☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #8912

אשכול אן א טיטל #8912

93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8912
בלאט: 1 2

אבי גערעדט » מאנטאג יולי 20, 2015 7:46 pm

· #290369
אוי ביסטו געשמאק, מאכסט מיר דעם טאג מיט דיינע סחורה

שמערל » דינסטאג יולי 21, 2015 4:34 pm

· #290669
אויב האבן די טיי בלעטלעך געהאט א קדושת שביעית, ווי האסטו עס געמעגט מאבד זיין בידים?

קאצקע ציקער » דינסטאג יולי 21, 2015 5:48 pm

· #290688
אקעי איך ווייס שוין וועלכע ישיבה האסט געלערנט אלטץ בחור.... איך וועל עס נישט זאגן וועגן גילו 😂

בן אדם » דינסטאג יולי 21, 2015 6:59 pm

· #290718
איך האב א געפיל אז אט אט גייט שוין נתגלה ווערן דעם גרויסן גילוי שבגלוי מתוך הגילוים, בפרט יעצט און די ימי הסתרה. און מ'וועט זוכה זיין צו דעם פתאום'דיגע גילוי שבתוך ההסתרה, ווי דער פסוק זאגט, והיה בנסתתר הנקוי כי אז נגלה המגלה מאת הנסתרים וששת עם אבותיך ובשיבתיך ובצאתך: אמן.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 24, 2015 6:51 am

· #291511
מ'זעט פון דעם קלאר אז ווען מ'וואוינט אין בני ברק, קען אפילו א וויזהניצער חסיד אמאל זאגען עפעס א למדות. אלס מכחו של אותו זקן!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 24, 2015 3:01 pm

· #291606
דער למדן פון די צוויי!

געוואלדיג » פרייטאג יולי 24, 2015 3:12 pm

· #291612
[ציטאט אראפגענומען]


פאסט נישט פאר ר' שש, אז מיט א גלייכגילטיגקייט שרייבט ער וועגן די גדולי חסידי קארלין וואס זענען געווארן זיינע חסידים אן צו דערמאנען אפי' ברמז די פאליטיק.

בן אדם » פרייטאג יולי 24, 2015 3:16 pm

· #291614
היש לך פאליטיק גדולה מזו ??

געוואלדיג » פרייטאג יולי 24, 2015 3:25 pm

· #291619
איך ווייס איך בין באקאנט מיט יענע מעשה.

געוואלדיג » זונטאג יולי 26, 2015 6:45 pm

· #291806
[ציטאט אראפגענומען]


איך בין מוותר אלעס, דארפסט גארנישט נאכזאגן, נאר די צוויי ווערטער זאג אונז איבער 😂 😂

אבי גערעדט » מאנטאג יולי 27, 2015 7:52 pm

· #292182
רבותי גיימער ספאנסערן א טיקעט פאר ר' שש'ן קיין טשיינע? ווען ער קומט צוריק און ברענגט אונז א געשמאקע זאפטיגע באשרייבונג, ספאנסער מיר אים א טיקעט קיין אייראפע, און ווי נאך? נו ווער איז אין???

פישערער רבי » דינסטאג יולי 28, 2015 6:50 am

· #292321
א גרויסע ייש"כ להרב הסופר המובהק לו לשון סופרים קולמוסו מפיק מרגליות מים חיים לנפש עייפה מחיה מתים במאמרו הרב אנאנים שליט"א.
פארשטארק זיך און שרייב ווייטער ארטיקלן און אינטערסאנטע זאכן פון וואס ס'זאל נאר זיין - ווייל ווען הרב אנאנים שליט"א שרייבט אויף עפעס ווערט דאס אוטומאטיש אינטערסאנט.
דער עולם האט מויראדיג'ע שטארקע הנאה פון דיינע ארטיקלן.
יישר כח.
און נאכאמאל יישר כח.

ירא שמים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 11:27 pm

· #293034
@אנאנים דו פלאנסט צו מאכן א פי. די. עף. פון די מסעות ?

חקרן » זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:03 pm

· #297420
פון מיין זייט: יא און יא.

בן אדם » זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:25 pm

· #297426
לייג נישט ארויף ווייל איך גיי ווערן דז'עלעס.

ירא שמים » זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:38 pm

· #297434
יא יא יא יא יא יא


[אויב יא, וועל איך דאס דארפן זען...].


קענסט זען ?

בן אדם » זונטאג אוגוסט 23, 2015 11:06 pm

· #297444
האסט נישט געכאפט קיין בילד פון די תפילת אנשים? אפשר בין איך דארט?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 7:33 am

· #298665
און דאס איז די וואנט?! ס'איז גארנישט אזוי פארשימל'ט! מ'האט מיר אלס איינגערעדט נערישקייטען וועגען דער 'אלטע פארשימל'טע וואנט', און איך האב געגלייבט. אפשר זענען אלע אנדערע זאכען אויך נערישקייטען!?

