☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?

גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8910

חקרן » מאנטאג מאי 18, 2015 6:43 pm

· #276454
גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?
עס קומט צו גיין שבועות, דער יארצייט פון דעם גראף פאטאצקי, הי"ד. איינע פון די מעשיות וואס מען דערציילט אויפן גראף איז, אז ער איז געווען אין וואטיקאן, דארט איז געווען איין טאג וואס דער פויפסט פלעגט זיך איינשפארן און עס פלעגט הייסן אז אין יענעם טאג גייט ער ארויף אין הימל. פאטאצקי האט משחד געווען דעם פויפסט'ס הויפט באדינער, אז ער זאל אים דערציילן איבער דעם אמת, צי דער פויפסט גייט טאקע ארויף אין הימל. דער באדינער האט אים דאן אנטפלעקט אז עס איז אלעס בלאף, דער פויפסט שפארט זיך איין, פרעסט און זויפט און טוט גארנישט, דאן דערציילט מען אז ער איז געווען אין הימל. ער האט אים אויך געזאגט, אז כלומר'שט הייסט עס אז דער פויפסט לעבט אין סגפנות, האט נישט הנאה פון דער וועלט, אבער עס איז ליגנט, ער פרעסט, פאפט און זויפט און מען פארקויפט פארן עולם לאקשן.

מיין פראגע דעריבער איז: איז אמת אז עס פלעגט זיין אזא לעגענדע אז דער פויפסט גייט טאקע ארויף אין הימל, אדער איז דאס בלויז פוסטע שטותים.

נאך א שאלה: איז פאראן א מעגליכקייט נאכצוקוקן, צי פאטאצקי איז בכלל אמאל געווען אין וואטיקאן? - דארף עס ערגעץ זיין פארשריבן צווישן די ארכיוון? - קען מען דאס ערגעץ נאכגיין?

ראש הישיבה » מאנטאג מאי 18, 2015 6:47 pm

· #276457
זעה דא.

מן הסתם קען מען טרעפן מער.

דעת תורה » מאנטאג מאי 18, 2015 6:51 pm

· #276459
Re: גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?
קודם דארף מען טרעפן אז עס האט בכלל עקזיסטירט א גראף פאטאצקי וואס האט זיך מגייר געווען, און אז מ'האט אים פארברענט. דערווייל איז נישטא קיין שום באווייזן אונטער צו שטיצן די גאנצע מעשה. מען רעדט דא פון א תקופה נישט לאנג צוריק, ווי כמעט אלעס איז רעקארדירט, און זיכער א פאסירונג פון אזא מאסשטאב. די לא ראינו איז א שטארקע ראיה בכגון דא.

חקרן » מאנטאג מאי 18, 2015 6:54 pm

· #276461
ראש הישיבה
זעה דא.

מן הסתם קען מען טרעפן מער.


איך פארשטיי נישט קיין ענגליש, אפשר קענט איר מיר ערקלערן וואס שטייט דארט... ווערט דארט געברענגט אז א פויפסט פלעגט ארויפגיין אין הימל לעבעדיג? - אויב יא, וועלכער פויפסט, טאקע דער וואס האט געלעבט אין די צייטן פון פאטאצקי?

ראש הישיבה » מאנטאג מאי 18, 2015 6:56 pm

· #276464

קאך_לעפל » מאנטאג מאי 18, 2015 6:58 pm

· #276465
מען פארציילט אז א גלח האט אמאהל געפרעגט דעם רבי'ן ר' יונתן זי''ע, משה רבינו איז דאך געווען אין הימל 40 טעג און 40 נעכט, און א מענטש באדארף דאך אמאהל ארויסצוגיין אין בעסכיסע, ווי איז אין הימל געווען א בעסכיסע? פרעגט אים רבי יונתן זאג, פארוועמען דאווענסטו? זאג אים דער גלח פארן קארדינאל, פרעגט אים ר' יונתן און פארוועם דאווענט דער קארדינאל? זאגט אים דער גלח פארן בישאף, זייער פיין זאגט ר' יונתן אבער פארוועם דאווענט דער בישאף? זאג אים דער גלח, אה דער בישאף? ער דאווענט פארן פויבסט זעלבסט פארן הייליגען טראן. רבי יונתן לאזט נישט נאך און פרעגט אים פארוועם דאווענט דער הייליגער פאפא זעלבסט? זאג אים דער גלח..אה דער פאפא דאווענט אריין אין א שלויך וואס גייט גראד ארויף צום הימל, ווי דער געקרייצטער גיבט איבער די תפילות פארן כביכול זעלבסט.. זאג אים ר' יונתן טאקע דער שלויך האט משה רבינו געניצט פאר זיינע געברויכען... ודפחי''ח....

