערס, מעסעזשעס, וואטס עפפס, און פרייוועט פליגערס, זענען סתם געמאלן וואסער.

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 11:30 am

· #277276
שמעתי אז די קיען פון מינעסאטע זענען בטעות געפיטערט געווארן מיט לאנג איילענד תבואה אנשטאט די מער מהודר'דיגע אריזאנע תבואה וועלכע וואקסט בשכינות פון די אריזאנע ווייץ. מ'האט עס געכאפט באצייטענס

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 11:38 am

· #277280
נתגלה לי בחלום הלילה אז ישמעאל הכהן האט אין זיך די אותיות שמייכל ודו'ק.

גאנצל » מיטוואך מאי 20, 2015 11:52 am

· #277285
פאקטן
[ציטאט אראפגענומען]

דער עולם איז דאך דא נאר פאר פאקטן

פאקט נונער 1 ) דיין לייכטאג איז נישט אריינגעלאזט געווארן אין טעקסעס א לאנגע צייט צוליב וואס מיל מארט האט מורא פאר אים די גאנצע צייט האט מען געארבעט דורך אנשי מהר"א אז מ'זאל אים אריין לאזן און מ'האט עס צום סוף דורכגעבראכן די צווישנצייט האט ער נישט אריין געלאזט די פלייש אין די בוטשער ווייל וויבאלד ער איז נאך נישט דארט געווען ביי די שחיטה וויל ער נישט אריין לאזן וואס ר' אהרן האט אים גערעכט געגעבן דערויף (ער ווייסט נישט פון די מין הכשר פון ממליחה ואילך ) פארוואס דיין לייכטאג האט עס טאקע געטון און זיך נישט פארלאזט אויף אנדערע דיינים איז לכוארה ווייל ער האט מיט דעם געוואלט לייגן פרעשור אויף ר' אהרן אז ער זאל פרעשורן מיט מארט אים אריינצולאזן מער פון דעם האט ער באמת געוואלט אז ר' אהרן זאל אינגאנצן אוועקגיין פון מיל מארט אזוי ווי אסאך ווילן ר' אהרן'ס דרשה ביי פרק האט גארנישט געהאט וועגן לייכטאג

2) די ביאור אויף ר' אהרן'ס דרשה עיין בתגובה של מ. גפני

בד"א (דעס ווייס איך נישט פאר א פאקט) דיין לייכטאג האט נישט געוואלט זיין בעל מכשיר ביי די נייע בוטשער וועגן דארט איז דא א טעיק אוט אויף וואס ער וויל נישט געבן קיין הכשר כך שמעתי איך בין עס נישט נאכגעגאנגען

שכלדיג » מיטוואך מאי 20, 2015 11:56 am

· #277288
מ גפני
לויט ווי איך הער, גייט די מעשה אזוי:
ס'איז דא א יונגערמאן אין ק"י וואס הייסט בנציון (אלי') זאלדאן, ער איז געווען כמו-בעל הבית אויף די שחיטה אין טעקסאס, אזוי ווי די שחיטה האט זיך נישט אויסגעארבעט משום כמה סיבות (זייער טריקענע פלייש ועוד) האט מען געעפענט נאך א שחיטה אין מינעסאטע וואו ער איז נישט בעל הבית, האט ער אנגעהויבן ארויסצולאזן שמות דערויף אז ס'טויג נישט דארט, אלעס מיט'ן חשבון אויף אנצוהאלטן זיין בעלות, ווי אויך האט ער אנגעדרייט דעם דיין לייכטאג.
ויהי היום איז מהר"א געוואר געווארן אז דער בנציון העצט קעגן זיין שחיטה אין מינעסאטע האט ער אים אריבערגערופן און פארגעהאלטן דערויף היתכן אז אויב איז דא עפעס א פראבלעם פארוואס קומסטו נישט צו מיר, למעשה האט ער איבערגעגבן פאר מהר"א א גאנצע ליסטע מיט כמו-פראבלעמען, מהר"א האט אלעס אפגעשריבן און האט מברר געווען יעדען דעטאל עקסטער און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע זאכן זענען פשוט לגיונות.
האט אים מהר"א נאכאמאל אריבערגערופן און אנגעווארנט אז נאך איינמאל ער הערט אז ער העצט קעגן זיין שחיטה וועט ער זיך מיאוס אפרעכענען מיט אים...

