☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ויבשר לנו בשורות טובות!

ויבשר לנו בשורות טובות!

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8919

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 19, 2015 12:23 pm

· #276730
ויבשר לנו בשורות טובות!
אין א ביטערע וועלט וואס מען הערט זיך כסדר אן מיט נישט-גוטע בשורות, ברוחניות ובגשמיות, ואין לך יום שאין קללתה וכו', און דאס ווערט נאר ערגער דורך די קול מבשר טעלעפאן ליניעס, שפיר איך פאר א פליכט – און איף האב אז מיינע חברים ושותפים לדבר מצוה וועלן זיך משתתף זיין אין די אקציע – לקבץ לפונדק אחד פארשידענע בשורות טובות אינערהאלב כלל ישראל, כדי אז ווען איימיצער שפירט אז ער ווערט דעפרעסד ח"ו פון די אלע שלעכטע נייעס, זאל ער געבן א קליק אין דיזען אשכול און זיך מחיה זיין כמים קרים על נפש עייפה.

העלפט ארויס רבותי, ברענגטס נאך און זייט מחי' אידישע נפשות!
📎 Shmiras_Einayim Glasses.jpg 📎 Vayoel.jpg 📎 Tapes.jpg 📎 English.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 19, 2015 12:25 pm

· #276731
און ווי קען מען פארגעסן פון אזא געוואלדיגע בשורה טובה

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8864">viewtopic.php?f=3&t=8864</a><!-- l -->

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 19, 2015 1:31 pm

· #276767
וואס איז דאס שמירת עינים גלעזער?

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 19, 2015 1:49 pm

· #276776
היינט צופרי האט איינער געמאכט אן אפיל פאר "קוה". אזויווי ס'איז געווען א לאנגע דאווענען צוליב ר"ח האט זיך דער עולם אנגעהויבן ארויסצופעקעלן. רופט זיך אן דער בעל דרשן. "רבותי, בלייבטס דא אפאר מינוט ווייל ווער ס'גייט אויסהערן איז פארזיכערט מיט כל טוב"

נישט מער און נישט ווייניגער

בן אדם » דינסטאג מאי 19, 2015 3:39 pm

· #276830
יו האבעך געמיינט כ'על דא פריילעך ווערען...

HotCoffee » דינסטאג מאי 19, 2015 4:08 pm

· #276847
Re: ויבשר לנו בשורות טובות!
שמעון וואלף
היינט צופרי האט איינער געמאכט אן אפיל פאר "קוה". אזויווי ס'איז געווען א לאנגע דאווענען צוליב ר"ח האט זיך דער עולם אנגעהויבן ארויסצופעקעלן. רופט זיך אן דער בעל דרשן. "רבותי, בלייבטס דא אפאר מינוט ווייל ווער ס'גייט אויסהערן איז פארזיכערט מיט כל טוב"

נישט מער און נישט ווייניגער

אן ארץ ישראלדיגער?

בן אדם » דינסטאג מאי 19, 2015 4:21 pm

· #276856
איז רבי משה אריה'ס גבאי שוין ווייטער דאהי ? ער קען אזעלכעס מבטיח זיין און נאוו טיים.

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 19, 2015 5:05 pm

· #276895
HotCoffee
שמעון וואלף
היינט צופרי האט איינער געמאכט אן אפיל פאר "קוה". אזויווי ס'איז געווען א לאנגע דאווענען צוליב ר"ח האט זיך דער עולם אנגעהויבן ארויסצופעקעלן. רופט זיך אן דער בעל דרשן. "רבותי, בלייבטס דא אפאר מינוט ווייל ווער ס'גייט אויסהערן איז פארזיכערט מיט כל טוב"

נישט מער און נישט ווייניגער

אן ארץ ישראלדיגער?


ניין, אן אמעריקאנער

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 19, 2015 5:13 pm

· #276908
שמעקעדיג: א גרויסן יישר כח. תזכה למצוות וכל טוב סלה. איך ווארט שוין בכליון עיניים פאר זייער א לאנגע צייט אז עמיצער זאלל אויפמאכן אזא אשכול.
דאס דערמאנט מיך פון די אלטע גוטע צייטן ווען איך פלעג נאך צו ליינען דעם דער איד מיט גרויס התמדה. איז דארט געשטאנען כמעט א יעדע וואך מיט קידוש לבנה אותיות די (@אנאנים) פאלגענדע מודעה: "בשורה טובה"...האביך געמיינט אז משיח איז שוין געקומען. אדער אז ס'איז ארויסגעקומען א ניי ספר אויף סוגיות הש"ס....דערווייל האט זיך אויסגעלאזט אז די בשורה טובה איז געווען אז די פאשקעס טשאקאלאד קאמפעני איז ארויסגעקומען מיט א ניי שטיקל טשאקאלאד. אדער אז מהדרין איז ארויסגעקומען מיט א נייע מין אייזקריעם... 😂

למדן » מיטוואך מאי 20, 2015 6:55 am

· #277210
שמעון וואלף
היינט צופרי האט איינער געמאכט אן אפיל פאר "קוה". אזויווי ס'איז געווען א לאנגע דאווענען צוליב ר"ח האט זיך דער עולם אנגעהויבן ארויסצופעקעלן. רופט זיך אן דער בעל דרשן. "רבותי, בלייבטס דא אפאר מינוט ווייל ווער ס'גייט אויסהערן איז פארזיכערט מיט כל טוב"

נישט מער און נישט ווייניגער

איז די מעשה פארלעסליך?

