☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הצלה דינער היינט נאכט

הצלה דינער היינט נאכט

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8888

הק זעמל » זונטאג מאי 17, 2015 12:15 am

· #275655
הצלה דינער היינט נאכט
ערשטענס שלום עליכם איך בין א נייע ניק דא אין שטיבעל
דאס פעדער ציטערט מיר ווען איך עפען דא אויף א נייע אשכול צום ערשטע מאל, ווער ווייסט צו איך בין ראוי צו שרייבען צווישען אזעלכע עליטע שרייבער ניקס אבער אז מהאט מיר ארלויבט צו שרייבען נעם איך עס אהן פאר א סימן פון הימעל צו נעמן דאס קיבארד פעדער אין האנט.
היינט נאכט מוצשב"ק גייט פארקומען די יערליכע מלוה מלכה לטובת הצלה ד'בארא פארק וואס הצלה איז דארף איך נישט פאר קיינעם נישט מסביר זיין א ארגנעזאציא וואס איז נישט דא כדומה לו עס איז נישט קיין ארגנעזאציא וואס שטיצט יודן וואס שטייען אויף חצות אדער וואס געט געלט פאר פארמערס אין ישראל וואס האלטן שמיטה וואס אגב איינער זאגט מיר ער האט מורה זיי צו געבן געלט ווייל ווער ווייסט אפשר קומט עס אהן צו ציונים זאג איך אים האסט נישט וואס צו מורע האבען אלע געלט בלייבט דא אין אמעריקה, בקוצר צום ענין יעדער פארשטייט אז הצלה איז די ערשטע צוועק וואס מדארף צו שטיצען שוין איז פאריאר בין איך געגענגן צום דינער איך קים אריין זע איך ס'שטייען אפשר 300 בחורים אין קוים 150 יונגערלייט די טישן זענען ממש געווען האלב ליידיג ממש בישות
לאמיר עס צינעמען עס וואוינען אין בארא פארק קרוב צו 30 טויזענט משפחות איז אפילו נאר האלב זאלן קומען וואלט מען גדארפט אויפשטעלן א שאטער ווי איז בארא פארק????
נישט נאר דאס עס איז נישט געווען קיין איין יוד העכר 25 האט איינער א א ענטפער?
עסן שטעלט מען צו מיט א רחבות די פראגראם איז גוט אבער די זאל איז ליידיג

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 17, 2015 12:18 am

· #275658
די ווייסט וויפיהל אשכולות האבן זיך שוין געגאסען אין דיר ענין? מסתמא מער ווי הצלה לייט בארא פארק פארמאגט

ישמעאל הכהן » זונטאג מאי 17, 2015 12:19 am

· #275660
דיינע סטיטשעס אויפן מויל קומט זיכער פון די אי עם עס, אז ס'דארף אזוי לאנג ליגן דארט

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 17, 2015 12:24 am

· #275664
צוויי יאר צוריק זענען געווען אפאר טויזענט מענטשען צודריקט ווי סארדינען, אן נארמאל מלוה מלכה און אן א סדר. מ'האט ממש געדארפט הצלה. די עדס היי יאר וואלט געדארפט ארויסברענגן אין גרויסע אותיות, אז צוליב פראבלעמען אין די פארגאנגענע יארן האבן מיר בלא בלא, וואלט מען אפשר צוריקגעווינען דעם עולם.

הק זעמל » זונטאג מאי 17, 2015 12:49 am

· #275682
רויטע וואנצעס
צוויי יאר צוריק זענען געווען אפאר טויזענט מענטשען צודריקט ווי סארדינען, אן נארמאל מלוה מלכה און אן א סדר. מ'האט ממש געדארפט הצלה. די עדס היי יאר וואלט געדארפט ארויסברענגן אין גרויסע אותיות, אז צוליב פראבלעמען אין די פארגאנגענע יארן האבן מיר בלא בלא, וואלט מען אפשר צוריקגעווינען דעם עולם.

צווי יאר צירוק האט באבובער דיין גרעדט האט זיך די באבובער עולם שיין אנגערופען און אנגעפילט די זאל

כוכב » זונטאג מאי 17, 2015 1:38 am

· #275712
פאריאר איז געווען אן אומגעהויער גרויסע ציבור. זעמל ביזט א פשוטער כזבן.

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 17, 2015 1:50 am

· #275717
@כוכב ביטע לינק דיין אשכול איבער דעם.

כוכב » זונטאג מאי 17, 2015 1:55 am

· #275720
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/202242">viewtopic.php?p=202242#p202242</a><!-- l -->

הק זעמל » זונטאג מאי 17, 2015 2:45 am

· #275733
כוכב איך קום יעצט פון דינער און די זעלבע בילד ווי לעצטע יאר האלב ליידיגע טישן

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 17, 2015 2:50 am

· #275734
עפעס שטימט נישט. קען זיין נאר ביים אנהייב איז געשטאפט. זעמל ביסט געקומען שפעט?

הק זעמל » זונטאג מאי 17, 2015 3:08 am

· #275739
איך בין געווען דארט פון 11:30 ביזן סוף

קאצקע ציקער » זונטאג מאי 17, 2015 3:58 am

· #275743
געפאקטער עולם געווען אבי גערעדט. זעמל טוה דיר אן דיין גלעזער