ווען מהר''א האט געהערט פון זאלדאן זיינע אלע אזוי געריפענע מכשולות און פראבלעמען האט ער געזאגט אז ער וועט מברר זיין האט ער גערופן א אינגערמאן א גרויסער תלמיד חכם זייער א טיכטיגער איינער וואס האט לגמרי נישט קיין שייכות צו די שחיטה און זיי האבן אויסגעארבייט א פלאן אז דער אינגערמאן זאל פלוצלינג אריין פאפן אין בית השחיטה אין מינעסאטא זאגן אז ער איז אין ראטשעסטער מיט עמעצן לצורך רפואה און איז געקומען דאווענען בציבור אוןו אזוי זאל ער זען אריין צו קומען בשעת די שחיטה זיך אמקוקן אויף די אלע אזוי געריפענע פראבלעמען און ער זאל מברר זיין פונקטליך צו יש דברים בגו צו סאיז חספא בעלמא און אויב מעגליך וויל ער זען בילדער, למעשה איז דער אינגערמאן געווען דארט צוויי טאג ער האט געכאפט שיינע בילדער ווי מען זעט קלאר אז אלעס איז שקרים המצוצים מאצבע, דעריבער האט ר' אהרן זיך געטרויט צו זאגן קלאר און דייטליך ביים פרק לערנען אז ער נעמט אויף זיך אז אלעס איז כשר וישר, בקיצור א גיט שטיקל אינוועסגעטיוו ארבייט.

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 12:18 pm

· #277292
און זאלדאן האט שוין טאקע גארנישט מיט די שחיטה, און ער וועט ווערן די מנהל בית רחל אין וויליאמסבורג אנשטאט וועבערמאן

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 20, 2015 12:29 pm

· #277296
שכלדיג

ער האט דאך פאר די געלט געקענט זאגן אז ער איז אויפ'ן וועג צוריק פון מירון און האט געוואלט מאכן א סטאפ אין קערעסטיר

מאטי » מיטוואך מאי 20, 2015 12:30 pm

· #277297
שמעקעדיג
נתגלה לי בחלום הלילה אז ישמעאל הכהן האט אין זיך די אותיות שמייכל ודו'ק.

ס'פעלט אבער איין פינטעלע יוד

הדד בן בדד » מיטוואך מאי 20, 2015 1:38 pm

· #277308
מה הוא
און זאלדאן האט שוין טאקע גארנישט מיט די שחיטה, און ער וועט ווערן די מנהל בית רחל אין וויליאמסבורג אנשטאט וועבערמאן

וואס גייט פאר מיט וועבערמאן?

אוהב ספרים » מיטוואך מאי 20, 2015 2:09 pm

· #277321
שמעון וואלף
רבי אפרים שמעון פארדינט זיך אפשר א באזינדערע אשכול. ער איז אן אלטע טראבל מעיקער, און איך זאג עס אלץ מעלה, אז ער האט נישט מורא ארויסצוזאגן וואס ער האלט. קיין סאטמערער איז ער אויך נישט, ממילא איז ער א שוואכע פאטריאט. די סיבה פארוואס מ'האט אים גענומען אלץ דיין אין ב"פ איז ווייל זיי האבן געהאט שוועריקייטן צו טרעפן איינער וואס זאל זיך ארויסשטעלן קעגן דעם דעמאלטסדיגן אמטירענדן דיין.

יעצט זענען זיי סטאק מיט אים, אבער מיין פראדיקשן איז אז ער וועט נישט מאריך ימים זיין דארט.

נישט פונקטליך, ער איז געווען דיין אין 15 פאר די פרשה מיט הרב חיים דוד כ"ץ, נאכדעם וואס מען האט איהם משלח געווען פון בוטשער האט מען אריינגענומען דעם הרב לייכטאג במקומו אויף די השגחה

ער איז א שטיקעל נערווען קריכער, דהיינו לגבי טעיקאוט מאכט גרויסע פראבלעמען לעצטענס האט מען דאס אביסעלע דורכגבראכען [דאס איינע פון די סיבות פון די נייע סטאר אויף 14]
נאך אזאך וואס ער האט, אז ער פארלאזטעך נישט אויף קיינעם, דהיינו ער מוז זיין אייביג ביי די שחיטה אליינס, די וואכען וואס איינער פון די אנדערע דיינים פארען משגיח זיין איז איהם נישט גוט, ממילא לאזט ער נישט אריין אלע פלייש אין דעם ב"פ אלטע סטאר [און וועגען דעם איז דא דארט א מאנגעל אסאך מאל]

הבא ללמד » מיטוואך מאי 20, 2015 2:12 pm

· #277323
וואס איך נעם ארויס פינעם גאנצען אשכול איז וואס מיין רבי טיט איז געווען און וועט אלעמאל זיין גיט, און וואס מין רבי'ס ברידער טיט איז געווען און וועט אלעמאל זיין טריף