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 11:11 am

· #298916
יישר כח שש,
ליטוואק, פארשימלט? ווער האט דיר דאס איינגערעדט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 11:17 am

· #298920
איך האב געהערט פון א איד, נאך די מלחמה פון תשכ"ז האט ער געלערנט אין א געוויסע ישיבה, און ער האט געהאט א צייטונג מיט בילדער פונ'ם כותל. דער ראש ישיבה האט איהם פארגעהאלטען היתכן ער האט א גויישע צייטונג. האט ער געזאגט ער האט געוואלט זען די כותל. האט יענער ראש ישיבה געזאגט (ליידער א ליטוואק, וואס קען איך טוהן?) "דער אלטע פארשימל'טע וואנט?". ער האט תלמידים סאטמארער וואס בארימען זיך מיט די נערישקייט, און ער האט געהאט אריכות ימים. האפעדיג היינט ווייסט ער דער אמת, אבער זייט דעמאלס האבען די קנא'ישע לאגער נאך א גרעסערע נערשיקייט מיט וואס זיך צו פארען.

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 5:21 pm

· #298995
איי איי איי ר' שש'ל דיינע בילדער דערמאנען מיר נאסטאלאגישע זכרונות פון מיינע באזוכן אין יענע מקומות, און מיינע וואנדערונגען אין די פיסטריט פון אונזערע אבות, מי יתנני ירחי קדם.

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 11:54 am

· #299688
אינטרעסאנט, ווען איך בין דארט געווען האב איך גארנישט געטראכט וועגן די מסגד איבער מיר, נאר פיל מיט בענקשאפט און לעכצעניש צו די אלטע גוטע צייטן

בן אדם » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 12:30 pm

· #299698
די ביסט דארט געבליבן שטיין און בענקן אבער ער האט געטון עפעס למעשה.

נו, יעדער האט אן אנדערע וועג וויאזוי אויסצוגעבן זייער בענקשאפט. איינער דורך אויסקרויזן דעם כותל און א צווייטער דורך גאר אריינטאנצען אינעם הר הבית....

בן אדם » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 5:54 pm

· #299938
עכט לאזן זיי נישט מאכן קיין בילדער, אבער דו מעגסט....

samiam » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 2:36 pm

· #300319
איך בין געווען אין מוזיאון ישראל איין מאל אלץ בחור אין ישיבה.
איך האב עס נישט געקענט אויסניצן אינגאנצען מורא האבענדי'ק פון מיין משגיח .
איך געדענק עס איז געווען א שיינע פארשטעלונג פון די חסידישע לייפסטייל און היסטוריה איז עס נאך קיים?

samiam » מיטוואך סעפטעמבער 9, 2015 3:20 pm

· #300330
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז אויך געווען אלטע תשמישי קדושה איך מיין נאך פון בעש"ט(אפשר א קרוין פון א ס"ת) וואס עס איז נישט געווען גענוג אז עס איז פארשפארט מיט א שלאס זיי האבן אויך געשטעלט א משגיח תמידי

samiam » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:28 pm

· #300513
איך שטעל מיך פאר אז די ביסט נישט א כהן ווייל יענע פלאץ איז פול מיט ביינער

Big Boy » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 7:15 pm

· #300564
Thanks for the absolutely amazing write-up.

Here are my minor comments/questions:

Did you get Transareo through Dans Deals? The way you make it sound it sounds like it’s not a great way to fly with a wife. Dans Deals makes it sound like it’s pretty good. I guess It might be good if you travel with another yingerman. With the wife it’s only good if when the ticket would cost a few hundred dollars more you wouldn’t fly then it obviously makes sense.

It’s funny that you write that the Russian airport is a “shande” against JFK. JFK is a “shande” against most normal airports in the world. I guess it must be really bad.

When you travel to a country that doesn’t speak English, it’s good to download a dictionary or app that can translate from your language to theirs. Like this you can show them the word on your phone.

What do you base it on in history that Russians are not anti-Semites? Recent history with the KGB, Siberia, and kantonisten might suggest otherwise.

It is amazing that in Eretz Yisroel all the chilonim constantly think about religion. Whenever something happens to them, a lot of them start keeping more mitzvahs. In America, that almost never happens by non-frim yiden.

Why did you go on your 1st day to yerishlayim 1st and then to meron and you missed the whole lag baomer? Why didn’t you go straight to meron from the airport?
Is shuk machne yehuda interesting in middle of the week also or only Friday?

What places in galil did you give up so you should be able to stay longer at the moshav hotel?

געוואלדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 4:45 pm

· #301129
נע, אויף חנוכה נאכן ארויף לייגן אלע הערליכע בילדער.

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 10:10 pm

· #302627
[ציטאט אראפגענומען]

די אותיות אויפן מאזאאיק זענען גריכיש, נישט רוימיש.
📎 IMG_0492.JPG

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:45 am

· #302665
שש, וואלטסט געמעגט צוצייכענען די מסורה וואס געוויסע האבן אז די חורבה מוז חרוב ווערן אדער האבן מחלוקת.