קאך_לעפל » מאנטאג מאי 18, 2015 7:03 pm

· #276467
דעת תורה
קודם דארף מען טרעפן אז עס האט בכלל עקזיסטירט א גראף פאטאצקי וואס האט זיך מגייר געווען, און אז מ'האט אים פארברענט. דערווייל איז נישטא קיין שום באווייזן אונטער צו שטיצן די גאנצע מעשה. מען רעדט דא פון א תקופה נישט לאנג צוריק, ווי כמעט אלעס איז רעקארדירט, און זיכער א פאסירונג פון אזא מאסשטאב. די לא ראינו איז א שטארקע ראיה בכגון דא.


עס איז מקובל אז דער גר''א איז געגאנגען צום פלאטץ ווען מען האט פארברענט דעם גרף, און ער האט גענפערט אמן אויף די ברכה פון על קידוש השם וואס דער גראף האט געמאכט.
ווי אויך איז דא א ניגון וואס מען זינגט ביי די ליטווישע, וואס איז מקובל פון הרה''ק רבי חיים וואלאזשענער זי''ע אז דאס האט דער גראף געזינגען אויפן וועג צו קידש השם..
זיין ציון שטייט נאך ביז היינט אויפן בית החיים אין ווילנא, בעפאר דער קריג איז דארט געשטאנען א בוים וואס איז געווען דער פארעם פון א מענטש.
די מעשה איז גאר שטארק מקובל, די דעטאלען ווייס איך נישט, אבער דער עצם מעשה איז אמת, אזוי ווי דער מעשה פון באסתנאי וואס דער עצם מעשה איז אמת, און די דיטאלען זענען מוטל בספק....

דעת תורה » מאנטאג מאי 18, 2015 7:14 pm

· #276469
Re: גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?
גערעכט אז ביי די ליטווישע איז די פאטאצקי מעשה קודש קדשים (למשל עס איז צו ערווארטן אז ליטוואק פון בודאפעסט וואס היפט נישט איבער א געלעגנהייט צו לאכן פון חסידים און בפרט זייערע מסורות און קבלות, וועט ער אבער יא שטארק גלייבן אין דעם פאטאצקי מעשה מיט אלע קבלות ארום).

אבער בפועל איז דאס אלעס תלויים בשערה ואין להם על מה שיסמוכו. עס איז זייער אבוויעס דער פאקט אז פאר די ערשטע 50 יאר נאך ווען די מעשה האט געזאלט האבן געשען, איז נישט מעגליך צו טרעפן קיין רמז רמיזא, קיין משהו וואס זאל קאראבארירן די מעשה.

אלעס האט זיך אנגעהויבן נאך וואס א שרייבער אויף רוסיש האט אפגעדרוקט די מעשה, ווי געזאגט צענדליגער יארן שפעטער. איך ווייס אפילו נישט צי יענער איז געווען א איד. אבער בעפאר דעם טרעפט מען גארנישט, נישט אין די צייטונגען פון דעמאלס, נישט אין די רעגירונג דאקומענטן, נישט אין להבדיל קיין שום אידיש ספר פון יענע תקופה אריין גערעכנט די גר"א ותלמידיו. סאו, דא די מעטה.

איך אויך » מאנטאג מאי 18, 2015 7:16 pm

· #276470
דעת תורה
קודם דארף מען טרעפן אז עס האט בכלל עקזיסטירט א גראף פאטאצקי וואס האט זיך מגייר געווען, און אז מ'האט אים פארברענט. דערווייל איז נישטא קיין שום באווייזן אונטער צו שטיצן די גאנצע מעשה. מען רעדט דא פון א תקופה נישט לאנג צוריק, ווי כמעט אלעס איז רעקארדירט, און זיכער א פאסירונג פון אזא מאסשטאב. די לא ראינו איז א שטארקע ראיה בכגון דא.

עס פארלאנגט זיך היבש גאות און קטנות הדעת צו מאכן אזא סטיטמענט.
די מקורות זענען דא פילע און פילפארביג ,הייב אן מיט די אשכול אויף עם ביי אייוועלט ספעציעל די עקסעלענט מאמר וואס יהי כן ברענגט דארט צו.