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 10, 2015 4:24 pm

· #281884
ממש תדשן עצמות!

.
📎 07.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:17 am

· #313374
די לעצטע שטיק צייט טרעף איך מחותנים און חתנים עפעס אויסערגעווענליך פרייליך, עקסייטעד, און ענטוזיאסטיש. שלא כדרכם וואס זיי דרייען זיך מיט זארג.
אויף מיין שאלה צו זיי מה היום מיומים, וואס האט אייך גורם געווען די שמחה? האבן זיי זיך ארויסגעדרייט און געמורמלט אונטער די נאז,
אבער אכן נודע הדבר, דער סוד איז ארויסגערינען, און עס איז מיר געלונגען צו דערווישן די סיבה.

.
📎 Shirt.JPG 📎 Chusen Package.JPG

ambulance » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:16 am

· #314834
נישט שלעכט

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:54 am

· #349442
א ריכטיגע בשורה טובה
שוין א גאנצע וואך וואס קיינער האט נישט געשריבן אין צימעס.

קאמענטירער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:25 am

· #349451
געוואלדיג
שוין א גאנצע וואך וואס קיינער האט נישט געשריבן אין צימעס.

דאס קומט נישט אזוי ווייט אין שמייכעל דאס איז באמת א פריידיגע בשורה אבער פון די אנדערע זייט אויב דאס איז ווייל סדא ווייניגער וואס שרייבען בכלל אינעם שטיבעל איז עס בכלל נישט אזוי פרייליך 😠 😠

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 10:39 am

· #353491
"בשורה טובה תדשן עצם"! איך בין ממש גראב געווארן פון די געוואלדיגע בשורה טובה!
נישט סתם סיינס, נאר "פראכטפולע"! וואס קען זיין בעסער פון דעם?
.
📎 No_Phones.JPG

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 8, 2017 12:32 pm

· #359262
"לשמחת לב תושבי העיר און די גאנצע יהדות החרדית"! נישט ווייניגער.

.
📎 Simcha_Gdolah.jpg

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 8, 2017 2:29 pm

· #359273
שמעקעדיג
"בשורה טובה תדשן עצם"! איך בין ממש גראב געווארן פון די געוואלדיגע בשורה טובה!
נישט סתם סיינס, נאר "פראכטפולע"! וואס קען זיין בעסער פון דעם?
.

שמעקעדיג: ייש"כ. נאר אלס א שטיקל פסיכאלאג (חוץ זייענדיג א בעל עגלה און נאך עטליכע פאכן שאי אפשר לפורטם כי רבים הם.) וויל איך עס צונעמען א ביסל פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט. והנה: אונז וויל מיר זיין הייליגע אידן, בבחינת קדושים תהיו מיט אלע פירושים. אבער פון די צווייטע זייט זענען רוב פון אונז אונגארישע אפשטאמיגע (די סאקמאר'ע קהילות קדושות, שטייצעך.) וועלכע האבן ליעב צו עסן געשמאקע פיינע מאכלים, ווי רינענדיגע קאקא-אש קעיק און האבן שיינע שענדעליערס/טשיללארס, בלע"ז אין אונזערע ליווינג רומס. און קויפן קליידער לויט די לעצטע סטיילס און מאדעס אין די גרויסע גוי'אישע? דעפארטמענט סטארס אין מאנהעטן און וואודבאורי קאממאן. זעמיר דאך א ביסל קאנפליקטעד. איז די נייע שומרים ווילן דאך מארקעטן זייער סחורה, אפעלירן זיי צו אונזערע ביידע יצרים. דער יצר טוב פון זיין הייליג און פרום. אויך צו דעם יצר הרע פון האבן אלע תאוות העולם הזה. ווי שיינע בילדער וכדומה...!
די שאלה איז נאר וועלכער יצר ס'איז זיך גובר... 😂 🙄

פליקער » זונטאג יאנואר 8, 2017 11:41 pm

· #359329
Re: ויבשר לנו בשורות טובות!
שמעקעדיג
"לשמחת לב תושבי העיר און די גאנצע יהדות החרדית"! נישט ווייניגער.

.

איך האב מיך געווינדערט ווי אזוי עס קען דען זיין אז כולל חצות האט עס געמאכט קיין בארא פארק, איצט כאפ איך שוין, ווייל זיי האבן פליגלען, און זיי האבן עס אויסגעשפרייט אזוי קען מען דאך פשוט אנקומען קיין בארא פארק.