גאלד » מיטוואך מאי 20, 2015 3:03 pm

· #277338
KJ בקר איז מיעל מארט מיט א KJ לעבל בהשגחת ר' אהרן, זה הוא, ס'גארנישט אנדערש ווי זיין קאזינס דער אנדערע ר' אהרן טייטלבוים מ'נירבאוטר,
ממילא היות רב לייכטאג איז א ארכי מתנגד פאר מיעל מארט, ווי ער האט שוין כמה פעמים געשטורמט ברבים, האט ער א קרום אויג אויף די גאנצע KJ בקר,

די עופות איז אינגאנצן א אנדערע מסכת, דאס געהער פאר KJ מיט א אייגענע פלענט אייגענע ווירטשאפט כידוע, פון דעם איז רב לייכטאג א פאברענטע חסיד,

מיין פערזענליכע מיינונג איז אז די גאנצע אונטערנעמונג פון בקר מצד ר' אהרן איז אפשר נישט ווערד געווען, בעיקר דאס אז מ'האט געמוזט מאכן א געשעפט מיט מיעל מארט, נאר היות איז די עופות איז א גאר שטארקע סוקסעס האט מען פרובירט צו פושן די ענוועלאפ,

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 20, 2015 3:16 pm

· #277354
אוהב ספרים
שמעון וואלף
רבי אפרים שמעון פארדינט זיך אפשר א באזינדערע אשכול. ער איז אן אלטע טראבל מעיקער, און איך זאג עס אלץ מעלה, אז ער האט נישט מורא ארויסצוזאגן וואס ער האלט. קיין סאטמערער איז ער אויך נישט, ממילא איז ער א שוואכע פאטריאט. די סיבה פארוואס מ'האט אים גענומען אלץ דיין אין ב"פ איז ווייל זיי האבן געהאט שוועריקייטן צו טרעפן איינער וואס זאל זיך ארויסשטעלן קעגן דעם דעמאלטסדיגן אמטירענדן דיין.

יעצט זענען זיי סטאק מיט אים, אבער מיין פראדיקשן איז אז ער וועט נישט מאריך ימים זיין דארט.

נישט פונקטליך, ער איז געווען דיין אין 15 פאר די פרשה מיט הרב חיים דוד כ"ץ, נאכדעם וואס מען האט איהם משלח געווען פון בוטשער האט מען אריינגענומען דעם הרב לייכטאג במקומו אויף די השגחה

ער איז א שטיקעל נערווען קריכער, דהיינו לגבי טעיקאוט מאכט גרויסע פראבלעמען לעצטענס האט מען דאס אביסעלע דורכגבראכען [דאס איינע פון די סיבות פון די נייע סטאר אויף 14]
נאך אזאך וואס ער האט, אז ער פארלאזטעך נישט אויף קיינעם, דהיינו ער מוז זיין אייביג ביי די שחיטה אליינס, די וואכען וואס איינער פון די אנדערע דיינים פארען משגיח זיין איז איהם נישט גוט, ממילא לאזט ער נישט אריין אלע פלייש אין דעם ב"פ אלטע סטאר [און וועגען דעם איז דא דארט א מאנגעל אסאך מאל]

קוקט אויס די געדענקסט נישט, אדער אפשר ביסטי נאך געווען צו יונג. ער האט געדאווענט אין 15, פארגעלערענט א שיעור און מענטשן האבן אים געפרעגט שאלות פשוט ווייל ער איז א ת"ח. אלס אפיציעלע דיין איז ער אויפגענומען געווארן נאר נאכדעם וואס מ'האט געוואלט פטור ווערן פון רח"ד

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 20, 2015 3:26 pm

· #277360
שמעון וואלף
רבי אפרים שמעון פארדינט זיך אפשר א באזינדערע אשכול. ער איז אן אלטע טראבל מעיקער, און איך זאג עס אלץ מעלה, אז ער האט נישט מורא ארויסצוזאגן וואס ער האלט. קיין סאטמערער איז ער אויך נישט, ממילא איז ער א שוואכע פאטריאט. די סיבה פארוואס מ'האט אים גענומען אלץ דיין אין ב"פ איז ווייל זיי האבן געהאט שוועריקייטן צו טרעפן איינער וואס זאל זיך ארויסשטעלן קעגן דעם דעמאלטסדיגן אמטירענדן דיין.

יעצט זענען זיי סטאק מיט אים, אבער מיין פראדיקשן איז אז ער וועט נישט מאריך ימים זיין דארט.

