☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה

ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה

88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8894
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 3, 2015 9:41 pm

· #280376
געוואלדיג
קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די פאליטיק וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.

געוואלדיג: (קאך-לעפל'ס קאמענטאר) איז נישט סתם פאליטיק. נאר דער ריינער אמת. ווייל ר' מ"י האט אריינגעלייגט אין סכנה, נישט נאר אנדערע איינוואוינערס פון קר"י, ווי דעם (דאמאלס'דיגן) בחור, האלענדער, נאר דעם רבי'ן מהר"א אליינס אויך. נאר דאס, אז מהרז"ל איז איהם נישט געגאנגען באזוכן, אויב ס'איז אמת, איז אויך נאר מחמת פחד פון זיין צו שטארק פארבונדן מיט איהם...!

smart » מיטוואך יוני 3, 2015 10:39 pm

· #280390
איז דא בילדער פון די חתונה?

געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 4, 2015 12:57 am

· #280433
berlbalaguleh
געוואלדיג
קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די פאליטיק וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.

געוואלדיג: (קאך-לעפל'ס קאמענטאר) איז נישט סתם פאליטיק. נאר דער ריינער אמת. ווייל ר' מ"י האט אריינגעלייגט אין סכנה, נישט נאר אנדערע איינוואוינערס פון קר"י, ווי דעם (דאמאלס'דיגן) בחור, האלענדער, נאר דעם רבי'ן מהר"א אליינס אויך. נאר דאס, אז מהרז"ל איז איהם נישט געגאנגען באזוכן, אויב ס'איז אמת, איז אויך נאר מחמת פחד פון זיין צו שטארק פארבונדן מיט איהם...!


ריכטיג, פון אמת האב איך הנאה געהאט, אבער די פאליטיק האט מיר געשטערט.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 23, 2015 10:10 am

· #284549
עני אפדעיטס?

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 23, 2015 10:13 am

· #284550
מארגן נאכט

קאמענטירער » דינסטאג יוני 23, 2015 11:05 am

· #284566
כהער אז ר׳ מ״י האט געהאט אן אויסוואהל אדער קייטלעך אויף די הענט אדער ארענזשע אומענטשליכע בגדים און ער האט אויסגעוועלט קייטלעך, איינער קען עס קאנפירמען?
און אגב וויל איך אויסדרוקען מיטלייד מיט דעם מיטגעמאכטען איד, יא שולדיג / נישט שולדיג מאכט א קנאפע נפק״מ. די דעבאטע איז ווי א זייפען באבעל לגבי דעם הארטען צומענטעם באדען פון צער און יסורים וואס א מענטש גייט אלץ דורך אין די אמעריקאנע תפיסות,

כרעד שוין נישט פון די אומיוסטיץ וואס הערשט אין אונזער לאנד׳ס סיסטעם נאר דאס אליינס אז עס זיצען אזויפיל מענטשען אין תפיסה אין מפארשווענדט זייער לעבן און סהעלפט נישט אז קריים זאל ווערן ווייניגער, איז שוין גענוג אז אונז זאל מיר אויפהייבען א ווייגעשריי אז מזאל טוישען די סיסטעם.
file-7.png

Milk shake » דינסטאג יוני 23, 2015 11:25 am

· #284568
דער מ"י אליינס האט צוזאמגעשטעלט א גאנצע חיבור מיט ליקוטי פסק דין פון אמעריקאנער געריכטן אין עבירות וואס זענען בדומה צו זיינס, און נאך סאך ערגער, אויך פון פארברעכער וואס האלטן שוין נישט ביים ערשטן מאל, און אזעלכע וועלכע האבן קיין פרוטה נישט צוריק געצאלט בשעת ער האט צוריק געצאלט עד פ"א, קיין איינער פון די אלע האט נישט באקומען אפילו ענליך צו אזא ברוטאלע שטראף ווי ער האט באקומען, ה"י.

ער האט געעפנט א וועבזייטל ווי אלעס איז דאקומענטירט און שרייט פון זיך אליינס.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 23, 2015 11:44 am

· #284570
וועבסייט אדרעס?