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 9, 2017 12:00 am

· #359332
ווען ״כולל חצות״ מיט ״תהילים כולל״ וועלן זיך משדך זיין וועט משיח קומען נאר בתנאי איז איר שיקט שוין אריין ח״י פעמים בגמטריא ׳משיח׳ צו 199 ליע עוועניא.

וואלווי » מאנטאג יאנואר 9, 2017 10:08 pm

· #359389
שפאצירינדיג אזוי היינט כחצות היום מיט'ן טלית אויפ'ן פלייצע באגעגען איך היינט א באקאנטער וואס כ'האב שוין לאנג נישט געזען ווי ער דרייעט זיך ארום די בית מדרש מיט א תהלים'ל אין איין האנט און א ר' מאיר בעה"נ זעקל אינ'ם צווייטען. פרעג איך עם, נא, וואס טוסטו היינטיגע צייטען? זאגט ער אז ער איז אנגעשטעלט ביי כולל חצות, כולל תהלים, און כולל שומרי החומות...

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 10:35 pm

· #359733
יעצט באמערקט א געוואלדיגע בשורה. מיין פיס פאסען שוין נישט אריין אין די שטיוועל.
📎 בשורה טובה.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 7, 2017 6:02 pm

· #364798
אויב האט איר א פראבלעם מיט מרבין בשמחה...

.
📎 wow-cell-.JPG 📎 wow-cell.JPG 📎 Pure_Kosher.JPG

געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 15, 2017 8:56 am

· #375199
א געהעריגע הטוב והמטיב
.
📎 IMAG0038.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:17 pm

· #390900
Re: ויבשר לנו בשורות טובות!
יעדער האט אזוי לאנג געווארט אויף דעם. א ספר איבער קושען די מזוזה. ענדליך קען מען א ברכה מאכען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 10:56 pm

· #390954
פליז זאג מיר נישט אז דער 'נר נוסף בחנוכה' מיינט ער דעם בית יוסף'ס קשיא!

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 12:23 am

· #390960
שמעקעדיג
פליז זאג מיר נישט אז דער 'נר נוסף בחנוכה' מיינט ער דעם בית יוסף'ס קשיא!


און גאר אויף דעם שרייבט ער ענין שלא דשו בהם רבים...

אויפ'ן מזוזה אפשר נישט, אבער אויף א טלית דאכצעך איז דא אסאך דשו בהם רבים, עט ליסט שמחת תורה ביי די הקפות נאך א גלעזעל לחיים...

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 8, 2022 10:24 am

· #494455
berlbalaguleh
שמעקעדיג: א גרויסן יישר כח. תזכה למצוות וכל טוב סלה. איך ווארט שוין בכליון עיניים פאר זייער א לאנגע צייט אז עמיצער זאלל אויפמאכן אזא אשכול.
דאס דערמאנט מיך פון די אלטע גוטע צייטן ווען איך פלעג נאך צו ליינען דעם דער איד מיט גרויס התמדה. איז דארט געשטאנען כמעט א יעדע וואך מיט קידוש לבנה אותיות די (@אנאנים) פאלגענדע מודעה: "בשורה טובה"...האביך געמיינט אז משיח איז שוין געקומען. אדער אז ס'איז ארויסגעקומען א ניי ספר אויף סוגיות הש"ס....דערווייל האט זיך אויסגעלאזט אז די בשורה טובה איז געווען אז די פאשקעס טשאקאלאד קאמפעני איז ארויסגעקומען מיט א ניי שטיקל טשאקאלאד. אדער אז מהדרין איז ארויסגעקומען מיט א נייע מין אייזקריעם... 😂

ס'איז גוט צו מאכן א שטיקל חזרה. נאר איך האב לעצטנס געהערט (אדער געליינט אין בלאט) גאר א גוטע בשורה. כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א מקר"י וועט אי"ה וויילן אין מאנטשעסטער. (און אפשר זיך אריבערכאפן קיין לאנדאן אויך, לבקשת הרבים). נאך פאר פסח דהאי שתא. מ'בעט דער עולם זאלל קומען מיט בגדי שבת ויו"ט לכבוד המאורע. דאס איז ממש הייליגע און לעכטיגע טעג.

ווען איך האב אנגעטון מיין שטריימל און בעקישע זיך גרייטנדיג צום קבלת פנים. פון רבי'ן שליט"א (מיין שרייב מאשין האט שוין נישט געניג טינט איבערצושרייבן אלע טיטלען), האט מיין יונגל מיך געפרעגט אויב מ'מעג פארן א קאר אדער אנצינדן א לייט.אויף מיין וואונדער, פארוואס ער פרעגט . האט ער מיר געענטפערט. אויב ס'איז הייליגע (און לעכטיגע) טעג. און מ'גייט אנגעטון שבת'דיג, איז דאך זיכער יום טוב...!