שמעון וואלף: דו ביסט גערעכט. איך ווייס נישט וואס דארט וועטציך אויסקאכן. וואס ר' אהרן און זיין דעלעגאציע וועלן אויסגעפונען. און וואס זיי וועללן פארציילן פאר'ן עוילעם. אבער איין זאך איז זיכער. אז די פארטיי אינטרעסן שטייען העכער פון די תורה און הלכה. מילא ווען זיי גייען צוזאמען, ניחא. אבער ווען ס'קומט אן אויסוואל, ווייסן מיר אלע וועלכע טשויס מ'וועט נעמען. הלואי זאלל איך זיין ראנג...וד"ל...!

קאך_לעפל » מיטוואך מאי 20, 2015 3:30 pm

· #277362
עס איז באמת א נחת צו זעהן ווי די שרייבער וואס זענן חסידי סאטמאר האלטן זיך איין אין רעדן נישט קיין ווארט דא אויף קאווע שטיבל איבער וואס קומט באמת פאר, ענדליך קומט מען שוין צום שכל אז נישט איבעראל איז דער פלאטץ צו רעדן, און עס איז א נחת צו זעהן ווי די וואס וווייסן רעדן נישט, און די וואס ווייסען נישט בחייכון שיסען ווערעמדיגע לאקשן און נאסע שטרוי....ענדליך.....

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 20, 2015 3:36 pm

· #277366
די קעניג פין אמעריקע
די גאנצע שחיטה ביזנעס איז איין שטיק פאליטיק אין טינופות. זיי זענען אלע גלייך קיין איינער נישט מער מהודר ווי דער צווייטע סך הכל שטעקט איינער מער ארויס די חזיר פיסלעך ווי די צווייטע. שחיטה מונחת טא בעגין וויט איז בעלאני מאקעראני. ס׳ נישט קיין הידור בכלל היינטיגע צייטען ווען די בהימה ליגט פעסט אין א באקס אין קען זיך נישט רירען. די גאנצע ביזנעס איז א שטיק פאפעריי. אין אונז קעלבעלעך צאלען די פרייז.

קעניג פון אמעריקע: איך בין גאנץ א קנאפער מבין אין הילכות שחיטה.אבער אזויפיהל ווייס איך יא אז די מעלה פון שחיטה מונחת איז אז מ'דארף נישט ארויפ שטופן דעם חלף. וואס ס'קען זיין הלכה'דיגע פראבלעמען. משא"כ ביי שחיטה מונחת. סאו, מ'קען עס נישט אוועקמאכן.נאר די אנדערע זאכן ארום זענען מעגליך נישט גוט....!

די קעניג פין אמעריקע » מיטוואך מאי 20, 2015 3:46 pm

· #277371
berlbalaguleh

די פראבלעים ווען מ׳ דארף ארויף שטיפען די חלף איז נאר ווען ס׳ דא א חשש אז שי בהימה וועט זיך רירען אין אזוי ארים צו העלפען צום שחיטה וואס דאס איז נישט שייך היינט ווייל די בהימה איז אריין געקוועטשט אזוי שטארק אינעם באקס מיט א עלעקוטרונישער כח אז ס׳ נישט מעגליך ס׳ זאל זיך רירען. אזוי ווייט אז ווען די וואלט נישט געשאכטען גלייך וואלט די בהימה געשטארבען פין צודריקט ווערען.

גאלד » מיטוואך מאי 20, 2015 4:29 pm

· #277384
קאך_לעפל
עס איז באמת א נחת צו זעהן ווי די שרייבער וואס זענן חסידי סאטמאר האלטן זיך איין אין רעדן נישט קיין ווארט דא אויף קאווע שטיבל איבער וואס קומט באמת פאר, ענדליך קומט מען שוין צום שכל אז נישט איבעראל איז דער פלאטץ צו רעדן, און עס איז א נחת צו זעהן ווי די וואס וווייסן רעדן נישט, און די וואס ווייסען נישט בחייכון שיסען ווערעמדיגע לאקשן און נאסע שטרוי....ענדליך.....

ס'אלעס ווערד געווען אז איך בין געוואויר געווארן א נייער אויסשפריך "ווערעמדיגע לאקשן און נאסע שטרוי"

Big Boy » מיטוואך מאי 20, 2015 4:44 pm

· #277395
Let's stick to the subject please

מה הוא » מיטוואך מאי 20, 2015 6:25 pm

· #277442
ער האט געמאפט קיין מאנסי סאו ער וועט זיין דארט מנהל

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 20, 2015 8:49 pm

· #277493
מה הוא
און זאלדאן האט שוין טאקע גארנישט מיט די שחיטה, און ער וועט ווערן די מנהל בית רחל אין וויליאמסבורג אנשטאט וועבערמאן

נאר ער זאלל זעהן נישט צו ענדיגן וואו וועבערמאן האט געענדיגט... 😂 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 20, 2015 9:16 pm

· #277497
Big Boy
קאווע טרינקער
שמעון וואלף

יעצט זענען זיי סטאק מיט אים, אבער מיין פראדיקשן איז אז ער וועט נישט מאריך ימים זיין דארט.

