☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ערלי שבת

ערלי שבת

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8900

גרויסע מענטשעלע » זונטאג מאי 17, 2015 8:15 pm

· #276072
ערלי שבת
א גוט יאר מיינע געטרייע ידידים.

וואס איז אייער מיינונג לגבי מאכן פרי שבת. מזאגט נאך אז אסאך פריעדיגע צדיקים פלעגן מקבל שבת זיין ווען סאיז נאך געוועהן טאג.

איך גיי נאטס פאר ערלי שבת סאיז ממש מעין עולם הבא.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 17, 2015 8:16 pm

· #276075
וגם במנוחתו לא ישכנו ערלי"ם.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 17, 2015 8:35 pm

· #276083
בהביאכם בני נכר, ערלי לב וערלי בשר.

שושן פורים » זונטאג מאי 17, 2015 9:11 pm

· #276098
ומלתם את ערלת לבבכם, נסמכה ערלי שבת למילה, ומה מילה מצוותה מבעוד יום אף ערלי שבת מצוותה בעוד היום גדול.
וא"ת מה מילה מצוותה משתנץ החמה אף ערלי שבת משתנץ החמה? ?!! אמר קרא לבבכם ורמינן והרי ערלה הוא מלשון אוירע"ל (oral) בלע"ז רומז על הפה ולבבכם רומז על הלב ?? אלא רמז לך הכתוב ד רחמנא ליבא בעי ואיך יתפללו בני אדם קבלתא דשבתא בנוסחא דקרלבכיתא בשעתא שיתא בצפרא? על כרחך רומז הפסוק שיקבלו שבת בשעתה דנייחא לכולי עלמא

צוקלאפטע הושענא » זונטאג מאי 17, 2015 10:07 pm

· #276118
א שיינע פשעטיל, שושן פורים רב. 🙂
הושענא שושן פורים רב הושענא.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג מאי 17, 2015 11:55 pm

· #276146
Re: ערלי שבת
אפשר איז כדי צו שרייבען בתי מדרשים וואס האבען ערלי מנין. שומרי שבת
ווער ווייסט נאך?

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מאי 18, 2015 12:00 am

· #276149
Re: ערלי שבת
עזריאל וואס איז א נפקא מינה פרישער ניק צו נישט? אז ס׳ געפעלט דיר נישט שרייב וואס ס׳ געפעלט דיר נישט. מאך נישט פיהלען א פרישער ניק ווי סעקאנד קלעס. געדענק אז די ביסט אויך געווען אמאל א פרישער ניק.

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 18, 2015 12:19 am

· #276158
Re: ערלי שבת
ביי אונז חסידים פירט מען זיך נישט אזוי.

הק זעמל » מאנטאג מאי 18, 2015 12:23 am

· #276160
דאס אז מ'רופט עס "ערלי שבת" קענסטו שוין פארשטיין וועלכע עלעמענט עס ציט

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 18, 2015 12:59 am

· #276168
Re: ערלי שבת
נו ווער קען שרייבען עפעס צו דער זאך מיט מקורות לכאן ולכאן?

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג מאי 18, 2015 3:59 am

· #276184
Re: ערלי שבת
[ציטאט אראפגענומען]

שכח פאר די ווארמע חיזוק ווערטער לאמיר האפען אז עפעס העט זיך אנטוויקלען פין מיר.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג מאי 18, 2015 4:07 am

· #276185
Re: ערלי שבת
צוריק צום ענין
פאר מקורות העליך לאזען פאר א צוויטען.
כוועל ארוםרעדן פין גשמיות די געשמאק פין קידוש מאכן ווען דער עולם איז נאכנישט איבערגעמידט די גלעזל וויין האט אן אנדערע טעם ווער רעדט נאך פין די פיש ווי זוי סשלענגלט זיך אריין מיט זי זוהן שטראלען פין דערויסען.
מעין פוינט די האלטסט ביים זופ די הערסט די שכנטע שרייט אויף די קינדער זי וויל נאך אריינכאפן א שויער פארן זמן.
יענקל קומט צו לויפן מיט די ווייסע זאקן מיטן קאפעליטש נאכן מקוה נישט צו משנה זיין פין זיין פאטער אין ער קרומט מיט די נאז ווען ער זעהט מיך שוין שפאצירן מיטן פילע בויך. זאג נאר האסט עס געזעהן ביי דיין טאטע ??

חברה זייטס ממשיך .....

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 18, 2015 8:33 am

· #276199
חאצקעל שניידער
ביי אונז חסידים פירט מען זיך נישט אזוי.

מיינסט צו זאגן ביי אונז אין ווילי און אין קרית יואל.
איך הער.

I'm back » מאנטאג מאי 18, 2015 9:40 am

· #276212
חאצקעל שניידער
ביי אונז חסידים פירט מען זיך נישט אזוי.