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 11, 2015 4:07 pm

· #303864
אין א צייט ווען אלע בילדער וואס קומען פון אונזער הייליג לאנד זענען ליידער פארשמירט מיט אידיש בלוט, איז אזעלעכע בילדער זייער דערפרישנד.

אבי גערעדט » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:21 pm

· #304525
שש, א ריזן דאנק נאכאמאל, וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א שיינע פידיעף דערפון און עס לייגן אלס א ספעציעלע ביילאגע אינעם קומענדיגן קאווע שטיבל מאגאזין

chosen people » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:35 pm

· #304527
הרב אנאנים א גרויסן שכח פאר אלע דיינו אשכולות ספעציעל די אשכול וואס עס קען זיין נוגע למעשה אסאך.
אויב איך מעג פרעגן פון בר ששת און ארום איז נישט דא קיין בילדער?
נ. ב. איך וויל וויסן פארוואס איז די לייק קנעפל אנפאנג פון די תגובה איך לייק א תגובה לויט די אינהאלט און נישט ווער עס האט עס געשריבן אויב אזוי דארף די לייק זיין אינטען נאך די תגובה, פארוואס זאג איך עס ווייל אסאך מאל נאכן ליינען ר שש'ס תגובה וואס איז גווענדליך רייך אין לאנג דארף איך ארויף סקרוילן ביזן אנפאנג די תגובה אין געבן א לייק, און אויב איך ליין א פאר תגובות אויף אמאל איז נאך א גרעסערע פראבלעם..

ירא שמים » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:40 pm

· #304529
האסט דא געגעבן אסאך לידס … כדארף עס נאך צוזאמשטעלן …

ירח בן יומו » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:12 am

· #304589
וואס די האסט אזוי אויסגעשריבן וועגען האקן א לעבן איין נאכט, און דארפן גיין אין מקוה שפעטער פעלט נישט אויס צו דריקן אין א אויסגאבע וואס מיינע בחורים קון קינדער ליינען.
אגב, וואו האסטו געדאוונעט שחרית יענע טאג, פאר'ן מקוה אדער נאכ'ן מקוה? די האסט נישט געציטערט ארויצוגיין אויף דעם הייליגען בארג פאר א מקוה? ס'איז דאך דא שארפע זאכן פון אר"י אויף דעם?

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:57 pm

· #305517
בעטער לעיט דען נעווער, כ'בין ערשט יעצט אנגעקומען צו ענדיגן דעם רייכן הערליכן אשכול וועלכע איז איבערגעשטיגן אלע מיינע ערווארטונגען! איך בין מלא רגש נאכן זעהן די פענאמענאלע בילדער פון אונזער הייליג לאנד, מיט די ווייסע ציגל און די הערליכע טייטלביימער, אויך האט מיר באנומען די בילדער פון די מילך פאר די קעצלעך, וואס כידוע די ארץ ישראלדיגע קעצלעך פארכטן זיך גאר ווייניג פאר מענטשן, זיי זענען תובע בפה ווען זיי זעען א גוט שטיקל מאכל, סאברישע שנארערס, וכמ"ש כאן.

שש, איך ווייס נישט ווי אזוי דיר צו באדאנקען, דו האסט מיר גענומען אויף א פרי רייד, א הערליכע נסיעה קיין ארץ ישראל, איך האב זיך ממש געשפירט דארטן לייוו, איך האב מאמענטאל פארגעסן פון מיין טאג-טעגליכע סטרעסס, איך האב געהאט א ווירטואלע טריפ וואס האט זיך געלוינט.

זאלן מיר זוכה זיין, כאשר זכית לסדר את הנסיעה, כן נזכה לעשותו, פדויים לציון ברנה אמן!

באשטעטיגט » זונטאג דעצעמבער 6, 2015 2:11 am

· #311388
[ציטאט אראפגענומען]

יישר כח פאר דיין ארבעט היינט נאכט צוזאמען שטעלען די אלע pdf's ,אין עליך אנאנים !

Big Boy » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 9:43 pm

· #318456
[ציטאט אראפגענומען]


How did you know which way is the path that they walked? Are there signs for this? Is it safe to walk now?

גר ותושב » דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:21 pm

· #319111
[ציטאט אראפגענומען]

ברוך הבא
Welcome back

יעלה ויבא » דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:25 pm

· #319112
Welcome back we missed you. Please start writing ASAP.

יודישע שרייבער » דינסטאג אפריל 26, 2016 3:45 pm

· #330686
יעלה ויבא
Please start writing ASAP.


PLEASE

דער דאס » זונטאג אוגוסט 7, 2016 3:44 am

· #344730
יעצט דורך געליינט, wow ס'בענקט זיך! אונזער הייליג לאנד, ש'כח @אנאנים! הערליך שיין..
בלאט: 1 2