גייט צוריק אנטוהן דעם קראך הוט?

כדי צו זיין א סאטמארער דיין דארף מען קענען נאכטאנצען די הנהגה, ער, ליידער, טויגט נישט אויף דעם.
למעשה איז ער צי פרום, אפילו די chicken פון קרית יואל עסט ער נישט.

Because he only eats heimish. He makes his own cheese/grape juice and wine as well

איך ווייס נישט, און איך קען נישט הרב אפרים שמעון לייכטאג פערזענליך. אבער באופן כללי ווער איך ווייניג נתפעל פון די מענטשן וואס געבן זיך נאך אלע תאוות אויפ'ן חשבון פון זיין ווייב און קינדער. למעשה קען איך איינעם א אזוי-גערופענער חשוב'ער יונגערמאן, זייער א פרומער וועלכער עסט נאר אלעס היימיש געבאקן. חלות און קאקאש קעיק. ס'נישט קיין וואונדער אז זיין ווייב און טעכטער האבן גראבע פיס (אנטשולדיגט... 😂) ן טעכטער וועלכע שטייען א גאנצן טאג אויף די פוס און קנעטן זיינע מהודר'דיגע, היימישע מאכלים.אבער ס'פאלט איהם נישט איין א ביסל ממעט צו זיין אין זיין תאות האכילה, און פארשפארן די כוחות פון זיין ווייב או

אבני שיש » מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 pm

· #277524
שכלדיג
מ גפני
לויט ווי איך הער, גייט די מעשה אזוי:
ס'איז דא א יונגערמאן אין ק"י וואס הייסט בנציון (אלי') זאלדאן, ער איז געווען כמו-בעל הבית אויף די שחיטה אין טעקסאס, אזוי ווי די שחיטה האט זיך נישט אויסגעארבעט משום כמה סיבות (זייער טריקענע פלייש ועוד) האט מען געעפענט נאך א שחיטה אין מינעסאטע וואו ער איז נישט בעל הבית, האט ער אנגעהויבן ארויסצולאזן שמות דערויף אז ס'טויג נישט דארט, אלעס מיט'ן חשבון אויף אנצוהאלטן זיין בעלות, ווי אויך האט ער אנגעדרייט דעם דיין לייכטאג.
ויהי היום איז מהר"א געוואר געווארן אז דער בנציון העצט קעגן זיין שחיטה אין מינעסאטע האט ער אים אריבערגערופן און פארגעהאלטן דערויף היתכן אז אויב איז דא עפעס א פראבלעם פארוואס קומסטו נישט צו מיר, למעשה האט ער איבערגעגבן פאר מהר"א א גאנצע ליסטע מיט כמו-פראבלעמען, מהר"א האט אלעס אפגעשריבן און האט מברר געווען יעדען דעטאל עקסטער און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע זאכן זענען פשוט לגיונות.
האט אים מהר"א נאכאמאל אריבערגערופן און אנגעווארנט אז נאך איינמאל ער הערט אז ער העצט קעגן זיין שחיטה וועט ער זיך מיאוס אפרעכענען מיט אים...

ווען מהר''א האט געהערט פון זאלדאן זיינע אלע אזוי געריפענע מכשולות און פראבלעמען האט ער געזאגט אז ער וועט מברר זיין האט ער גערופן א אינגערמאן א גרויסער תלמיד חכם זייער א טיכטיגער איינער וואס האט לגמרי נישט קיין שייכות צו די שחיטה און זיי האבן אויסגעארבייט א פלאן אז דער אינגערמאן זאל פלוצלינג אריין פאפן אין בית השחיטה אין מינעסאטא זאגן אז ער איז אין ראטשעסטער מיט עמעצן לצורך רפואה און איז געקומען דאווענען בציבור אוןו אזוי זאל ער זען אריין צו קומען בשעת די שחיטה זיך אמקוקן אויף די אלע אזוי געריפענע פראבלעמען און ער זאל מברר זיין פונקטליך צו יש דברים בגו צו סאיז חספא בעלמא און אויב מעגליך וויל ער זען בילדער, למעשה איז דער אינגערמאן געווען דארט צוויי טאג ער האט געכאפט שיינע בילדער ווי מען זעט קלאר אז אלעס איז שקרים המצוצים מאצבע, דעריבער האט ר' אהרן זיך געטרויט צו זאגן קלאר און דייטליך ביים פרק לערנען אז ער נעמט אויף זיך אז אלעס איז כשר וישר, בקיצור א גיט שטיקל אינוועסגעטיוו ארבייט.