ער מיינט געהעריגע חסידים, נישט נטורא קרתא

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 18, 2015 9:47 am

· #276216
מאכען א ערלי שבת איז נישט קיין קונץ און מיינט גארנישט ווען דער פרייטיג איז אזוי לאנג אז מען ווערט שוין משוגע פון ליידיגיין.
איך האלט אז אויב מען מאכט זומער ערלי שבת, דארף מען מאכען אפאר מאהל ערלי שבת אין מיטן ווינטער ווען דער זמן איז פרי (ארום 4). דענסמאהל איז עס עפעס ווערט

I'm back » מאנטאג מאי 18, 2015 10:01 am

· #276219
ציבעלע-קיגל
מאכען א ערלי שבת איז נישט קיין קונץ און מיינט גארנישט ווען דער פרייטיג איז אזוי לאנג אז מען ווערט שוין משוגע פון ליידיגיין.
איך האלט אז אויב מען מאכט זומער ערלי שבת, דארף מען מאכען אפאר מאהל ערלי שבת אין מיטן ווינטער ווען דער זמן איז פרי (ארום 4). דענסמאהל איז עס עפעס ווערט


קונץ? איך כאפ נישט וואס די ווילסט ארויסברענגען

לית דין בר נש » מאנטאג מאי 18, 2015 12:22 pm

· #276265
גרויסע מענטשעלע

כוועל ארוםרעדן פין גשמיות די געשמאק פין קידוש מאכן ווען דער עולם איז נאכנישט איבערגעמידט די גלעזל וויין האט אן אנדערע טעם ווער רעדט נאך פין די פיש ווי זוי סשלענגלט זיך אריין מיט זי זוהן שטראלען פין דערויסען.
מעין פוינט די האלטסט ביים זופ די הערסט די שכנטע שרייט אויף די קינדער זי וויל נאך אריינכאפן א שויער פארן זמן.
יענקל קומט צו לויפן מיט די ווייסע זאקן מיטן קאפעליטש נאכן מקוה נישט צו משנה זיין פין זיין פאטער אין ער קרומט מיט די נאז ווען ער זעהט מיך שוין שפאצירן מיטן פילע בויך. זאג נאר האסט עס געזעהן ביי דיין טאטע ??
חברה זייטס ממשיך .....

נו מזה וזה אל תנח ידך איך האב ביידע טעמים איך עס דעמאלס טועמיה מיט די זון שטראלן אריינשיינען ווען די פיש שלענגעלט זיך אריין און איך זיץ דעמאלס מיט די ווייסע זאקן און די הוט נאכ'ן מקוה
ווען איך האלט ביי די קוגל שרייט מיין ווייב אויף די קינדער זי וויל נאך כאפן א שויער פאר'ן זמן.
שפעטער ווען די שלאפסט שוין קום איך אהיים און איך הייב אהן שלום עליכם מיט א געשמאק און ווען די שטייסט אויף זינג איך נאך קה אכסוף איי איי איי וואס פארשטייסטו צו א תענוג גשמי

מאטל שניידער » מאנטאג מאי 18, 2015 1:35 pm

· #276278
ציבעלע-קיגל
מאכען א ערלי שבת איז נישט קיין קונץ און מיינט גארנישט ווען דער פרייטיג איז אזוי לאנג אז מען ווערט שוין משוגע פון ליידיגיין.
איך האלט אז אויב מען מאכט זומער ערלי שבת, דארף מען מאכען אפאר מאהל ערלי שבת אין מיטן ווינטער ווען דער זמן איז פרי (ארום 4). דענסמאהל איז עס עפעס ווערט

מזאגט נאך פון ווילנער גאון איינער האט אים געזאגט א קונץ אז ער זיצט אין לערנט מיט אזא ספרים שטוב האט ער אים גענטפערט כבין נישט קיין קונצן מאכער.....

פריש וואסער » מאנטאג מאי 18, 2015 1:45 pm

· #276281
ציבעלע-קיגל
מאכען א ערלי שבת איז נישט קיין קונץ און מיינט גארנישט ווען דער פרייטיג איז אזוי לאנג אז מען ווערט שוין משוגע פון ליידיגיין.


מ'זאגט נאך א ווארט, אז וויאזוי זעהט מען אויף איינעם וואס מאכט פרי שבת אויב ער מיינט טאקע מוסיף צוזיין מחול אל הקודש, אדער ער טוט עס סתם פאר זיין באקוועמליכקייט? אויב מוצאי שבת ציט ער אויך אריין מיטן שבת, זעט מען אז ער מיינט דעם שבת. דאס איז פשט: "המאחרים לצאת מן השבת", נאר דעמאלסט איז "וממהרים לבא". ודפח"ח.

