☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » צווישן די היימישע צייטונגען, פארשידנארטיגע ווירדן עקזיסטירן

צווישן די היימישע צייטונגען, פארשידנארטיגע ווירדן עקזיסטירן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8925

ישמעאל הכהן » דינסטאג מאי 19, 2015 6:33 pm

· #276959
צווישן די היימישע צייטונגען, פארשידנארטיגע ווירדן עקזיסטירן
מיינע אויגן זענען געפאלן אויף די 'עורה' עד וואס איז געלאפן לעצטע וואך אין איד און צייטונג. נאר פערצופאל האב איך באמערקט א חילוק צווישן די זעלבע עד אנדערש אינעם איד ווי אינעם צייטונג.

דעי וואס ליינען די היימישע צייטונגען וועלן געווענליך זיי אלע אריינלאמפן אין איין קאטעגאריע, פרעדיקטעבל, באלאני פרום, עקסטריעם דער מיט אזא פארטייאישע טאטש און יענער מיט אזא.

דאס איז אבער נישט ריכטיג, זיי זענען נישט אלע איינס און די זעלבע. ווי מ'זעט דא אין דעם פאל.

און כ'האלט אז ס'קומט זיך אן אנערקענונג ווען א צייטונג שטייט אויף א סעט פרינציפן און האלט זיך דערצו, צי דו אגריסט יא דערמיט אדער נישט. איבערהויפט ווען כמעט קיינער זיכער, אויב איינער בכלל, (חוץ איך) באמערקט דעם עדיטונג וואס זיי האבן געמאכט.

נעם דאס פון מיר, דער פרעסטידזעשס ראדיא באריכטער פאר ק"ש

די עורה עד אין דער איד

📎 rps20150519_175509.jpg

עורה עד אין די צייטונג

📎 rps20150519_175614.jpg

דעת תורה » דינסטאג מאי 19, 2015 6:51 pm

· #276962
Re: צווישן די היימישע צייטונגען, פארשידנארטיגע ווירדן עקזיסט
סאו דער איד האט א - באגריסנסווערדע? - פאליסי אז זיי לייגן נאר אינטערנעט אדרעסן - וואס לכאורה טאר קיין שום איד נישט האבן קיין עקסעס דערצו אין א מוצ"ש - און נישט ראדיא וואס געפינט זיך אין יעדע קאר בהיתר?

און כאפ נישט אזא התפעלות פון זייער פעסטע שטיין אויף די פרינציפן כאטש קיינער באמערקט נישט, ווייל קענסט זיכער זיין אז אויב קיינער באמערקט ווען נישט וואלטן זיי עס אויך נישט באמערקט...

(אגב, זייער איינציגסטע - אפיציעלע - פאליסי איז אז זיי נעמען נישט קיין אחריות אויף די אדווערטייזמענט'ס [ארטיקלען, און מיינונגען וואס ווערן אויסגעדרוקט אין זייער צייטונג. וואס וואונדערט מיר שוין לאנג אויף וואס פונקטליך די רעדאקציע נעמט יא אחריות]).

ישמעאל הכהן » דינסטאג מאי 19, 2015 6:55 pm

· #276964
זיי באמערקן ווייל זיי קוקן עס מער גרונטליך דורך ווי סתם א ליינער. און ס'נישט ריכטיג צו פארגלייכן ראדיא צו אינטערנעט. אינטערנעט איז למעשה א נעסעסיטי פאר פילע, ראדיא איז בלויז אינטערטעינמענט.

ישמעאל הכהן » דינסטאג מאי 19, 2015 7:03 pm

· #276967
אגב, כזאג נישט אז סאיז נתפעל צו ווערן, סאיז דזשאסט די איידיע אז מ'האט פארשריפטן צו וואס מ'האלט זיך.

אנאנים 😃

יואליש » דינסטאג מאי 19, 2015 11:51 pm

· #277135
איז דאס די ערשטע העשטעג אין היימישע צייטונגן?