ער דארף עפעס זיין א גאר טיכטיגע יונגערמאן צי קענען דערשנאפן אלע פראבלעמן און איין מנחה מעריב.. און מיט פיקטשערס נאך אויך..

Big Boy » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:52 am

· #277629
berlbalaguleh
Big Boy
קאווע טרינקער
שמעון וואלף

יעצט זענען זיי סטאק מיט אים, אבער מיין פראדיקשן איז אז ער וועט נישט מאריך ימים זיין דארט.

גייט צוריק אנטוהן דעם קראך הוט?

כדי צו זיין א סאטמארער דיין דארף מען קענען נאכטאנצען די הנהגה, ער, ליידער, טויגט נישט אויף דעם.
למעשה איז ער צי פרום, אפילו די chicken פון קרית יואל עסט ער נישט.

Because he only eats heimish. He makes his own cheese/grape juice and wine as well

איך ווייס נישט, און איך קען נישט הרב אפרים שמעון לייכטאג פערזענליך. אבער באופן כללי ווער איך ווייניג נתפעל פון די מענטשן וואס געבן זיך נאך אלע תאוות אויפ'ן חשבון פון זיין ווייב און קינדער. למעשה קען איך איינעם א אזוי-גערופענער חשוב'ער יונגערמאן, זייער א פרומער וועלכער עסט נאר אלעס היימיש געבאקן. חלות און קאקאש קעיק. ס'נישט קיין וואונדער אז זיין ווייב און טעכטער האבן גראבע פיס (אנטשולדיגט... 😂) ן טעכטער וועלכע שטייען א גאנצן טאג אויף די פוס און קנעטן זיינע מהודר'דיגע, היימישע מאכלים.אבער ס'פאלט איהם נישט איין א ביסל ממעט צו זיין אין זיין תאות האכילה, און פארשפארן די כוחות פון זיין ווייב או

As far as I know, he's not that type. He doesn't eat a rich menu. I think he once said by a shier where he was discussing if Romaine Lettuce is ok for murer. he said that he doesn't know if tastes bitter or not since he's never eaten it, but that people tell him that it doesn't

קרעקער » דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:05 pm

· #277667
ער איז א פרימער און זייער קריאזע מענטש פאר ווער סקענעם
זיין פראבלעם איז אז ער וויל איינשטעלען אלע חומרות וואס ער האט ביים מאכען זיין אייגענע הייליגע פלייש אין א שחיטה פאר טויזענטע מענטשען, עפעס וואס ארבעט נישט, א יחיד קען גיין צו מתות קאהן בוטשער און מאכען אלע חומרות פאר א ריזיגע רבים קען מען נישט

signout » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:05 pm

· #277852
[ציטאט אראפגענומען]

הרב לייכטאג איז געווען לעצטע וואך אין מיניסאטע ביי די שחיטה לעצטע וואך, ער דרייען זיך ארום בילדער איבעראל, די ב''פ בוטשער האט גענוג פלייש

signout » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:06 pm

· #277853
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]

דער עולם איז דאך דא נאר פאר פאקטן

פאקט נונער 1 ) דיין לייכטאג איז נישט אריינגעלאזט געווארן אין טעקסעס א לאנגע צייט צוליב וואס מיל מארט האט מורא פאר אים די גאנצע צייט האט מען געארבעט דורך אנשי מהר"א אז מ'זאל אים אריין לאזן און מ'האט עס צום סוף דורכגעבראכן די צווישנצייט האט ער נישט אריין געלאזט די פלייש אין די בוטשער ווייל וויבאלד ער איז נאך נישט דארט געווען ביי די שחיטה וויל ער נישט אריין לאזן וואס ר' אהרן האט אים גערעכט געגעבן דערויף (ער ווייסט נישט פון די מין הכשר פון ממליחה ואילך ) פארוואס דיין לייכטאג האט עס טאקע געטון און זיך נישט פארלאזט אויף אנדערע דיינים איז לכוארה ווייל ער האט מיט דעם געוואלט לייגן פרעשור אויף ר' אהרן אז ער זאל פרעשורן מיט מארט אים אריינצולאזן מער פון דעם האט ער באמת געוואלט אז ר' אהרן זאל אינגאנצן אוועקגיין פון מיל מארט אזוי ווי אסאך ווילן ר' אהרן'ס דרשה ביי פרק האט גארנישט געהאט וועגן לייכטאג

2) די ביאור אויף ר' אהרן'ס דרשה עיין בתגובה של מ. גפני

בד"א (דעס ווייס איך נישט פאר א פאקט) דיין לייכטאג האט נישט געוואלט זיין בעל מכשיר ביי די נייע בוטשער וועגן דארט איז דא א טעיק אוט אויף וואס ער וויל נישט געבן קיין הכשר כך שמעתי איך בין עס נישט נאכגעגאנגען