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 23, 2015 4:28 pm

· #284642
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: אבער דער איד, בלאט און די צייטונג שרייבן דאך אז די שרעקליכע נאציס די ציוני'סטישע מדינת ישראל פאליציי וועלכע זענען נאך א סאך ערגער ווי די נאציס, זעצן איין די אומשולדיגע בחורים און יונגעלייט די אזוי גערופענע "עסקנים" וועלכע גייען ארויס שבת אינדערפריה נאר צו אויס שרייען זייער ווייטאג,(פארשטייצעך נאכ'ן קידוש מאכן אויף עטליכע גלעזלעך שליוואוויטץ) אין די אכזריות'דיג תפיסה אין מגרש הרוסים. איז דאך משמע פון דעם אז אין אמעריקע, די מלכות של חסד, זענען די תפיסות ממש א גן עדן...!
נאר אונז זעה מיר ווי וואויל די אמעריקאנער גויים זענען. רובאשקין יוכיח. און אויך. ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א איד האט געוואונען ביי א דזשורי טרייעל. אז ער איז ארויס געקומען נאט גילטוי. אבער לעומת זה. די רשעות'דיגע, ציוניסטישע שופטים פון די מלכות הרשעה , מדינת ישראל, באפרייען אייביג די אידישע ארעסטאנטן פון די הפגנות מיט הבטחות אז מ'וועט זיך שוין אויפפיהרן גוט. אדער קליינע געלט שטראפן...!(אונז עמיר אויסלאזן, אזוי ווי דער בלאט שרייבט אייביג א פסוק. צו ספאסט יא אדער נישט..."וכל הרשעה כעשן (בעשן) תכלה"...)

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 23, 2015 4:47 pm

· #284648
ר' בערל, נאר א פריינטליכע דערמאנונג 😛
📎 sign_no_left_turn.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 23, 2015 5:21 pm

· #284657
שמעקעדיג: או.קעי. כ'האב געכאפט דעם רמז. נאר איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן... 😂 תקף עליו יצרו...! איך קען בעצם שרייבן א גאנצן, דיקן ביכל פון 5,000 פעידזשעס. נאר כ'האב מורא אז דער עולם איז נישט אינטרעסירט אין מיינע שטותים. אבער, עכ"פ מיך מאכט עס פילן בעסער. ס'אזוי ווי אלקא-סעלצער.. ס'ווערט לייכטער אויפ'ן מאגן... 😂

געשמאקער » מיטוואך יוני 24, 2015 11:10 am

· #284864
Re: ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה
ער קומט היינט ארויס אין ער גייט יא גיין מיט א שטריימל אין בעקעטשע איך ווי עס פאר א פאקט!

ווייס פרעזידענט » מיטוואך יוני 24, 2015 3:44 pm

· #284898
איך וואלט איך פלעג האלטען ווי דיר אבער פארוואס קומט רובאשקין 25 יאר נחמי וועבערמאן 60 און ברוך מרדכי 30 און די זעלבע צייט וואס דער גוי טוט די זעלבע עוולה באקומט נישט מער ווי צען יאר דוק ותשכח אדרבה פרעג מיך אפ

שושן פורים » מיטוואך יוני 24, 2015 5:54 pm

· #284922
.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 24, 2015 6:05 pm

· #284926
הערליך, כ'האב טשילס!! סיאינג איז בעליווינג.... זאל עס שוין זיין א גאולה שלימה!

(אגב, ער האט א נייעם שטריימל? עס קוקט אויס זייער שיין)

איש את רעהו » מיטוואך יוני 24, 2015 6:09 pm

· #284928
ווי איז די חתונה??

מעג מען קומען דארט אין די מאסן?

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 24, 2015 6:48 pm

· #284936
אולם עקשטיין אין קרית יואל

שמוליק » מיטוואך יוני 24, 2015 8:16 pm

· #284960
Re: ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה
איש את רעהו
ווי איז די חתונה??

מעג מען קומען דארט אין די מאסן?

ניין מען דארף האבן א קארטל אריין צי גיין אין זאל

town1 » מיטוואך יוני 24, 2015 9:35 pm

· #284973
נישט אמת ווער עס וויל מעג גיין

רוח קדים » מיטוואך יוני 24, 2015 10:03 pm

· #284975
Re: ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה
וואס איז דער טעם פארוואס מ'ערלויבט נישט כאפן בילדער אדער האלטן טעלעפאנען? וואס וועט געשעהן?

