☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א טונא סענדוויטש, אדער ליבערשט אן אייער סענדוויטש?

א טונא סענדוויטש, אדער ליבערשט אן אייער סענדוויטש?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8907

כוכב » מאנטאג מאי 18, 2015 1:44 pm

· #276280
א טונא סענדוויטש, אדער ליבערשט אן אייער סענדוויטש?
איך בין אויפגעשטאנען היינט צופרי און זיך באלד דערזען מיט א שווערן פלאנטער. בעסער געזאגט א סומאטוכע. וואס זאל איך עסן פאר פרישטאג?
א שאלה וואס נודזשעט מיין קאפ און גיט מיר נישט קיין מנוחה. זכרנו ימים מקדם ווען מ'האט געהאט א טשאטשא צו דער האנט און מ'האט געקענט אנפרעגן די שווערסטע שאלות איבער אלע שבע חכמות, א ביישפיל ווי "הא איז ליפא שמעלצער?" אדער "וואט איז ***?" ועכשיו אז מיר האבן נישט קיין טשאטשא ווייס איך נישט ממש וואו זי אהינצוטון מיט אזעלכע שווערע איסתפקתות איז דאך נישט מער ווי רעכטפארטיג צו עפענען דערוועגן אן אשכול.
צוריק צו דער שאלה, אייער אדער טונא? מיט צוויבל אדער אן? אפשר גאר אוואקאדא? א בעיגל אדער א באגעט?
ערנסט גערעדט, נישט יעדע נארישע שאלה קומט אן אשכול און נישט פאר יעדע צוויי מאדעלן קארן דארף מען מאכן א גאנצע ספק און א ספק ספיקא. אז ס'ברענט דיר צו וויסן עפעס זייער א שווערע שאלה, וווי "וואטס דע קאליר אוו זשארזש וואשינגטאנס ווייט האורס? קען מען אלס נוצן ר' גוגל וועלכער האט אן ענטפער פאר אלץ און אלעמען וכל רז לא אניס לי'. אויב ווילסטו דוקא איבערלאזן א רעקארד פון דיין ספק אין שטיבל קענסטו עס אלעמאל אריינבלענדן אין אן עקזיסטירנדע אשכול א ביישפיל ווי "זאכן וואס איך וויל וויסן? אדער איינס פון די אנדערע מיליאנען אשכול פון זר זהב וואס לא הניח מקום להתגדר.
געדענקט, האלט אלעמאל פאר די אויגן, נייע אשכולות זענען רעזערווירט פאר אזעלכע טעמעס ווי: "סיסטעם"; "צענזור";"גייסט"; "נטורא חרתא"; "אכשר דרא"; "קינה לאסף"; "או.טי.די.;" ולאחרונה מה שנקרא בשם "גאסיפ"; סתם אינטעלגענטע זאכן, אינפארמאטיווע מאמרים, רייכע נושאים, א.ד.ג. וואס האבן נישט קיין שייכות מיט נעגאטיוויטעט און שווארץ-קוקן, קאנטרעווערסיע, זעלבסט-קריטיק און טאנצן מה יפית, ווערן נישט בעפארגעצויגן. (סארי פאר מיין רענט).
@מזמור לאסף, @סארווירער, @סדרן ס'איז נישטא קיין חיוב צו דולדען יעדע צווייטע פוסטע אשכול מיט נארישע קשיות. הייבטס אן צאמשטעלן.
ווער האט ליב זיין מאמע?

לית דין בר נש » מאנטאג מאי 18, 2015 1:49 pm

· #276284
אנטשולדיגט פאר דעם עפענט מען זיכער נישט א אשכול מען לייגט אויף איין זייט טונא און אויף איין זייט אייער און מען לייגט זיך צריק.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 18, 2015 1:50 pm

· #276286
כ'זעה דר'עולם האט זיך גוט דערשראקן פון די שאלה צו דו האסט ליב דיין טאטע.. ס'שטעכט..

איך אויך » מאנטאג מאי 18, 2015 1:51 pm

· #276288
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8908#unread">viewtopic.php?f=3&t=8908&view=unread#unread</a><!-- l -->

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מאי 18, 2015 1:58 pm

· #276291
Re: א טונא סענדוויטש, אדער ליבערשט אן אייער סענדוויטש?
מ׳ קען די אשכול צוזאם שטעלען מיט די היברעישער אשכול.

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 18, 2015 2:02 pm

· #276292
ווענט זיך פון וואס מ'וויל שטינקען, אייער צו טונא.