ער לאזט נישט האבען קיין טעיקאוט כמעט, וואס יא איז ער שרעקליך מחמיר, טאמעיטאס דארף מען אפשיילן, קעטשאפ דארף מען אליין מאכען, וכו' פאר פסח דארף מען עס אינגאנצען פארמאכען אין אפילו אזוי עסט ער נישט פין די טעיקאוט, די נייע בוטשער האט אבער א געהעריגע טעיקאוט

signout » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:08 pm

· #277854
מה הוא
און זאלדאן האט שוין טאקע גארנישט מיט די שחיטה, און ער וועט ווערן די מנהל בית רחל אין וויליאמסבורג אנשטאט וועבערמאן
וועבערמאן איז נאך דארט געהעריג, די סקול איז שטארק געוואקסען זייט וועבערמאן איז אריינגעקומען

signout » דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:09 pm

· #277855
שמעון וואלף
אוהב ספרים
שמעון וואלף
רבי אפרים שמעון פארדינט זיך אפשר א באזינדערע אשכול. ער איז אן אלטע טראבל מעיקער, און איך זאג עס אלץ מעלה, אז ער האט נישט מורא ארויסצוזאגן וואס ער האלט. קיין סאטמערער איז ער אויך נישט, ממילא איז ער א שוואכע פאטריאט. די סיבה פארוואס מ'האט אים גענומען אלץ דיין אין ב"פ איז ווייל זיי האבן געהאט שוועריקייטן צו טרעפן איינער וואס זאל זיך ארויסשטעלן קעגן דעם דעמאלטסדיגן אמטירענדן דיין.

יעצט זענען זיי סטאק מיט אים, אבער מיין פראדיקשן איז אז ער וועט נישט מאריך ימים זיין דארט.

נישט פונקטליך, ער איז געווען דיין אין 15 פאר די פרשה מיט הרב חיים דוד כ"ץ, נאכדעם וואס מען האט איהם משלח געווען פון בוטשער האט מען אריינגענומען דעם הרב לייכטאג במקומו אויף די השגחה

ער איז א שטיקעל נערווען קריכער, דהיינו לגבי טעיקאוט מאכט גרויסע פראבלעמען לעצטענס האט מען דאס אביסעלע דורכגבראכען [דאס איינע פון די סיבות פון די נייע סטאר אויף 14]
נאך אזאך וואס ער האט, אז ער פארלאזטעך נישט אויף קיינעם, דהיינו ער מוז זיין אייביג ביי די שחיטה אליינס, די וואכען וואס איינער פון די אנדערע דיינים פארען משגיח זיין איז איהם נישט גוט, ממילא לאזט ער נישט אריין אלע פלייש אין דעם ב"פ אלטע סטאר [און וועגען דעם איז דא דארט א מאנגעל אסאך מאל]

קוקט אויס די געדענקסט נישט, אדער אפשר ביסטי נאך געווען צו יונג. ער האט געדאווענט אין 15, פארגעלערענט א שיעור און מענטשן האבן אים געפרעגט שאלות פשוט ווייל ער איז א ת"ח. אלס אפיציעלע דיין איז ער אויפגענומען געווארן נאר נאכדעם וואס מ'האט געוואלט פטור ווערן פון רח"ד
אבי גערעדט, הרב פרידמאן האט מען אויפגענומען אויף הרב כ''ץ'ס פלאץ

וויל קענען » דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:26 am

· #278708
סוף פסוק רייסט מען זיך דא ארום ווי קליינע קינדער אויף שטותים קען איינער זאגן די פאקטן אויף וועלעכע פלייש פון ק״י איז די שאלה און היש דברים בגו אדער נארישע מי בראש מחלוקת און סמיז קומען די רבי( אהרן) מיטן בייטש אין מאכן סדר
ביטע אליו וואס האבן הערות וואס איז נישט נוגע צום עצם פאקט סאלם געבן א לינק צו שמייכל אדער צימעס וכדומה
תודה