מענטשאלע » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:26 am

· #285026
א בילד

ירא שמים » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:38 am

· #285027
א רעזוואלקע זעט אויס לאט מען אים נאכנישט גיין 😂

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:47 am

· #285029
פאר א געוויסע סיבה קען איך נישט אויפהערן צו קוקן אויף די בילד! איך קוק אויפן בילד און כ׳קוק און קוק ווייטער! וואס טראכט דער מענטש אין די מינוטן? וואונדער איך זיך צו מיר אליינס, וויפל מחשבות לויפן דורך זיין מוח אויף איינמאל אין די דאזיגע מינוטן... אוי! וויאזוי קען ער דאס איבערטראגן? די רשעות פון די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם שרייעט עד לב השמים!
די בילד האט מיר געברענגט טרערן...

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:59 am

· #285031
ס'קוקט מיר אויס ווי ער קען שוין אפילו נישט וויינען, די טרערן קוואל איז שוין לאנג אויסגעטריקנט געווארן פון פיין און צוואנג, רשעות און אונטערדריקונג.
אוי טאטע !!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 2:10 am

· #285033
איז דער מאן צו זיין רעכטע זייט א תפיסה גאורד?

קפה נמס » דאנערשטאג יוני 25, 2015 2:13 am

· #285034
איי ביליעוו סאו.

אסף המזכיר » דאנערשטאג יוני 25, 2015 2:10 pm

· #285121
לויט'ן פערזענליכען פארלאנג פון די משפחה, ביטע נישט לייגען בילדער אדער וידיאוס. א דאנק.

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 1, 2015 12:47 pm

· #286478
/

קאמענטירער » מיטוואך יולי 1, 2015 3:26 pm

· #286511
@ ר. וו. אויפען דעקיל זעה איך נישט קיין שום אויסדרוקען פון העראיזעם נאר מיטלייד און מיטגעפיל,

און@אנאנים וואס איז חוצפה? אז מהאט דא פארמעקט אדער אז מנעמט א איד און מצעשמירט אים אויף אן אפציעלע אפראציע טישעל? פון דיין תגובה קוקט אויס אז דו קענסט שווער פארנעמען דאס אז מהאט געמעקט, ווייסט וואס כוועל דיר זאגען ״טאו ראנגס עיר נאט מעיקינג יואן רייט״.

שלמה המלך » דאנערשטאג יולי 2, 2015 1:49 am

· #286672
איך זעה גיט?!?! אינעם ליבעראלען קאווע שטיבל האט מען געמעקט זיין בילד ציליב פארלאנג פון די משפחה נישט צי פאבליזירען זיינע בילדער און דא א אויסגאבע פאמפעט דאס?!?!? מה זה?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 2, 2015 2:01 am

· #286673
די לעצטע תגובה פאסט זיך גאר גוט צו דיין אוואטאר....

שלמה המלך » דאנערשטאג יולי 2, 2015 2:16 am

· #286675
און דיין לעצטע תגובה איז מיר זייער @שמעקעדיג:P

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 2, 2015 2:15 pm

· #286748
[ציטאט אראפגענומען]

פרטים עניוואן?

איסר האטלקי » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2018 10:42 pm

· #419533
איינער כאפט אז דאס איז די 'הויפט-דעקל' פון א יום טוב מאגאזין?

היינט דארף מען אריינזומען אין אלע פיצי באקסעלעך צו ליינען אלע אויסשליסליכע עקסקלוסיווע ערשמאליגע אינהאלטסרייכע ברלערנדע באמבאסטישע אומצוויידייטיגע נארוואס-ערשינענע ערשטהאנטיגע בלוט-פארגיסנדע דראמאטישע קוריאזע אנגעפרעסענע יום טוב'דיגע ארטיקלן און אינטערוויוס.

בן תורה » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 12:20 am

· #419541
ער זיצט שוין קרוב צו צוואנציג יאר!
ווען דארף ער אפיציעל ארויסקומען? גייט דען נישט אראפ נארמאלערהייט א דריטל פאר גוטע אויפפירינג?

בן ישי » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:22 am

· #419544
לכאורה וועט די ביל וואס איז דורכגעגאנגען פרייטאג עם העלפן.
די פאסט האט געשריבן לעצטע וואך אז די חסידים האבן געשאפן געלט צו לאביען דעם ביל כדי עם ארויסצונעמען

בן ישי » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:22 am

· #419545
.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 1, 2021 5:32 am

· #466299
איך קוק זיך אזוי איבער דעם אשכול....
ב"ה אז מען קען דאס דערציילן אין פריידן!
בלאט: 1 2