דעת תורה » מאנטאג מאי 18, 2015 7:30 pm

· #276472
Re: גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?
די לייק איז פאר דיינע שיינע , פארהעלטניסמעסיג צוריק געצויגענע און רעלאטיוו איידעלע טיטלען. אבער לגופו של דבר, אויב דו קענסט אפיר ברענגען אפילו איין מקור אין די ערשטע צענדליגער יארן נאך די מעשה, א ספר, א דאקומענט, א צייטונג, עפעס וואס באשטעטיגט די מעשה אפילו ברמז בין איך גרייט אפיציעל צוריק צו ציען פון מיינע ווערטער. (איך גיי נישט בעטן פון דיר פארקערט, אז אויב קענסטו נישט פראדוצירן די באווייזן זאלסטו צוריק ציען. סאו פאר דיר איז עס א ווין ווין סיטואציע).

איך אויך » מאנטאג מאי 18, 2015 7:39 pm

· #276474
איך האב דיר געשיקט אהין צו ליינען און די מקורות וואס ווערט דארט צוגעצייכענט ווי אליאך'ס בוך הגאון און כתבי יד. דאכט זיכט אז עס איז אויך דא א מקור אין א ספר וואס איז געדרוקט געווארן בשנת תק''כ ,אפשר סידור היעב''ץ?

דעת תורה » מאנטאג מאי 18, 2015 7:45 pm

· #276477
Re: גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?
לינק?

איך אויך » מאנטאג מאי 18, 2015 7:49 pm

· #276482
לינק צו וואס?

הבא ללמד » מאנטאג מאי 18, 2015 7:49 pm

· #276483
למעשה איז א נפ"מ אויב עס איז אמת, די אלע גיטע ווערטער וואס זאגט נאך פין דיעם גראף פטאצקי איז ווייטער אמת אפילו דע גאנצע מעשה איז נישט אמת

איך אויך » מאנטאג מאי 18, 2015 7:51 pm

· #276485
דאכט זיך איך האב א שטיקל יד אין היסטאריע ומעולם לא שמענו עס זאל זיין א נדנוד של פקפוק אויב די הריגה איז פארגעקומען.
וואס יא ,די צוגעלייגטע חלקים פון זיין לעבן דאס איז שוין כמובן לעגענדעס.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 18, 2015 8:00 pm

· #276489
חקרן: איכ'ל דיר זאגן. איך האב נאכנישט געליינט די אלע אנדערע תגובות. אבער פון די העדליין וואס דו פרעגסט א שאלה. אויב דער פויפסט גייט ארויף אין הימל קענמען ענטפערן. יא. דאמאלץ ווען סענטע קלאץ קומט אראפ קראצמעך ביינאכט דורכ'ן טשימני (איזהו מקומן) און ברענגט מתנות פאר די וואוילע גוי'אישע קינדערלעך... 😂 🙄

דעת תורה » מאנטאג מאי 18, 2015 8:04 pm

· #276492
Re: גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?
איך אויך
לינק צו וואס?

די ארטיקל אויף אייוועלט

איך אויך » מאנטאג מאי 18, 2015 8:13 pm

· #276496
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=426003#p426003">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 03#p426003</a>

<a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=27915#p27915">http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 915#p27915</a>

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 18, 2015 8:22 pm

· #276501
איך אויך
איך האב דיר געשיקט אהין צו ליינען און די מקורות וואס ווערט דארט צוגעצייכענט ווי אליאך'ס בוך הגאון און כתבי יד. דאכט זיכט אז עס איז אויך דא א מקור אין א ספר וואס איז געדרוקט געווארן בשנת תק''כ ,אפשר סידור היעב''ץ?

איך האב עס נישט געזעהן אין סידור היעב"ץ. נאר אפילו אויב יא, וועל איך עס נאכנישט אננעמען פאר גוט געלט. ווייל דער יעב"ץ איז געווען א גרויסער סקעפטיקער. (חוץ די מערכות וואס ער האט געפיהרט כל ימי חייו עלי אדמות.). ער האט נישט געגלייבט אז דער ספר הזוהר איז אויטענטיש פון ר' שמעון בר יוחאי. נאר דאס איז א באזונדער שמועס. בכל אופן אפילו אויב די מעשה מיט גראף פאטאצקי איז נישט געשעהן, איז עס דאך גוט צו פארציילן פאר אידישע קינדער. צו ארויסהייבן זיין מסירת נפש. פונקט אזוי ווי א סאך מעשיות פון בעש"ט הק' און זיינע תלמידים זענען אויסגעטראכט. אבער גוט צו דערציילן פאר אידישע קינדער. אזוי אויך דאס. זיי מוזן האבן עפעס היראוס...!.