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מאי 18, 2015 2:02 pm

· #276293
Re: ערלי שבת
וואס איז די פראבלעים אז מ׳ טוט עס פאר באקוועמליכקייט? איך האב אייביג געוויסט אז שבת דארף זיין באקוועם. דאס איז די גאנצע מצוה פין שבת. זיין באקוועם

פריש וואסער » מאנטאג מאי 18, 2015 5:47 pm

· #276408
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז אין די זעלבע מקור ווי עס שטייט אז מזאל נישט מאכען קידוש צווישען 6 און 7, ווייל מזל מאדים איז שולט. שטייט אויך אז מ'זאל מקפיד זיין יא צו מאכן קידוש צווישן 5 און 6 ווייל מזל צדק איז דעמאלסט שולט. עי' מהרי"ל במנהגים הל' שבת.
אינטרעסאנט אז די עולם האט אנגענומען דברי מהרי"ל לחצאין, און אנשטאט וואס מ'זאל מאכן קידוש פריער ווי זעקסע, אזויווי דער מהרי"ל האט געוואלט, ווארט מען גאר ביז נאך זיבענע.

עטליכע עובדות בנוגע עירלי שבת:

דער מהרי"ל שרייבט אז זיין רבי פלעגט מאכן פרי שבת, און ער פלעגט גיין שפאצירן ביים טייך נאכן סעודה, ווען די זוהן האט נאך געשיינט.

אויפן אמרי חיים דערציילט מען:
"אוהב היה האמרי חיים זצ"ל להתפלל בעש"ק מוקדם מבעוד יום, והיה רגיל לספר כי החסיד ר' יודל עבר ז"ל התאחר פעם והגיע אל התורת חיים זצ"ל כשהוא הי' באמצע זמירות שבת. ר' יודל הספיק עוד ללכת למקוה ולהתפלל קבלת שבת מבעוד יום, כששאלו התו"ח מתי הגיע? ענהו בזמר מה ידידות, הפטיר התורת חיים אם כך היה עוד היום גדול. וסיים האמרי חיים: הוא "התורת חיים" אהב את השבת, היא היתה חיותו, ועל כן כה הזדרז להכנס לשבת.
ופעם הסביר זאת האמרי חיים, באמרו כי התורת חיים אהב יהודים והיה אוהב ישראל, והיות שכאשר הוא קיבל שבת קיבלו גם בשמים את השבת ואז הגיהנום נח מתבערתו, על כן קיבל את השבת מוקדם על מנת להוציא את היהודים המעונים מהגיהנום". (נר החיים)

אויפן ערוך השלחן דערציילט מען:
"על תקיפותו ברבנות מספרים שבבואו לנובוגרודוק הנהיג קבלת שבת מבעוד יום, ולמרות התנגדותם של בני קהילתו היה נוהג לבוא יחיד לבית הכנסת ביום הששי לאחר הצהרים, אוסף מנין של נערים, מקבל עמהם את השבת, ויוצא לסעודת קבלת שבת בעת שבני קהילתו באו לבית המדרש עם ערוב היום, וכך נהג עד שנאלצו בני הקהילה לקבל דעתו בענין זה”. (ספר זכרון לעיר באברויסק ח"א עמ' 291)

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג מאי 18, 2015 6:08 pm

· #276426
Re: ערלי שבת
פריש וואסער
ציבעלע-קיגל
מאכען א ערלי שבת איז נישט קיין קונץ און מיינט גארנישט ווען דער פרייטיג איז אזוי לאנג אז מען ווערט שוין משוגע פון ליידיגיין.


מ'זאגט נאך א ווארט, אז וויאזוי זעהט מען אויף איינעם וואס מאכט פרי שבת אויב ער מיינט טאקע מוסיף צוזיין מחול אל הקודש, אדער ער טוט עס סתם פאר זיין באקוועמליכקייט? אויב מוצאי שבת ציט ער אויך אריין מיטן שבת, זעט מען אז ער מיינט דעם שבת. דאס איז פשט: "המאחרים לצאת מן השבת", נאר דעמאלסט איז "וממהרים לבא". ודפח"ח.

ביידיוועי כרעד נישט פין ליידיגייערס וואס זיכען עפעס צו פטרן ביי מיין פאטער נעמנט די סעודה די זעלבע לאנג ווי מוואלט געדאוונט א האלבע שעה נאכן זמן. מפארברענגט לענגער מיט זמירות ותשבחות סתם שמוסעריין דברי תורה אמתדיגע געשמאק
אין פארשטייט זיך אז מוצאי שבת בענטשט מען 15 מינוט נאכן זמן

חאצקעל שניידער » מיטוואך מאי 20, 2015 8:26 pm

· #277474
Re: ערלי שבת
זייער שיין אבער וואס מיינסטו מיטן פ׳ כי כל הגוים כו׳
און על פי קבלה ? כדענק אמאל לערנען וועגן דעם

חאצקעל שניידער » מיטוואך מאי 20, 2015 8:43 pm

· #277488
Re: ערלי שבת
אה נישט געכאפט מל׳ ערלי שבת

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 20, 2015 8:51 pm

· #277495
Re: ערלי שבת
חאצקעל שניידער
אה נישט געכאפט מל׳ ערלי שבת

כמעג צו ווארפן די אלע פסוקים פשעטליך
יעצט קאנפירמד משרייבט נישט אזוי ערלי מיט א "ע" משרייבט עס ארלי שבת

דוק ותשכח [emoji109]