פיינע קאווע » דאנערשטאג מאי 28, 2015 8:26 pm

· #278829
נאכן מברר זיין וועל איך שרייבן די פאר ווערטער פאר די וואס ווילן וויסען די בלויזע פאקטן
ווען די שחיטה איז געווען אין טעקסאס האט מען דארט געדינגען א אינגערמאן וואס פארשטייט זייער גיט צו שחיטה. ברוחניות וגשמיות. ער האט זיכער געמאכט אז אלעס גייט ווי בדארף צו זיין. מען האט אים באצאלט א ים מיט געלט אבער סאיז ווערט געווען יעדע פעני. און סי געווען זה וזה נהנה.
יעצט ווען די שחיטה איז אין מינעסאטע. דארט האט מיעל מארט זיך צוגעשטעלט צום סאטמאר רביןס הידורים אויסערגעווענליך. איין ביישפיל. יעדע קלענסטע ספק ספיקא שאלה ווערט גלייך געריקט אין א זייט מיט א בארקאוד וואס פארצייכענט פונקטליך די אישו. שפעטער ווערט עס געשיקט צו א ווייניגער מהודרדיגע שחיטה ווי יענע דיינים פון די אנדערע פלייש געשעפט זענען מחליט כדת וכדין. אוו נאך אזעלכע הידורים וואס איז ממש א שחיטה מפואר וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען. פשוט ווייל מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע קען מען מער נזהר זיין צו האלטען הינדערט אויגן.
יעצט משגיחים זענען דא גענוג. וואס טוט אבער אזא אינגערמאן וואס דערזעהט זיך אן א דזשאב. די פעטע וועידזשעס הערן אויף צו קומען. מען מאכט א שטיקל גערידער דירעקט צו אומדעריקט. הויעך צו שטיל. נאר פאר אפאר אידן. און נישט מיר נישט דיר סי דא פראבלעמען. גלייך שפרינגען ארויף די וואס האבן אגענדעס. די וואס האבן א חשבון מיטן גבאי איז דער גבאי שולדיג ווייל ער איז בידידות מאוד מיט דעם אינגערמאן. דער וואס האט סתם אזוי פיינט סאטמאר שפרינגט אוודאי. סי דא א שאלה!. ער ווייסט נישט וואס. אבי סלעבט זיך. דער וואסי ברוגז אויפן דיין לייכטאג מישט א צווייטע קאשע. לייכטאג איז צו פרום דער רבי איז נישט און אזוי ווייטער.

למעשה איז ב"ה די פלייש אויפן בעסטע אופן וואס קען זיין. ברוך השם

וויל קענען » דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:22 pm

· #278861
הייסט עס אז עס איז אסאך מער מהודר געווארן למהיום והלאה
ווייסטו קראנט די מעשה?

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 29, 2015 11:09 am

· #278929
עס ווענדט זיך אסאך ביי וועמען מען איז מברר א מעשה....
לאו דוקא דא, נאר ביי יעדע פאליטיק, יעדער סאטמארער וועט דיר מברר זיין זיין צד, און אזוי יעדער באבובער, ניקלשבורגער, ציוני/קנאי, תולדות אהרן און א"י, בעלעדער, וכו' וכו'.
נקוט האי כללא בידך (ביי יעדע פאליטיק): אין כאן לא בירור ולא פאקטן, אבל יש כאן חצי אמת וחצי שקר.

יחיאל יעקבזון » זונטאג יוני 14, 2015 3:09 am

· #282435
מיעל מארט און דער באטורער זענען ווערט זייער געלט; ס׳איז א קארופטירטע געשעפט. די ניקור איז קוועסטשענעיבל אט בעסט... און ס׳פלייש איז נישט גלאט נאר סתם כשר. יא, ס׳איז דא הלכה פסוקה עטליכע דורות וואס הייסט גלאט און וואס נישט. וואס דער רעבעזיכרוינעבראכע האט אריינגערעדט אין דעם נושא איז נישט מעלה און נישט מוריד.
דער באטורער איז מעיין נאר בתקנת הבעלים, אויסער דעם גייט עם גארנישט אהן. כ״ק מרן ר׳ אהרן ש׳ וויל שטארק א שיינע שחיטה אבער באנדיטן שטעלן עם כסדר אונטער פיסלעך. ווען אומער ער הייבט אהן טוהן אויף למעשה צו פארבעסערן אדער גיין שחט׳ן ערגעץ אנדערשוואו שלא תחת המאפיע מיעל מארט, רוקן עם אריין די וויינשטאקס (באקאנטע לאולייפס מימים ימימה) אפאהר טאלער פאר די מוסדות און אזוי מאכט מען עם שטיל. פרעגטס די אינסיידערס וועלן זיי דאס באשטעטיגן.

diff » זונטאג יוני 14, 2015 11:13 am

· #282459
יחיאל יעקבזון

עלובה היא העסה שנחתומה מעיד עליה שהיא רעה
_
ליטוואק, נו

יחיאל יעקבזון » זונטאג יוני 14, 2015 11:53 am

· #282470
ניבא ואינו יודע מה ניבא. מעגליך אז דו ווייסט ניטאמאהל ווי גוט דו זאגסט.