דעת תורה » מאנטאג מאי 18, 2015 9:32 pm

· #276536
Re: גייט דער פויפסט טאקע ארויף אין הימל?
שש כ'קען די רעפערענץ. אלל די מאר ריזאן נישט אנצונעמען אז ס'איז אמאל געווען אזא מעשה מיט א פאטאצקי. אוודאי איז געווען צענדליגע - אויב נישט הונדערטער - אנדערע געשיכטעס מיט גרים, קראנט און דאקומענטירט. די שאלה איז איין זאך, צי עס האט ווען אמאל פאסירט מיט א פאטאצקי.

הוגה » דינסטאג מאי 19, 2015 10:55 am

· #276669
אן אקעדעמישע פאפיר איבער וויאזוי די מעשה מיט גראף פאטאצקי האט זיך אנטוויקלט. פרינט עס ארויס לכבוד שבועות.


.
📎 Teter-Ger Zedek.pdf

בעריש » דינסטאג מאי 19, 2015 11:38 am

· #276702
בילד
📎 untitled.png

געוואלדיג » דינסטאג מאי 19, 2015 4:19 pm

· #276854
האסט דאס גענומען פון אוצר החכמה?

מען האט דאך אריבער געפירט די עצמות.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:52 am

· #277615
חקרן
עס קומט צו גיין שבועות, דער יארצייט פון דעם גראף פאטאצקי, הי"ד. איינע פון די מעשיות וואס מען דערציילט אויפן גראף איז, אז ער איז געווען אין וואטיקאן, דארט איז געווען איין טאג וואס דער פויפסט פלעגט זיך איינשפארן און עס פלעגט הייסן אז אין יענעם טאג גייט ער ארויף אין הימל. פאטאצקי האט משחד געווען דעם פויפסט'ס הויפט באדינער, אז ער זאל אים דערציילן איבער דעם אמת, צי דער פויפסט גייט טאקע ארויף אין הימל. דער באדינער האט אים דאן אנטפלעקט אז עס איז אלעס בלאף, דער פויפסט שפארט זיך איין, פרעסט און זויפט און טוט גארנישט, דאן דערציילט מען אז ער איז געווען אין הימל. ער האט אים אויך געזאגט, אז כלומר'שט הייסט עס אז דער פויפסט לעבט אין סגפנות, האט נישט הנאה פון דער וועלט, אבער עס איז ליגנט, ער פרעסט, פאפט און זויפט און מען פארקויפט פארן עולם לאקשן.

מיין פראגע דעריבער איז: איז אמת אז עס פלעגט זיין אזא לעגענדע אז דער פויפסט גייט טאקע ארויף אין הימל, אדער איז דאס בלויז פוסטע שטותים.

נאך א שאלה: איז פאראן א מעגליכקייט נאכצוקוקן, צי פאטאצקי איז בכלל אמאל געווען אין וואטיקאן? - דארף עס ערגעץ זיין פארשריבן צווישן די ארכיוון? - קען מען דאס ערגעץ נאכגיין?


דעם גאנצען חלק פון די מעשה איז בלאף. מען האט גענומען די מעשה פון פאטאצקי און מען האט צוגעלייגט אביסל זאלץ און פעפער.

יואליש » פרייטאג מאי 22, 2015 1:11 am

· #277915
מיר ליגט אין קאפ אז אין די אוהל פון גר"א איז פארהאן איין ליגענדע שטיין פארן גראף פאטאצקי.

א וואך צוריק האב איך געזעהן א ספר תולדות פון, דאכט זיך, הרב בנימין ראבינאוויץ. האלב פון די ספר דרייט זיך ארום זיין אבסעסיע פון פארציילן די מעשה פון גראף פאטאצקי.

****

אין די 'מעלות' פון ווילנע פון יענע צייטן געפינען מיר אז אפי' אויב די מעשה איז בלויז די פאבריקאציע פון א שווינלער איז די זשאוק אויפן שרייבער, ממש ווי יענער וואס האט אויסגעפאפט לעמבערג אז זיין נאמען איז משה אנשטאט חיים.